בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

איך ווייס נישט צו דאס געהערט ביי עקאנאמישע אדער פאליטישע נייעס, ובכל אופן בין איך נישט די גרעסטע עקספערט, אבער אז איך זע אז עס איז נאכנישט דא קיין אשכול פאר דעם האב איך גענומען די פתיחה כיבוד.
עס איז יעצט געווען אין די נייעס א (אפיציעל) אומוויכטיגער אנקאדאט, אז די עמעראטן און סאודיע אראביע האבן צווישן אנדערע זיבן לענדער זיך יעצט אנגעשלאסן אין די בריקס פאראיין.
לאמיר אנפאנגן מיט פריע היסטאריע, צו פארשטטיין געבן וואס דאס מיינט, און איך לאדן יעדעם זיך צו דינגן אדער קאמענטירן, ווייל איך בין זיכער אז אנדערע דא קענען זיך בעסער אויס (און טאקע דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס עס איז נאך נישט דא אזא אשכול)
נאך די גרעיט דעפרעשן - צוזאמען מיט די אנטוויקלונג פון האנדל, די וועלטס קריג,און די אומפראקטישקייט פון רויע מאטריאלן אלס וואלוטע - האבן זיך 1944 די פעלקער צוזאמגענומען, און באשלאסן צו מאכן א מאנטערי פאנד. די געדאנק דעפון איז געווען, אז וויבאלד אמעריקע איז געווען צוליב איר פאליטישע און געאגראפישע מצב די מערסטע סטאביל, איז די אמעריקאנע דאללאר געווארן פאררעכנט אויפן פלאץ פון גאלד, און אלע וואלוטעס האבן אנגעפאנגן צו לויפן לויט דעם.
נאך די וועלטס קריג, האט דאס געגעבן אומבאגרעניצט מאכט פאר אמעריקע, צוליב דעם וואס יעדער האט געמוזט צוקומען צו זיי. דאס האט זיי געגעבן די כח פון גרונדן די יו ען און אלע אנדערע אזוי גערופפענע "וועלטס ארגענעזאציעס" וואס עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז זיי אלע זענען דירעקטע פליגלען פון אמעריקע און זייערע אפיליאירטע.
מיט די גרינדונג פון וועלפעיר און די וויעטנאם קריג - וואס לויט טייל איז דאס די אומאפיציעלע אנפאנג פון די עפאכע פון דיעפ סטעיט, וואוק, און אלע אנדערע ליבערעאלע טיפשות - האט אמעריקעס גלאנץ אלס סטאבילע עקאנאמיע אנגעפאנגן צו אונטערהינקן, צוליב דעם וואס די אימפארט-עקספארט רעשיאו האבן שוין נישט געשטימט, און עס האט זיך אנפאנגן די נייע עפאכע פון אמעריקאנע חובות - און פארם פון טרעזשארי באנדס/ אמעריקאנע דאללארן וואס יעדער מוז בלית ברירה געטרויען, אן גארנישט צו באקומען פאר דעם. צו ראטעווען די מצב, האט אמעריקע געטון פארשידענע פעולות, ווי די לעכערדיגע דעבט סילינג ועוד.
די הויפט זאך וואס האט דאן געראטעוועט די מצב, איז געווען די הסכם מיט סאודיע אראביע און די עמעראטן, אז זיי גייען נאר אקצעפטירן פאר זייערע גאזן די אמעריקאנעם דאללאר - וואס דאס האט געצווינגן לענדער צו ווייטער זיך רעכענן מיט די אמעריקאנעם דאלאר.
לאמיר אביסל אריבערשפרינגען. נאכן צוזאמפאל פון קאמונזים, האט רוסלאנד זיך געזעצט צום ווארשעווען פאקט, און אפיציעל אנגעפאנן צו זיין אוועילעבל פאר נארמאלע פארהאנדלונגען מיט די מערב וועלט. גאנץ שנעל, האבן זיך זיי זיך אבער איבערצייגט אז מיט די דזשי 7,8,,20 אדער סיי וויפיל, און די אנדערע אזוי גערופענע "פעלקער ארגעניזאציעס" איז אלעס א איינזייטיגע שלום און א אינטערנאציאנלע בלינדע לאיאליטעיט צו אמעריקע.
ווילנדיג ראטעווען דעם מצב, האבן זיי געגרינדעט בריקס.
בריקס איז בראזיל, רוסלאנס, אינדיע, טשיינע, און שפעטער אויך סאוט אפריקע - אלע פון זיי אנדערסערווט לענדער סיי לויט זייער פאפאלאציע, סיי לויט זייער טעריטאריע, און סיי לויט זייער אוועראל זיך אליינס דעקן - אן קיין שום אונטערנאציאנלע מאכט אדער אפי' רעכט מצד אמעריקע. זיי אלע האבן זיך געפרייט צום געדאנק פון אנפאנגן מאכן שבת פאר זיך. די געדאנק פון בריקס איז געווען צו מאכן א מאנטערי פאנד געבויט לויט די נאטורליכע אוצרות וואס די אלע לענדער האבן, וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט יעדער זיך אפגעלאז פון אמעירקאנעם צולעכערטן פאנד און אריבער צו זיי.
למעשה, האבן פעלקער נאך מורא געהאט פונעם אמעריקאנעם פעטער, דעפאר האט אין די פערצן יאר פון גרינדונג נאר סאוט אפריקע זיך אנגעלאסן. חוץ מזה, האבן זיי במילא געמוזט צוקומען צו אמעריקע צוליב די געז הסכם מיט די אראבישע לענדער.
איינער פון די יסודות פו ןדי ווארשעווע פאקט איז געווען אז אוקריינע בלייבט אומ-פארבינדן מיט די מערב וועלט, אזוי אז רוסלאנד זאל זיך נישט דארפן פילן באדראט. למעשה, האבן די צוויי חכמים אבאמא און ביידן, זיכער געמאכט אז דאס זאל נישט ווערן אויסגעפאלגט, און אוקריינא זאל צוביסליך אריבערקומען צו די מערב וועלט - רעכענענדיג, אז רוסלאנד וועט זיך נישט דערוואגן זיך צו אנפאנגן מיט די מערב וועלט, אויס מורא פון סאנקציעס.
די רעשט איז קארענט עווענטס... רוסלאנד האט זיך זענדיג מט א פארקאלכטן פרעזידענט און צודרייטע ספענדינגס אין אמעריקע, אינוואנדירט אוקריינע, דער רובל האט קוים געפאלן - אפי' וויפיל יא, האט זיך עס שפעטער צוריקגעכאפט פאר א תקופה -דער מעסעדזש איז קלאר: בריקס איז שוין גענוג פעסט, מען קען אויסדרייען דעם רוקן צו אמעריקע! ובנוסף לזה, ווען מען נעמט אין באטראכט די שוואכע סופארט וואס די מערב וועלט גיבט פאר אוקריינע, וואס קוים וואס עס ראטעוועט דער מצב, ווייזט עס אז מיליטעריש זענען זיי אויך גארנישט ווערד.
מער האבן די פעלקער - וואס האבן קיינמאל נישט געגליכן אמעריקע - נישט געדארפט, זיבן לענדער אויף אמאל האבן זיך אנגעשלאסן אין בריקס, נאך פילע האבן שוין איינגעגעבן אפליקאציעס. פארוואס זאל מען זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנעם דאלער וואס יעדע 4 יאר רוקט א צווייטע שיכור ארויף די דעבט סילינג, אויב עס איז מעגליך עס צו מאכן ארבייטן אויף אמת'ע נאטורליכע ריסארסעס?
אצינד, ווי לאנג נאך גייען די לענדער נאך "אויך" אננעמען דעם דאלער?...
(טשיינע פטר'ט שוין אפאר יאר זייערע אמעריקאנע באנדס און נאוטס - וד"ל)
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

