שמוציגע פאליטיק

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

דאפעלט לשון...

ווארט מיר מיט שפאנונג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען האלט שוין נאך די ערשטע רעפובליקאנע פריימערי דעבאטע וועלכע איז א צייט וואס מערערע קאנדידאטן האבן פארשפראכן אז דאס וועט נעמען די פארמעסט אין אן ערנסטע פאזע און די דרוק שטייגט אויף איטליכער פון זיי צו צייגן אז זיי מאכן פארשריט און ברעכן דורך זייערע ביז איצטיגע אנקעטע גרידלאק ראטעס

מען הערט דא און דארט איבער פארשידענע שריט וואס קאנדידאטן פרובירן צו נעמען אונטערצוהאקן קעגנער מיט די האפענונג אז עס וועט בענעפיטירן די אייגענע קאנדידאטור א שטייגער ווי די שמוץ קאמפיין וואס א ראן דעסאנטיס סופערפעק האט אונטערגענומען אקעגן וויוועק ראמאסוואמי

אבער דערווייל ווערן נישט באריכטעט עפעס גאר אויסערארדנטליכע אקטיוויטעטן און ריזיגע אויפדעקונגען וועלכע זאל באגראבן איינע פון די פריימערי קאנדידאטן

אין לויף פון די אמעריקאנע היסטאריע זענען פארהאן גאר אסאך געשיכטעס און עפיזאדן אין וועלכע קאמפיינס פאליטישע סטראטעגיסטן זענען אויפגעקומען מיט אלע סארט געניאלע און צומאל צווייפלהאפטיגע געדאנקן און שפיצלעך צו באגראבן אפאנענטן און די רעזולטאטן זענען געמישט האבנדיג געהאלפן קאנדידאטן און אין אנדערע פעלער איז מען פריצייטיג ארויפגעקומען אויף די שפורן פון די וועלכע שטייען דערונטער און עס האט גאר געשעדיגט די קאמפיין וועלכע האט עס ארקעסטרירט

עס זענען פארהאן אסאך באקאנטע פאליטישע אקציעס וועלכע זענען באקאנט, א שטייגער ווי די ניקסאן וואטערגעיט מיסיע און די שמוץ קאמפיין וועלכע די בוש קאמפיין האט געפירט אקעגן דזשאן מקעין אין 2000 למספרם אין דרום קאראליינע אבער היסטאריע האט אויך איינגעשלונגען הונטער זיך גענוג און נאך רעלאטיוו ווייניגער באקאנטע פאליטישע שטיק און אינטריגעס וועלכע וועלן געפונען זייער ארט אין אט די אשכול
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אקטאבער 21 1880 למספרם האט די די ניו יארק באזירטע צייטונג "די אמת" פובליצירט א קאפי פון א בריוו מיט די אפיציעלע קאנגרעס דרוק סארט אין וועלכע דזשעימס גארפילד שרייבט אז אז ער אין שטיצע פון כינעזע אימיגראציע

גארפילד איז דאן געווען די רעפובליקאנע פרעזידענט נאמיני און ער האט מיט יארן פריער סערווירט עטליכע יאר אין קאנגרעס

אין די בריוו פון גארפילד אדרעסירט צו מר. מארי פון די ארבעטסגעבער יוניאן אין לין מאסאטשוסעטס וועלכע איז נארוואס ארויסגערינען צו די פרעסע שרייבט גארפילד אז אינדיווידועלן און פירמעס פארמאגן די רעכט צו קויפן ארבעט פראדוקטן דארט וואו עס איז די מערסטע צוגענגליך און אז מיר האבן אן אפמאך מיט די רעגירונג פון כינע און אז ער איז נישט גרייט צו נעמען שריט עס צו שטערן אזוי לאנג ווי מיר גרייכן נישט אן אלטערנאטיוו צו באשוצן אונזערע אינטערעסן אין באצוג פון האנדל און פראדוקציע

