משפט גוגעל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קיינמאל געווען
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 6:57 am
לאקאציע:קרית יואל

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל געווען »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:44 am
איז דא אינטערעסע פאר א פרישע באריכט אדער עס צו פארנומענע טעג און מען זאל פארזעצן נאך יו"ט?
אוודאי אויב מעגליך
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן
אברהם ווייס
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם ווייס »

איך האב זייער הנאה פון דעים אשכול, אבער אפשר טאקע נאך יו"ט וועט זיין מער צייט עס אפצולערנען בעיון,
אפשר מאכט מען יעצט נאר די נייעס, און נאך יו"ט די גאנצע דין ודברים?
פארשטייט זיך נאר אויב דו קענסט און ווילסט,
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6033
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איך גלייב אז נאך יו״ט גייען מער אידן הנאה האבן
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:01 pm
איך גלייב אז נאך יו״ט גייען מער אידן הנאה האבן
גא"מ
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאנטאג האזינו האט מען אריינגעטראטן אינעם צווייטן וואך אין משפט גוגעל און די די רעגירונג האט זיך קאנצעטרירט איבער א פרישע אספעקט פון די ברייטע אנקלאגע

מאנטאג האבן פראקורארן האבן ארויפגעברענגט אויף עדות שטוהל דזשערי דישלער וועלכע ארבעט שוין פאר די פירמע זינט 2005 למספרם און סערווירט היינט אלס רעקלאמע וויצע פרעזידענט און מענעדזשער

די רעקלאמע מאנאפאל איז א באזונדערע פראנט אין וועלכע די פירמע ווערט באשולדיגט און וויבאלד די מארקעטס פון אלגעמיינע סוירטש סערוויסעס און רעקלאמע סוירטש איז פארבונדן וויל די רעגירונג אריינגריבלען אין די רעקלאמע סוירטש ביזנעס און הערן פון דישלער מער דערוועגן

אונטערצושטרייכן ווי מאסיוו עס איז די גוגעל רעקלאמע מאנאפאל האבן זיי אנגעוויזן אז די פירמע האט אריינגעשארט 98 ביליאן דאלאר אין רעקלאמע פארדינסטן בלויז אין 2019 למספרם און די ציפער איז בלויז פון איר אייגענע טעריטאריע און רעכנט נישט אריין פארדינסטן פון יוטוב

ווערנדיג געפרעגט איבער 2020 למספרם האט דישלער געזאגט אז די ציפער האט שוין געהאלטן העכער 100 ביליאן דאלאר

די פראקוראר האט פרובירט צו הערן פון דישלער אז צוויי דריטל פון זייער טאטאלע פארדינסטן קומען פון רעקלאמעס און ווען דישלער האט עס געלייקנט האט דער פראקוראר פרובירט אויפצואווייזן אז פון א פריערדיגע סטעיטמענט קוקט יא אויס אז דאס איז די קעיס

דישלער האט אבער גאנץ קלאר אפגעענטפערט און אויפגעוויזן אז די באהויפטונג איז נישט אקוראט און אז יענע ציטאט איז נישט אין קאנפליקט מיט וואס ער זאגט אצינד אז עס באטרעפט נישט קיין צוויי דריטל

די פארזוך פון די רעגירונג מיט די טייל פון די עדות'שאפט איז ווידער געווען צו איבערצוגיין אז גוגלע קען העכערן פרייזן אן זארג פון פארלירן קונדן צו אירע קאנקורענטן וואס דאס איז די אפטייטש פון א מאנאפאל

פון די אינפארמאציע וועלכע די רעגירונג האט באוויזן ארויסצושלעפן פון דישלער ווערט קלאר אז גוגעל האט געהעכערט איר איינקופט מיטן העכערן רעקלאמע ביד פרייזן מיט 5% און אז עס איז מעגליך אז די פירמע קען זיך ערלויבן צו העכערן זייערע איינקופט נאכמער מיטן ארויפציען די פרייז צו 10%

דישלער האט אבער געזאגט אז די פירמע פארשטייט אז עס האט א גרעניץ ביז וויפיל זיי קענען ארויפציען און אז אויב וועלן זיי גיין ביז 15% וועלן רעקלאמירער איבערקלערן זייערע בודזשעטן און זיך ווענדן צו אלטערנאטיווע רעקלאמע פלאטפארמעס

ווי שוין דערמאנט עטליכע מאהל איז די איצטיגע קעיס אביסל קאמפליצירט זינט די אלגעמיינע סוירטש אפציע איז אן אומזיסטע סערוויס וואס פארשווערט אפצושאצן אויב קאנסומער ליידן צוליב קאנקורענץ מאנגל (דורך הויכע פרייזן) און דעריבער איז די רעקלאמע ארגומענט עפעס וואס ערזעצט אביסל די פראבלעם פאר די רעגירונג זינט אין יענע מארקעט איז יא דא די פרייז פאקטאר

א באזונדערע אנטוויקלונג איז געווען ביי די מאנטאג סעסיע ווען די צוויי זייטן האבן זיך צום ערשטן מאהל ארומגעקריגט איבער וואס מען קען יא אדער נישט דיסקוסירן אין א פובליק פארמאט

ווי באקאנט ווערן די ערב פראצעס פראצעדורן אויסגענוצט אויסצוהאמערן וועלכע טיילן פון א קעיס וועלן קענען ווערן אדרעסירט אין אן אפענע געריכט און וועלכע וועלן דארפן ווערן אויסגעששמועט אונטער פארמאכטע טיהרן און ריכטער מעטא האט ערלויבט אין מיינסטנס פעלער אז די צוויי זייטן זאלן זיך דורכקומען צווישן זיך איבער די דעטאלן

מאנטאג איבער אבער געווען די ערשטע מאהל אינעם עפנטליכן פראצעס ווען די צוויי זייטן האבן זיך אנגעהאנקערט און א מיינונגס פארשידנהייט אויב די פראגע איז איין איינקלאנג מיט די אפמאך אדער עס פארלעצט עס

די פראגע איז אנטשטאנען ווען די רעגירונג האט ווי פריער דערמאנט ערווענט פראגע אויב רעקלאמע פארדינסטן באטרעפן צוויי דריטל פון די גוגעל איינקופט

א גוגעל אדוואקאט האט אינטערווענירט זאגנדיג אז די פראגע קומט נאנט צום גרעניץ איבער וואס ע קען ווערן דיסקוסירט אין פובליק

די פראקוראר האט צום ערשט פארפירט אז אויב דער ריכטער שטימט איין מיט גוגעל אויף די פראגע מיינט עס אז ארום צוויי דריטל פון די פראגן צו דישלער וועט דארפן זיין אונטער פארמאכטע טיהרן

שפעטער האט די פראקוראר גראדע יא אויסגעקוקט גרייט צוריקצוטרעטן און עס איבערלאזן פאר די פארשלאסענע סעסיע אבער ריכטער מעטא האט זיך אנגערופן אז די פראגע איז איז מעגליך נאנט צום גרעניץ אבער דאס מיינט נישט אז מען איז ממש דארט און געאורטיילט אין שטיצע םפון די רעגירונג און א מאיאריטעט פון עדות דישלער איז טאקע געווען אין אפענעם געריכט

די געריכט האט אויך געהערט מאנטאג פון ברייען היגינס וועלכע איז א לאנגיעריגע ווערייזאן איינגעשטעלטע און סערווירט אצינד אלס די פירמע'ס הויפט קאנסטומער ערפארונג אפיציר אבער מיינסטנס פון עדת היגינס איז פארגעוקמען אונטער פארמאכטע טיהרן