זאלן די פארענטפערערס קומען פארענטפערן..
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

שכויח פארן גיין פתיחה, דאס פארלאנגט טאקע א אשקול פאר זיך.
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

מנהלים אפשר קען מען אריבערפירן אהער די פאר תגובות שמועס אויף די נושא אין די רוסלאנד אוקריינא קאמענטארן אשכול
ייש"כ
Clever code does not necessarily create clever Software
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ערשטנס די בריקס האט נאכנישט א קארענסי וואס זאל אפעקטירן די אמעריקאנער דאלער.

צווייטנס, אויב די יורא האט קיינמאל געטשעפעט די אמעריקאנער דאלער, און ניטאמאל געשטעלט אין געפאר, פארוואס זאל די בריקס וואלוטע יא עפעס טון?
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 4:00 pm
ערשטנס די בריקס האט נאכנישט א קארענסי וואס זאל אפעקטירן די אמעריקאנער דאלער.

צווייטנס, אויב די יורא האט קיינמאל געטשעפעט די אמעריקאנער דאלער, און ניטאמאל געשטעלט אין געפאר, פארוואס זאל די בריקס וואלוטע יא עפעס טון?
די סיבה פארוואס די אמעריקאנע דאלער איז געווען אזוי שטארק איז ווייל מען האט נאר געקענט קויפן אויל אין געז אויפן אמעריקאנע דאלער, אין דעס האט געמאכט אז אלע לענדער האבן געמוזט צוקומען צים דאלער, וואס אויף דעם איז די טראסט פינעם אמעריקאנע דאלאר געבויט
בריקס ציל איז אז מען זאל קענען קויפן אויל אין גאז אויף אנדערע וואלוטעס וואס דעס וועט שוואך מאכן די טראסט אינעם אמעריקאנע דאלער אין דעלמאטס וועט זייער וואלוטע וואס די טראסט גייט זיין געבויט אויף גאלד ווערן שטערקער פינעם דאלער
די יורא שטעלט נישט אין געפאר די אמעריקאנע דאלער ווייל אפילו עס איז א שטארקע וואלוטע מיזן די לענדער וואס ניצן די נורא נאכאלץ צוקימען צים דאלער צי קענען קויפן אויל אין גאז
בן נחום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 2:03 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נחום »

איך זעה פון די דיסקאשין אז איך בין נישט גוט פארשטאנען געווארן, איז לאמיר עס מאכן קלארער.
מיין נושא איז נישט אויפן דאלער אלס וואלוטע - זאל ווערן וויינוגער קעגן אנדערע וואלוטעס. מיין קלעים איז אז די דאלער אלס א מאנטערי פאנד זאל ווערן ווערד ערגעץ אין די געגנט פון זעראו - און אויטאמטיש אויך אלס וואלוטע.

