אין די גיל נעם איך נישט אויף א הייק נאר ענדערש צו א Broadwalk מיט א בייק/סקאטער
מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן

קענסט גיין די ברידש
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן - Tennessee
די נאכט איז צוגעפאלן אין איך האב באשלאסן צו גיין אויף א שפאציר ארום די שטילע טעננעסי'ער גאסן אזוי שפאצירן'דיג האבן מיר זיך אנגעטראפן מיט א גאנצע משפחה פון בערן וואס האבן געזוכט צו עסן אנפאנג האבן מיר זיך עטוואס דערשראקן אבער גייענדיג ווייטער האבן מיר געטראפן נאך א משפחה און אביסעל ארויפציער נאך איינס ממש ווי אין טיר גארטן... ביז א לאקאלער איינוואוינער האט אונז מסביר געווען אז פונקט ווי ביינוז אין וויליראט דרייען זיך ראטן אונטער די פוס אזוי דרייען זיך בערן אין טעננעסי. דערפאר האט טאקע דער בער זוכה געווען צו ווערן די סימבאל פון טעננעסי אין ווי מ'גייט נאר טרעפט מען בערעשע געשטאלטן.
א גיטע נאכט.
די נעקסטע אינדערפרי זענען מיר אויפגעשטאנען אויפן היינטגן סדר היום איז צוריק צו גיין צו די נאציאנאלע פארק אין ארויף הייקן די סמאוקי מאנטענ'ס וואס איז איבער 6200 פיס עלעוועישן (עטוואס העכער פון מאונט וואשינגטאן )
עס איז ראש חודש אויפן וועלט מיר האבן טאקע מנין אבער א ספר תורה פארמאגן מיר נישט זענען מיר אריבער געפארן צו חב"ד וואס געפונט זיך אין קנאקסוויל א שעה דרייוו פון גאטלענבערג ווי מיר זענען איינגעשטאנען.
ווי נאר מ'זעצט זיך אריין אין קאר (ספרינטער) האבן מיר באמערקט ווי די וואלקענעס פון אייער נעכטן האבן זיך פארבענקט עס האט אזוי אנגעהויבן צו רעגענען אז די רעגן פון אונזער ערשטע טאג אין טעננעסי האט זיך געקענט פארשעמען פון די יעצטיגע רעגן ....
נאכן פארן א שעה אינטער גאר שווערע אומשטענדן זענען מיר אנגעקומען צו חב"ד אין זיך געשטעלט דאווענען.
די דאווענען דארט איז געווען גאר גאר דערהויבן נאך אלעם ווייסעך נישט ווען די חב"ד הויז האט דאס לעצטע מאל געזען א מנין.
עס וואוינען טאקע קרוב צו 20.000 אידישע משפחות דארטן אבער ליידער זענען בלויז 5 פון דעם שומרי שבת.
נאכן דאווענען אין עסן סעודת ראש חודש האבן מיר ווי מיר טוען אין יעדע פלאץ ווי מיר גייען זיך אראפ געזעצט מוטן חב"ד רב אין מיט נאך עטליכע לאקאלע איינוואוינער אין זיך אריינגעלאזט מיט זיי אין גאר א געשמאקע שמועס ווי עס גייט זיי די לעבן דארט אונעם פארוואנעם דערפל קנאקסוויל...
אזוי ווי עס רעגנט איז די פלאן פון ארויף הייקן די סמאוקי'ס גראד אראפ פון טיש האבן מיר געטוישט צו פלען בי אין צוגעפארן צופיסינס פונעם בארג צו א פלאץ וואס רופט זיך טאקאלאטשי קעווערנס (קענסט עס איבערזאגן?...) דאס זענען א נעץ פון נאטורליכע היילן מיט אויג פארכאפנדע פאנעראמעס (אויב מ'קען נישט הייקן אויפן בארג כאטש א הייק אונעם הייל...) פארן אריינגיין ווארנט מען אן די באזיכער אז די גאנצע הייל איז פרעזעווירט ביי די פעדעראלע גאווערמענט אין בלויז צורירן דאס מינדעסטע זאך איז א פעלעני קריים וואס קען נאכפאלגן מיט א תפיסה אורטייל (ווייסן זיי דען נישט אז דאס וועט גורם זיין אז יודן זאלן נישט האבן קיין ברירה נאר מוזן צורירן...) די סיבה פארוואס מ'טאר גארנישט צורירן איז די מענטשליכע פעטנס קען חלילה שעדגן די ארגענעלע שעיד פון די שטיינער וואס זענען מיליאנע יארן אלט (וויפיל?)