אין זיינע עפענונג קאמענטארן האט היגינס געזאגט אז זעהט נישט די גרויסע ווערד פון צושטעלן דיפאלט סוירטש ענדזשינס פון פירמעס וועמען'ס ענדזשין'ס ציהלן א ספעציפישע סערוויס ווי צום ביישפיל יעלפ

גוגעל איז אן אלגעיינע סוירטש ענדזשין פאר אלע סארט זוכערייען און די פירמעס בינג און דאקדאקגא פרובירן צו קאנקורירן מיט איר אויפן זעלבן פארנעם

דאן זענען פארהאן אזעלכע ווי יעלפ און עקספידיע וועלכע זענען קאנצעטריטט אויף ספעציפישע סערוויסעס ווי מוזיק און לופטליניע און נאך

גוגעל זאגט אז אלס אן ענדזשין וואס דעקט אלעס ווערט דאך אויך געדעקט אט די ספעציפישע אינדוסטריעס און דעריבער דארף מען אריינרעכענען אויך יענע ענדזשינס אלס קאנקורענטן פון גוגעל ווייל בכלל מאתים מנה און דאס באדייט אס גוגעל האט מער קאנקורענטן ווי די רעגירונג וויל זאגן

היגינס האט אבער מיט זיינע ווערטער געזאגט וואס די רעגירונג האט געוואלט הערן אז פרטיות'דיגע ענדזשינס ווערן נישט באטראכט ווי קאנקורענטן צו כלל ענדזשינס

היגינס האט אויך געזאגט אז ער האט נישט געהערט אז עס זאל האבן פארגעקומען סיי וועלכע געשפרעכן און פארהאנדלונגען צווישן ווערייזאן מיט אנדערע ענדזשין פירמעס צו הערן וואס זיי זענען גרייט אנצובאטן צו באקומען די דיפאלט פאזיציע אין די צייט ווען ווערייזאן האט באנייעט זייער קאנטראקט מיט גוגעל

דאס באדייט אז עס איז מער נישטאמאל פארגעקומען א פארמאלע ביד צווישן מיקראסאפט און גוגעל אזוי עס פלעגט זיין אין די פריערדיגע פעלער

ביי די קרייץ פארהער וואס גוגעל'ס אדוואקאט שמידטלעין האט געפירט האט ער באוויזן צו הערן פון היגינס אז די נעגאטיווע פראדוקט ריוויוס וועלכע זענען אריינגעקומען אין 2010 למספרם ווען ווערזייאן האט פרי לאודעד בינג אלס דיפאלט ענדזשין אויף אירע ענדראיד אפאראטן איז געווען אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן ווען זיי האבן שפעטער ארויפגעשטעלט גוגעל אלס דיפאלט סוירטש ענדזשין
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אנהויב פרשת האזינו האט גוגעל צו ערשט פארגעזעצט אויסצופרעגן זייער רעקלאמע מענעדזשער דזשערי דישלער וועם די רעגירונג האט אראפגערופן

שמידטלעין האט געארבעט אז דישלער זאל פארציילן איבער די דיגיטאל רעקלאמע מארקעט און אז גוגעל ארבעט שווער צו באקומען א "א פארציע" פון די קוכן און דארף שוויצן און קאנקורירן מיט אזעלכע פירמעס ווי עמעזאן, טיקטאק און מעטא וועלכע ווילן אויך זיך פארזיכערן מיט וואס מער

דישלער האט אויך אפגעווארפן די רעגירונג באהויפטונג אז סוירטש רעקלאמעס טראגן א שטארקערע ווערד פון נאן סוירטש רעקלאמעס וועלכע שטעלן נישט צו די מעגליכקייט פאר רעקלאמירער צו ציהלן קאנסומער באזירט אויף ספעציפישע זוכערייען און טוען אין אלגעמיין בלויז ציהלן אזעלכע קאנסומער וועלכע זענען נאכנישט אזוי אנטשלאסן צו פאקטיש קויפן די פראדוקט

דאן האט די רעגירונג האט ארויפגעברענגט מייק ראסזאק און מען האט דיסקוסירט עפל'ס 2012 למספרם טויש פון גוגעל מעפס צו עפל מעפס

אינמיטן זיין עדות'שאפט איז געווען אביסל קריגערייען ווען די איבער א געוויסע דאקומענט וואס די רעגירונג האט געוואלט ווייזן פארן עד און עס דערנאך אריינשטעלן אין די באווייזן קעסטל פון די קעיס

אדוואקאט שמידטלעין האט אבער פרובירט צו זאגן אז די אינהאלט פון די דאקומענט איז נישט גענוג פארלעסליך עס צו נוצן אלס באווייז אבער ריכטער מעטא האט געגעבן רעכט פאר די רעגירונג

שמידטלעין האט דאן פארפירט אז דער ריכטער זאל זיין פארזיכטיג ביים אורטיילן איבער וואס מען קען אריינשטעלן אין די באווייזן זאמלונג ווייל די יוסטיץ דעפטארמענט פארשפרייט עס דערנאך איבער די וועלט און אויב די באווייזן זענען צווייפלהאפטיג שטעלט עס גוגעל אין א נעגאטיווע ליכט אומ'יושר'דיג

ריכטער מעטא איז געווארן געכאפט אין סורפרייז און האט קענטיג נישט געוואוסט אז די רעגירונג טוט ארויפשטעלן אויף זייער פובליק וועבזייטל אלע באווייזן וואס ווערן באשטעטיגט אריינצוגיין אין די אפיציעל באווייזן זאמלונג (וואס א דזשורי און אין אונזער פאל א ריכטער קען איבערקוקן איידער ער אורטיילט אין די קעיס)

דער ריכטער האט געזאגט פאר די פראקוראר אז אין נארמאלע פעלער וועט די פארטיי וועלכע וויל פובליצירן באווייזן אים צו ערשט אויפמערקזאם מאכן איבער זייערע פלענער

דער ריכטער האט פארארדנט אז אויף דערווייל זאל מען פארזעצן אויסצופרעגן דעם עד אן די דאקומענט און פארשפראכן עס צו אדרעסירן ביי א שפעטערע געלעגנהייט

נאך א וויילע האט דער ריכטער באפרייט דעם עד פארן טאג און אנגעהויבן באהאנדלען דאס וואס די רעגירונג פובליצירט די באווייזן און די פראקוראר האט זיך אנטשולדיגט פארן אים נישט אינפארמירן פון פאראויס און פארשפראכן עס אראפצונעמען ביז מען גרייכט א שליכטונג איבער די טעמע

א דזשורנאליסט האט זיך דאן אויפגעשטעלט פון די גאלערי און געבעטן פונעם ריכטער אז אויב ער באטראכט דאס פובליצירן די באווייזן אלס אומאויסגעהאלטן וויל זי באקומען אן אדוואקאט ווייל זי האט פארשטאנען אז עס איז ערלויבט צו פארשפרייטן די פובליק אינפארמאציע

ריכטער מעטא האט קלארגעשטעלט אז ער האט נישט געזאגט אז ער פארבאט עס און אז דאס וואס די רעגירונג האט שוין אפיציעל פובליצירט איז פובליק אינפארמאציע און אנגעדייטעט אז איבער די וועג פאראויס פון היינט און ווייטער וועט ער גיבן א שאנס פאר די צוויי זייטן עס אויסצוהאמערן צווישן זיך