די קארענסיס פון די גאנצע וועלט, לויפט לויט זייער עקאנאמישען מצב, אבער אמעריקע אלס עקאנאמיע איז בעצם *גארנישט* ווערד (צוליב זייער ריזן דעפיציט, און אלטע חובות - וואס פארט ניטאמאל אויף א מהלך פון אויפהערן גרעסער מאכן - ווער רעדט נאך פון אפשטעלן אדער אמאל אפצאלן...). אויב אמאל האט יעדע וואלוטע געהאט אוועקגעלייגט גאלד, און א דאלער, רובל, אדער יורא וכד' האט געמיינט אז ערגעצווי איז דא אוועקגעלייגט א שטיקל גאלד און דאס איז א שטר פאר דעם (און למשל מדיני ירושה וואלט עס לכאורה געהייסן ראוי). איז דאס שוין לאנג געבויעט אויף עקאנאמיע.
זינט די עקאנמיע פון אמעריקע איז נישט ווערד, איז זייער איינציגסט תוקף אז אלע לענדער האבן געבויעט זייער וואלוטע אויף דעם (און אנשטאט די גאלד וואס פלעגט זיין אוועקגעלייגט, איז דא אמעריקאנע דאלארן) און די אמעריקאנע דאלארן'ס שוויות איז "די פול פעיט ענד טראסט אוו די אמעריקן טרעזשערי", וואס איז געבויט אויף דעם אז אמעריקא האט אייביג געדעקט זייער חוב בשילוב (טאקע דורך דרוקן נאך פאפירענע וואס מען האט געמוזט אננעמען וחוזר הגלגל) מיט די גאז דיעל בשילוב (אדער דהיינו) אז מען מוז עס אננעמען.
שוין אפאר וואכן פאר דאס אנשליסונג פון די גאז לענדער אין בריקס, האבן שוין "אלע" קרעדיט רעיטינגס געלויערט די אמעריקאנע רעיטיג פון AAA צו AA+, און נעמענדיג אין באטראכט אז רוב פון די פירמעס זענען אליינס אמעריקאנע, און ווילן נישט פעיסן א יושר'דיגן גערעכטיגקייט נוסח טראמפ משפטים, איז קלאר אז עס איז נאך פיל נידריגער פון דעם.
די יורא וואלט נישט געקענט שטעלן אין געפאר די דאלער אלס פאנד, ווייל ער איז אליינס געבויעט אויף דעם.
חוץ מזה רוב מערב וועלט (אנטשולדיגט, מען דארף עס שוין רופן צפון מערב וועלט...) שטייט נישט בעסער פון אמעריקע, ווייל זיי אלע לויפן אויפן זעלבן קארופטירטן ליבעראלן מהלך פחות ויותר - וואס נישט נאר וואס א עקאנאמיע קען נישט דערמיט שטימען, איז א לכתחילה עס צו צושמעטרן כדאי צו הייבן גאווערמעט דיפענדענס. די פאקט איז אז די רעשטע פון דער וועלט (אויזער די פאר לענדער וואס געבן גארנישט צו) וואלט שוין לאנג געקענט מאכן שבת פאר זיך, אן צו זיין אנגעוויזן אויף אנקעל סעמס פאליטישע און עקאנאמישע אגרעסיעס - ווען נישט זיי מוזן צוקומען צום דאללער. רוסלאנד האט פשוט אפגעקילט די אמבטי רותחת וואס יעדער וויל שוין לאנג אריינטאנצן (חוץ אפשר די וואס האבן אלס בחור געהייערט נאך צוויי-דריי פריוואטע משגיחים אויזער די וואס די ישיבה שטעלט צו....)
מיר נעמען אן סיי וועלכע ארבעט פון מלקט זיין/טייפן/איבערטיישטן אויף אידיש/לשון קודש
ווי אויך דרשות, פשט'לעך, און גראמען.
שטארקע רעפערענס און עקספעריענס.
(אישי ביטע)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בן נחום
עס איז לאו דוא דער גאנצער קאנסעפט און די סיבה פון נדריגעער מאכן די רעיטינגס האט זירא מיט בריקס נאר מיטן פאליטישן מצב פון אמעריקע
ווען דער גאלד סטענדערד איז אראפ איז דער סיסטעם איבערגעבויט געווארן אויף טראסט אינעם סיסטעם דהיינו
די עקאנאמיע איז בעיסד אויפן דאללער און דער דאללער איז גבעיסד אויף עקאנאמיע
בדרך כלל איז אנגענומען אז א לאנד מעג האבן א דעפיציט און גריכנלאנד איז געגאנגען פייפן ווען זיי האבן געהאלטן 130% פון זייער דזש די פי וואס אמעריקע האט נאך אפאר שפאנען צו גיין אנצוקמען ביז אהין
קיין איין לאנד האט נישט קיין שום אינטערעסע צו גיין צו א גאלד סטענדערד און אוודאי נישט טשיינע ווייל דאס מיינט באצאלן מיט קעש אן א מהלך ארויסצונעמען א ליין אף קרעדיט
אמעריקע האט אוועקגעלייגט גאלד מיט א ריזן נומבער דאפלט פון די כינעזע גנבים
די סיבה פונעם דאונגרעיד איז פשוט ווייל צו באצאלן און עקספענדן דעם קרעדיט ליין דארף דער פרעזידענט זיך דורכקומען מיט קאנגרעס און דאס ווערט שווערער און שווערער אן עי דעילי בעסיס
בריקס איז א קאמפליצירטע צאמשטעל וואס איז בבחינת אן עקאנאמישער יורש פונעם אלטן נאן אליינד מאוומענט און אויב עס וועט צליח זיין געהעריג וועלן זיי קענען ווערן א קאמפעטישן מיט די אינענעשוינעל מאנעטערי פאנד ובכלל וועט עס טשיינע אויסנוצן צום מעקס און דעמאלטס וועלן זיך אינדע און בראזיל ארויסציען דערפון
די עיקר ציל פון רוסלאנד איז אונטערצוברענגן אמעריקע'ס שטאנד אלס סופערפאוער און אויסצומיידן סאנקציעס
טשיינע'ס חשבון איז ווי מעק צו קענען באראבעווען די אוצרות פון סאוט אפריקע און בראזיל און אינדיע
בראזיל'ס חשבון איז א קאמפליצירטער וואס וועט לכאורה נישט קענען אנהאלטן אויב זיי וועלן דארפן האבן קעש רעזערווס און קענען נישט עפארדן צו נעמען א זייט. זייער עקאנמיע איז מורא'דיג קאמפליצירט און לול איז אן עכטער לינקער אבער אויף עקאנאמיע נעמט ער בדרך כלל קלוגע מענטשן וואס האלטן עם אין די ראמען
איננדיע איז מער קאפליצירט פאליטיש ווי ע'קנאמיש און אודי שפרינגט אויף ביידע חתונות. אויב אבער עס איז אדער G20 אדער בריקס איז נישט קיין ספק ער דראפס בריקס
סאוט אפריקע איז כעת אינטערסירט אינעם רוס סאך מער ווי אמעריקע און שטעלן זיך צו ביז ווען טשיינע וועט זיי עניגן באראבעווען וועלן זיי ששוין גארנישט האבן צו פארקויפן ווייטער
mosha g
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

