דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6374
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך »

פארט האב איך גענומען א שטיקל וואקאנץ פון אייוועלט. בעליוו איט אר נאט, זינט אנהייב זומער זעמיר אויף וואקאנץ דא.

פרעגסט וואו דא איז. סאלידע פראגע. הער צו מיט א לאטקע אויף יעדע אויער באזונדער ווייל ס'קומט אויפדעקונגען אזאנץ וואס ניטאמאל פריגאזין האט געוויסט.

א_ווי גאנץ כלל ישראל דארף איך דאך אויך פארן ערגעץ פארוועלקן די זומער וואכן. פלעין בלייבן אין שטאט איז יאנטשי. יאנטשי דעפענעטלי. יעצט גיין פלעין אין קאנטרי ווי יעדע פלעינע נארמאלע פלעינע מענטש פלעין איז נישט פאר מיר. פלעין נישט פאר מיר.

איבער אן אייז קאלטע קעסטל גאלע איז באשלאסן געווארן דאס מאגן איבערדרייענדע און קישקע אויסגראדענדע באשלוס. מגיימיר קיין מזרח. נישט ביי די זייט, נישט אינפראנט, מיטל מזרח איט איז אן קיין פלעינע צווייפל.

מיט א זאק אויף די פלייצע, אפאר סאנדאלן און א נארגילא האמיר אנגעהויבן מאכן די שווערע רייזע. איבער בערג און טאלן וואסערן און מדבריות האבעך מיך געשלעפט. שאוט אוט פאר וויכי וואס האט מיר געגעבן א היטש ביז די בי-קי-ווי, אבער פון דארט און ווייטער איז געווען ביטער ווי א טויטע ספיידער. פעך.

אזוי נאך לאנגע טעג און וואכן, מינוטן און רגעים האב איך מיך דערזעהן אין מצרים. מצריש געשטימט. כ'זוך א מזוזה, א טרונק וואסער, א שטרוי צו אונטערברעכן דעם קעמל, נאטינג.

שוין כמעט א דערשלאגענער וואקסט ארויס פאר מיינע אויגן א מאן ברייט און פריש מיט א פאשיילע אויפן קאפ ארויס גלייך פון די ביכער. שלום עליכם קומט א רייפע אויסרוף. ווער ביסטו? פרעג איך מיט פארדאכט, יאך בין דער קעניג. סירעסלי?

וויאזוי הייסטו? קומט צוריק א שטייפע פראגע. אידישליך מורמל איך ארויס א דערשראקענער. די אויגן זיינע האבן זיך געעפענט גרעסער ווי קריס מיט קריסטי צוזאמען. דו ביסט אידישליך? ניין. וואס הייסט? וואס ווייסטו? ער לויפט אריין אין זיין געצעלט און ברענגט מיר ארויס א זאק מיט ברוינע פאפירן, נאדיר, קוק עס דורך.

וואט? אקעי. כ'קוק, כ'ליין, כ'שטוין. דו, דו, דו, ביסט אבימלך? שאקס. מיט א שיינע אבער הומאריסטישע האנד-שריפט שטייט דארט בלאט נאך בלאט פארשריבן און פארצייכנט נייעס און נאטיצן אויף אלע קאלירן אין אלע מאסן. נייס!

נאך א וויילע שמועסן זאגט ער מיר, ווייסטע, כ'גרייך אט דריי רינדעכיגע טויזענט תגובות, וואס זאגסטו צו דעם? אן קיין צעגערנישן האב איך אראפגעשלעפט דעם פענציל פון אונטער מיין אויער וואס האט מיך קיינמאל פארלאזט אין די שווערסטע צייטן און אנגעהויבן שטעלן פראגן און נאטיצן. די ענטפערס האבן ווייט נישט אנטוישט.

פארן היזיגן עולם דארף איך בכלל נישט פארשטעלן אבימלך. אבימלך, נייעס, נייעס, אבימלך. שנעל, קורץ, אקוראט, געשמאק, ספייסי, זאפטיג, הומאריסטיש, אין צוגאב צו היסטאריע ארכיוון און וואס נישט. עס פעלט נישט אויס קיין הקדמות, און נישט קיין אריינפיר, אלזא;

אט טייערע ברודער שטעל איך אייך דאס פאר פון די טיפע היילן פון מצרים. רוי אבער קריספי.