די רעגירונג פון זייער זייט האט פארגעשלאגן צו שיקן צו גוגעל אלע אינפארמאציע וואס זיי ווילן ארויפשטעלן מיט 24 שטונדן בעפאר זיי טוען עס אבער דערווייל איז נישט אויב זיי וועלן גרייט זיין דערויף

אויף די מינוט האט די רעגירונג אלעס אראפגענומען אבער די אינפארמאציע איז שוין זייער מעגליך געגאנגען ווייטער ואת הנעשה אין להשיב

דינסטאג איז די רעפארטער וועלכע האט א טאג בעפאר זיך אנטזאגט אראפצונעמען די אינפארמאציע און רעגירונג עקזיביטס פון זייער וועבזייטל ערשינען אין באגלייטונג פון אן ערשטע אמענדמענט אדוואקאטן אבער די פארטייען האבן זיך אויסגעקריגט פארנט פונעם ריכטער אונטער פארמאכטע טיהרן לענגאויס די גאנצע פארמיטאג און ביים צוריקקומען נאכמיטאג האט דער ריכטער נישט אדרעסירט אין פובליק די אנגעלעגנהייט

דינסטאג נאכמיטאג האט מען געהערט אן אויפטריט פון גוגעל אינדזשעניר עריק לעהמאן און דאן איז ווידער פארגעוקמען א קריגעריי איבער א דאקומענט וועלכע דער ריכטער האט מאנטאג ערלויבט איינצושליסן אין די עקזיביט אקעגן גוגעל'ס אפאזיציע

די פרישע שטרייט האט אויסגעבראכן ווען די רעגירונג האט פארלאנגט אז די עקזיביט זאל נישט בלייבן פארזיגלטע עדות'שאפט נאר קענען ווערן פובליצירט אבער גוגעל האט שטארק פארפירט דערקעגן און ריכטער מעטא האט ענדע טאג געזאגט אז ער וויל איבערשלאפן די פראגע

מיטוואך האט זיך אנגעהויבן מיט א פארזעצונג פון עדות לעהמאן ווען די גוגעל אדוואקאט האט אים גענומען אויפן קרייץ פארהער און גוגעל האט זיכער געמאכט אז ער שטרייכט אונטער אז די פירמע האט ערפונדן פראגראמען וועלכע ברענגן אראפ די וויכטיגקייט פון באנוצער דאטא און ערמעגליכן די פירמע צו קענען צושטעלן הויכע קוואליטעט סוירטש רעזולטאטן באזירט אויף די טעקסט זעלבסט

די רעדע איז פון צוויי גרויסע שפראך מאדעלן (בערט פון 2018 למספרם און מאם פון 2021 למספרם)

עס איז געווען א פארזוך פון די פירמע אראפצושיפלן די רעגירונג באהויפטונג אז באנוצער דאטא איז די קריטישע שליסל אין די סוקסעס פון די גוגעל דאמינאנץ און די אדוואקאטן האבן געוואלט ארויסברענגן אז אויך שעפערישע אינואואציע שטייט אונטער זייער סוקסעס

די רעגירונג האט דאן פרובירט צו אונטערמינעווען לעהמאן'ס באהויפטונג פרעגנדיג אויב גוגעל האט נישט געהאט אן אויבערהאנט אין סוקסעספול נוצן בערט טאקע צוליב זייער פריערדיגע אויבערהאנט און באנוצער דאטא אבער לעהמאן האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג די הויפט פאקטאר צו פארדאנקן אז די פירמע האט געמאכט אזויפיל נוצן דורך בערט מער ווי אירע קאנקורענטן איז די פאקט אז די פירמע זעלבסט האט עס ערצייגט

די רעגירונג איז דאן צוריקגעקומען מיט אן עקזיביט פון עטליכע פונקטן אין וועלכע גוגעל בארימט זיך צו קאנסומער שרייבנדיג אז טראץ וואס זייער בערט פראגראם איז צוגענגליך פאר יעדן צוגלייך אריינגערעכנט אירע קאנקורענטן טוט אבער די גוגעל "טרענירונג דאטא" ארויסהעלפן די פירמע צו אמבעסטן קאפיטאליזירן און אויסנוצן די בערט פראגראם צוצושטעלן די בעסטע סוירטש רעזולטאטן פאר קאנסומער

עס האט אויסגעקוקט ווי די רעגירונג פארשטייט אז די טערמין "טרענירונג דאטא" באציהט זיך צו "באנוצער דאטא" און די עקזיביט האט געזאלט אפווארפן די לעהמאן ווערסיע וואס האט געלויטעט אז די באנוצער דאטא איז נישט צו פארדנאקן גוגעל'ס סוקסעס אין נוצן די בערט פראגראם

ריכטער מעטא האט אבער דאן געבעטן פון לעהמאן קלארצושטעלן זיינע ווערטער און ער האט באשטעטיגט אז "טרענירונג דאטא" מיט "באנוצער דאטא" זענען צוויי באזונדערע זאכן און דערמיט האט ער באוויזן אפצושלאגן די רעגירונג פארזוך אונטערצוהאקן זיין ווערסיע

דאן איז געקומען די רייע אויף עדות וויינבערג ווען די גרונדער און פירער פון דאקדאקגאו גבריאל וויינבערג האט גענומען די עדות שטוהל און ארומגערעדט איבער זיין סוירטש ענדזשין פירמע געגרונדעט אין 2008 למספרם וועלכע איז קאנצעטרירט איבער פריוואטקייט פון אירע באנוצער און האלט אויף 250 ארבעטער און האט ארום 100 מיליאן טעגליכע באזוכער אלטוועלטליך

וויינבערג האט אויסגעשמועסט ווי אזוי די דיפאלט אפמאכן פון איר קאנקורענט גוגעל פארוואלקענען אירע שאנסן אויפצשיינען אויפן האריזאנט און זאגט אז די בלויז פאקט אז דיפאלט ענדשין איז גוגעל מאכט היבש שווער פאר באנוצער צו טוישן צו דאקדאקגאו און אפילו די וועלכע טוישן יא אריבער וועלן עס דארפן נאכאמאהל טוישן מאך א וויילע

א גרויס טייל פון זיין עדות'שאפט איז געווען אונטער פארמאכטע טיהרן און ווען מען האט צוריק געעפנט פארן פובליק האט גוגעל אים גענומען אויף די קרייץ פארהער וועלכע האבן געשטעלט אגרעסיווע פראגן און אונטערגעשטראכן אז דאקדאקגאו'ס מארקעט שעיר איז קלענער אין אייראפע ווי אין אמעריקא אריינגערעכנט אין אזעלכע לענדער וועלכע האבן איינגעשטעלט א דיפאלט סוירטש ענדזשין אויסוואל סקרין (אין וועלכע גוגעל איז נישט די אויסשליסליכע ענדזשין)

וויינבערג האט עס אפגעענטפערט זאגנדיג אז ער גלויבט אז די אייראפעאישע אויסוואל סקרינס זענען דעזיגנירט אין א וועג וועלכע ערלויבט נישט פאר באנוצער צו מאכן געהעריגע אויסוואלן און טענה'ט אז עס איז זיכער דא א וועג אהערצושטעלן א מער אפעקטיווע אויסוואל סקרין