.
אטעטשמענטס
F0854493-0284-4A9D-AC9B-1107EB9DB3C7.jpeg
F0854493-0284-4A9D-AC9B-1107EB9DB3C7.jpeg (189.2 KiB) געזען 1980 מאל
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גוט!
אמעריקא ארבעט אריין.
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

זאפטיגע שפראך. גוט געשריבן.

איך וויל פארשטיין וויאזוי א רעפובליקאנע גאווערמענט וואלט אויסגעקוקט אנדערש (אינטער טראמפ האט מען ווייטער געספענט און געבארגט א מחיה..)
און אויב מען קען עס נאך אפילו ראטעווען אדער די גאנצע מוסדות גייט שוין באנקראט..
אוועטאר
מלך החכמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע:🌎

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

בן נחום האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:54 pm
איך ווייס נישט צו דאס געהערט ביי עקאנאמישע אדער פאליטישע נייעס, ובכל אופן בין איך נישט די גרעסטע עקספערט, אבער אז איך זע אז עס איז נאכנישט דא קיין אשכול פאר דעם האב איך גענומען די פתיחה כיבוד.
עס איז יעצט געווען אין די נייעס א (אפיציעל) אומוויכטיגער אנקאדאט, אז די עמעראטן און סאודיע אראביע האבן צווישן אנדערע זיבן לענדער זיך יעצט אנגעשלאסן אין די בריקס פאראיין.
לאמיר אנפאנגן מיט פריע היסטאריע, צו פארשטטיין געבן וואס דאס מיינט, און איך לאדן יעדעם זיך צו דינגן אדער קאמענטירן, ווייל איך בין זיכער אז אנדערע דא קענען זיך בעסער אויס (און טאקע דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס עס איז נאך נישט דא אזא אשכול)
נאך די גרעיט דעפרעשן - צוזאמען מיט די אנטוויקלונג פון האנדל, די וועלטס קריג,און די אומפראקטישקייט פון רויע מאטריאלן אלס וואלוטע - האבן זיך 1944 די פעלקער צוזאמגענומען, און באשלאסן צו מאכן א מאנטערי פאנד. די געדאנק דעפון איז געווען, אז וויבאלד אמעריקע איז געווען צוליב איר פאליטישע און געאגראפישע מצב די מערסטע סטאביל, איז די אמעריקאנע דאללאר געווארן פאררעכנט אויפן פלאץ פון גאלד, און אלע וואלוטעס האבן אנגעפאנגן צו לויפן לויט דעם.
נאך די וועלטס קריג, האט דאס געגעבן אומבאגרעניצט מאכט פאר אמעריקע, צוליב דעם וואס יעדער האט געמוזט צוקומען צו זיי. דאס האט זיי געגעבן די כח פון גרונדן די יו ען און אלע אנדערע אזוי גערופפענע "וועלטס ארגענעזאציעס" וואס עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז זיי אלע זענען דירעקטע פליגלען פון אמעריקע און זייערע אפיליאירטע.
מיט די גרינדונג פון וועלפעיר און די וויעטנאם קריג - וואס לויט טייל איז דאס די אומאפיציעלע אנפאנג פון די עפאכע פון דיעפ סטעיט, וואוק, און אלע אנדערע ליבערעאלע טיפשות - האט אמעריקעס גלאנץ אלס סטאבילע עקאנאמיע אנגעפאנגן צו אונטערהינקן, צוליב דעם וואס די אימפארט-עקספארט רעשיאו האבן שוין נישט געשטימט, און עס האט זיך אנפאנגן די נייע עפאכע פון אמעריקאנע חובות - און פארם פון טרעזשארי באנדס/ אמעריקאנע דאללארן וואס יעדער מוז בלית ברירה געטרויען, אן גארנישט צו באקומען פאר דעם. צו ראטעווען די מצב, האט אמעריקע געטון פארשידענע פעולות, ווי די לעכערדיגע דעבט סילינג ועוד.