אריינגייענדיג באמערק איך אזעלכע מאדנע פייפס שלענגלען זיך אויף די ווענט האב איך א פרעג געטון די טור גייד לזה הפייפס מה עושה ?....
די תירוץ וואס האט נאכגעפאלגט האט מיך איבערגעלאזט שאקירט...
די אמעריקאנער רעגירונג האט אויסגפיגערט אז די פלאץ ווי די היילן געפונען זיך איז די שטיינער אין זאמד זייער סענסעטיוו צו ווייבערעישן אין ווען סיי ווי איבער די וועלט טרייסעלט די ערד קען מען עס דארט אויפכאפן זענען די שפיאנאזש
אגענטורן געקומען אין אינסטאלירט דארט ספעציעלע סענסערס וואס כאפן אויף ווייבערעישן אזוי ווען איראן אדער סיי וועלכע לאנד מאכט א מיסיל טעסט קענען זיי אויפכאפן פינקטלעך ווי אויפן מאפע האט יעצט געטרייסעלט אין וואס פאר א סארט טרייסעל דאס איז געווען צו איז עס געווען א ערד ציטערניש אדער א מיסיל טעסט.
זיי האבן דארט אויפן פלאץ א סקרין וואס מ'קען עס מיטהאלטן לייוו ווי אויך האבן זיי א וועב זייטל ווי מ'קען עס מיטהאלטן.
(די באמטע דארטן האבן מיר געוויזן וויזוי זיי האבן מיטגעהאלטן די ערד ציטערניש וואס איז פארגעקומען אין נו יארק מיט אפאר חדשים צוריק ווי אויך ווען קים יאנג אן האט געמאכט די icbm מיסיל טעסט אין 2016)
פון דארט זענען מיר אריין טיפער אין טיפער אין די היילן נעץ וואס איז אויג פארכאפנד..
אין די זייט לויפן אדורך נאטורליכע קוואל וואסער מיט וואסער-פאלן עס איז ממש אויג פארכאפנד .
איך האב ארויסגענומען א וואסער טעסטער וואס איך האב אין מיין הייקינג בעק-פעק אין געטעסט די hp שטאפלען פון די וואסער וואס לויפט אדורך דארט אין יא די וואסער דארט איז ריינער ווי די וואסער וואס איך האב אין מיין וואסער באטל ..
האב איך זיך אראפגעבויגן געמאכט א הויכע ברכה אין זיך פיין אנגעטרונקען מיט פרישע קוואל וואסער..
ארויסקומענדיג פון די. היילן זעהן מיר ווי די זין האט ענדליך עטוואס אויפגעשיינט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו די נאציאנאלע פארק זעהן וויפיל מ'קען נאך דארט אריין כאפן ארויף הייקן די גאנצע וועט מען שוין טאקע נישט קענען אבער כאטש אביסעל...

די פייפס ווי די סענסערס ליגן
אויגפארכאפנד
הערליך!
די וואסער פאל די סקרין
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
די וועב זייטלעך ווי מ'קען מיט האלטן לייוו
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
גאר שיין באשריבן @איך הייק
- בערישע בילדער איז אויך דא?
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
יא אבער נישט אזוי קלאר
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
האבעך יעצט געליינט די לעצטע פאר דפים, הערליך שיין!
שכח @איך הייק פארן מיטטיילן דיינע שיינע פלעצער, אפשר העמיר זיך איין טאג אויך דאס זיך קענען ערלויבן...
שכח @איך הייק פארן מיטטיילן דיינע שיינע פלעצער, אפשר העמיר זיך איין טאג אויך דאס זיך קענען ערלויבן...
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
עס איז לאו דוקא טייער...