ביים ענדע פונעם טאג האט מען געהערט פון עפל'ס ארטיפישאל אינטיליגענץ הויפט דזשאן דזשיאנאנדרי וועלכע באריכט דירעקט צו טים קוק און מען האט נישט געהערט צופיל פון אים און דאנערשטאג האט ער פארגעזעצט מיט זיין אויפטריט אבער א האלבע טאג איז געוען אונטער פארמאכטע טיהרן

פרייטאג האט די געריכט פארגעזעצט אבער די פולע טאג איז געווען אונטער פארמאכטע טיהרן און דאס באדייט אז פון עדות דזשיאנאנדרי וועלכע ווערט לויט געוויסע באצייכנט ווי די סאמע וויכטיגסטע אין די קעיס האט די פובליק נישט געהאט קיין שאנס צו הערן עפעס ערנסט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די געריכט האט געעפנט די דריטע וואך פונעם פראצעס אום דינסטאג בעפאר סוכות ווען די געריכט האט געהערט פון עפל סיניאר וויצע פרעזידענט אוו סערוויסעס עדי קו

בלויז עטוואס ווינציגער פון א שטונדע פון עדות קו איז געווען אפן פארן פובליק

אין לויף פון זיין אויפטריט האט מען געוויזן מעגליכע אינערליכע פלענער פון עפל צו בויען אן אייגענע סוירטש ענדזשין אין פאל די פירמע קומט זיך נישט אויס מיט גוגעל אויף א צופרידנשטעלנדע אפמאך

דערמאנען אזא פלאן איז געציהלט צו צייגן פארן ריכטער אז גוגעל האט באוויזן צו פארשטילן אז ריז ווי עפל אוועקצושטיין פון די סוירטש ענדזשין מארקעט און נישט שאפן א קאנקורענץ אין א צייט וואס אויב אזא פארגעשריטענע פירמע וואלט געגאנגען נאז צו נאז מיט גוגעל וואלטן קאנסומער זייער מעגליך פארדינט פון די קאנקורענץ

די רעגירונג האט אויך געצייגט א פארשטעלונג פון די פרייוועסי אפציעס וואס באנוצער פון עפל אפאראטן באקומען אויפן סקרין ביים עפענען צום ערשטן מאהל די מאפע עפפ

די רעגירונג האט געזוכט ארויסצוברענגן אז ווען עס שטערט נישט פאר זייערע אינטערעסן איז עפל גרייט צו סערווירן קאנסומער מיט מערערע סעקיוריטי און פרייועסי אפציעס אבער ביים עפענען צום ערשטן מאהל סאפארי וועלן קאנסומער זיך נישט אנטרעפן מיט אן אויסוואהל פון סוירטש ענדזשינס אז באנוצער זאלן קענען אויסקלייבן די ענדזשין מיט וואס זיי שפורן א עס פארזיכערט דאס מערסטע זייער אינפארמאציע און די סיבה איז טאקע ווייל די שווערע געלטער וואס גוגעל באצאהלט איז גענוג פאר עפל איבערצוהיפן די קאנסומער אינטערעסן

קו האט עס אוועקגעמאכט זאגנדיג א מען קען נישט פארגלייכן די צוויי זינט מענטשן זענען זייער אינפארמירט מיט די סעקיוריטי אויסוואלן וואס זיי באקומען ביים עפענען די מאפע עפפ אבער זענען פיל ווייניגער אינפארמירט און וועלן ווערן בלויז מער צומישט ביים דארפן קלייבן צווישן אזעלכע אומבאקאנטע פירמעס ווי דאקדאקגאו

די רעגירונג האט אבער שפעטער באוויזן ארויסצושלעפן פון קו אן אנערקענונג אז סוירטש דאטא איז א וויכטיג באשטאנדטייל צו באנוצער פרייוועסי (און דעריבער איז אן ענדזשין אויסוואהל אפציע יא פארבונדן צו קאנסומער פרייוועסי)

נאכמיטאג האט גוגעל'ס אדוואקאט אנגעהויבן זייער קרייץ פארהער אויף קו און שטארק צוריקגעשטופט אקעגן די נאראטיוו אז די גוגעל סוירטש האט נישט פארבעסערט די קוואליטעט פאר עפל באנוצער

קו האט אויך עדות געזאגט אז ווען א באנוצער באשליסט צו טוישן די דיפאלט ענדזשין וועט עס פארבלייבן ביי די צווייטע ענדזשין אויף ביז יענער באשליסט צוריקצוטוישן

דאס גייט אקעגן די עדות'שאפט פון דאקדאקגאו אייגנטומער גבריאל וויינבערג וועלכע האט געזאגט אז עס טוישט זיך אויטאמאטיש צוריק נאך א וויילע (ווי אויבנדערמאנט)

דאן האט מען געהערט פון מיכאל פאראקין וועלכע איז די הויפט עקזעקוטיוו פון די רעקלאמע און וועב סערוויסעס ביי מיקראסאפט און איז פאראנטווארטליך פאר די אינוועסטירונג באשלוסן איבער סוירטש אפציעס

פאראקין האט אויך געהאלטן בעפאר א גאר הויכע פאזיציע ביי יענדעקס וועלכע איז גוגעל'ס הויפט קאנקורענט אין רוסלאנד

פאראקין האט ארויסגעברענגט ווי אזוי גוגעל באוייזט איבערצושטייגן מיקראסאפט בינג און דאס איז געקומען דורך מער באנוצער וואס ברענגט מער רעקלאמעס וואס ברענגט מער דאטא וואס ערמעגליכט בעסערע סוירטש און מער רעלעוואנטע רעקלאמעס וואס טרייבט אויף מער איינקופט צו קענען אינוועסטירן און פרישע אינציאטיוון

אויסער די נאטורליכע קייט וועלכע איז צו פארדאנקן די גוגעל דאמינאנץ צייגט ער אן אויך אויך אנדערע דיפערענצן צווישן גוגעל אין בינג זאגנדיג אז עס געדויערט ארום די זעלבע צייט פאר אייגנטומער פון רעסטוראנטן און אנדערע ביזנעסער צו פארריכטן גרייזן אויף גוגעל אדער בינג איבער די שטונדן ווען זיי אפערירן אבער וויבאלד גוגעל זעהט פיל מער טראפיק אויף איר ענדזשין וועלן די ביזנעס אייגנטומער ענדערש אראפציפן פון זייער צייט צו אויסבעסערן גרייזיגע דעטאלן איבער זייער ביזנעס אויף גוגעל ווי עס צו פאריכטן אויף בינג אדער אנדערע ענדזשינס וואס דאס איז נאך א ביישפיל איבער די אויבערהאנט וואס פירט צו מער אקוראטיע אויף גוגעל וואס פירט אויטאמאטיש אנצוהאלטן די דאמינאנץ

די דינסטאג סעסיע האט זיך געענדיגט מיט אן אורטייל פון ריכטער מעטא וועלכע האט ענדליך ארויסגעגעבן זיין ארדער איבער די וואך לאנגע שטרייט צווישן די צוויי זייטן איבער די רעכט פאר די רעגירונג ארויפצושטעלן אויףזייער פובליקר וועבזייטל עקזיביטס וועלכע ווערן אקצעפטירט אין געריכט

מאנטאג נאכט האבן ביידע זייטן געפיילט א פאראייניגטע סטאטוס באריכט און קלארגעשטעלט אז זייער הויפט אומאיינשטיגקייט איבער די אישו איז איבער וויפיל צייט די רעיגורנג דארף גיבן פאר גוגעל איבערצוקוקן מאטריאל וואס זיי ווילן ארויפשטעלן אנליין