די צייטונג ציטירט פון א דזשורנאליסט וועלכע האט באקומען א באשטעטיגונג פון א פריינד פון גארפילד אז די האנט שריפט איז טאקע פון געוועזענעם קאנגרעסמאן און איצטיגע פרעזידענט קאנדידאט

עס איז געקומען אין א צייט ווען פילע אמעריקאנער זענען געווען שטארק אקעגן די אימיגראציע פלייץ פון כינע און דעמאקראטן זענען באלד ארויפגעשפרונגען דערויף און געדרוקט א האלבע מיליאן קאפיס וועלכע זיי האבן פארשפרייט איבערן לאנד און אקטיוויסטן האבן עס גענוצט צו באצירן ווענט און פענסטער איבעראל איבערהויפט אין געגנטער וועלכע האבן זיך ערנסט געפלאגט מיט כינעזע פלטים וועלכע האבן דארט איבערגעזידלט

דעמאקראטן האבן באצייכנט די בריוו אלס אקטאבער סורפרייז און עס גערופן די גארפילד טויט שיין און געהאלטן אז עס וועט פארזיכערן אז זיי זיגן אין די וואלן

איין טאג בעפאר די בריוו איז ארויס האט גארפילד ערהאלטן א טעלעגראף איבער א בריוו וואס ער האט אנגעבליך געשריבן אין באצוג צו "די כינעזע פראגע" וואס האט זיך באצויגן צו די פראכט באן פירמעס וועלכע רעקרוטירן כינעזע ארבעטער און אימפארטירן פראדוקט טיילן פון כינע צו פארענדיגן זייערע פראיעקטן

שפעטער אין טאג האט גארפילד באקומען די אינהאלט פון די בריוו און באלד געלייקנט אז ער זאל אזאנס האבן געשריבן און פארלאנגט א פאקטישע קאפי פונעם בריוו

ווען די בילד פונעם בריוו איז אנגעקומען האט ער גלייך געזאגט אז די בריוו איז קלאר געפעלשט און ער האט נישט געשריבן די ווערטער און עס אויך נישט אונטערגעשריבן

די גארפילד האט אראפגעשיקט אויספארשער קיין מאסאטשוסטעס נאכצוגיין פון וואו די בריוו איז געקומען און נישט געפונען גארנישט און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אנגעבליכע יוניאן פירער מר. מארי צו וועם עס איז געווען אדרעסירט האט קיינמאל נישט עקזיסטירט

גארפילד האט דאן געשריבן אן אפיציעלע בריוו קלאצרושטעלן אז די בריוו איז פאלש אבער עס האט געדויכרט א וואך צייט ביז די צייטונגען האבן עס פובליצירט

ווען עס איז געקומען די וואלן האבן מערסטנס וויילער אנגענומען די גארפליד ועורסיע און געגלויבט אז דעמאקראטישע אפעראטיוון האבן פרובירט צו באגראבן גארפילד און גארפילד האט שמאל געוואונען די פארמעסט קוקנדיג אויף די צאהל וויילער אבער גאר באקוועם די עלעקטארעל קאלעדזש ציילונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 5:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5952
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אזאנע געניאלע בייפעלער מיט וואס אונז מהנה צו זיין, קען נאר קומען פון דעם וואן ענד אנלי מייסטער הרב הבל!

א גרויסן דאנק אייך!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וויבאלד א גרויסע פראצענט פון די ליינער באזע זענען אין אלגעמיין אדיקטירט צו היינטיגע פאליטישע אנטוויקלונגען און קאנדידאטן און קאמפיינס איז דעריבער א פראגע צייכן אויב עס איז פארהאן גענוג נייגער איבער אזעלכע סארט אינפארמאציע פונעם אמאליגן פאליטישן חדר

דעריבער איז די אשכול דערווייל א פילאט פראגראם און וועט ווערן געדעקט דא און דארט לויט די מעגליכקייט און אינטערסע
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

די ענין איז סתם אזוי אינטערעסאנט! ספעציעל ווען @הכל הבל לייגט עס אראפ אזוי געשמאק!

