שמוציגע פאליטיק

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נתאי הארבלי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:17 pm
שכוח הבל זייער אינטערעסאנט!

די קעפל האט מיך שוין דערשראקן...
ביטע מיר אנטשולדיגן

נישט דאס געזוכט

ביטע מיר פארצייען
אוועטאר
דאני
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

נתאי הארבלי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:17 pm
שכוח הבל זייער אינטערעסאנט!

די קעפל האט מיך שוין דערשראקן...
פארוואס דערשראקן די צוויי ווערטער באלאנגען צוזאמען
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
נתאי הארבלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:18 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:17 pm
שכוח הבל זייער אינטערעסאנט!

די קעפל האט מיך שוין דערשראקן...
ביטע מיר אנטשולדיגן

נישט דאס געזוכט

ביטע מיר פארצייען
נישטא פארוואס, נישט געמיינט אלס פראבלעם בכלל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12327
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

@הכל הבל מיט זאפטיגע פארציעס היסטאריע, ווען נישט איך גלייך אויך היינטיגע פאליטיק וואלט איך געזאגט זאלסט נאר שרייבן אלטע היסטאריע, ביזט פיינע נייעס.
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

@הכל הבל א גרויסן יישר כח
עכט באלערנבאר און אנגענעם
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@הכל הבל א גרויסן דאנק! ווי שטענדיג באלעקן מיר זיך מיט דיינע רייך סערווירטע מאלצייטן
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7702
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מאסיוו!!!

כ'האף נאר אז דאס גייט נישט נאכפאלגן מיט א באזונדערע "בלויז נייעס" און קאמענטארן אשכול...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האלצשטיין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:59 pm
מאסיוו!!!

כ'האף נאר אז דאס גייט נישט נאכפאלגן מיט א באזונדערע "בלויז נייעס" און קאמענטארן אשכול...

א דאנק פאר דיר און אלע אנדערע פידבעק!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

גאוואלדיג.
ליין מיט דוירשט
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

זייער געשמאק און אינפארמאטיוו, כ'ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז די ציבור איז נישט אינטרעסירט, די ציבור איז שוין איינמאל אינטרעסירט
ייש"כ, גיי אן ווייטער!
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די קאמפיין אין 1800 למספרם איז געווען א גאר ביטערע ווען וויצע פרעזידענט טאמאס דזשעפערסאן האט זיך פארמאסטן אקעגן פרעזידענט דזשאן עדעמס

עדעמס איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אויף די פעדעראליסט פארטיי טיקעט און דזשעפערסאן אויף די דעמאקראטיש רעפובליקאנע טיקעט

דאס איז געקומען 4 יאר נאך וואס עדעמס האט שמאל באזיגט דזשעפערסאן און דזשעפערסאן איז געווארן ערוועלט אלס זיין וויצע פרעזידענט

אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזוי איינגעפירט אז פרעזידענט זאלן ארומגיין אקטיוו קאמפיינען און קאנדידאטן האבן זיך געפארכט אז זיי וועלן ווערן באטראכט ווי בלויז דעמאגאגן

דזשעפערסאן האט דאן רעקרוטירט עימיצן מיטן נאמען דזשעימס קאלענדער צו טוהן די שמוציגע ארבעט פאר אים צו פארשמירן די נאמען פון עדעמס אבער פרעזידענט עדעמס האט זיך געהאלטן מער פרעסטיזשפול און זיך נישט געוואלט אראפלאזן צו אזא שטאפל

קאלענדאר האט געמאכט א גאנץ פיינע ארבעט און באוויזן צו איבערצייגן פילע אמעריקאנער אז עדעמס איז געווען אויסן צו אטאקירן פראנקרייך טראץ וואס אזא פלאן האט קיינמאל נישט עקזיסטירט

די עדעמס לאגער האט אבער שפעטער אויך גענוצט געוויסע טאקטיקן אונטערצוהאקן די דזשעפערסאן און בעפאר די וואלן פארשפרייט א מעסעדזש אז דזשעפערסאן איז געשטארבן און מען קען מער נישט שטימען פאר אים