אצינד האט ריכטער מעטא געאורטיילט אז גוגעל באקומט דריי שטונדן צייט פאר איבערזיכט בעפאר די רעגירונג קען פובליצירן אזעלכע עקזיביטס

דאס מיינט אז יעדן טאג נאך די סעסיע וועט גוגעל באקומען קאפיס פון דאס וואס די רעגירונג וויל ארויפשטעלן און אויב זיי מאכן נישט קיין פראבלעמען דארף עס קענען ווערסן פובליצירט אין די אוונט שטונדן

אין פאל וואס גוגעל אדער א דריטע פארטיי דרוקן אויס קעגנערשאפט און ווילן נישט אז מען אל לופטערן געוויסע עקזיביטס זאל די רעגירונג ווארטן ביז די קומענדיגע טאג צו גיבן א געלעגנהייט פאר די ריכטער אויסצוהערן די ארגומענטן

מיטוואך בעפאר סוכות האט די געריכט פארגעזעצט מיט עדות פאראקין וועם גוגעל האט גענומען אויף א קרייץ פארהער

פאראקין האט פארציילט איבער מיקראסאפט'ס דורכגעפאלענע פארזוך צו איבערצייגן עפל צו נוצן די בינג ענדזשין אלס דיפאלט אנשטאט גוגעל

ער זאגט אז זיינע איינדרוקן זענען געווען אז עפל איז נישט אינטערסירט צו טוישן גארנישט און נוצט בלויז די מעגליכקייט פון אזא טויש אלס געצייג אנצושרעקן גוגעל ביים פארהאדלען פאר די טערמינען אינעם זייער אפמאך

פאראקין זאגט אויך אז עס איז געווען אומעקאנאמיש פאר זיין פירמע צו אינוועסטירן מער אין מאביל סוירטש אנערקענענדיג אז עס איז ווייט נישט אזוי גוט ווי גוגעל'ס ווייל גוגעל איז שוין אזוי דאמינירנד אז מער אינוועסטירונג אין בינג וועלן נישט באווייזן אריינצושניידן גענונג אין גוגלע אז עס זאל זיך לוינען

ביים ווערן אויסגעפרעגט דורך די רעגירונג האט פאראקין גראדע געזאגט אז אויף דעסקטאפ איז בינג יא בעסער ווי גוגעל און זיך געאייסערט אז עפל'ס דזשאן דזשיאנאנדרי האט איינגעשטימט דערמיט ווען ער האט גערעדט מיט אים פריוואט

שפעטער אין טאג האט מען געהערט פון אלעקס אוסטין וועלכע האט געגרונדעט די ברענטש מעטריקס פירמע וועלכע האט געארבעט אויף א סוירטש ענדזשין פאר עפפס וועלכע ערלויבן פאר באנוצער צו עפענען ספעציפישע וועב זייטלעך דורך די טיפע לינקינג טעכנאלאגיע

עס ארבעט צום ביישפיל ווען עימיצער קלאפט אריין די ווארט "פיצא" וועט עס פירן צו פיצא פארבונדעטע זייטן אויף עפפס וואס יענער פארמאגט, א שטייגער ווי יעלפ אדער אובער איטס און אויך רעקאמענדירן ענליכע עפפס וועלכע יענער האט נאכנישט דאונלאודעד

אוסטין האט געטראכט אז דאס אזא סארט ענדזשין וועט זיין עפעס ואס וועט בענעפיטירן אלע זייטן ווען פירמעס ווי עפל וועלכע ערצייגן טעלעפאנען און אזוי אויף די קעריערס וועלן זיכער זיין צופרידן צו קענען צושטעלן נאך אן אפציע וואס וועט נישט בלויז פארבעסערן די באנוצער ערפארונג נאר גלייכצייטיג אויפטרייבן א פרישע איינקופט קוואל

עפפ דעוועלאפער וועלן אין די זעלבע צייט זיך טרעפן מיט פרישע מעגליכקייט צו וואקסן און פארשפרייטן זייערע עפפעס אינדרויסן פון די אנגעלייגטע עפפ געשעפטן

נאך אלע טרוימען האט זיך אבער אוסטין אנגעשטוין אין די זעלבע פראבלעם ווי פילע אנדערע, נעמליך, די גוגעל קאנטראקטן מיט די ריזן טעכנאלאגיע פירמעס

ווי ער זאגט האט יעדע איינציגע פאטענציאלע שותף וועם ער האט אנגעטראגן זיין פלאן אים אפגעזאגט און אלע פון זיי מיט די זעלבע ערקלערונג אז עס וואלט פארלעצט זייערע קאנטראקטן מיט גוגעל

עווענטועל האבן זיי אויסגעארבעט א וועג וועלכע ערלויבט פאר סעמסאנג צו נוצן זייער סוירטש אפציע אלס אן אפליין סוירטש וואס איז א גאר שטארק באגרענציטע ווערסיע פון די ארגינעל געפלאנטע פראדוקט

לויטן קאנטראקט צווישן סעמסאנג מיט גוגעל קען בלויז גוגעל זיין די דיפאלט סוירטש ענדזשין וואס איז פארבונדען צו די אינטערנעט

די אונטערטיהר וואס ברענטש האט אויסגעהאמערט מיט סעמסאנג איז צו האבן אזא זייער סוירטש אפציע אבער אומפארבונדן צו די וועב און אזוי ארום פארלעצט עס נישט די קאנטראקט מיט גוגעל

ברענטש האט אבער געדארפט אריינגעבן פון פאראויס א פון פריער באשטימטע ליסטע פון ארום 25 עפפס ווייל סעמסאנג האט געדארפט איבערקוקן יעדע איינצלנע פון זייאון באשטעטיגן אז קיינע פון די אזויגערופענע טיפע לינקס זענען נישט פארבונדן צו די וועב

אט די עקסטרעם שארפע באגרעניצונגען זענען געווארן ארויפגעשטעלט שוין נאך וואס ברענטש האט אינוועסטירט ריזיגע געלטער צו דעוועלאפן די טעכנאלאגיע און א קאוד וועלכע זאל פארבונדן הונדערטער עפפס

אין אנדערע נייעס האט די רעגירונג אנגעהויבן צוריקשטעלן די קעיס עקזיביטס אנליין נאכן באקומען א טאג פריער די גרינע ליכט פון ריכטער מעטא

א באזונדערע אנטוויקלונג איז געווען ווען גוגעל האט רעאגירט צו א פארלאנג פון די רעגירונג וועלכע וויל מער צייט צו פרעזענטירן זייער קעיס

די רעגירונג האט אנערקענט אז זייער פרעזענטאציע וועט זיך ציען לענגער ווי פון פארואיס אפגעשמועסט בעפאר די פראצעס אבער אצינד האט גוגעל אין א פיילינג זיך אקעגנגעשטעלט זאגנדיג אז זיי פארלאנגען אז אלע זאלן זיך האלטן צו די באשטימטע סקעדזשועל
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

מאסיוו ווי נאר @הבל קען
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג בעפאר סוכות איז געווען די צוועלפטע טאג אינעם פראצעס

אין אן אינטערסאנטע אנטוויקלונג טוט ריכטער מעטא טוישן ריכטונג ווען עס קומט צו האלטן די קעיס מען אפן צום פובליק