ביטע שרייב נאך! כ’לעק אויס יעדע ווארט!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4338
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הבל, אפילו דו וועסט שרייבן פשוטע ציפערן וועל איך עס לייענען מיט אינטערעסע, דו שרייב נאר.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
יוד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

אויב דו קענסט, ווען דו ברענגסט אלטע פאליטיק, זאגן פארוואס דאס ארבעט נישט היינט, אדער פארוואס מיט טראמפ ארבעט עס נישט וכד' וועט עס דער צבור וואס איז נישט אזוי נייגעריג אין אלטע פאליטיק, עס גלאכן וועגן די היינטגי צושטעלן... ( איר קענט די צוגלייך צו היינט, שרייבן ארומגערונגעלט, אז די וואס ווילן יעצט נאר די אלטע, זאלן קענען לייענען אן קיין מכשול)

א דאנק פאר אייער ארבעט, צוצישטעלן פארן צבור צו לייענען, אויף די מערסט כשר'ע אופן שייך!!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ענדליך
הבל שרייב!!!!!!!!!
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 10:53 am
וויבאלד א גרויסע פראצענט פון די ליינער באזע זענען אין אלגעמיין אדיקטירט צו היינטיגע פאליטישע אנטוויקלונגען און קאנדידאטן און קאמפיינס איז דעריבער א פראגע צייכן אויב עס איז פארהאן גענוג נייגער איבער אזעלכע סארט אינפארמאציע פונעם אמאליגן פאליטישן חדר

דעריבער איז די אשכול דערווייל א פילאט פראגראם און וועט ווערן געדעקט דא און דארט לויט די מעגליכקייט און אינטערסע
די אינטערסע איז גרוס
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שרייב הבל שרייב! מיר באלעקן זיך!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

וויבאלד די ארגינעלע און געניאלע שריפטשטעלער הכל הבל אנערקענט נישט די ווערט פון זיין שרייב ארבעט בעהט מען די קוואליטעט הונגעריגע ליינער צו נייגן זייער אצבע אדער אגודל צום לייק דרוקער צו לאזן הערן פארן אויבנדערמאנטן שרייבער די ווערט פון זיינע באריכטן

אלענפאלס קומט זיך א הילכיגע דאנק פאר זיין ארבעט אפילו די היגע מאסן אנערקענט עס נישט
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

א הערצליכע דאנק פאר דיינע באריכטן כסדר.

אין באצוג צו דיזע אשכול; אסאך ניק'ס דרייען זיך דא וואס גלייכן נישט קיין היינטיגע פאלטיק, אבער וועלן זיך פאסמאקעווען מיט היסטאריע וויאזוי איין צד האט מסדר געווען די אנדערע.

א געוואלדוואנע געדאנק פון א אשכול! האלט עס אן, ביטע!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ראד שילי איז געווען א באקאנטע רעפובליקאנע פאליטישע סטראטעגיסט פון דרום קאראליינע וועלכע האט אין לויף פון די יארן געארבעט אויף פילע קאמפיינס אריינגערעכנט פון דזשים דעמינט, לינדזי גרעהעם און דזשארדזש בוש

אין 1990 למספרם האט שילי געארבעט צו העלפן ערוויילן זיין שוועסטער שערי מארטשניק אלס ליוטענאנט גאווערנאר פון די סטעיט און אריינגעברענגט אין בילד אן ארבעטסלאזע אפריקאנע אמעריקאנער פישערמאן מיטן נאמען בנימין האנט און אים איבערצייגט צו לויפן פאר קאנגרעס אקעגן אן ערשט טערמיניגער רעפובליקאנער קאנגרעס קאנדידאט

שילי האט געזוכט אנצוציען די ווייסע וויילער אז זיי זאלן שטראמען אין די מאסן צו די שטום בודקעס צו פארזיכערן אז אן אפריקאנע אמעריקאנער ווערט נישט ערוויילט זיי צו פארטרעטן און אזוי ארום וועט עס אויטאמאטיש ארויסהעלפן זיין שוועסטער'ס קאמפיין

