הרה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד זי"ע- ט"ו אלול תקמ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הונגרי
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:03 pm

צאצאי הרה"ק רבי יעקב קאפל חסיד זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונגרי »

האם ידוע על משפחות המיוחסות לרבי יעקב קופל חסיד מהיכלא דאור שבעת הימים הבעש"ט הק'? חוץ ממשפחות ויזניץ
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

הונגרי האט געשריבן: האם ידוע על משפחות המיוחסות לרבי יעקב קופל חסיד מהיכלא דאור שבעת הימים הבעש"ט הק'? חוץ ממשפחות ויזניץ

כמדומני שישנם כמה משפחות, אך איני זוכר כעת פרטים מדויקים.
לפי זכרוני, משפחת ניימאן ממאנסי הם נכדי רבי קאפיל חסיד
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

משפחת גרין פון דעשש זענען רבי קאפיל חסיד'ס אייניקלעך, בן אחר בן פון זיין טאכטער
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

מדומה לי שהר"ר יעקב קאפיל הלוי ברילאבסקי שיחי' מב"פ הינו נכד מרבי קאפיל חסיד זצ"ל
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

רבי קאפיל הלוי ברלובסקי הינו נכד בא"ב של הנודע ביהודה
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

וויא געזאגט כמעט אלע גרין'ס (פון ב"ב מאנסי בארא פארק ווימסבורג) זענען אייניקלעך פון רבי קאפיל חסיד
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

הה"ק רבי קאפיל חסיד זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

הה"ק רבי אורי סטרעליסקער האט חתונה גיהאט בזיוו"ש מיט א טאכטער פון ר"ק חסיד כמדומה זי האט גיהייסן בלומא. א) בזוו"ר האט זי חתונה גיהאט מיט איינער "הירש." ווייסט איינער וואס ער איז גיוועהן און פון ווי ער האט גישטאמט און וואס איז גיוועהן זיין ערשטע נאמען?
כ'בין א תם - נישט א נער
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

תמימות'דיגער האט געשריבן: הה"ק רבי אורי סטרעליסקער האט חתונה גיהאט בזיוו"ש מיט א טאכטער פון ר"ק חסיד כמדומה זי האט גיהייסן בלומא. א) בזוו"ר האט זי חתונה גיהאט מיט איינער "הירש." ווייסט איינער וואס ער איז גיוועהן און פון ווי ער האט גישטאמט און וואס איז גיוועהן זיין ערשטע נאמען?

זיין ערשטע נאמען איז געווען: ר' צבי.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

זיין נאמען איז געווען רבי צבי הירש .משפחת גרין זענען זיינע אייניקלעך.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א חסיד האט געשריבן: משפחת גרין פון דעשש זענען רבי קאפיל חסיד'ס אייניקלעך, בן אחר בן פון זיין טאכטער

א חסיד האט געשריבן: וויא געזאגט כמעט אלע גרין'ס (פון ב"ב מאנסי בארא פארק ווימסבורג) זענען אייניקלעך פון רבי קאפיל חסיד

א חסיד האט געשריבן: זיין נאמען איז געווען רבי צבי הירש .משפחת גרין זענען זיינע אייניקלעך.

קודם כל זענען משפחת גרין נישטקיין בא"ב פון דעם ר' צבי הירש.

יעצט די סדר היחוס פון משפחת גרין צו רבי קאפיל חסיד איז אזוי:
▪ רבי יעקב קאפיל חסיד מקאלאמייא
▪ בתו: מרת בלימא, אשת ר' צבי הירש
▪ בנם: ר' יוסף יצחק הירש מדעעש
▪ בתו: מרת הענדל, אשת ר' משה גרין מראגנא
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

טריסקער האט געשריבן:

שמעתי אז משפחת לעוו [סאטמאר] פון לאנדאן זענען אייניקלעך פון ר"ק חסיד. יעצט מיין שאלה גייט אזוי א) זענען זיי אייניקלעך פון דער רבי יוסף יצחק הירש פון דעעש, ווייל די לעצטע איבערגעבליבענער פון די ברידער לבית לעוו איז הרב החסיד הישיש רבי יוסף יצחקשליט"א מראשי ק"ק מהר"א סאטמאר לאנדאן. ב) די ראש משפחת לעוו הגה"ק רבי מרדכי יודא לעוו זצ"ל אינטערדאם'ער רב איז גיוועהן אן איידים ביי הרב אשר זעליג הירשזצ"ל שווער פון סענדזשארדזשע רב זצ"ל. איז ער אויך פון די משפחת הירש? [ ג) ווער איז ער גיוועהן דער רבי אשר זעליג הירש?]
כ'בין א תם - נישט א נער
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

תמימות'דיגער האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן: משפחת גרין פון דעשש זענען רבי קאפיל חסיד'ס אייניקלעך, בן אחר בן פון זיין טאכטער

א חסיד האט געשריבן: וויא געזאגט כמעט אלע גרין'ס (פון ב"ב מאנסי בארא פארק ווימסבורג) זענען אייניקלעך פון רבי קאפיל חסיד

א חסיד האט געשריבן: זיין נאמען איז געווען רבי צבי הירש .משפחת גרין זענען זיינע אייניקלעך.

קודם כל זענען משפחת גרין נישטקיין בא"ב פון דעם ר' צבי הירש.

יעצט די סדר היחוס פון משפחת גרין צו רבי קאפיל חסיד איז אזוי:
▪ רבי יעקב קאפיל חסיד מקאלאמייא
▪ בתו: מרת בלימא, אשת ר' צבי הירש
▪ בנם: ר' יוסף יצחק הירש מדעעש
▪ בתו: מרת הענדל, אשת ר' משה גרין מראגנא

שמעתי אז משפחת לעוו [סאטמאר] פון לאנדאן זענען אייניקלעך פון ר"ק חסיד. יעצט מיין שאלה גייט אזוי א) זענען זיי אייניקלעך פון דער רבי יוסף יצחק הירש פון דעעש, ווייל די לעצטע איבערגעבליבענער פון די ברידער לבית לעוו איז הרב החסיד הישיש רבי יוסף יצחקשליט"א מראשי ק"ק מהר"א סאטמאר לאנדאן. ב) די ראש משפחת לעוו הגה"ק רבי מרדכי יודא לעוו זצ"ל אינטערדאם'ער רב איז גיוועהן אן איידים ביי הרב אשר זעליג הירשזצ"ל שווער פון סענדזשארדזשע רב זצ"ל. איז ער אויך פון די משפחת הירש? [ ג) ווער איז ער גיוועהן דער רבי אשר זעליג הירש?]

א) נאר א טייל פון די לעוו משפחה זענען אייניקלעך פון דעם אויבנדערמאנטן ר' יוסף יצחק הירש.

~ הסדר יחוס כדלהלן:
▪ ר' יוסף יצחק הירש מדעעש
▪ חתנו: ר' שלמה מאייער לודוויג
▪ חתנו: ר' ישראל יששכר (בעריש) לעוו (ב"ר אשר זעליג בן אבד"ק אינטערדאם).

ב) יש אומרים אז ר' אשר זעליג איז געווען א ברודער פון ר' יוסף יצחק, און זיין טאטע איז דער ר' צבי חתן רבי קאפיל חסיד.

ג) ר' אשר זעליג הירש איז געווען א גבאי צדקה אין 'אורישוואר'.