די הויפט זאך וואס האט דאן געראטעוועט די מצב, איז געווען די הסכם מיט סאודיע אראביע און די עמעראטן, אז זיי גייען נאר אקצעפטירן פאר זייערע גאזן די אמעריקאנעם דאללאר - וואס דאס האט געצווינגן לענדער צו ווייטער זיך רעכענן מיט די אמעריקאנעם דאלאר.
לאמיר אביסל אריבערשפרינגען. נאכן צוזאמפאל פון קאמונזים, האט רוסלאנד זיך געזעצט צום ווארשעווען פאקט, און אפיציעל אנגעפאנן צו זיין אוועילעבל פאר נארמאלע פארהאנדלונגען מיט די מערב וועלט. גאנץ שנעל, האבן זיך זיי זיך אבער איבערצייגט אז מיט די דזשי 7,8,,20 אדער סיי וויפיל, און די אנדערע אזוי גערופענע "פעלקער ארגעניזאציעס" איז אלעס א איינזייטיגע שלום און א אינטערנאציאנלע בלינדע לאיאליטעיט צו אמעריקע.
ווילנדיג ראטעווען דעם מצב, האבן זיי געגרינדעט בריקס.
בריקס איז בראזיל, רוסלאנס, אינדיע, טשיינע, און שפעטער אויך סאוט אפריקע - אלע פון זיי אנדערסערווט לענדער סיי לויט זייער פאפאלאציע, סיי לויט זייער טעריטאריע, און סיי לויט זייער אוועראל זיך אליינס דעקן - אן קיין שום אונטערנאציאנלע מאכט אדער אפי' רעכט מצד אמעריקע. זיי אלע האבן זיך געפרייט צום געדאנק פון אנפאנגן מאכן שבת פאר זיך. די געדאנק פון בריקס איז געווען צו מאכן א מאנטערי פאנד געבויט לויט די נאטורליכע אוצרות וואס די אלע לענדער האבן, וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט יעדער זיך אפגעלאז פון אמעירקאנעם צולעכערטן פאנד און אריבער צו זיי.
למעשה, האבן פעלקער נאך מורא געהאט פונעם אמעריקאנעם פעטער, דעפאר האט אין די פערצן יאר פון גרינדונג נאר סאוט אפריקע זיך אנגעלאסן. חוץ מזה, האבן זיי במילא געמוזט צוקומען צו אמעריקע צוליב די געז הסכם מיט די אראבישע לענדער.
איינער פון די יסודות פו ןדי ווארשעווע פאקט איז געווען אז אוקריינע בלייבט אומ-פארבינדן מיט די מערב וועלט, אזוי אז רוסלאנד זאל זיך נישט דארפן פילן באדראט. למעשה, האבן די צוויי חכמים אבאמא און ביידן, זיכער געמאכט אז דאס זאל נישט ווערן אויסגעפאלגט, און אוקריינא זאל צוביסליך אריבערקומען צו די מערב וועלט - רעכענענדיג, אז רוסלאנד וועט זיך נישט דערוואגן זיך צו אנפאנגן מיט די מערב וועלט, אויס מורא פון סאנקציעס.
די רעשט איז קארענט עווענטס... רוסלאנד האט זיך זענדיג מט א פארקאלכטן פרעזידענט און צודרייטע ספענדינגס אין אמעריקע, אינוואנדירט אוקריינע, דער רובל האט קוים געפאלן - אפי' וויפיל יא, האט זיך עס שפעטער צוריקגעכאפט פאר א תקופה -דער מעסעדזש איז קלאר: בריקס איז שוין גענוג פעסט, מען קען אויסדרייען דעם רוקן צו אמעריקע! ובנוסף לזה, ווען מען נעמט אין באטראכט די שוואכע סופארט וואס די מערב וועלט גיבט פאר אוקריינע, וואס קוים וואס עס ראטעוועט דער מצב, ווייזט עס אז מיליטעריש זענען זיי אויך גארנישט ווערד.
מער האבן די פעלקער - וואס האבן קיינמאל נישט געגליכן אמעריקע - נישט געדארפט, זיבן לענדער אויף אמאל האבן זיך אנגעשלאסן אין בריקס, נאך פילע האבן שוין איינגעגעבן אפליקאציעס. פארוואס זאל מען זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנעם דאלער וואס יעדע 4 יאר רוקט א צווייטע שיכור ארויף די דעבט סילינג, אויב עס איז מעגליך עס צו מאכן ארבייטן אויף אמת'ע נאטורליכע ריסארסעס?
אצינד, ווי לאנג נאך גייען די לענדער נאך "אויך" אננעמען דעם דאלער?...
(טשיינע פטר'ט שוין אפאר יאר זייערע אמעריקאנע באנדס און נאוטס - וד"ל)