ווי די ליינער האבן מיטגעהאלטן זענען א גרויס טייל פון די ערשטע עדות אויפטריטן געווען אונטער פארמאכטע טיהרן און די ערשיינונג איז געווארן גאר שטארק קריטיקירט דורך די מידיא אריינגערעכנט שארפע ארטיקלען אין די ניו יארק טיימס און אין די וואל סטריט דזשורנאל

דער ריכטער איז געווען באוואוסטזיניג און אין די לעצטע טעג האט ער אנגעהויבן צו שטופן די פארטייען איבערצוטראכטן צוויי מאהל בעפאר זיי פארלאנגען אז געוויסע פראגן זאלן ווערן אדרעסירט אוועק פונעם פובליק אויער

ביי איין פאל האט די רעגירונג אדוואקאט געזאגט אז זי האט שוין געפרעגט אלע פראגן וואס זי האט געקענט פרעגן אין פובליק אבער דער ריכטער האט איר געמוטיגט צו כאפן נאך א בליק אויף די איבריגע פראגן אויף איר ליסטע און איבערקלערן אויב אלע פון זיי דארפן טאקע בלייבן אין געהיים

ביי מיטאג האט טאקע יענע געכאפט א בעסערע בליק און געטראפן מער פראגן וועלכע קענען יא ווערן געפרעגט אין א פובליק פארמאט

ריכטער מעטא איז אויך געגאנגען נאך ווייטער און געמאדלן אז ער וועט פארארדענען צו פארעפנטליכן גרויסע טיילן פון די עדות'שאפטן וועלכע זענען געווען אין גרויס טייל פארזיגלט, אריינגערעכנט פון עדות דזשיאנאנדרי

די גרעסטע טייל פון דאנערשטאג סעסיע איז געגאנגען פאר עדות טינטער ווען די רעגירונג האט ארויפגעברענגט מיקראסאפט קארפארעיט וויצע פרעזידענט פאר ביזנעס געוועלאפמענט עקזעקוטיוו דזשאן טינטער

טינטער איז אריין אין מער דעטאלן איבער מיקראסאפט'ס פארזוך צו האבן בינג אלס דיפאלט סוירטש ענדזשין ביי עפל און סעמסאנג

ער האט נישט געזאגט א גענויע ציפער וויפיל מיקראסאפט האט פארגעשלאגן פאר עפל אבער געזאגט אז צווישן די אנבאטן האבן זיך געציילט אזעלכע וואס וואלטן געגעבן פאר עפל 100% פון די פארדינסטן און מיט דעם אלעם איז עפל געגאנגען מיט גוגעל (דאס באדייט אז פאר מיקראסאפט האט זיך געלוינט צו דערליגן עטליכע ביליאן דאלאר אויפן קורצן טערמין זיך צו קענען אריינבאקומען אין די מאכטפולע סוירטש ענדזשין מארקעט אויף אזא פאפולערע מארק ווי עפל)

ער זאגט יא אז מיקראסאפט'ס גאר רייצנדע אנבאטן האבן זיכער ארויפגעשרויפט די פראצענטן וואס עפל האט געקענט ארויסקוועטשן פון גוגעל און ער האט געווארן א ציפער פון 60% פון די פארדינסטן וואס שאצט אז גוגעל דארף צושטייער געבן פאר עפל לויטן אפמאך

ער פירט אויס אז מיקראסאפט איז געווען גענוג גרויס צ קענען אנטייל נעמען אינעם שפיל אבער נישט גענוג גרויס צו געווינען

ער זאגט אז לויט אים וואלט געווען די קלוגסטע זאך פאר עפל צו אקצעפטירן די מיקראספאט גאר ברייטהארציגע פארשלאג פאר עפל אפאראטן אין די פאראייניגטע שטאטן און אנהאלטן די קאנטראקט מיט גוגעל אין אנדערע לענדער

די עדות'שאפט פון טינטער האט טאקע געשפילט צו די רעגירונג זייט מיטן ארויסברענגן ווי מאכטפול עס איז צו דאמינירן סוירטש ענדזשין דיפאלטס ווי מען זעהט אז מיקראסאפט איז געווען גרייט צו גיבן 100% פון די פארדינסטן פאר עפל

אבער פון די אנדערע זייט האט עס ארויסגעהאלפן די ארגומענט פון גוגעל וועלכע זאגט אז די אפמאכן מיט עפל און אנדערע רעפלעקטירן אויסוואלן דורך בראוזערס און אפאראטן ערצייגער באזירט אויף קוואליטעט און סערוויסעס וואס די ענדזשינס שטעלן צו ווי מען זעהט פון דעם וואס עפל איז טאקע נאך אלעם געבליבן מיט גוגעל און אז נישט אלעס איז איבער די פינאציעלע אנבאט איבער פראצענט פארדינסטן

פרייטאג ערב סוכות האט נאך טינטער פארגעזעצט מיט א קורצע השלמה פון זיין עדות און מיט דעם איז די וואך געקומען צו א שלוס
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:19 am
די עדות'שאפט פון טינטער האט טאקע געשפילט צו די רעגירונג זייט מיטן ארויסברענגן ווי מאכטפול עס איז צו דאמינירן סוירטש ענדזשין דיפאלטס ווי מען זעהט אז מיקראסאפט איז געווען גרייט צו גיבן 100% פון די פארדינסטן פאר עפל

אבער פון די אנדערע זייט האט עס ארויסגעהאלפן די ארגומענט פון גוגעל וועלכע זאגט אז די אפמאכן מיט עפל און אנדערע רעפלעקטירן אויסוואלן דורך בראוזערס און אפאראטן ערצייגער באזירט אויף קוואליטעט און סערוויסעס וואס די ענדזשינס שטעלן צו ווי מען זעהט פון דעם וואס עפל איז טאקע נאך אלעם געבליבן מיט גוגעל און אז נישט אלעס איז איבער די פינאציעלע אנבאט איבער פראצענט פארדינסטן
אין נעט איז דאס א געווינס פאר די רעגירונג אדער ניין???
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אן אומפארבונדעטע קעיס האט א דזשורי אין סאן פראנציסקא געאורטיילט אז גוגעל האט גענוצט איר אנטי קאנקורענט מאנאפאל אומאויסגעהאלטן אין א קלאגע געברענגט דורך א געוויסע שפיל עפפ
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@הכל הבל וואו האלט די ארגיניעלע קעיס?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:35 pm
@הכל הבל וואו האלט די ארגיניעלע קעיס?
אויפגעהערט די טעגליכע באריכטן צוליב שוואכערע אינטערעסע
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פארשטענדליך...

(איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די לעצטע פאר)

אפשר א שטיקל כללות'דיגע איבערבליק וואו מען האלט?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

איך האב זייער הנאה געהאט דערפון.
מ'מעג בעטן ממשיך צו זיין?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:37 pm
דרייטצעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:35 pm
@הכל הבל וואו האלט די ארגיניעלע קעיס?
אויפגעהערט די טעגליכע באריכטן צוליב שוואכערע אינטערעסע
פון וואו נעמסטו אז עס איז דא שוואכע אינטערעסע?
וויאזוי מעסט זיך דאס?
איך ליין נישט אזוי פלייסיג אבער פון צייט צו צייט געב איך א בליק איבער,
ביזט אבער גארנישט מחיוב, שרייב וויפיל דו ווילסט און ווען און וואס און וויאזוי דו ווילסט.
מלך בשדה..
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ריכטער אורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג אז גוגל האט פארלעצט די אנטיטראסט געזעצן.