בשו"ת מראה יחזקאל חלק ב' סימן קמ"ו מסופר שקנה ספר תורה, ומחמת ארכו לא נכנס לארון הקודש, ודנו הפוסקים האם מותר לחתוך את הקלף מלמעלה ולמטה על מנת שיוכל הספר להיכנס לארון קודש.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2782
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:
הונגרי האט געשריבן: האם ידוע על משפחות המיוחסות לרבי יעקב קופל חסיד מהיכלא דאור שבעת הימים הבעש"ט הק'? חוץ ממשפחות ויזניץ

כמדומני שישנם כמה משפחות, אך איני זוכר כעת פרטים מדויקים.
לפי זכרוני, משפחת ניימאן ממאנסי הם נכדי רבי קאפיל חסיד

עס איז דא א מארמרושער משפחה "פערל" וואס זיי זענען אייניקלעך איך ווייס פון איינער פון זיי וואס וואוינט אין קרית יואל [דם אני צאצא לאותו משפחה אבל לא מאותו זיווג שמתיחסת לר"ק]
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

נחום וואהלינער האט געשריבן: עס איז דא א מארמרושער משפחה "פערל" וואס זיי זענען אייניקלעך

וויאזוי?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2782
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מה ידידות האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן: עס איז דא א מארמרושער משפחה "פערל" וואס זיי זענען אייניקלעך

וויאזוי?

כ'ווייס נישט אויסעווייניג שפעטער קען איך בודק זיין מיינע רשימות
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

זענען די אייניקלעך פון הרה"ק רבי אורי סטרעליסק פון זיוג שני ?
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן: זענען די אייניקלעך פון הרה"ק רבי אורי סטרעליסק פון זיוג שני ?

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן: השרף רבי אורי מסטערליסק זי"ע נולד לאביו רבי פנחס בשנת תקי"ז. הוא היה תלמיד מובהק של הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע. בזו"ש הוא היה חתן רבי יעקב קאפיל חסיד מקולומייא. וזכה לכינוי "השרף" בגלל התלהבותו העצומה בתפילה. הוא נסתלק כ"ג אלול תקפ"ו, ובנו רבי שלמה נסתלק כמה חודשים אחריו בכ"ב טבת תקפ"ז. תלמידו המובהק היה הרה"ק רבי יהודא צבי מסטרעטין זי"ע.

פון דא איז נולד געווארען א טעות אז א חלק סטרעליסקער אייניקליך פארופען זיך נכדי רבי יעקב קאפיל חסיד(טאטע פונעם אהבת שלום. מקאסוב, ) ווייל פון דעם זיווג האט ער נישט געהאט קינדער.

גענומען פון דא viewtopic.php?f=31&t=18219
כ'בין א תם - נישט א נער
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

זי איז געווען אן אייניקל אבער מען ווייסט נישט וויאזוי.
למעשה ווי די אייניקלעך דערציילן איז זי נישט געווען אן אייניקל פונעם אהבת שלום נאר פון רבי קאפל חסיד זצ"ל
ארטאדאקס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטאדאקס »

א חסיד האט געשריבן: וויא געזאגט כמעט אלע גרין'ס (פון ב"ב מאנסי בארא פארק ווימסבורג) זענען אייניקלעך פון רבי קאפיל חסיד

עס איז געווען אין סיגוט ר' מענדל גרין שו"ב ע"ה בן ר' משה איז ער אויך א אייניקל ?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אטע דאס האב איך ערהאלטן פון א גוטן פריינד אין אימעיל:

לכבוד ידידי היקר הי"ו,
בנוגע דעם אשכול אויף אייוועלט: "צאצאי הרה"ק רבי קאפיל חסיד זצ"ל".
ווי דערמאנט אין דעם אשכול אז משפחת גרין [נכדי ר' משה גרין ז"ל מראגנא] זענען אייניקלעך פון רבי קאפיל חסיד זי"ע דורך זיין טאכטער הרבנית בלומא ע"ה, דורך איר ערשטן זיווג (בזיווג שני איז זי געווען מחברתו הטהורה פון הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע. לעצטנס האט מען אנטדעקט א חלק פון איר מציבה ביים אוהל הק' אין סטרעליסק)
ס'איז אבער דא חילוקי דעות איבער דעם סדר היחוס.

טייל זאגן טאקע אזוי ווי 'א חסיד' און 'טריסקער' האבן געברענגט אז ר' משה גרין'ס שווער ר' יוסף יצחק [אייזיק] ב"ר צבי הירש איז געווען א זון פון הרבנית בלומא בת רבי קאפיל חסיד זי"ע.

