מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

שמחה ונחת האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:18 pm
אשרי עין ראתה קהל קדושים!

עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זיצן אינאיינעם מיט אריבער טויזנט חסידים ואנשי מעשה זקנים ונערים - עלטערע חסידישע ווייסע בערד / יונגע באחיינטע בחורימלעך
וואס זענען געזיצן אין "יארע 2023" אין א הייסע שטיקענדע טינקעלע זאל
בלויז צו זינגען, זיך דערווארעמען און הנאה האבן פון ריינע נארמאלע געשמאקע איידעלע נגינה. אשרי עין ראתה!

אונז זעמער געזיצן דארט אלע און ארום געשוועבט אין געשמאקע וועלטן.
ווי רבי אברהם מרדכי האט געזאגט - מ'האט אונז גענומען אויף א רייד..
פון רבי יענקל תלמוד צו רבי משה גאלדמאן..
פון רבי יודל ווערצבערגער צו רבי יצחק אונגר..
פון האדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל צו רבי יוסל אשכנזי..
א זיסע געשמאקע הנאה'דיגע רייד געווען - יא!

עטליכע קרישקעלעך און אנעקדאטן (שלא על הסדר כלל) :

די צוויי געווינער פונעם נאכט זענען בלי ספק די צוויי לייבן
רבי יענקל תלמוד און רבי משה גאלדמאן זכרונם לברכה
וואס א גרויסע חלק פון די ניגונים איז געווען פון זייערע רייכע אוצר און אוי האט עס געדינערט!

אני מאמין - ר' יענקל תלמודכ'האב אליין נישט געוויסט ווי שיין די ניגון איז! (שכויח מענדי הערשקאוויטש פארן שפילן נאר מיטן פויק ביים הויכן פאל האט מען געהערט פיין דעם עולם)
וועלכע אני מאמין?

די מארש קדיש.. ווער ס'האט געוועלט אריינצולייגן דעם ניגון אין די ליסטע גייט כאפן פעטש...
פעטש פארוואס?
וועלכע ניגון איז דאס?
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:36 pm
Ozd האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:30 pm
פון די קליפס וואס פארן ארום, קוקט מיר אויס אז דאס איז געאייניגט פאר די סארט אידן וואס גייען נישט צום טיש / באטע ווי גרויס די יאר איז.

איך כשלעצמי וואלט נישט אויסגעהאלטן ווען די קאנדאקטער קען זיך נישט אנטוהן א לענגערע בעקיטשע לכבוד הציבור.
טאקע א שרעקליכער פראבלעם איך מיין אז מען זאל ארויסגעבן א גליון קעגן די וואס גייען נישט קיין באטעס און דע וואס גייען צו קורצע בעקיטשעס...
"פראבלעם"? איינער דא האט זיך אפגערעדט אויף עפעס?
יעדע הערה'לע, און פערזענדליכע מיינונג איז א "שרעקליכער פראבלעם" וואס פאדערט א גליון??

סך הכל פארצייכען איך מיין האמבעל אפיניען. און ס'שטארק מעגליך אז איך רעדט נישט צום זאך.
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Ozd האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:40 pm

קאנפירמד איר רעדט מער ווייניגער נישט צים זאך

אגב 95% וויליאמסבורג און קרית יואל גייען נישט צו קיין טיש און באטע ווי גרויס די יאר איז

---

דער קאנדאקטער האט מיר אויכט אביסל געשטערט, וואלט געמעגט זיין מער מכובד'יג

אויכט זיינע דעוצ איבער ניגונים וואס ער ווייסט גאנץ קנאפ... דער קאמארנער ניגון קומט מיטן לעצטן פאל און ער זאל זיך אנטשולדיגן פארן עס ארויסשניידן. די ידיד נפש איז ער נישט שולדיג - ענדערש זיין ברידער - אבער ס'איז געווען ווייט פון פינקטליך
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
אוועטאר
בלאט פלעק
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

איינער מיט עפעס קליפס
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111

"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:59 pm
Ozd האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:40 pm
בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:36 pm
Ozd האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:30 pm
פון די קליפס וואס פארן ארום, קוקט מיר אויס אז דאס איז געאייניגט פאר די סארט אידן וואס גייען נישט צום טיש / באטע ווי גרויס די יאר איז.