'גוגל איז א מאנאפאליסט, און האט אונטערגענומען מאנאפאליסטישע שריט אנצוהאלטן איר סטאטוס'.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-05 210855.png
Screenshot 2024-08-05 210855.png (220.5 KiB) געזען 1924 מאל
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5137
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די דזשאדזש זאגט אבער נישט וואס די שטראף זאל זיין, צו א געלט שטראף, צו אפברעכן אלפאבעט פון גוגל. דאס וועט זיין אינגאנצן אן עקסטערע טרייעל ווי איך פארשטיי.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5137
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די אי. יו. האט א צייט צוריק ארויפגעלייגט א פארבאט אויף נייע ענדרויד דעווייסעס אז עס טאר נישט האבן גוגל קראום אלץ דיפאולט בראוזער נאר מוז געבן אן אויסוואל פאר די באנוצער וועלכע בראוזער ער וויל נוצן, כדי נישט ארויפצווינגען גוגל פראדוקטן אויף ענדרויד באנוצער.

יעצט נאכן געריכט פסק פונעם היינטיגן טאג טענה'ן אסאך חכמים אז אמעריקע מוז גיין א טריט ווייטער ווי דאס, צוליב וואס די פארבאט האט נישט קיין סאך געהאלפן אויף וויפיל נוצן פאקטיש קראום קעגן וויפיל נוצן אנדערע בראוזערס.

אויב איינער וויל קען זיי גיין מסביר זיין אז אפשר ווילן מענטשן נוצן קראום פשוט ווייל ס'איז גוט אין טעכנאלאגיע.
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע:ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירורים »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:06 pm
די אי. יו. האט א צייט צוריק ארויפגעלייגט א פארבאט אויף נייע ענדרויד דעווייסעס אז עס טאר נישט האבן גוגל קראום אלץ דיפאולט בראוזער נאר מוז געבן אן אויסוואל פאר די באנוצער וועלכע בראוזער ער וויל נוצן, כדי נישט ארויפצווינגען גוגל פראדוקטן אויף ענדרויד באנוצער.

יעצט נאכן געריכט פסק פונעם היינטיגן טאג טענה'ן אסאך חכמים אז אמעריקע מוז גיין א טריט ווייטער ווי דאס, צוליב וואס די פארבאט האט נישט קיין סאך געהאלפן אויף וויפיל נוצן פאקטיש קראום קעגן וויפיל נוצן אנדערע בראוזערס.

אויב איינער וויל קען זיי גיין מסביר זיין אז אפשר ווילן מענטשן נוצן קראום פשוט ווייל ס'איז גוט אין טעכנאלאגיע.
זייענדיג אביסל גרין אין די לעגאלע פעלד וויל איך פארשטיין פארוואס ענדרויד מעג נישט מאכן א דיפאלט בראוזער (אויב איך פארקויף דיפס פאר שבת מעג איך נישט לייגן טאמעטע דיפ אין די פרידזש מער אין פארנט?)?
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

פירורים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 am

זייענדיג אביסל גרין אין די לעגאלע פעלד וויל איך פארשטיין פארוואס ענדרויד מעג נישט מאכן א דיפאלט בראוזער (אויב איך פארקויף דיפס פאר שבת מעג איך נישט לייגן טאמעטע דיפ אין די פרידזש מער אין פארנט?)?
א שאד נישט צי ליינען די ערשטע תגובה אין דעים אשכול וואס איז ארויס פין דעם גאלדענע פעדער פון @הכל הבל