ס׳איז זעכער אז דאס איז א נעגעטיוו דעוועלאפמענט לגבי אמעריקא, באט די טשאנסען אז זאכן זאלן זיך מעטירילאייזען אזוי נעגעטיוו וואס די האסט מורא איז ממש טייני.

פארשטיי איין זאך אין די וועסט קענען גרינג אפעהטעמען…
טשיינע׳ס טויש וועט אפשר זיין ווען זיי טוהן עקספארט צי איינע פין די #בריקס משתתפים, אבער ביי אן אמעריקאנע טרענספאר שטייט אלעס פעלזן ביים דאללער.

אלזא מאך די חשבון:
-טשיינע עקספארט 45% פין אירע גאדס צו G7 מעמבער לענדער.
-טשיינע עקספארט 13% פין אירע גאדס צו BRICS מעמבער לענדער.

מערב וועלט ציווישען מערב וועלט = דאללער
מערב וועלט ציווישען בריקס = דאללער
בריקס ציווישען בריקס = יאן
די איבריגע וועלט לענדער וואס נעמען נישט קיין ערנסטע שטעלונג וועלן אויכעט פארבלייבען מיטן דאללער, וואס איז ווייניגער העדעיקס.

די בעקבאון פין טשיינעס עקאנאמי איז אמעריקא.
טשיינע האט א נאך א ערגערע רעיטינג ווי אמעריקא׳ס AA+..
טשיינעס אינסטיטושען׳ס זענען ווייט ווייט פין סטאביל.

אמעריקא זאל אבער יא באקימען די מעסידזש, אז לענדער זענען שוין זאט פין די וועהג ווי אזוי זיי דאמינירען די וועלט גלאוב, אין זיך שנעל טוישען.

באט צו די לענדער קענען זיך אליין העלפן?? א קלארע ניין!!

אנקעל סעם איז מיי ריטש אנקעל!
א׳גיטן, קום אריין זיך אויסליפטערן —— אבער נאר ווען סטרעסספרי!
viewtopic.php?t=65842
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

תגובה דורך שרויפל »

אקעי איך אלץ אמעריקע אנערקענט דעם פראבלעם און איך בין גרייט זיך צו טוישן...

איך גלייב שווער עפעס גייט זיך טוישן אויב מעגליך בכלל....

אין די וועלט'ס היסטאריע כסדר געווען וועלט דאמינירענדע דיקטאטורן וואס זענען געקומען און געגאנגן אייביג איז עס געווען א טעות וואס האט עס געמאכט געשען, אמעריקע איז נאך פיל א שטערקערע כח ווי ס'האט נאר אמאל עקזיסטירט, ס'איז פשוט אז סאיז כמעט אומעגליך צו אנהאלטן אזא קאנטראל די טפשות ליגט אין זיך איינרעדן אז יא,

אין זיבן טעג גייט מען זאגן "הממליך מלכים ולו המלוכה" דער אייבערשטער איז דער איינציגער קעניג וואס לעבט אויף אייביג, און בקרוב וועט עס יעדער איינזעהן.
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...

פאקטיש גערעדט, וואס מאכט עס אויס פאר א פשוט'ע בירגער?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 23931
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מלך החכמים האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:57 am

בריקס טא בריקס איז נאך א קריגעריי, אינדיע (וואס טוט מער ביזנעס מיט אמעריקע ווי די אנדערע לענדער) וויל ניצן די יורא אנשטאט די יאן, און כמיין אז זיי האבן געווינען.
א שמחת תמיד...
אוועטאר
מלך החכמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע:🌎

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

שרויפל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 10:14 am
אקעי איך אלץ אמעריקע אנערקענט דעם פראבלעם און איך בין גרייט זיך צו טוישן...