איך כשלעצמי וואלט נישט אויסגעהאלטן ווען די קאנדאקטער קען זיך נישט אנטוהן א לענגערע בעקיטשע לכבוד הציבור.
טאקע א שרעקליכער פראבלעם איך מיין אז מען זאל ארויסגעבן א גליון קעגן די וואס גייען נישט קיין באטעס און דע וואס גייען צו קורצע בעקיטשעס...
"פראבלעם"? איינער דא האט זיך אפגערעדט אויף עפעס?
יעדע הערה'לע, און פערזענדליכע מיינונג איז א "שרעקליכער פראבלעם" וואס פאדערט א גליון??

סך הכל פארצייכען איך מיין האמבעל אפיניען. און ס'שטארק מעגליך אז איך רעדט נישט צום זאך.
קאנפירמד איר רעדט מער ווייניגער נישט צים זאך

אגב 95% וויליאמסבורג און קרית יואל גייען נישט צו קיין טיש און באטע ווי גרויס די יאר איז

---

דער קאנדאקטער האט מיר אויכט אביסל געשטערט, וואלט געמעגט זיין מער מכובד'יג

אויכט זיינע דעוצ איבער ניגונים וואס ער ווייסט גאנץ קנאפ... דער קאמארנער ניגון קומט מיטן לעצטן פאל און ער זאל זיך אנטשולדיגן פארן עס ארויסשניידן. די ידיד נפש איז ער נישט שולדיג - ענדערש זיין ברידער - אבער ס'איז געווען ווייט פון פינקטליך

צי וואס מישט מען דא זאכן שלא מן הענין.

זענען די ניגונים געווען גוט יא אדער ניין?
אויב נישט - מעג ער טראגן א ווייסע קאפטן מיט סטראקעס ביז אונטן.

האבן די ניגונים געקנאקט, וועמען אינטרעסירט ווי לאנג די קאפטן איז?

רבונו של עולם וואס טוט זיך דא.

וועלכע פאל האט געפעלט?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אייער מיינונג איז פראטאקעלירט.

מיינע - און נאך אידנס - מיינונג איז אנדערש. איך וואלט נישט געגאנגען צו א מעמד ווי דער פערפארמער גייט אנגעטוהן ווי א צודרייטער אפילו אויב אלעס אנדערש איז פיין

---
ער האט אויסגעלאזט די אויספיר פרייליכע פאל פונעם ניגון
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

Ozd האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:30 pm
פון די קליפס וואס פארן ארום, קוקט מיר אויס אז דאס איז געאייגנט(האט איר געמיינט צו שרייבן) פאר די סארט אידן וואס גייען נישט צום טיש / באטע ווי גרויס די יאר איז.

איך כשלעצמי וואלט נישט אויסגעהאלטן ווען די קאנדאקטער קען זיך נישט אנטוהן א לענגערע בעקיטשע לכבוד הציבור.
געשריבן דורך: נעכטן
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

איך גיי נישט אריין גיין צו די גאנצע זאך בעצם איז גוט צו נישט, ווייל איך ווייס באמת נישט און איך וועל עס לאזן פאר די עיני העדה, די מנהיגים רוחניים פון די ציבור החרדים די ערליכע יודן וואס שטייען אין שפיץ פון אלע הנהגות הכלל און ווייסן און פארשטייען וועלעכע נייע סארט זאך איז גוט און וועלעכע נישט.
אבער ביטע נוצט נישט און מאכט נישט ביליג די הגדרות פון קידוש השם, און אז דאס איז די גרעסטע שיינקייט וואס מ׳זעהט ביי כלל ישראל אין יארע 2023 וכו׳ וכו׳. ב״ה אז דו האסט הנאה געהאט און שפירסט דיך גוט אז דו האסט דיך געווארעמט ביים זינגען היימישע ווארימע ניגונים און עס ברענגט דיר א געוויסע סיפוק און שמחת יו״ט. אבער לאז ארויס די אלע גוזמאות׳דיגע לשונות און הייליגע באגריפן.
לעצט פארראכטן דורך רחש לבי אום מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