לויט די גירסא אז ר' צבי הירש איז געווען אן איידעם ביי רבי קאפיל חסיד, זענען די אנדערע הירש'ס אויך אייניקלעך פון רבי קאפיל, נישט נאר ר' יוסף אייזיק הירש'ס קינדער.
אנדערע זאגן אבער אז דער יחוס צו רבי קאפיל חסיד גייט נישט דורך ר' יוסף אייזיק הירש אליינס, נאר דורך זיין פרוי מרת פרידא מילכה, און אז זי איז געווען די טאכטער פון הרבנית בלומא בת רבי קאפיל חסיד.

אויף די מציבה פון פרידא מילכה (מקום מנוחתה איז אין מאיע א שטעטל נעבן דעעש) שטייט אז איר פאטער האט געהייסן ר' מנחם הלוי ז"ל.
לויט די גירסא איז ר' צבי הירש נישט געווען אן איידעם ביי ר' קאפיל חסיד, און משפ' הירש זענען נישט קיין אייניקלעך פון ר' קאפיל, און נאר די קינדער פון ר' יוסף אייזיק הירש וזוגתו פרידא מילכה זענען אייניקלעך.

אין רוב היינטיגע "געדרוקטע" ספרי יוחסין ווערט געברענגט די ערשטע גירסא (לדוגמא אינעם ספר "חיים שיש בהם" אויף פרקי אבות [פון ר' יצחק שרגא גראס שליט"א] האט ער אריינגעלייגט זיין מגילת יוחסין און דארט שטייט אויך לויט דעם סדר: רבי משה גרין מראגנא, חתן ר' יוסף יצחק הירש ב"ר צבי הירש חתן ר' יעקב קאפיל חסיד). אין די לעצטערע וויזניצער תולדות ספרים ווערט אויך דערמאנט ר' צבי הירש אלס דער זיווג ראשון פון הרבנית בלומא ע"ה, אבער דאס איז לכאורה גענומען פון די זעלבע מקורות פון די גרין-הירש משפחה, אבער אין די משפחה אליינס ווייסט מען אז ס'איז דא מפקפקים דערויף.

די חילוקי דעות זענען נישט פון היינט. די זקנים מלחמה-איבערלעבער פון די משפחה האבן זיך שוין געטענה'ט אויף דעם [לכאורה איין דור פריער אינדערהיים האט מען נאך יא געוואוסט גענוי דעם סדר היחוס, און אינטערסאנט ווי דאהי איז שוין געווארן אזא אומקלארקייט אין דעם]
אין א בריוו וואס ר' משה גרין ע"ה פון וויליאמסבורג (פאטער פון משפ' גרין, פון די בעקעריי\רעסטוראנט) האט געשריבן אין די ל' יארן פאר עמיצן מבני משפחתו וואס האט אים אנגעפרעגט דעם יחוס, שרייבט ער אויך אז ר' צבי הירש איז געווען דער זיווג ראשון פון הרבנית בלומא ע"ה. [אין יענעם בריוו איז אבער דא אנדערע זאכן וואס קוקן אויס ווי א ערבוב דברים, ממילא קען זיין אז די העתקה דערפון איז געווען בטעות].

צווישן די קראנטסטע מקורות פאר די צווייטע גירסא, איז געווען האשה הישישה מרת בלומא (אשת ר' מרדכי יודא) דייטש ע"ה. לויט ווי אירע קינדער און אייניקלעך האבן געהערט פון איר, און שמעתי אז ס'איז אויך דא רעקארדירטע שמועסן פון איר וואו זי פארציילט זכרונות און פון די משפחה אינדערהיים, און איר יחוס והמסתעף.
זי איז געווען גאנץ א נאנטע אייניקל. איר מוטער מרת שרה רבקה (אשת ר' מאיר האללענדער) איז געווען א טאכטער פון מרת הענדל (אשת ר' משה גרין מראגנא) וועלכע איז געווען א רעכטע אייניקל פון הרבנית בלומא ע"ה.
מרת דייטש ע"ה פלעגט זאגן אז זי איז א "בת אחר בת" פון הרבנית בלומא בת ר' קאפיל חסיד. לויט ווי זי האט אויסגערעכנט איר יחוס: בלומא בת שרה רבקה בת הענדל בת פרידא מילכה בת בלומא ב"ר קאפיל חסיד.