לדוגמא ביי מיין לעצטע טריפ קיין טעננעסי האב איך געצאלט אונטער 50 טאלער פאר די טיקעטס
- היימישע באפער
- שר חמישים
- תגובות: 51
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:05 pm
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
ב''ה אויפן וועג צום גאול פון 100 מייל הייקן אין 2024
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן - Tennessee- ענדע
אזוי ווי אונז קומען ארויס פון די קעיווס זעהן מיר אז די זין האט נאכאמאל אויפגעשאנט האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען צוריק צו די נאציאנאלע פארק הגם אז ארויפהייקן די גאנצע איז שוין נישט מעגליך היינט אבער ווי שטייט אז מ'דארף הייקן די גאנצע א חלק וועט אויך גיט זיין.
די עולם פלאצירט זיך אונעם ספרינטער אין מ'פארט
אויפן וועג זענען מיר אדורך געפארן א געגנט וואס איז פיל מיט אטראקציעס האבן זיך אפגעשטעלט אין די עולם האט זיך צולאסט יעדער מיט זיין אטרקציע וואס רעדט צו אים
איבער די אטראקציע וואס איך האב אויסגעקליבן וועל איך נישט מאריך זיין ציליב וואס עס קען זיין גראפיש .... מיינע גלידערן טרייסלען נאך יעדע מאל איך דערמאן זיך פון דעם... ווי זאגט יענער נעווער עגען... איך וועל בלויז לייגן א לינק טשעק עס אליין אויס....
טייל זענען צוגעגאנגען צו אזא מאנטען קאסטער דאס איז ווי אזא באמפינג קאר וואס פארט ארויף אויף טרעקס א בארג (מער געאייגנט פאר קונדער/בחרים)
דערנאך האבן מיר געמאכט די וועג צו די נאציאנאלע פארק
ווי נאר מיר זעענען אריינגעקומען האב איך פארקירט דעם ספרינטער געקויפט א דעי פעס אין מ'לאזט זיך ארויף אויף די הייק.
דא איז אנטשטאנען א חליקי דעות צווישן אונז וואס מ'זאל טוען
דאס איז זיכער אז ארויף הייקן די גאנצע איז שוין נישט דא קיין צייט האבן טייל געהאלטן לאמיר אנפאנגען פון אנפאנג אין גיין וויפיל מ'קען
טייל האבן אבער געהאלטן ענדערש זאל מען ארויף פארן מיט די קאר די ערשטע טייל אין ארויף הייקן צום שפיץ
נאך אלעם איז די שפיץ פון סמאוקי מאנטענ'ס עפעס וואס מ'זעהט נישט א יעדען טאג
האמיר געמאכט א פשרה אז ירא שמים יוצא ידי שניהם..... מ'וועט אנהייבן פון אנפאנג אין גיין אביסעל דערנאך וועט מען זיך צוריק אריינזעקלען אין קאר ארויף פארן אין הייקן די צווייטע האלב ביזן שפיץ.
די ערשטע הייק איז גאר געשמאק נישט קיין געפערליכע עלעוועישן אין נאך איין אין אהאלב מייל (מיין רבי פלעגט דאס ריפן אנדערהאלבן מייל.... כאנישט קיין השגה וואס דאס מיינט) קומט מען אן צו א הערליכע וואסער פאל
נאכן פארוויילן א וויילע ביים וואסער פאל אין פראבירן ווער עס קען ארויפקריכן די נאסע שטיינער בשעת די וואסער פליסט האבן מיר ממשיך געווען נאך אביסעל (איך האב נישט די מייל חשבון ווי לאנג אונז האבן געהייקט דארט) זענען מיר צוריק אריין אין קאר אין ארויף געפארן צום צווייטן העלפט פון די סמאוקי מאנטענ'ס.
דארטן האב איך אויפגעפאסט א זאך וואס כ'האב נישט באמערקט א טאג פריער(זעהט איר פארוואס מ'דראף גיין אויף איין פלאץ מער ווי איין מאל....)