התחברות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:37 pm
שמחה ונחת האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:18 pm

אני מאמין - ר' יענקל תלמודכ'האב אליין נישט געוויסט ווי שיין די ניגון איז! (שכויח מענדי הערשקאוויטש פארן שפילן נאר מיטן פויק ביים הויכן פאל האט מען געהערט פיין דעם עולם)
וועלכע אני מאמין?

די מארש קדיש.. ווער ס'האט געוועלט אריינצולייגן דעם ניגון אין די ליסטע גייט כאפן פעטש...
פעטש פארוואס?
וועלכע ניגון איז דאס?

אני מאמין וואס מרדכי ווערדיגער זינגט אויף זיין כיסופין אלבום - אוי האט דער עולם געזינגען פעסט!

די מארש קדיש איז פון ר' יענקל תלמוד וואס קיינער אין זאל האט נישט געקאנט..
יואלי האט געזאגט אז ער גייט אריינברענגען/אויסלערנען א נייעם ניגון פארן עולם
אבער האט עפעס נישט גיט אויפגענומען

אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער..
די מעמד איז געווען א סוקסעס!
ואתם הדבקים
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

אבRe: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

מיינע צוויי סענט...
נאכן דארט זיין שוין צום דריטע מאל בעז"ה קען איך זאגן בפה מלא ווי פון איין זייט ווערט עס בעסער און בעסער די ניגונים. די עולם וכו... אבער פון די צווייטע זייט זעה איך נישט די וויכטיגקייט פון די בענד און ארום און אפילו נישט רבי מלאך’ס בדחנות ספשוט נישט געאיינגט פאר אזא ציבור.נאכדעם וואס סאיז שוין היבש קלאר אז דעס איז נישט קיין שאוי פאר בחורים. באט עניוועס א גרויסן ישר כח פאר ר’ שרגא פייביל ר’ יושע פריינד און זייערע מיטהעלפער....
לאמיר האפן עס וועט טאקע זיין קומענדיגע מאל א חסידשע מעמד בשלימות אן קיין בענד דרשות (דברי חיזוק?).....
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

ברוך השם מ׳האמיר געהאט די זכיה דארט צו זיין פארן דריטן מאל, כ׳קען זאגן אז דאס מאל האב איך עס מער געשפירט ווי ביים פאריגן, מיט-דעם-אלעם געוואונט ביי מיר די צווייטע - וואס איז געווען אין בארא פארק- אלס די מערסטע מחובר.

ס׳איז געווען א קידוש השם. יא, א קידוש השם, צו אינאיינעם זינגען שירות ותשבחות לקל חי, און טאקע פון מחברים וואס זענען געווען אמת׳דיג נאנט צו אים.

וכשם שאני האט עס איינגענומען ווי א פייער, די הייליגע לופט האט געברענט. אשרי עין ראתה.

הבן יקיר… וואס-פארא געגועים… אומבאשרייבליך.

כבודו האט מיר גוט אריינגעשלעפט אינעם וואלקן, זיך אפשאקלענדיג פון א לופטיגע פרעשור, אריין צו א פאראייניגטע אווענט פון קורת רוח ויראת שמים.

א מורא׳דיגע אפגרעיד איז געווען מיט די צוויי סקרינס ביי די זייט. פארגריגענדיג צו מיט האלטן די ווערטער פונעם ניגון.

עיר קאנדישען איז א פראבלעם, די חידוש איז אז פאריאר איז גארנישט בעסער געווען, נו, וואלט מען דאך געמעגט עפעס טון דערוועגן.

___

די חשובע מארגנים האבן א גרויסן זכות.