ליינט און האט הנאה!

שלום וברכה וועלט בארימטער געשמאקער נייעס ברענגער הרב אבימלך; צום ענין.

וויאזוי ביסטו געוואר געווארן פון אייוועלט?

איז אזוי, איך (גרויסע ביג שאט..) האב אלעמאל געלאכט מיט מיינע חבירים ווען איינער האט נאכגעזאגט פון אייוועלט, אונז האבען אלעמאל געמיינט אז אינז זענען בעסער. ביז איין גרינעם פרייטאג פרשת ויגש האט מיין שוואגער (יעדער האט א שוואגער וואס שיקט כסדר זיסע אימעלס...) מיך געשיקט א פעסטע ארטיקל, איך האב באמת הנאה געהאט דערפון! איך האב אים געפרעגט פון וואו קימט דאס? זאגט ער, אייוועלט.. יענע מצש״ק האב איך רענדאם געטייפט די ווארט אבימלך אלס מיין ניק…

האסט גלייך אנגעהויבן אלס נייעס ברענגער?

ניין, איך בין געווען זייער שטיל פאר די ערשטע שטיק צייט.. איך האב מיך געשעמט פון מיך אליין ווען איך האב געזעהן וואס פאר א מעכטיגע פלאץ דאס איז!

ווען האסטו מחליט געווען אז נייעס איז דיין זאך?

איך בין אלעמאל געווען די נייעס ברענגער.. נישט היינט געדאכט ביי לייבי קלעצקי האב איך איבערגעדרייט די ישבה מיט די אפדעיטס... עניוועי, איך האב אלעמאל ליב געהאט די נייעס.. ווער רעדט נאך ווען די טראמפ ווירוס האט געכאפט די וועלט… איך בין שווער אפעקטירט געווארען!

הייסטעס אז ביסט אייביג געווען שטארק אין נייעס, אלזא וואס האט דיר באוואויגן צו עפענען א נייעס טישל?

איך האב איין שיינעם טאג געזעהן א נייעס וואס איך האב געוואלט מיטיילן אבער איך האב נישט געוויסט וואו עס צו לייגן, האב איך מחליט געווען אז איך וועל אויפמאכען אן אשכול ווי איך וועל לייגן אלע מיינע בויך ווייען.. ווער עס געדענקט די נייעס טישל פלעגט צו הייסן ״נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט פון אבימלך׳ס קוק ווינקל״ איך האב אנגעהויבען שרייבן און דער עולם האט ב״ה הנאה געהאט! און מיט די עסן קימט די אפעטיט… ב״ה איך האב שוין געדארפט טוישן און גרעסער מאכען די טישל אסאך מאל!

יענץ בויך וויי... אז דער עולם האט הנאה איז א סימן אז דו טוסט גוט...

פון וואו נעמסטו דיין נייעס?

מוסדות אלערט…. איך נעם אסאך פון גוגעל נייעס, אויך פון טוויטער.. אבער די ארכיוון און בילדער אלבום סעריעס קומען פון דעם וואס איך ליין זייער אסאך היסטאריע.

פאני, נישט געוויסט אז די מוסדות אין מצרים האבן אויך אזא שטרענגע וועד משמרת...

דו האסט א סיסטעם וועלכע נייעס יא אדער נישט צו לייגן, אדער דאס וואס איז אינטערסאנט בשעת דו זעסט עס?

איך געב באמת זייער אכטונג נישט צו שרייבן עפעס וואס איך קלער אז אפשר איז עס נישט אויסגעהאלטען! איך געדענק נישט פון א נייעס באריכט וואס איך האב געשריבען וואס איז געווארן געמעקט! ב״ה!
איך לייג ארויף וואס איך האלט איז אינטרעסאנט, איך בין זיכער אז טייל נייעס איז בעסער און געשמאקער ווי אנדערע.. אבער איך לייג וואס עס געפעלט מיר!

אקוראט דאס איז די וועג...

האסט שוין אמאל באקומען קריטיק אויף דיין נייעס?