נעמלעך האלב פון די סמאוקי'ס געהערט פאר נארט קאראליינע אין האלב פאר טעננעסי
אינז האבן אנגעהויבן די הייק ביי די בימה ווי די פרעזידענט האט געגעבן זיין דרשה (ווי ערווענט אין די קאפיטל ווי מיר האבן באשריבן די נאציאנאלע פארק היסטאריע )
ביז ארויף צום שפיץ עס איז זייער א געשמאקע הייק א טייל איז געהעריג אויסגעטרויטן אין טייל איז סקרעמבל ... ממש א געשמאק...
ווי העכער מ'גייט אלץ שענער ווערן די פאנעראמעס...
צו די זעלבע צייט אלץ העכער מ'ווערט אלץ מער גייען מיר אריין אין די וואלקענעס אויף אזוי ווייט אז ווען מיר זענען אנגעקומען צום שפיץ האט מען גארנישט געקענט זעהן ! מיר זענען ממש געווען אין די וואלקענעס.
(אזוי ארבעט עס מיט הויכע בערג. פארווער עס איז שוין געווען ביי מאנטע וואשינגטאן ווייסט פון וואס איך רעד) עס האט זיך ממש נישט געקענט גלייבן אז מיר זענען אויפן זעלבן בארג וואס מיר האבן אנגעהויבן...
נאכן אנקומען צום שפיץ איז דא דארט אזא דאום דאס איז אזא טורעם מיט א פארטש ווי מען קען זעהן די גאנצן האריזאנט...
מיר האבן אבער גארנישט געקענט זעהן...
מיין זייגער האט מיך געמאלדן אז כאטש מיר קענען נישט זעהן די זין מאכט ער אבער זיין וועג צו מעריב אין עס איז צייט פאר מנחה.
האבן מיר זיך געשטעלט דאווענען מנחה אויפן שפיץ פון די סמאוקי'ס... אה די הרגשה פון דאווענען אזוי הויעך נאך דערצו איינגעוויקלט אין ענני הכבוד איז עפעס וואס מ'קען נישט באשרייבן...
דערנאך האבן מיר אפיר גענומען די האד לעמפס מיט די בער ספרעי אין אנגעהויבן מאכן די וועג אראפ צוריק ווי מיר האבן איבערגעלאזט די קאר.
אויפן וועג אראפ האבן געטראפן אזא ליידעגע אויסגעהאקטע פלאץ (כ'מיין ס'הייסט א פלוין...) האבן מיר פארלאשן אלע לעקטערס זיך אראפגעזעצט אויף די ערד אין פארפראוועט א זיץ געזינגען פארשידענע נגיני התעוררות אה ווי נעמט מען די צייטן....
נאכן פראווענען דארט פאר א שטיק צייט (קיינער ווייסט נישט ווי לאנג מיר האבן דארט געזינגען )
האבן מיר גענדיגט די הייק אין זיך אריינגעיאגט אין קאר אין פון דארט גראד אין בעט אריין מארגן דארף מען אויפשטיין פרי...
די נעקסטע צופרי האבן מעורר געווען דעם שחר אין צוריק אראפגעדרייווט צו נארט קארעליינע געפראוועט א שחרית ביי די ארטיגע חב"ד הויז
צוריק געגעבן די ספרינטער אין געכאפט די פליגער אהיים...
מיט לויב צו השי''ת אז יעדער איז געפארן אין אהיים געקומען בשלום.
איינע פון די בערן וואס מיר האבן געטראפן אויפן וועג. נישט אזוי קלאר ציליב וואס מיר האבן געהאלטן סאשיל דיסטעסינג פון בערן...

די וואסער פאל
מ'פארט ארויף דעם בארג
האלב איז אין נארט קאראליינע
אריין אין די וואלקענעס
די שפיץ
די וויא
- ענדרויד פען
- שר העשר
- תגובות: 40
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 5:16 pm
- אין די וועלט אריין
- שר האלף
- תגובות: 1504
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm
- לאקאציע:אין די טרוקענע
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
מיך פריער אנגעשטויסן אין דעם טרעיל (אשכול) געליינט אין איין שאס.
זייער אינטרעסאנט, און ציענד, אינפארמאטיוו...
שכח

ווייסעכמיין... יא?