איך גלייב שווער עפעס גייט זיך טוישן אויב מעגליך בכלל....

אין די וועלט'ס היסטאריע כסדר געווען וועלט דאמינירענדע דיקטאטורן וואס זענען געקומען און געגאנגן אייביג איז עס געווען א טעות וואס האט עס געמאכט געשען, אמעריקע איז נאך פיל א שטערקערע כח ווי ס'האט נאר אמאל עקזיסטירט, ס'איז פשוט אז סאיז כמעט אומעגליך צו אנהאלטן אזא קאנטראל די טפשות ליגט אין זיך איינרעדן אז יא,

אין זיבן טעג גייט מען זאגן "הממליך מלכים ולו המלוכה" דער אייבערשטער איז דער איינציגער קעניג וואס לעבט אויף אייביג, און בקרוב וועט עס יעדער איינזעהן.

יא, איך פארשטיי בעסער ווי פיין אז אמעריקא וועט נישט קעניגען👑אייביג…

גיי זאג צוויי טויזענט יאר צוריק פארן רוימער, אדער פופצען הינדערט יאר צוריק פארן גריך, סהעט נאך זיין א טאג וואס נישט יעדער העט וויסען אז ענקער לאנד׳ס וועלט אימפעריא האט בכלל עקזיסטירט…. ער וואלט עס אנגעקיקט ווי אביסעלע איבערגעטריבן!..

פשוט די יעצטיגע דעוועלאפמענט זעהט נישט אויס בכח צו זיין ממש די מכה בפטיש פינעם אמעריקאנע׳ם איטערגאנג, עפעס גרעסער וועט דארפן פאסירען [באשעפער האלט דיין רעכטע האנט] עס צו קענען אוועקלייגן.

אין די כינע׳זע שוהלעס לערנט מען אז די וועלט דאמינענץ טוישט זיך יעדע ארום הינדערט יארע;
לעצטנס: קודם די רוסישע אימפעריא, דאן די טערקישע [אטאמענישע] אימפעריא, דאן די ענגלישע אימפעריא, זייט די וועלט מלחמה איז עס אמעריקא, יעצט שיפטן זאכן צו טשיינע.

קיינער קען נישט זאגן צו דאס איז וואר אדער נישט,
הקב״ה איז די ״הממליך מלכים״ ,
אבער פין די מנהגי הטבע זעהט נישט אויס ווי עס פאסירט היינט נאכט.
א׳גיטן, קום אריין זיך אויסליפטערן —— אבער נאר ווען סטרעסספרי!
viewtopic.php?t=65842
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אבער אויסער אביסל רואיגקייט גייט עס עפעס טוישן פאר (נישט) פשוט'ע בירגער צו אזווי מיר?
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
מלך החכמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע:🌎

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

שרויפל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:38 pm
אבער אויסער אביסל רואיגקייט גייט עס עפעס טוישן פאר (נישט) פשוט'ע בירגער צו אזווי מיר?
נעעעע,🎵שלאף זיס מיין קינד מיין לובער קינד🎶
א׳גיטן, קום אריין זיך אויסליפטערן —— אבער נאר ווען סטרעסספרי!
viewtopic.php?t=65842
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:22 pm
@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??

וואס האט פאסירט צו אלע אנדערע הבטחות וואס אמעריקע האט אמאל געגעבן פאר אסאך אנדערע לענדער??? דו ברויכסט פארשטיין אז צוזאגן און ליבהאבן קאסט נישט קיין געלט...

און דער אמת איז אז דער וואס האט נעכטן צוגעזאגט איז שוין היינט אין קבר אין דאס וואס מען זאגט היינט צו גייט מארגן עקספיערן
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:22 pm
@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??
איך מיין אז דו מאכסט א גרויסע טעות!

אין 2014 איז דזשוינען נאטא געווען א אומרעאליסטישער חלום פאר אוקריינא פון יעדע שטאנדפונקט. און ווילאנג יאנקאוויטש איז געווען ביי די מאכט איז אוקריינא זיכער נישט נאנט געווארן אדער אפילו פרובירט נאנט צו ווערן מיט די מערב וועלט. און תיכף דערנאך האט שוין פוטין אנגעהויבן מיט זיינע אגרעסיעס. סאו ווען פונקטליך איז די דערנענטערונג וואס האט אויפגעברויזט פוטין פארגעקומען?

לגבי די הבטחה פון די ניינציגער יארן רעדסטו אוודאי פון די מינסק אפמאך. וועלכע סעיף האט אמעריקא נישט איינגעהאלטן? אויב איינער האט געבראכן די מינסק אפמאך איינמאל און נאכאמאל איז עס רוסלאנד.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.

@בן נחום , האו עבאוט אז אמעריקא ברויכט נישט איינהאלטן די ווארשעווער פאקט זינט רוסלאנד האט אומאויפהערליך געבראכן די מינסק אפמאך?