אבער נאך ווי… ביי איינע פון מיינע ארכיוון פאוסטס זענען עטליכע געווארן זייער ברוגז, אבער וויסנדיג אז עס קען זיין אז עס וועט מאכן א רעש, האב איך געפרעגט א מנהל פאר איך האב עס געלייגט, איך האב באקימען דעם אקעי עס צו לייגן האב איך עס געלייגט. אבער איך האב אויך באקימען זייער אסאך קאמפלימענטן וואס וועגט איבער אלעם!

איך שטעל מיך פאר אז באקומסט אסאך, און כ'דארף מיך נישט פארשטעלן, דיינע אשכולות זענען פול געפאקט מיט הונדערטער צופרידענע אידן, און געדענק, אסאך אסאך מער זאגן נישט ווי יא...

וועלכע נייעס איז דיר געווען די שווערסטע צו דעקן?

איז אזוי, היימישע טראגעדיעס האב איך נישט ליב צו שרייבן.. וועלטליכע נייעס פארגעס איך 5 מינוט שפעטער. גאנץ לעצטענס האט די פטירה פון כ״ק אדמו״ר מראחמיסטריווקא זצוק״ל שטארק געציפט! איך בין נישט קיין ראחמיסטריווקא אבער איך האב מיך פראבירט צו האלטן נאנט, ווען איך האב געקענט בין איך אהינגעגאנגען. איך האב אלעמאל געהאפט אז איך וועל נישט דארפען שרייבן בד״ה!

וואס זאגסטו צו די אייוועלט נייעס אפטיילונג בכלליות?

אייוועלט איז מאסיוו! די נייעס אפטיילונג איז אפ-דו-דעיט מער ווי סיי וואספארא נייעס קוואל!! טראסט מיך איך קען אלע נייעס קוועלער! עס איז נישט דא נאך א פלאץ וואו מען קען מיטהאלטן סיי וועלכע נייעס אויף די מינוט!

און וואס זאגסטו אויף די אנדערע טאלאנטפולע נייעס ברענגער?

אונז פארמאגן וואס קיינער האט נישט!! איך פראביר צו ליינען וואס אנדערע ברענגען אויך, איך האב באמת הנאה פון אלע פון זיי! קענסט זיי פרעגען ווייל איך האלט מיך נישט אפ פון לייקן ווען איך ליין!

דרייסטעך נאך ערגעץ חוץ אין די נייעס אשכולות?

איך דריי מיך אין די פארברענגען אשכולת… דער עולם דא איז פיינע נייעס! עס איז באמת א געשמאקע פלאץ זיך אויסצוליפטערן. אין די בחצרות אשכול (סיי די אלטע און סיי די נייע) גיי איך נישט אריין… אבער איך פראביר צו קאווערען אלעס אנדערש.

האסט נאך אן אקטיווער ניק פאר אנדערע זאכן?

ניין! עס איז אבימלך און פאניטא! איך טראכט אסאך מאל אז איך בין א בהמה ווייל יעדער רעדט כסדר פון ספעיר ניקס און איך האב גארנישט, אבער איך בין זייער באקוועם אין אבימלך׳ס בענקל עס פעלט נישט אויס קיין אנדערע ניק.

אין ריעל לייף האסטו אויך די געשמאקע הומאריסטישע שפריץ?

איך פראביר צו שמייכלען צו וועם איך קען, און ווען איך זעה אז איינער שמייכלט נישט צוריק מאך איך א מיסיע דערפון אים צו מאכען שמייכלען פאר ער גייט אוועק פון מיך..

אבער פאר דער אמת דארפסטו פרעגען מיינע חבירים... אבער קיינער ווייסט נישט ווער אבימלך איז, סאו דו וועסט דארפן אויפקומען מיט עפעס א וועג ווי אזוי זיי צו פרעגען אן מאכען א גילו פראבלעם...

כא כא, כזיץ דא ביי דיר אין פלוין און דו רעדסט פון גילו...

וואו באלאנגסטו אינעם פאליטישן ספעקטרום?