דזשעפערסאן האט עווענטועל באזיגט עדעמס אבער קאלענדאר איז געווארן אריינגעשליידערט אין טורמע פאר זיין פאלשע פארלוימדונגען אקעגן עדעמס

ווען ער איז געווארן באפרייט אין 1801 למספרם איז ער געבליבן שטארק אנגעווייטאגט אויף דזשעפערסאן שפורנדיג אז ער האט געטוהן די שווארצע ארבעט און באצאהלט א פרייז אין די צייט וואס די קאנדידאט אטיז ארויס א זיגער און בלויז בענעפיטירט פונעם געשעפט

דזשעפערסאן האט זיך נישט איבערגעשטרענגט זיך אויסצוגלייכן מיט אים קאלענדאר ועלכע האט אין הארץ געשוואוירן זיך אפצורעכענען מיט אים און די געלעגנהייט האט נישט פארפאסט צו קומען

אין 1802 למספרם האט קאלענדאר אין א סעריע ארטיקלען ברייט באשטעטיגט באשולדיגונגען וואס זענען ביז דאן געווען בלויזע קלאנגען וואס זענען נישט געווארן אנגענומען איבער אומפאסיגע באציאונגען צווישן דזשעפערסאן מיט איינע פון זיינע קנעכט און די נעגאטיווע פובליסיטי איבער דעם האט באגלייט דעם פרעזידענט פאר די רעשט פון זיין לעבן

טראץ וואס אסאך היסטאריקער מאכן אוועק די באשולדיגונג אלס בלויזע קאלענדאר פראפאגאנדע האבן געוויסע אונטערזוכונגען אין 1998 למספרם פעסטגעשטעלט אז יש דברים בגו און אז האט מעגליכע האפט

די צוויי פריינד, עדעמס און דזשעפערסאן וועלכע זענען געווארן ארכי פיינט האבן שפעטער באנייט זייער פריינדשאפט וועלכע האט אנגעהאלטן ביז זייער לעצטע טאג אום יולי 4 1826 למספרם ווען ביידע זענען געשטארבן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:47 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:58 pm
זייער געשמאק און אינפארמאטיוו, כ'ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז די ציבור איז נישט אינטרעסירט, די ציבור איז שוין איינמאל אינטרעסירט
ייש"כ, גיי אן ווייטער!
יישר!
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:31 am
די קאמפיין אין 1800 למספרם איז געווען א גאר ביטערע ווען וויצע פרעזידענט טאמאס דזשעערסאן האט זיך פארמאסטן אקעגן פרעזידענט דזשאן עדעמס

עדעמס איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אויף די פעדעראליסט פארטיי טיקעט און דזשעפערסאן אויף די דעמאקראטיש רעפובליקאנע טיקעט

דאס איז געקומען 4 יאר נאך וואס עדעמס האט שמאל באזיגט דזשעפערסאן און דזשעפערסאן איז געווארן ערוועלט אלס זיין וויצע פרעזידענט

אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזוי איינגעפירט אז פרעזידענט זאלן ארומגיין אקטיוו קאמפיינען און קאנדידאטן האבן זיך געפארכט אז זיי וועלן ווערן באטראכט ווי בלויז דעמאגאגן

דזשעפערסאן האט רדאן עקרוטירט עימיצן מיטן נאמען דזשעימס קאלענדער צו טוהן די שמוציגע ארבעט פאר אים צו פארשמירן די נאמען פון עדעמס אבער פרעזידענט עדעמס האט זיך געהאלטן מער פרעסטיזשפול און זיך נישט געוואלט אראפלאזן צו אזא שטאפל

קאלענדאר האט געמאכט א גאנץ פיינע ארבעט און באוויזן צו איבערצייגן פילע אמעריקאנער אז עדעמס איז געווען אויסן צו אטאקירן פראנקרייך טראץ וואס אזא פלאן האט קיינמאל נישט עקזיסטירט