א גוטן מועד
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ס'ערשטע מאל מיט געהאלטן.
שיין געשמאק חסידיש און ווארעם.

ווען יואלי הורוויץ האט איינגענומען די שטחים אנהייב, האט מיר אויסגעזעהן ווי נאר דער גייט דא האבן א גוטן מועד, למעשה האבן מיר ב"ה זיך מיט געכאפט מיט זיין גוטן מועד.

צוביסלעך צוביסלעך קומט דער עולם אריין, קודם ביי 'כבודו', די 'וכשם שאני', 'ניגון קאמארנע', (סתם נישט פארגינען די לעצטע פאל...), די 'אין קצבה מארש' האט געדינערט, הנאה געהאט פון יואלי'ס אנדרייען דעם עולם מיט די לעצטע שטיקל, די שבת'דיגע סעט געוואלדיג, 'אויפן פריפעשטיק', 'אודה לקל' האט זיך צוגאסן אין אלע גלידער, אחת שאלתי, הבן יקיר, ועוד ועוד...

דער מלאך קודם מיטן ספאדיק, שפעטער אן די ספאדיק, דער האט פיינע מעשיות פון די גאליציאנע חברה, שופר בלאזן, באגלייט מיט געוואלדיגע נפיחות, טשולענט בונדלעך, קורץ און זאפטיג.

כ'וואלט באמת געוואלט מער קענען מיט זינגען, אבער ווי דערמאנט דורך עטליכע באטייליגטע דא איז די מוזיק אביסל צו הויעך, ווי מ'האט געקענט זעהן די עטליכע מאל וואס ער האט פרייגעלאזט פון מוזיק איז דער עולם אריינגעקומען פיל שטערקער.

עירקאנדיציען ברויך א ערנסטע תיקון (בפרט נאך ווי כ'האב געהערט איז לעצטע מאל אויך געווען אזוי).
ס'א גרויסע שלעפ פון אפסטעיט + זוכן פארקינג.

מען זעהט אז דער עולם האט די מערסטע הנאה פון ניגונים וואס מען קען באמת.
א שיינעם דאנק פאר די שיינע חסידישע פארברענג.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם

זר"ק
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

עס איז געווען אווער-אלל א שיינע קומזיץ-איווענט, ס׳ערשטע מאל וואס יעך באטייליגט זיך און הנאה געהאט ב״ה.

וואס יא…איך האב ליעב מער עלטערע ניגונים, פון די תלמידי בעל שם, קארלין, מודזיץ, גאליציאנע לידעלעך, באבוב, דזיקוב, מעליץ און פון ר׳ יוסל טאלנער.

און ביי מיר א קומזיץ אהן מודזיץ, איז נישט מושלם, גארניט דערמאנט פון אזא איד ווי ר׳ ב״צ שענקער, נישט קיין נענועים ניגונים, כ׳האב עקספעקטעד בדרך כלל מער אלטע היים זאכן.

די דרשה פון הרב נויפלד איז געווען שיין, אבער וואלט געווען שענער ווען ער רעדט ווען א פאר וועטער פאר יעדע ניגון וועגען זייער מחבר, ביי וועלעכע חצר מ׳זינגט דאס, און וועלעכע זמנים מ׳פלעגט דאס זינגען אאז״וו.

אויכעט האט געפעלט אויפן סקרין עטליכע ניגונים פון ווי עס שטאמט אדער זייער פארפאסער
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 8:30 pm
עס איז געווען אווער-אלל א שיינע קומזיץ-איווענט, ס׳ערשטע מאל וואס יעך באטייליגט זיך און הנאה געהאט ב״ה.

וואס יא…איך האב ליעב מער עלטערע ניגונים, פון די תלמידי בעל שם, קארלין, מודזיץ, גאליציאנע לידעלעך, באבוב, דזיקוב, מעליץ און פון ר׳ יוסל טאלנער.