א דעמעקראט אויף די בעלאט.. אבער א חסידישע וואוטער ווען עס קומט צו שטימען! דאס מיינט אז איך וועל שטימען פאר איינע וואס איז א קאנסערוואטיווער קאנדידאט.

איך בין געווען חולה אויף טראמפ, ב״ה איך בין עס אויסגעוואקסען… איך אינדזשוי נאך זיינע אטאקעס וואס ער כאפט אבער איך נעם עס נישט צום הארצן.. צו איך וועל שטימען פאר אים? טיים וויל טעלל...

האלטסט אז עס איז גוט אדער שלעכט אז טראמפ לויפט?

ער דארף זיכער לויפן. וואס מען האט געטאן מיט אים איז א פארברעכן! דער גאנצע רוסלאנד זאווערוכע איז א בלאף געווען פון די ערשטע מינוט. צו איך וויל אז ער זאל געווינען? ווייס איך נישט. איך דארף זעהן וואס מיינע אנדערע אפציעס זענען. אויב עס איז זיידע ביידען, מיין איך אז עס איז שוין בעסער מיט טראמפ און די טארנעידאו וואס קימט מיט ווי ער גייט

האט מען גערויבט די 2020 וואלן?

אאאףףףף… וואס זאל איך זאגן… איך בין זייער צימישט. ווענדט זיך צו וועם איך רעד.. אויב איז עס א דעמאקראט איז די 2020 וואלן געווען געפעלטשט! אויב כאפ איך א שמועס מיט א רעפאבליקאנער, מיין איך אז עס איז שוין טיים טו מאוו אן.. און לאמיר זיך נישט מאכען צודרייט.

חחח... גוט גוט..

וואס זאגסטו איבער יאנואר 6?

דאס דארפסטו פרעגען פון ״רעי עפס״ איך בין נישט דארט געווען..

פיין, פיין...

וואס האלטסטו איבער ראן דיסענטיס?

מען האט גענומען די בעסטע גאווערנער וואס אמעריקע האט און מען האט אים פארהארגעט!! באמת א שאד וואס איז דא פארגעגאנגען! אפאר נעווער טראמפערס האבן אים געצווינגען צו לויפן און ער האט פארשפילט זיין שאנס! עס איז באמת א שאד!

וואס האלטסטו איבער וויוועק ראמאסוואמי?

ביז לעצטענס האב איך שטארק געהאלטען פון אים. יעצט ביי מיך איז ער דער chatGPT פון קאנדעדאטן… בעסיקלי גארנישט מיט נישט. איך האלט אז ער לויפט נישט צו געווינען נאר ער לויפט צו פראמאוטן זיין ברענד.

עס איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז דאס האט אבימלך געזאגט פאר קריסטי האט גערויבט דעם ליין פון מיינע פארשריבענע נאטיצן... גראבע גנב דער קריסטי.

רעדנדיג פון אים, א סלייס פיצא פאר קריסטי?

נאר א סלייס?? פארוואס נישט אפאר פייס פיצא?
ער איז נאר דא צו טשעפענען טראמפ ווייל טראמפ האט אים נישט אריינגענימען אין די אדמינעסטראציע, ווייל קושנער האט נישט געלאזט.

ווער האט אין דיינע אויגן געוואונען די נעכטיגע דעבאטע און פארוואס?

איז אזוי דער קליינע אבימלך האט געוויינט.. צופיל האב איך נישט געזען. דאס וואס איך האב יא געזעהן, איז אזוי. וויוועק האט אויסגעזען ווי דער יונגל אין קלאס וואס הייבט אלעמאל אויף די האנט די ערשטע.. קריסטי האט געכאפט קלעפ! העילי פון דאס וואס איך האב געזען איז אריינגעקימען די שטערקסטע.

וואס האלטסטו איבער "ביידענאמיקס"?

אז מיין גראסערי בילל איז עטליכע הונדערט דאללער יעדער וואך!!
עס איז נישט נארמאל וואס גייט דא פאר איך ווייס באמת נישט ווי אזוי אין דער וועלט א כולל יונגערמאן לעבט!
לאמיר נישט אפי׳ אריינגיין אין דער געלט וואס מען פרינט פאר אוקריינע.

א גוט ווארט אויף קאמאלע העריס?