שילי האט צוגעזאגט פאר האנט 900 דאלאר און באזונדערע נאנט צו 3 טויזנט דאלאר וואס די קאנדידאטור פיילינג האט געקאסט אבער ער האט עס נישט באריכטעט אלס קאמפיין ביישטייערונג און אויך נישט איינגעמאלדן זיין 5 טויזנט ביישטייערונג פאר זיין שוועסטער'ס קאמפיין

עווענטועל האט די עף בי איי אויפגעדעקט די פלאן און ביים פראצעס האט א סטעיט רעפרעזענטאט עדות געזאגט אז שילי האט אים געבעטן צו טרעפן אן אפריקאנע אמעריקאנער וויליג צו לויפן אבער האנט האט געזאגט אז ער האט דערווייל נישט באקומען דאס געלט

שילי איז געפונען געווארן שולדיג און באשטראפט געווארן מיט 500 דאלאר און אפגעשטעלט זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן אויף צייטווייליג און איבערגענומען די פארוואלטונג פון א נעץ פון לאקאלע צייטונג אויסגאבעס

מיט עטליכע יאר דערויף האט א קאנקורירנדע צייטונג אייגנטומער געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר סטעיט טרעזשורער און שילי איז דאן צוריק אריין אין פאליטיק ארבעטנדיג צו טרעפן א פאסיגע קעגנער

אין 2002 למספרם איז שילי געווען א ציהל פון א פאליטישע שפיצל ווען ער האט געארבעט אויף די קאמפיין פון לערי ריכטער וועלכע האט זיך פארמאסטן אין די אטוירני דזשענעראל פריימערי פארמעסט אקעגן הענרי מקמעסטער (דער היינטיגער גאווערנאר אין די סטעיט)

די שטיקל איז געקומען פון טרעי וואלקער וועלכע האט געהאט געארבעט אלס פעלד דירעקטאר אויף די דזשאן מקעין פרעזידענט קאמפיין אבער אין יענע צייט האט ער געארבעט פאר די מקמעסטער קאמפיין

וואלקער האט געישקט אן אימיעל וועלכע האט אויסגעקוקט צו קומען פון איינע פון שילי'ס פובליקאציעס און אנטהאלטן באשולדיגונגען איבער א ריעל עסטעיט געשעפט צווישן לערי ריכטער מיט א דראג דיעלער

אין 2008 למספרם האט שילי געארבעט אויף די קאמפיין פון אן ארטיגע סטעיט סענאטארשע און ווען מען האט געהערט אז טאם דעיוויס, די געוועזענע שטאב הויפט צו גאווערנאר מארק סענפארד, גרייט זיך אריינצושפרונגען צו לויפן אקעגן די ערשט טערמיניגע סטעיט סענאטארשע אין א פריימערי האט שילי געוואוסט אז ער מוז שאפן נעגאטיווע אינפארמאציע אקעגן דעיוויס

ער איז געוואויר געווארן אז דעיוויס געפונט זיך נישט אין זיין הויז צוליב וועלכע ווערט איצט איבערגעקאלעכט

שילי איז אהינגעפארן אינאיינעם מיט די שטאב הויפט פונעם סענאטארשע וועלכע האט פונקט אנגעטראפן אינדרויסן פון די הויז עימיצער וועלכע האט זיך פארגעשטעלט אלס אן אומלעגאלע אימיגראנט וועלכע איז איינע פון ארבעטער וועלכע פארבן איבער די ווענט פון די דעיוויס היים

אין די צייט וואס די שטאב הויפט האט גערעדט מיט יענעם האט שילי געכאפט א בילד פון די אנגעבליכע אומלעגאלע אימיגראנט און עס אריבערגישקט צו א רעפארטער פאר א גרויסע נייעס קוואל

דעיוויס האט פארדאמט די אקציע און גערופן אויפצוזאגן די שטאב הויפט און שילי און ער האט עווענטועל געזיגט אין די פריימערי
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10018
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער זייער אינטערעסאנט!