דאס איז מזכרוני איבער דעם ענין. די שאלות און ספיקות האב איך שוין יארן, און אדרבה, ווער עס ווייסט מער פרטים, אדער אויב איינער האט שוין יא פעסטגעשטעלט די ספיקות זאל עס דא ארויפשטעלן, אדער אויב עמיצער וויל זיך פארבינדן מיט מיר, קענסטו געבן מיינע פרטים אין אישית.
יישר כח פאר'ן ארויפשטעלן די שורות.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

שאץ מאץ האט געשריבן: אטע דאס האב איך ערהאלטן פון א גוטן פריינד אין אימעיל:

אויפן מצבה פון מרת בלומא דייטש שטייט עס טאקע אויך אזוי ארויסגעשריבן אז פרידה מילכה בת בלומא
און חוץ מרת דייטש זענען געווען נאך עטליכע מדור הישן וואס האבן אויך אזוי געדענקט דעם יוחס, ר' אשר ענזיל גאלדשטיין ע"ה, ר' יוסף אייזיק וויינבערגער ע"ה, ר' חיים מרדכי הירש ע"ה, ר' חיים בונם הירש ע"ה

אבער עכ"ז איז שטארק מסתבר צו זאגן אז ר' יוסף יצחק הירש איז געווען דער זון פון בלומא בת ר' קאפל

דער אודווארי רב ז"ל איז געווען אן אייניקל פון ר' אשר זעליג הירש מ'ארישאר און ער האט אויך געדענקט אז זיי זענען געווען אייניקלעך פון ר' קאפל,
כ'האב נאכגעהערט בשמו אז ער האט עס איבערגעפרעגט און עס מברר געווען ביי אדמו"ר וויזניץ מאנסי לאיו"ט

בכלל איז דא א ספק וואס מ'דארף מברר זיין לויט די יארן אויב ס'פעהלט נישט א דור אינדערמיט צווישן בלומא און פרידא מילכה אדער איר מאן ר' יוסף יצחק

איך געדענק נישט יעצט פון וועם מ'זאגט עס נאך, פון פארן קריג, אז כמעט גאנץ זיבענבערגן פלעגן זיך פארריפען אלץ אייניקלעך פון ר' קאפל חסיד (ס'זיכער א ריזיגע גוזמא, אבער פרידא מילכה און ר'יוסף יצחק הירש אליינס האבן געהאט א ריזיגע משפחה עטליכע טויזנט אייניקלעך)
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום מיטוואך פעברואר 08, 2017 8:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

איך האב געהערט אז דער באקאנטער מלחין הניגונים ר' יוסי גרין איז אויך אן אייניקל

ווי אויך אז יודא גרין דער קומזיץ זינגער איז אויך

נייגעריג אויב ס'איז אמת
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום מיטוואך פעברואר 08, 2017 7:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

רבי יעקב קאפיל חסיד זצ"ל

נישט
רבי קאפיל חסיד זצ"ל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ר' צבי הירש דער פאטער פון ר' יוסף אייזיק הירש ליגט אינעם דעש ביה"ח לעבן די צווייטע אוהל פון די דיינים, הלוואי קען איך שאפן א קלארע בילד דערפון

מ'דערציילט אז דער ר' צבי איז געווען דער ערשטער וואס ליגט אינעם דעש'ער בית החיים, מ'האט מחנך דעם ביה"ח ביי זיין פטירה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

moishy56 האט געשריבן: רבי יעקב קאפיל חסיד זצ"ל

נישט
רבי קאפיל חסיד זצ"ל

ריכטיג מ'וואלט געמעגט פארריכטן דעם קעפל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”