די עדעמס לאגער האט אבער שפעטער אויך גענוצט געוויסע טאקטיקן אונטערצוהאקן די דזשעפערסאן און בעפאר די וואלן פארשפרייט א מעסעדזש אז דזשעפערסאן איז געשטארבן און מען קען מער נישט שטימען פאר אים

דזשעפערסאן האט עווענטועל באזיגט עדעמס אבער קאלענדאר איז געווארן אריינגעשליידערט אין טורמע פאר זיין פאלשע פארלוימדונגען אקעגן עדעמס

ווען ער איז געווארן באפרייט אין 1801 למספרם איז ער געבליבן שטארק אנגעווייטאגט אויף דזשעפערסאן שפורנדיג אז ער האט געטוהן די שווארצע ארבעט און באצאהלט א פרייז אין די צייט וואס די קאנדידאט אטיז ארויס א זיגער און בלויז בענעפיטירט פונעם געשעפט

דזשעפערסאן האט זיך נישט איבערגעשטרענגט זיך אויסצוגלייכן מיט אים קאלענדאר ועלכע האט אין הארץ געשוואוירן זיך אפצורעכענען מיט אים און די געלעגנהייט האט נישט פארפאסט צו קומען

אין 1802 למספרם האט קאלענדאר אין א סעריע ארטיקלען ברייט באשטעטיגט באשולדיגונגען וואס זענען ביז דאן געווען בלויזע קלאנגען וואס זענען נישט געווארן אנגענומען איבער אומפאסיגע באציאונגען צווישן דזשעפערסאן מיט איינע פון זיינע קנעכט און די נעגאטיווע פובליסיטי איבער דעם האט באגלייט דעם פרעזידענט פאר די רעשט פון זיין לעבן

טראץ וואס אסאך היסטאריקער מאכן אוועק די באשולדיגונג אלס בלויזע קאלענדאר פראפאגאנדע האבן געוויסע אונטערזוכונגען אין 1998 למספרם פעסטגעשטעלט אז יש דברים בגו און אז האט מעגליכע האפט

די צוויי פריינד, עדעמס און דזשעפערסאן וועלכע זענען געווארן ארכי פיינטהאבן שפעטער באנייט זייער פריינדשאפט וועלכע האט אנגעהאלטן ביז זייער לעצטע טאג אום יולי 4 1826 למספרם ווען ביידע זענען געשטארבן
וואס איז געשען יולי 4 1826 צו ביידע?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:37 pm

זיי האבן אויפגעהערט צו לעבן

אויפן טויטן בעטל האט עדעמס געזאגט זיינע לעצטע ווערטער צו בארואיגן אמעריקאנער: טאמאס דזשעפערסאן לעבט נאך

ער האט אבער געגרייזט ווייל דזשעפערסאן איז געשטארבן 5 שטונדן בעפאר
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הערליך, גיי אן הבל
דיין אלטער חבר א נייער.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:07 pm
הערליך, גיי אן הבל
דיין אלטער חבר א נייער.
א דאנק!
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7063
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך ווייס נישט וואס הבל ניצט, אבער זיינע ווערק ליינען זיך אויסנאם פליסיג און לייכט קלאר און זאכליך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
קלאסישע מוזיק
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:51 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאסישע מוזיק »

הבל:
איך קען שוין קוים ווארטן די זאלסט באשרייבען די שטוינענדע געשיכטע ווי א פרעזידענטליכע קאמפיין האט מאניפולירט עטליכע גאווערמענט אגענטורן צי פארדעכטיגען אין אויספארשען זייער קעגנער אלס א מיטארבעטער אין קאלאבארירער מיט א פיינטליך לאנד!
די ליינער וועלן נישט גלייבן אז אזאנס האט אמאל פאסירט אין אמעריקע...
א ליד דארף האבן ארגינעליטעט, אביסל חיות, א ספעציעלער ענרעגיע. דאס איז וואס עס נעמט ס’זאל זיך עכט האלטן!
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5076
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער אינטערעסאנט צו ליינען יעדע באזונדער!

די קעפל קען מען טוישן צו: שמוציגע פאליטיק אין היסטאריע
אוועטאר
עכט איך
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט איך »

יישר כח הבל!!