ליינען היסטאריע איז אלעמאל געשמאק, נאכדערצו ווען ס’קומט פון הבל’ס פעדער!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 2002 למספרם איז פארגעקומען א גאר היציגע סענאט פארמעסט אין ניו העמפשיר ווען די ארויסגייענדע דעמאקראטישע גאווערנאר דזשיען שאהין האט פרובירט ארויסצושטויסן דעם אמטירנדע רעפובליקאנע סענאטאר דזשאן סונונו (פאטער פונעם היינטיגן גאווערנאר קריס סונונו)

די פארמעסט איז געווען זייער אנגעצויגן און יעדע שטימע האט געציילט און די רעפובליקאנער האבן באצאהלט פאר אן איידעהאו באזירטע טעלעקאמיוניקאציע פירמע וועלכע זאלן אינעם טאג פון די וואלן בלאקירן די טעלעפאן ליניעס פון דעמאקראטישע קאמפיין אפיסעס וועלכע האבן געארבעט אנצורופן זייער וויילער באזע און זיי ארויסטרייבן צו שטימען

די טעלעפאן סערוויס בלאקאדא איז געווען סוקסעספול און די אפעראציע איז פארגעקומען אין די לעצטע צוויי קריטישע שטונדן פונעם וואל טאג

דריי פירנדע סטראטעגיסטן און סטעיט קאמפיין באאמטע זענען געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן פעדעראלע קאמיוניקאציע געזעצן אבער סונונו האט געוואונען ווידערערוויילונג
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6649
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow שכח שכח דו ביסט נישט נארמאל.. איך האב זייער הנאה גיי אן מיט א שטארקייט!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

enjoy האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 4:24 pm
Wow שכח שכח דו ביסט נישט נארמאל.. איך האב זייער הנאה גיי אן מיט א שטארקייט!
יישר!
אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

@הכל הבל מאסיוו שכח פאר אלעס וואס די ברענגסט אונז כסדר
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

זייער שטארק @הכל הבל !

קיפ איט אפ!

סובסקרייבט!
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3271
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

דאני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:05 pm
@הכל הבל מאסיוו שכח פאר אלעס וואס די ברענגסט אונז כסדר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ערהאלטן אן אנפראגע אין אישי אויב א קאמפיין האט שוין אמאל אינפילטרירט א קעגנערישע קאמפיין מיט א מענטשליכע שפיאן

די ענטפער אין קורצן איז יא און דאס האט פאסירט צוריק אין 1964 למספרם ווען לינדאן דזשאנסאן איז געלאפן אקעגן בערי גאלדוואטער און יענע קאמפיין איז בארימט מיט די גאר געמיינע מאנעוורעס וועלכע דזשאנסאן האט אונטערגענומען צו פארזיכערן אז גאלדוואטער קומט ארויס פארניכטעט אין די וואלן

דזשאנסאן וועלכע האט איבערגענומען קענעדי נאך די אטענטאט וועלכע האט צוטרייסלט דאס לאנד איז געלאפן פאר זיין ערשטן טערמין און די ווייסע הויז האט רעקרוטירט סי איי אגענט האוערד האנט צו אינפלטרירן די גאלדוואטער קאמפיין הויפטקווארטיר

האנט האט זיך פארגעשטעלט אלס א וואלונטיר פארן קאמפיין און באקומעןצוטריט פון פאראויס צו קאפיס פון רעדעס וואס דער קאנדידאט האט געזאלט געבן און זיי געפיטערט ווי רייפע מאלצייטן פארן ווייסן הויז ביז צו א פונקט אז גאלדוואטער האט יך אמאל אפגערעדט אז יעדע מאהל וואס ער שטעלט ארויס א פרישע אינציאטיוו איז די ווייסע הויז באלד גרייט מיט א רעאקציע עס ארונטערצורייסן

שפעטער איז ער געווען פארמישט אין די וואטערגעיט האטעל רויבעריי אין שטיצע פון די ניקסאן קאמפיין איז געווארן פאראורטיילט צו עטליכע יאר טורמע
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: שמוציגע פאליטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

שכוח הבל זייער אינטערעסאנט!

די קעפל האט מיך שוין דערשראקן...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”