ווי דיד איט דזשאו!!
זי לעבט נאך??

ראקלענד חברים איז טאקע די זאך?

ביי מיר זענען אלע גוט! איך האב מיך שוין באניצט מיט ביידע, אבער נישטא וואס צו רעדן ראקלענד חבירים איז באמת פראפעסיאנעל

האסט גענומען די קאוויד וואקסין? אויב יא, פארוואס יא? און אויב נישט, פארוואס נישט?

כמעט גענומען, מיין שוויגער האט מיך נישט געלאזט! עפעס געהאקט און קאפ וועגן איר טאכטער בלייבן אליין.. איך געדענק שוין אליינס נישט אבער ב״ה איך האב איר געפאלגט. אבער זארג נישט א קארטל מיט צוויי פייזער וואקסינען האב איך!

יוש...

וואס האלסטו איבער די פריגאזין פליגער קראך?

וואס האט ער געטראכט דער יעווגעני?? ער גייט פליקען פוטין׳ס נאז און ער גייט עס איבערלעבען??

וואס האלטסטו איבער די געטרייע אייוועלט הנהלה?


ווי זאל איך אנהייבן??? ווען עס איז דא עפעס אין די וועלט וואס איך קען ווען טון זיי צוריקצוצאלן אויף די מעכטיגע ארבעט וואס זיי לייגן דא אריין, וואלט איך איבערגעדרייט וועלטן עס צו טון.

איך אליין האב מיטגעהאלטן ווען איך האב געהאט א שטיקל גילו פראבלעם זענען זיי געגאנגען ארויס פון די וועג מיך ארויסצוהעלפען! אפי' זיי וואלטן גערעכטעהייט געקענט זאגן סארי, דער גילו איז נישט פארגעקומען אויף אייוועלט איך קען דיר נישט העלפן.. זענען זיי געגאנגען ארויס פון די וועג און קעיר גענומען דערפון!! איך אליין ווייס נישט וואס פינקטלעך זיי האבן געטון, אבער די פראבלעם איז מער נישט דא! אינז זעמיר לאקי אז אינז האמיר אזא הנהלה!

אפגערעדט אז ר׳ וויכי געבט זיך אפ מיט יעדער שמויגער ווי ער איז די וויכטיגסטע מענטש אויף דער וועלט! (איך טראכט יעצט אריין.. אייוועלט הנהלה איז דער ערשטע הנהלה וואס איך קום זיך אויס מיט...)

כ'קעניש מער ווי צושטימען מיט יעדע ווארט! ספעשעלי דאס אז וויכי מיינט אז ער איז די וויכטיגסטע מענטש אויף דער וועלט...

א מעסעדזש פאר דיינע טויזענטער ליינער?

איך האב באמת הנאה פון יעדער לייק און קאמפלימענט! עס גיט מיך א שטיפ ווייטער צו שרייבן די נייעס! און אויב דו האסט סיי וועלכע קאמענטארן, בלייב נישט שטיל! איך וויל הערן וואס דו האסט צו פארקויפן!

א מעסעדזש פאר אייוועלט?

אינז געפינען זיך אויף א פלאץ וואס איז פול מיט חסד און גוטע מענטשן! ניץ עס אויס צו דער מעקס!!

א מעסעדזש פאר כלל ישראל?

מיין שכן זאגט אז איך קען נישט זינגען… סאו איך טאר נישט געבן א מעסעדזש פאר כלל ישראל, סארי!

עניטינג עלס?

איך פרעג בשם טויזענטער אייוועלט ליינער.. וואו ביסטו אנטלאפן????

וואס הייסט וואו? כזיץ דאך יעצט דא ביי דיר אין מצרים...


רבותי, קומצאלע אריין און געבט אפ פאר אבימלך זיין פארדינטע דאנק!

ביי.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אידישליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:24 pm
ביי.
נאכניש געליינט אבער……


העי העי העי ווי גייסטו??!!!??? קום צוריק!!!

פיינע נייעס דעיס, א סופרייז ווי נאר @אבימלך קען!!!!