די רובל איז גאר גאר שטארק געפאלן אפילו דו שרייבסט אז נישט. גיי קוק עס נאך.

און לגבי מערב וועלט סופארט פאר אוקריינא לעבסטו אין טאטאלע לאלא לענד, סארי פארן זאגן, אבער די מיליטערישע מצב אויפן פראנט איז אין אוקריינא’ס פעיוואריט. אלעס אדאנק מערב וועלט הילף.

איינמאל דיינע נישט געשטויגענע פאקטן זענען אויסגעבלאזן וועל איך לאזן די רעשט פון די בנין אליינס צופאלן.

לחיים!

און ביטע שיק מיר א ליסט פון די ”נאך פילע” וואס האבן אריינגעשיקט אפליקאציעס צו אריינגיין אין בריקס.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אה''ו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:10 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:22 pm
@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??
איך מיין אז דו מאכסט א גרויסע טעות!

אין 2014 איז דזשוינען נאטא געווען א אומרעאליסטישער חלום פאר אוקריינא פון יעדע שטאנדפונקט. און ווילאנג יאנקאוויטש איז געווען ביי די מאכט איז אוקריינא זיכער נישט נאנט געווארן אדער אפילו פרובירט נאנט צו ווערן מיט די מערב וועלט. און תיכף דערנאך האט שוין פוטין אנגעהויבן מיט זיינע אגרעסיעס. סאו ווען פונקטליך איז די דערנענטערונג וואס האט אויפגעברויזט פוטין פארגעקומען?

לגבי די הבטחה פון די ניינציגער יארן רעדסטו אוודאי פון די מינסק אפמאך. וועלכע סעיף האט אמעריקא נישט איינגעהאלטן? אויב איינער האט געבראכן די מינסק אפמאך איינמאל און נאכאמאל איז עס רוסלאנד.
ער מיינט מסתמא 2008 אונטער בוש.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

שרויפל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:36 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:22 pm
@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??

וואס האט פאסירט צו אלע אנדערע הבטחות וואס אמעריקע האט אמאל געגעבן פאר אסאך אנדערע לענדער??? דו ברויכסט פארשטיין אז צוזאגן און ליבהאבן קאסט נישט קיין געלט...

און דער אמת איז אז דער וואס האט נעכטן צוגעזאגט איז שוין היינט אין קבר אין דאס וואס מען זאגט היינט צו גייט מארגן עקספיערן
אה נו דאס איז וואס איך וויל ארויסברענגן.
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אה''ו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:10 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:22 pm
@בן נחום האט דערמאנט א נקודה פון וואס איך טראכט שוין א שטיק צייט, און איך בין נייגעריג וואס די ענפער אויף דעם איז.
די פאקט איז אז אמעריקע האט צו געזאגט פאר רוסלאנד אז אוקריינע גייט בלייבן אפגערוקט פון די מערב וועלט כדי רוסלאנד זאל זיך שפירן רואיג, למעשה פון אביסל פאר 2014 איז אוקריינע געווארן נענטער און נענטער מיט די מערב וועלט און אריינגיין אין נעטא איז געווארן א שטיקל רעדע,
סאו וואס איז אפעציעל די תירץ וואס אמעריקע ענפערט אויף דעם?

פון די אנדערע זייט האט אמעריקע פארשפראכן פאר אוקריינע זיי צו באשיצן אויב זיי גיבן אויף זייער נוקלעאר וואפן אין די ניינציגער יארן, וואס האט פאסירט מיט דעי הבטחה??
איך מיין אז דו מאכסט א גרויסע טעות!

אין 2014 איז דזשוינען נאטא געווען א אומרעאליסטישער חלום פאר אוקריינא פון יעדע שטאנדפונקט. און ווילאנג יאנקאוויטש איז געווען ביי די מאכט איז אוקריינא זיכער נישט נאנט געווארן אדער אפילו פרובירט נאנט צו ווערן מיט די מערב וועלט. און תיכף דערנאך האט שוין פוטין אנגעהויבן מיט זיינע אגרעסיעס. סאו ווען פונקטליך איז די דערנענטערונג וואס האט אויפגעברויזט פוטין פארגעקומען?

לגבי די הבטחה פון די ניינציגער יארן רעדסטו אוודאי פון די מינסק אפמאך. וועלכע סעיף האט אמעריקא נישט איינגעהאלטן? אויב איינער האט געבראכן די מינסק אפמאך איינמאל און נאכאמאל איז עס רוסלאנד.
אוקריינע האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו ווערן א נעטא מעמבער שוין אזוי פרי ווי אין 2008, זעקס יאר פאר פוטין האט אינוואדירט קריימיע.

איך רעד פון די 1994 אפמאך אין וועלכע אוקריינע האט זיך פארפליכטעט אויפצוגעבן זייער נוקלעאר ארסאנעל און אויסטויש פאר זיכערהייט גארענטיען פון אמעריקע און ענגלאנד.
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”