און ביי מיר א קומזיץ אהן מודזיץ, איז נישט מושלם, גארניט דערמאנט פון אזא איד ווי ר׳ ב״צ שענקער, נישט קיין נענועים ניגונים, כ׳האב עקספעקטעד בדרך כלל מער אלטע היים זאכן.

די דרשה פון הרב נויפלד איז געווען שיין, אבער וואלט געווען שענער ווען ער רעדט ווען א פאר וועטער פאר יעדע ניגון וועגען זייער מחבר, ביי וועלעכע חצר מ׳זינגט דאס, און וועלעכע זמנים מ׳פלעגט דאס זינגען אאז״וו.

אויכעט האט געפעלט אויפן סקרין עטליכע ניגונים פון ווי עס שטאמט אדער זייער פארפאסער
און אין א זייטיגע נאוט, איז ניט געווען אין זאל קיין העלפ מיט ווי מ׳זאל זיך אנידער זעצען, איך למשל האב געהאט באצאלט און רעזערווד א זיץ אויף ראו K
און גע׳ענדיגט זיצן אויף ראו LL, פארוואס ווייל די אריגענעלע איז געווען פול, בינעך געגאנגען אוואו ס׳געווען א ליידיג סיעט.
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מורא'דיג הנאה געהאט צום דריטן מאל
כ'האב קיין ווערטער ארויסצוברענגען די הרגשים
פלעין און פשוט הערליך
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yup it's me »

Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

היינט איז געווען יענקל תלמיד'ס יארצייט
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:31 am
היינט איז געווען יענקל תלמיד'ס יארצייט
ר' אברהם מרדכי האט געזאגט אז מיטוואך איז די יארצייט
גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

הערליך געווען!!
הנאה געהאט יעדע סקונדע!!
ווערט געווען יעדע פעני!!

נאר צויי נקודות:
דו מוזיק איז געווען אביסל הויעך, איך העב נישט געקענט הערן מיין אייגענע קול זונגען.
אויך האט נישט געפאסט צו טריקן וואסער חוץ לסוכה אויפן סטעיטש פאר אזא ערנסטע ציבור, אפ' על פי שו"ע איז עס נישט קיין איסור.
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

געווען און געוואלדיג הנאה געהאט יעדע מינוט, א דאנק אייך ארגענעזירער. פאריאר איז געווען שטערקער, אויך מער געגליכן די פאריעריגע סעלעקציע, משה גאלדמאנס ברוך קל עליון און זכור האבן געבאמבערט פאריאר...

ס'איז זייער הייס געווען, כ'מיין אז מ'דארף עפעס טוהן דערוועגן
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

גראבט גריבער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 2:31 am
הערליך געווען!!
הנאה געהאט יעדע סקונדע!!
ווערט געווען יעדע פעני!!

נאר צויי נקודות:
דו מוזיק איז געווען אביסל הויעך, איך העב נישט געקענט הערן מיין אייגענע קול זונגען.
אויך האט נישט געפאסט צו טריקן וואסער חוץ לסוכה אויפן סטעיטש פאר אזא ערנסטע ציבור, אפ' על פי שו"ע איז עס נישט קיין איסור.
אינטערעסאנט ס'איז מיר בכלל נישט איינגעפאלן אז זיי טרינקען חוץ לסוכה
שטארקע פוינט
(כ'זאג נישט צי זיי מעגן צי נישט)
אוועטאר
אבי א נאמען
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

צדיק בן צדיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 8:36 pm
צדיק בן צדיק האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 8:30 pm
עס איז געווען אווער-אלל א שיינע קומזיץ-איווענט, ס׳ערשטע מאל וואס יעך באטייליגט זיך און הנאה געהאט ב״ה.

וואס יא…איך האב ליעב מער עלטערע ניגונים, פון די תלמידי בעל שם, קארלין, מודזיץ, גאליציאנע לידעלעך, באבוב, דזיקוב, מעליץ און פון ר׳ יוסל טאלנער.

און ביי מיר א קומזיץ אהן מודזיץ, איז נישט מושלם, גארניט דערמאנט פון אזא איד ווי ר׳ ב״צ שענקער, נישט קיין נענועים ניגונים, כ׳האב עקספעקטעד בדרך כלל מער אלטע היים זאכן.

