Re: שמוציגע פאליטיק
WOW איז א אנדערסטעיטמענט! (אויף די עצם מעשה און אויף הבל'ס באשרייבונג!)הכל הבל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:32 pmאין מאי 22 1856 למספרם האט דער מאסאטשוסעטס רעפובליקאנע אנטי קענכטשאפט סענאטאר טשארלס סאמנער אין א רעדע אדרעסירט די סענאט פלאר איבער די פראגע אויב קענסאס זאל זיך אנשליסן אין די פאראיינגטע שטאטן אלס א קנעכט סטעיט אדער א פרייע סטעיט
ער האט דאן שארף ארונטערגעריסן צוויי דעמאקראטישע סענאטארן, סטיווען דאגלעס פון אילינאי און ענדרו באטלער פון דרום קאראליינע פארן שטיצן קנעכטשאפט
באטלער וועלכע איז נישט געווען אנוועזנד האט באקומען א מילדע באהאנדלונג אקעגן דאס וואס דאגלעס האט אריינגעהויבן ווען אזעלכע אויסדרוקן ווי "דו ביזט נאמען'לאזע באשעפעניש (חי')" איז נאך געווען פון די שיינע באצייכענונגען
קאנגרעסמאן פרעסטאן ברוקס פון דרום קאראליינע האט געהאט א פאמיליע פארבינדונג מיט באטלער און ביים הערן איבער די זידל רייד וואס סאמנער האט גענוצט אקעגן באטלער האט ער באשלאסן אים אנצולערנען
ארגינעל האט ער געפלאנט צו דעבאטירן סאמנער מונדליך און דיסקוסירט די פלאן מיט א צווייטע דרום קאראליינע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן לאורענס קעיט אבער דער לעצטער האט אים ערקלערט אז סאמנער איז נישט קיין שטאטסמאן מיט וועם מען קען האבן דיסקוסיעס נאר א צופידלטער פארשוין וועלכע פארשטייט נאר ווילדע העצערישע שפראך
ברוקס האט באשלאסן אז אויב אזוי וועט ער טאקע רעדן די צווייטע סארט שפראך און ווען די סענאט האט געענדיגט איר טעגליכע סעסיע האט ברוקס אריבערשפאצירט צום סענאט און געפונען סאמנער אויף זיין זיץ און ער האט געהאלטן אינמיטן איינארדענען די פאפירן פון זיין רעדע
ברוקס האט זיך באנוצט מיט די מעטאלענע שפיץ פון זיין שטעקן און באפאלן דעם סענאטאר און אים געהאקט אין קאפ נאכאנאנד
סענאטאר דזשאן קריטענדען און קאנגרעסמאן עמבראוס מורעי האבן פרובירט אפצוהאלטן ברוק פון אומברענגן דעם סענאטאר אבער דאן איז קאנגרעסמאן קעיט צוגעשפרונגען און געפאכעט מיט זיין רעוואלווער אין זייער ריכטונג אלס א ווארענונג אז קיינער זאל נישט אינטערווענירן אין די געפעכט
סאמנער האט זיך איינגעקורטשעט אונטער זיין טישל אבער די קלעפ האבן נישט נאכגעלאזט און ערשט ווען די שטעקן האט זיך צובראכן און ברוקס האט זיך בארואיגט האט ער באוויזן אונטערצוהייבן דיעם טיש ווי א פאנצער און ארויסצולויפן מיט א צובלוטיגטן קאפ
סאמנער האט נישט געזעהן וואו ער לויפט וויל די בלוט האט אים צייטווייליג בלינד געמאכט און בלאקירט זיין זעה קראפט און ער איז אוועקגעפאלן באוואוסטלאז
ברוקס האט רואיג ארויסשפאצירט פון דארט אן דעם וואס איינע פון די צושויער זאל עפעס טוהן אים צו פארהאלטן און יענע נאכט זענען ביידע פארוואנדלט געווארן אין העלדן אין זייער פארטיי
ברוקס האט גראדע פארלאנגט מעדיצינישע הילף צוליב א קלאפ וואס ער האט געכאפט פון זיין אייגענע שטעקן ביין עס אונטערהייבן אין די אנגייענדע געראנגל
אין זיין היים סטעיט דרום קאראליינע איז ער געווארן גאר שטארק אויסגערימט און איינוואוינער האט אים באלוינט מיט אלע סארטן שטעקנס מיט אויפשריפטן איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט געמאכט און אז ער זאל עס נוצן נאכאמאל
קאנגרעסלייט פון די סטעיט האבן גענוצט די איבערבלייבענישן פונעם היסטארישן שטעקן צו מאכן צירונגען דערפון און עס געטראגן אויף זיך ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט זייער'ס א העלד
ברוקס איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אבער ער ער איז אפגעקומען מיט א 300 שטראף און נישט געדארפט סערווירן קיין טורמע טערמין
ברוקס האט דערנאך איבערגעלעבט א פארדאמונג רעזאלוציע אין קאנגרעס אבער שפעטער רעזיגנירט זאגנדיג אז ער וויל גיבן א געלעגנהייט פון די מענטשן וועם ער רעפרעזענטירט אין קאנגרעס צו באשליסן אויב זיי ווילן אים שטיצן אדער פארשיקן פון אמט
דורכאויס זיין רעזיגנאציע רעדע האט ער אנגעדייטעט אז ער האט ריכטיג געהאנדלט און ער האט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגט פאר זיין אקט
עס האט נאכגעפאלגט א ספעציעלע עלעקשאן אין זיין קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וואו וויילער האט אים ערוועלט און צוריקגעשיקט צו קאנגרעס אבער עטליכע וואכן איידער ער האט געזאלט ווערן אינגעשוואוירן צו די נייע קאנגרעס טערמין איז ער געווארן אנגעשטעקט פון אן ערנסטע ווירוס וואס האט אים קראנק געמאכט און ער איז געשטארבן קורצליך דערויף
אבי מ'זאגט אז קאנגרעס איז היינט צוטאגס געפערליך היציג.... ווען עס וועט אנהייבן גיין פעטש זאלסטו מיך רופן.... היינט צו טאגס ווען איינער זידעלט איינעם אהן צו הויעך איז שוין א גאנצע באלאגאן (ע''ע ראן דזשאנסאן מיט מיט ראמני ביי די צווייטע אימפיטשמענט...)
זייער שיין הבל! סופער דזשאב!
[אגב, דאס איז @הכל הבל 'ס דריי-און-דרייסיג-טויזענסטע תגובה!!!]