אויב איר פילט ווי איר ווילט העלפן אנדערע. ארבעט אויס א מידה, ס'וועט ארויסהעלפן אסאך מענטשן אין דיין גאנצע לייף-טיים.
אויב איר פילט ווי איר ווילט העלפן אנדערע. ארבעט אויס א מידה, ס'וועט ארויסהעלפן אסאך מענטשן אין דיין גאנצע לייף-טיים.
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
א דאנק פאר די פידבעק !אין די וועלט אריין האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 6:41 pmמיך פריער אנגעשטויסן אין דעם טרעיל (אשכול) געליינט אין איין שאס.
זייער אינטרעסאנט, און ציענד, אינפארמאטיוו...
שכח
- טוב לי תורת פיך
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
איך פלאן זיך ארויסצולאזן הייקינג איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן מיטצונעמען א,ד,ג,
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
דארף - איז וואסערטוב לי תורת פיך האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 11:18 amאיך פלאן זיך ארויסצולאזן הייקינג איז דא עפעס וואס מען דארףוויסן מיטצונעמעןא,ד,ג,
דאס איבעריגע וועט @איך הייק זאגן
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
איך גלייב אז די ביסט שוין ארויס.טוב לי תורת פיך האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 11:18 amאיך פלאן זיך ארויסצולאזן הייקינג איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן מיטצונעמען א,ד,ג,
אבער עס ווענט זיך ווי די גייסט, אין ווי גוט די קענסט די טרעיל.
א טרעיל וואס איך קען, אין איך גיי פאר א שעה צוויי נעם איך א זאלציגע סנעק, א לייט, מיט א וואסער.
א טריעל וואס איך קען נישט, נעם איך אלעס פין פריער, מיט לאנטש, ווייפס, פירסט עיד קיט, מעסער, אין א בעטערי בעק אפ, אין ווייטעמין וואסער.
מאך זיכער צי גיין זאט אין אויסגערוהט.
קליידער:
הייק שיך
היטעל
באג ספרעי, שפריץ דיר אן פאר דעים, עס איז אויך זייער וויכטיג פאר טיקס, מיין חבר איז געווען זיין ערשטע מאל אויף א הייק, אין זיין טאכטער האט באקומען ליים דיזיעס.
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2338
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
יאפ.talmid האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 3:52 pmאיך גלייב אז די ביסט שוין ארויס.טוב לי תורת פיך האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 11:18 amאיך פלאן זיך ארויסצולאזן הייקינג איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן מיטצונעמען א,ד,ג,
אבער עס ווענט זיך ווי די גייסט, אין ווי גוט די קענסט די טרעיל.
א טרעיל וואס איך קען, אין איך גיי פאר שעה צוויי נעם איך א זאלציגע סנעק, א לייט, מיט א וואסער.
ווי שוין אויסגעשמיסט לאזט מען זיך נישט ארויס אן א לייט.
ווי אויך איז גיט זיך צו איינ'חזר'ן די מעפ.
איך נעם אויך מיט אביסעל קענדיס צו האבן אביסעל ציקער פאר בעקאפ.
Re: מיינע הייקס און נסיעות ארום די פאראייניגטע שטאטן
פאר אן עכטע "הייק" נעם איך מיט אין א בעק-פעק די פאלגענדע ליסטע.טוב לי תורת פיך האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 28, 2024 11:18 amאיך פלאן זיך ארויסצולאזן הייקינג איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן מיטצונעמען א,ד,ג,
- וואסער
- וואסער
- נאך וואסער
- א טערמאס הייסע קאווע
- א פירסט עיד קיט
- א וואסער פיוטיפייער
- א פאנטשאו/רעגן קאוט
- א פייפערל
- פייער
- א קאמפאס
- שטייצטעך פאפירענע מאפעס
- א פאוער באנק
- א סידורל/תהילים חוק/אוהחה"ק
- א קליין זעקל דריי פאוד. א שטייגער ווי ענערגיע בארס / ניסלעך וכדומה
- בערן ספרעי
- א ביינאקאלער / קָאקֶער
- א קאמארע
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\