בין איך נייגעריג אויב הבל האט זעקס הענט... צו קענען שרייבן אזויפיל..
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:31 am
די קאמפיין אין 1800 למספרם איז געווען א גאר ביטערע ווען וויצע פרעזידענט טאמאס דזשעפערסאן האט זיך פארמאסטן אקעגן פרעזידענט דזשאן עדעמס

עדעמס איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אויף די פעדעראליסט פארטיי טיקעט און דזשעפערסאן אויף די דעמאקראטיש רעפובליקאנע טיקעט

דאס איז געקומען 4 יאר נאך וואס עדעמס האט שמאל באזיגט דזשעפערסאן און דזשעפערסאן איז געווארן ערוועלט אלס זיין וויצע פרעזידענט

אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזוי איינגעפירט אז פרעזידענט זאלן ארומגיין אקטיוו קאמפיינען און קאנדידאטן האבן זיך געפארכט אז זיי וועלן ווערן באטראכט ווי בלויז דעמאגאגן

דזשעפערסאן האט דאן רעקרוטירט עימיצן מיטן נאמען דזשעימס קאלענדער צו טוהן די שמוציגע ארבעט פאר אים צו פארשמירן די נאמען פון עדעמס אבער פרעזידענט עדעמס האט זיך געהאלטן מער פרעסטיזשפול און זיך נישט געוואלט אראפלאזן צו אזא שטאפל

קאלענדאר האט געמאכט א גאנץ פיינע ארבעט און באוויזן צו איבערצייגן פילע אמעריקאנער אז עדעמס איז געווען אויסן צו אטאקירן פראנקרייך טראץ וואס אזא פלאן האט קיינמאל נישט עקזיסטירט

די עדעמס לאגער האט אבער שפעטער אויך גענוצט געוויסע טאקטיקן אונטערצוהאקן די דזשעפערסאן און בעפאר די וואלן פארשפרייט א מעסעדזש אז דזשעפערסאן איז געשטארבן און מען קען מער נישט שטימען פאר אים

דזשעפערסאן האט עווענטועל באזיגט עדעמס אבער קאלענדאר איז געווארן אריינגעשליידערט אין טורמע פאר זיין פאלשע פארלוימדונגען אקעגן עדעמס

ווען ער איז געווארן באפרייט אין 1801 למספרם איז ער געבליבן שטארק אנגעווייטאגט אויף דזשעפערסאן שפורנדיג אז ער האט געטוהן די שווארצע ארבעט און באצאהלט א פרייז אין די צייט וואס די קאנדידאט אטיז ארויס א זיגער און בלויז בענעפיטירט פונעם געשעפט

דזשעפערסאן האט זיך נישט איבערגעשטרענגט זיך אויסצוגלייכן מיט אים קאלענדאר ועלכע האט אין הארץ געשוואוירן זיך אפצורעכענען מיט אים און די געלעגנהייט האט נישט פארפאסט צו קומען

אין 1802 למספרם האט קאלענדאר אין א סעריע ארטיקלען ברייט באשטעטיגט באשולדיגונגען וואס זענען ביז דאן געווען בלויזע קלאנגען וואס זענען נישט געווארן אנגענומען איבער אומפאסיגע באציאונגען צווישן דזשעפערסאן מיט איינע פון זיינע קנעכט און די נעגאטיווע פובליסיטי איבער דעם האט באגלייט דעם פרעזידענט פאר די רעשט פון זיין לעבן

טראץ וואס אסאך היסטאריקער מאכן אוועק די באשולדיגונג אלס בלויזע קאלענדאר פראפאגאנדע האבן געוויסע אונטערזוכונגען אין 1998 למספרם פעסטגעשטעלט אז יש דברים בגו און אז האט מעגליכע האפט

די צוויי פריינד, עדעמס און דזשעפערסאן וועלכע זענען געווארן ארכי פיינט האבן שפעטער באנייט זייער פריינדשאפט וועלכע האט אנגעהאלטן ביז זייער לעצטע טאג אום יולי 4 1826 למספרם ווען ביידע זענען געשטארבן
א גרויסן יישר כוח הרב @הכל הבל פאר די אשכול, מיר זענען אלע זייער פאראינטערעסירט דערין..