מז״ט צום שלשלת!
לעצט פארראכטן דורך באשיינפערליך אום דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

😀😃😄😁😆😅🤣😂🙂🙃🫠😉😊😇🤩😗☺️🥲😋😛😜🤪😝🤑🤗🤭🫢🫣🤫🤔🫡🫡🤐
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »



!FIGHT! FIGHT! FIGHT
שמעון משה
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:17 am
לאקאציע:מלפנים חד גדיא

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון משה »

מאסיווע ארטיקל.

הייסט דו ביסט פון חברים טיעם..

דארף איך יעצט טוישן?

נאכאמאל שכח אבימלך.
און שלום @אידישליך גוד דזשאב.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

וואף!!!!!!!!!

בום בום!!!!!!
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

און איך מוז צולייגן איין זאך:
אבימלך איז די איינציגסטע "רעספעקטירטע" ניק וואס לייקט פאר יעדער קאמפלימענט וואס מען געבט אים!!!

מאכט זיך -זאל נישט אויסגערעדט זיין..- ווען עפעס א גרויסע שר האלף'ניק שרייבט אן ארטיקל וכדו' און ספאלגט נאך מיט א צענדליג קאמפלימענטס, העט מען אפט מאל באמערקן אז ווען עפעס א רויטע אדער א גרינע וועט קאמפלימענטירן וועט ער צוריק באקומען א לייק פון דער קאמפלימענטיריטי (כח הנפעל בפועל) משא"כ דער רעשט.

און דאס איז א זאך וואס געשעהט נישט מיט אונזער אבימלך'ן.

עניוועי... סאיז געווען אביסל בוך וויי....
וואס נאך איז נייעס?
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1979
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

אבימלך האט דעליווערט...

מז''ט צום דרילינג!!!
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

טענק יו @אבימלך , עס איז א פארגעניגן צו ליינען פון דיין טישל

טענקס @אידישליך פאליטיק פארן אראפציפן פון דיין צייט, סינדראם, וכו'
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

יש הנאה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:11 pm
טענקס @אידישליך פאליטיק
איר האט געדרוקט א אומריכטיג קנעפל…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24190
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פיינע נייעס...!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

מאסיוו איט איז....
"גוט יום טוב"
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

@אבימלך און @אידישליך א גוטע ארבעט געמאכט שכח! שכח!
; ;
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מעכטיג אבימיילעך, מעכטיג אידישליך!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דאס האב איך געשריבן צוויי חדשים צוריק...
....png
....png (60.1 KiB) געזען 3062 מאל
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »


👏👏👏👏👏👏👏
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

פיינע נייעס @אבימלך !! כ'האב שטארק הנאה פון דיין גראדקייט און שנעל ארויסהאבן אן ענין

אוי @אידישליך דו מאכסט מ'זאל זיך אנהייבן מער בענקן נאך דיר... מאך שנעל אזא יציאת מצרים...
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואאאאףףףף...

א מאסייוע אינטערוויא דעיס

טענקס @אבימלך פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן, און יעצט פארן אינטערוויא.

@אידישליך . וואלסט געדארפט מאכן יעדע קשיא אין אן עקסטערע תגובה.
ביי אפאר שאלות האביך געוואלט לייקן נאכאמאל.

טענקס פאר די אינטערוויא. מעגסט שוין קריגן דעם טיטל @ק.נ.א. אינטערוויאער
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פיינע ווארע. וויאזוי איז די וועטער אין מצרים?

שכח ענק ביידע!
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »


WOW!!
מאסיוו!!

מז"ט @אבימלך
אוועטאר
שטייפע טרויבן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:53 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייפע טרויבן »

נעקסט לעוועל דעליווערט!! שטארק הנאה געהאט!!

שכח @אבימלך @אידישליך
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א משוגענע ש'כח אבימלך! מ'האמיר הנאה פון דיינע זאכן איבעראל!! צו דיר אידישליך דו גייסט נישט אין ערגעץ...
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »


יש"כ @אבימלך און @אידישליך !
גאר אן אינטערעסאנטע אינטערוויו!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: דריי. רינדעכיגע. טויזענט: אבימלך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

נעקסטע מאל איך פאר קיין מצרים פאר וואקאנץ ווייסעך אז סיז אידישליך
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”