די דרשה פון הרב נויפלד איז געווען שיין, אבער וואלט געווען שענער ווען ער רעדט ווען א פאר וועטער פאר יעדע ניגון וועגען זייער מחבר, ביי וועלעכע חצר מ׳זינגט דאס, און וועלעכע זמנים מ׳פלעגט דאס זינגען אאז״וו.

אויכעט האט געפעלט אויפן סקרין עטליכע ניגונים פון ווי עס שטאמט אדער זייער פארפאסער
און אין א זייטיגע נאוט, איז ניט געווען אין זאל קיין העלפ מיט ווי מ׳זאל זיך אנידער זעצען, איך למשל האב געהאט באצאלט און רעזערווד א זיץ אויף ראו K
און גע׳ענדיגט זיצן אויף ראו LL, פארוואס ווייל די אריגענעלע איז געווען פול, בינעך געגאנגען אוואו ס׳געווען א ליידיג סיעט
.
שמך נאה לך...
דיאסעג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:50 pm

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיאסעג »

בינעך געווען סצווייטע מאל, מוראדיג מוראדיג הנאה געהאט. און א ניס שאלעכטץ איז עס געווען א קידוש השם, און א סוקסעס.
מיין הויכפונקטן - און מוזיק- דעם אינטרא צום בעלז'ן כי לשם המלוכה.. מענדי האט מיר אנגעטרונקען מיטן קאלטע גלאז וואסער פון מוצאי י"וכ.. סאיז מיר דורך און יעדע גליד.. הערליך!
און ניגון- אויפן פריפעטשיק האט געקנאקט!
דעם אין קצבה איז אויך א מוראדיגע ניגון און דאכצעך אז איך בין געשלאפען אונטער א שטיין ווען דער עולם האט זיך דאס אויסגעלערנט... אבער יעצט קאן איך עהם שוין בה.
אויבן אויף איז עס געווען גאר א גוטע ליסטע, אבער וויא שוין ערווענט דא אינעם אשכול, וואלט מען געקענט גיין אביסל ווייטער, נישט נאר צום פריערדיגן דור(פיטסבורג, גאלדמאן,) נאר צום בעל התניא, תלמידי בעשט, ר איציקל ווארקער, ועוד.. ועוד חזון לחול המועד..

כמה (טעכנישע) נקודות.

די ווארעמקייט תרתי משמע אזוי וואו די מלאך האט ארויסגעברענגט איז טאקע אויך געווען פאראיאר, און סקוקט אויס אז AC קומט אפשר מיט די valet parking...
וואו אויך האט זיך לעצטע יאר געעפנט דעם מעמד מיט א שיינע שנעלע יו"ט מעדלי וואס נאר שירה האט געזינגען...
באמערקט אויך א נייע טעכנעלאגיע אז מען קען דריקן די גארטל און אריינרעדן אינעם העמעד... זייער פראקטיש..
די ארויסגעגייאכץ ביי די בעל עתיקין דרשה האט מיר אביסל געשטערט, נישט אז עס האט אויסגעקוקט וויא ער האט געווילט רעדן, עס האט עפעס אויסגעקוקט אז ער איז געווען א "ספאנסער" און סתם געקומען מיטהאלטן... און אז מען שטייט שוין לעבן די מייק...

די סקרין טעכנעלאגיע איז טאקע אויך געווען פונעם אלטן דור...
למעשה איז עס געווען א הערליכע מעמד און איך קוק ארויס אויפן נעקסטן איה!
וואוו! נאכנישט געהאט אזא שנעלע משנה תורה.
א גוט קוויטל!
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: שירים ושיעורים סוכות תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

5 סטאר!

מוזיק, קאנדאקטער, ניגון סעלעקציע, דרשות, בעקיטשע לענג, וואסער אויפן סטעידזש!

הערליך! א נאכט צום געדענקן!
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”