סתם צוצולייגן פאר ווער עס ווייסט נישט.

עדעמס איז געווען די ערשטע וויצע פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן און די צווייטע פרעזידענט, געוואונענדיג די עלעקשענס נאך וואס וואשינגטאן האט נישט געזוכט קיין דריטע טערם. די אויבנדערמאנטע עלעקשענס ווען דזשעפערסאן איז אנגעקומען איינס אונטער עדעמס איז געווען די ערשטע עלעקשענס נאך וואשינגטאן, און דעמאלטס פלעגט די צווייטע געוואונער ווערן די וויצע פרעזידענט.

דזשעפערסן די דריטע פרעזידענט האט נישט געוואלט שטעלן קאלענדער אויף א פאזיציע אין ווירדזשיניע נאך וואס ער איז ארויס פון תפיסה, און דערפאר איז קאלענדער ארויס מיט זיין באשולדינגונגען אנטקעגן דזשעפערסאן.

זיי זענען ביידע געווען פון די א.ג. "פאונדינג פאטער'ס"... דזשאסט אינטערסאנט צו זעהן אז די זעלבע שמוציגע פאליטיקס פון היינט איז דעמאלטס אויך געווען אויב נישט ערגער... דאס איז די נארמס...
אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלו (קהלת קאפיטל ז פסוק י.)
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:12 pm
א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!
דו וואלסט שוין געמעקט ווען אויפקומען מיט א אידישע ווארט אויף 'פידבעק'.
קלאסישע מוזיק
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:51 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאסישע מוזיק »

מעלה גרה?
א ליד דארף האבן ארגינעליטעט, אביסל חיות, א ספעציעלער ענרעגיע. דאס איז וואס עס נעמט ס’זאל זיך עכט האלטן!
קלאסישע מוזיק
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:51 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאסישע מוזיק »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 7:16 am
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:12 pm
א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!
דו וואלסט שוין געמעקט ווען אויפקומען מיט א אידישע ווארט אויף 'פידבעק'.
”אפקלאנג” איז מסתם די בעסטע ציגעפאסט.
א ליד דארף האבן ארגינעליטעט, אביסל חיות, א ספעציעלער ענרעגיע. דאס איז וואס עס נעמט ס’זאל זיך עכט האלטן!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין מאי 22 1856 למספרם האט דער מאסאטשוסעטס רעפובליקאנע אנטי קענכטשאפט סענאטאר טשארלס סאמנער אין א רעדע אדרעסירט די סענאט פלאר איבער די פראגע אויב קענסאס זאל זיך אנשליסן אין די פאראיינגטע שטאטן אלס א קנעכט סטעיט אדער א פרייע סטעיט

ער האט דאן שארף ארונטערגעריסן צוויי דעמאקראטישע סענאטארן, סטיווען דאגלעס פון אילינאי און ענדרו באטלער פון דרום קאראליינע פארן שטיצן קנעכטשאפט

באטלער וועלכע איז נישט געווען אנוועזנד האט באקומען א מילדע באהאנדלונג אקעגן דאס וואס דאגלעס האט אריינגעהויבן ווען אזעלכע אויסדרוקן ווי "דו ביזט נאמען'לאזע באשעפעניש (חי')" איז נאך געווען פון די שיינע באצייכענונגען

קאנגרעסמאן פרעסטאן ברוקס פון דרום קאראליינע האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט באטלער און ביים הערן איבער די זידל רייד וואס סאמנער האט גענוצט אקעגן באטלער האט ער באשלאסן אים אנצולערנען

ארגינעל האט ער געפלאנט צו דעבאטירן סאמנער מונדליך און דיסקוסירט די פלאן מיט א צווייטע דרום קאראליינע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן לאורענס קעיט אבער דער לעצטער האט אים ערקלערט אז סאמנער איז נישט קיין שטאטסמאן מיט וועם מען קען האבן דיסקוסיעס נאר א צופידלטער פארשוין וועלכע פארשטייט נאר ווילדע העצערישע שפראך

ברוקס האט באשלאסן אז אויב אזוי וועט ער טאקע רעדן די צווייטע סארט שפראך און ווען די סענאט האט געענדיגט איר טעגליכע סעסיע האט ברוקס אריבערשפאצירט צום סענאט און געפונען סאמנער אויף זיין זיץ און ער האט געהאלטן אינמיטן איינארדענען די פאפירן פון זיין רעדע

ברוקס האט זיך באנוצט מיט די מעטאלענע שפיץ פון זיין שטעקן און באפאלן דעם סענאטאר און אים געהאקט אין קאפ נאכאנאנד

סענאטאר דזשאן קריטענדען און קאנגרעסמאן עמבראוס מורעי האבן פרובירט אפצוהאלטן ברוק פון אומברענגן דעם סענאטאר אבער דאן איז קאנגרעסמאן קעיט צוגעשפרונגען און געפאכעט מיט זיין רעוואלווער אין זייער ריכטונג אלס א ווארענונג אז קיינער זאל נישט אינטערווענירן אין די געפעכט

סאמנער האט זיך איינגעקורטשעט אונטער זיין טישל אבער די קלעפ האבן נישט נאכגעלאזט און ערשט ווען די שטעקן האט זיך צובראכן און ברוקס האט זיך בארואיגט האט ער באוויזן אונטערצוהייבן דיעם טיש ווי א פאנצער און ארויסצולויפן מיט א צובלוטיגטן קאפ

סאמנער האט נישט געזעהן וואו ער לויפט וויל די בלוט האט אים צייטווייליג בלינד געמאכט און בלאקירט זיין זעה קראפט און ער איז אוועקגעפאלן באוואוסטלאז

ברוקס האט רואיג ארויסשפאצירט פון דארט אן דעם וואס איינע פון די צושויער זאל עפעס טוהן אים צו פארהאלטן און יענע נאכט זענען ביידע פארוואנדלט געווארן אין העלדן אין זייער פארטיי

ברוקס האט גראדע פארלאנגט מעדיצינישע הילף צוליב א קלאפ וואס ער האט געכאפט פון זיין אייגענע שטעקן ביין עס אונטערהייבן אין די אנגייענדע געראנגל

אין זיין היים סטעיט דרום קאראליינע איז ער געווארן גאר שטארק אויסגערימט און איינוואוינער האט אים באלוינט מיט אלע סארטן שטעקנס מיט אויפשריפטן איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט געמאכט און אז ער זאל עס נוצן נאכאמאל

קאנגרעסלייט פון די סטעיט האבן גענוצט די איבערבלייבענישן פונעם היסטארישן שטעקן צו מאכן צירונגען דערפון און עס געטראגן אויף זיך ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט זייער'ס א העלד

ברוקס איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אבער ער ער איז אפגעקומען מיט א 300 שטראף און נישט געדארפט סערווירן קיין טורמע טערמין

ברוקס האט דערנאך איבערגעלעבט א פארדאמונג רעזאלוציע אין קאנגרעס אבער שפעטער רעזיגנירט זאגנדיג אז ער וויל גיבן א געלעגנהייט פון די מענטשן וועם ער רעפרעזענטירט אין קאנגרעס צו באשליסן אויב זיי ווילן אים שטיצן אדער פארשיקן פון אמט

דורכאויס זיין רעזיגנאציע רעדע האט ער אנגעדייטעט אז ער האט ריכטיג געהאנדלט און ער האט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגט פאר זיין אקט

עס האט נאכגעפאלגט א ספעציעלע עלעקשאן אין זיין קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו וויילער האט אים ערוועלט און צוריקגעשיקט צו קאנגרעס אבער עטליכע וואכן איידער ער האט געזאלט ווערן אינגעשוואוירן צו די נייע קאנגרעס טערמין איז ער געווארן אנגעשטעקט פון אן ערנסטע ווירוס וואס האט אים קראנק געמאכט און ער איז געשטארבן קורצליך דערויף
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”