קעפל: משפט גוגעל
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:01 pm
מארגן דינסטאג גייט זיך עפענען א פראצעס וועלכע שטעלט פאר די סאמע גרעסטע פארזוך פון די אמעריקאנע רעגירונג צו צוברעכן די דאמינאנץ און מאנאפאל וואס די טעכנאלאגיע אינדוסטריע ריזן האלט שוין אן פאר לאנגע יארן
די 1.7 טריליאן דאלאר פראצעס וועט געלאזט ווערן אין גאנג אין א געריכט צימער אין וואשינגטאן די סי וואו די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעטראגן זייער אנקלאגע אקעגן די גוגעל פירמע מיט די באשולדיגונג אז זיי האבן באוויזן צו ווערן די מאכטפולסטע און גרעסטע סוירטש ענדזשין דורך אומלעגאלע טאקטיקן פון נוצן זייער געלט צו עלימינירן פאטענציאלע קאנקורענטן
פלענער צו קלאגן די פירמע האבן זיך שוין העפטיג געוועבט אונטער די אבאמא פרעזידענטשאפט אבער פראקורארן האבן עווענטועל באשלאסן אז די באווייזן אויף וועלכע זיי זיצן איז נישט גענוג שטארק און האבן באשלאסן נישט פאראויסצוגיין מיט די קעיס
די קעיס איז עווענטועל געווארן אריינגעטראגן אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע און די אנגייענדע ארבעט עס אויפצובויען האט פארגעזעצט אונטער זיין נאכפאלגער פרעזידענט ביידען וועלכע האט אינסטאלירט אטוירני יונתן קענטער אין די דעפארטמענט'ס אנטי טראסט דיוויזיע צו פארזיכערן אז די קעיס שטייט אויף פעסטע גרונדן
אין צענטער פון די קעיס איז די סעריע פון אפמאכן וועכלע גוגעל האט אויסגעהאמערט מיט עפל, סעמסאנג און אנדערע גרויסע פירמעס אונטער וועלכע זיי באקומען א געוויסע פראצענט פון פארדינסטן און אין אויסטויש מאכן זיי זיכער אז גוגעל איז די אויטאמאטישע סוירטש ענדזשין אויף וועב בראוזערס און מאביל טעלעפאן אפאראטן און די פירמע איז אויך אין קאנטראל פון די רעקלאמעס וואס שווימען ארויף ביי סוירטשעס
גוגעל פארעפנטליכט נישט די דעטאלן פון אט די אפמאכן און וויפיל זיי פארדינען אויף די אפמאכן און די רעגירונג באשולדיגט אז די קאנטראקטן טוען בארויבן קאנסומער פון די בענעפיטן פון גוטע קוואליטעט און מער שעפערישע אינוואציע, געדנאקן און סערוויסעס וואס בלויז קאנקורענץ איז אומשטאנד צוצושטעלן
אויב זאל גוגעל פארלירן די קעיס וועלן זיי דארפן איינשטעלן דראסטישע טוישונגען צו די אפמאכן און מעגליך גאר פארקויפן טייל פון וויככטיגע פירמע טיילן
איינע פון די ביישפילן וואס די רעגירונג קען נוצן איז ארויסצוהייבן א פירמע וועלכע בארימט זיך אז זיי נוצן נישט סוירטש דאטא פון קאנסומער פאר רעקלאמע צוועקן און זוכן צו באשוצן קאנסומער פרייוועסי און אויב אזא פירמע וואלט געהאט מער צוטירט צו די מארקעט וואלט עס שטארק בענעפיטירט קאנסומער
גוגעל פארטיידיגט זיך אז זייערע קאנטראקטן מיט סופלייערס און פלאפטפארמעס זענען נישט עקסקלוסיוו און אז קאנקורענטן קענען פונקט אזוי ארבעטן אויף אזעלכע אפמאכן און איבערקומען די גוגעל אנבאט און אז די פירמע ארבעט שווער אנצוהאלטן די קאנטראקטן און זעהט סוקסעס צוליב ואס זיי שטעלן צו די בעסטע פראדוקט
זיי ווייזן אן אז מאזילא האט געהאט פאר א צייט געטוישט זייער דיפאלט סוירטש ענדזשין צו יאהו און שפעטער צוריקגעטוישט צו גוגעל און דאס איז א באווייז אז די מאכט פון גוגעל איז נישט אויסשליסליך נאר עס איז זייער פראדוקט וועלכע נעמט איין די מארקעט
די פראצעס גייט נישט ווערן אויסגעהערט דורך א דזשורי נאר דורך פעדעראלע דיסטריקט ריכטער עמיט מעטא (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
אין א פריערדיגע געריכט פראצעדור האט ריכטער מעטא געפרעגט פון גוגעל'ס אדוואקאט אויב עס איז ראציאנאל צו פארגלייכן זייער איינטריט אין די פארמעסט צו א 400 מעטער געלויף אין וועלכע איין ספעציפישע לויפער הויבט אן מיט 200 מעטער אריין אין די פארמעסט
אדוואקאט דזשאן שמידטליין האט רעאגירט זאגנדיג אז גוגעל האט אנגעהויבן פארהאנדלען איבער אזעלכע אפמאכן אין 2002 למספרם לאנג בעפאר איר סוירטש ענדזשין האט דאמינירט די מארקעט
ווען גוגעל איז ארויסגעקומען מיט קראום אין 2008 למספרם איז זי נאך געווען 350 מעטער אונטערשטעליג נאך יארן פון מאנאפאל דורך אזעלכע ריזן ווי מיקראסאפט און זיי האבן שווער געארבעט זיי איבערצוקומען
די רעגירונג שלאגט עס אבער אפ זאגנדיג אז זיי קוקן נישט אויף די אנטוויקלונגען אין די פארגאנגנהייט נאר אויף די איצטיגע צושטאנד אונטער וועלכע די פירמע נוצט זייער דיפאלט ענדזשין צו גרייכן אזוי גרויסע פראצענט קאנסומער און זייער דאטא צו נאכאנאנד פארבעסערן זייער אייגענע פראדוקט אויף א וועג צו האלטן קאנסומער אונטער אירע פליגלען אין די צייט וואס א מער אפענע פראצעדור פון קאנקורענץ וואלט צוגעשטעלטא בעסערע אויסוואל
עטליכע טוץ פון סטעיט אטוירני דזשענעראלס האבן באזונדער געקלאגט די פירמע פאר די זעלבע זאך און האבן אויך געוואלט מאכן א באזונדערע ארגומענט אין די קעיס אז גוגעל דעזיגנירט זייערע סוירטש זייטן צו דיסקרימינירן אקעגן קלענערע פערמיס וועלכע ספעציעליזירן זיך אין ספעציפישע געביטן א שטייגער ווי יעלפ פאר לאקאלע ביזנעסער און עקפידיע פאר טראוועל סערוויסעס
אין אוגוסט למספרם האט אבער ריכטער מעטא ארויסגעווארפן די לעצטע ארגועמנט אז גוגעל דיסקרימינירט אקעגן ספעציעלע סוירטש מארקעט
די פראצעס קען זיך ציען פאר לאנגע וואכן און מען וועט הערן פון עקזעקוטיוון פון גוגעל, עפל, מיקראסאפט, סעמסאנג און אנדערע איבער די בענעפיטן פון גוגעל'ס ראלע אין די אינטערנעט וועלט
די איצטיגע פראצעס גייט בלויז אדרעסירן די פראגע אויב גוגעל האט פארלעצט די געזעץ און ריכטער מעטא וועט ווארשיינליך נישט אוורטיילן בעפאר קומענדיגע פרילינג
אויב זאל די אורטייל גיין אקעגן די פירמע וועט זיך דאן עפענען א פרישע פראצעס וועלכע וועט באהאנדלען די פראגע וואס עס איז די ריכטיגע שטראף און וועלכע טוישונגען איינצושטעלן
דאן וועט מען אנהויבן די אפעלאט פראצעדורן וואס קענען זיך ענדיגן אינעם סופרים קאורט און באדייט אז עס קען געדויערן יארן צו זעהן אן ענדגיטליגע רעזולטאט
אויב בלעטערט מען צוריק אין היסטאריע געפונט מען די קעיס וואס די רעגירונג האט אריינגעטראגן צוריק אין 1990 למספרם אקעגן מיקראסאפט פארן מאכן אינטערנעט עקספלארער די איינציגסטע בראוזער אין איר ווינדאוס אפארעיטינג סיסטעם און נוצן איר דאמינאנץ פון ווינדאוס צו אונטערדרוקן קאנקורענטן ווי נעטסקעיפ
די רעגירונג האט צו ערשט געוואונען די קעיס אין דיסטריקט געריכט וועלכע האט פארארדנט אויפצוברעכן די פירמע אבער די קרייז געריכט האט צוריקגעדרייט די אורטייל און די קעיס האט זיך עווענטועל געענדיגט מיט אן אפמאך אונטער וועלכע מיקראסאפט האט איינגעשטימט נישט צו בלאקירן קעגנערישע סאפטוועיר פירמעס אין אירע קאנטראקטן מיט קאמפיוטער פראדוצירער
גוגעל'ס הויפט פראצעס אדוואקאט שמידטליין האט אין יענע קעיס רעפרעזענטירט די סטעיט אטוירני דזשענעראל'ס אין זייער קאמף אקעגן מיקראסאפט און מארק פאפאפסקי איז דאן געווען אויף די זייט פון די יוסטיץ דעפארטמענט
קענט וואלקער וועלכע איז איצט איינע פון די הויפט גוגעל אדוואקאטן האט אין יענע קעיס פארטרעטן נעטסקעיס אלס זייער דזשענעראל קאונסעל
פון די אנדערע זייט האט זיך די רעגירונג אויך אויסשטאפירט מיט וועטעראנען פון די מיקראסאפט קעיס און קענט דינצער וועלכע איז א לאנגיעריגע דעפארטמענט וועטעראן מיט א וויכטיגע ראלע אין די קעיס האט דאן געארבעט אויף די זייט פון מיקראסאפט
אויסער די איצטיגע קעיס פלאנט די דעפארטמענט א באזונדערע פראצעס אקעגן די פירמע אויף 2024 למספרם און אין יענע קעיס ווילן זיי זיך קאנצעטרירן אויף די אנליין רעקלאמע ביזנעס פון די פירמע
די ריכטונג וועלכע די איצטיגע קעיס ועוט נעמען קען שטארק באאיינפלוסן די פלענער און אויספארשונגען און מעגליכע אנקלאגעס וואס די דעפארטמענט זוכט אקעגן אנדערע גרויסע פירמעס ווי עמעזאן, עפל, טיקעטמעסטער און אנדערע
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פירורים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:50 am
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:06 pm
די אי. יו. האט א צייט צוריק ארויפגעלייגט א פארבאט אויף נייע ענדרויד דעווייסעס אז עס טאר נישט האבן גוגל קראום אלץ דיפאולט בראוזער נאר מוז געבן אן אויסוואל פאר די באנוצער וועלכע בראוזער ער וויל נוצן, כדי נישט ארויפצווינגען גוגל פראדוקטן אויף ענדרויד באנוצער.

יעצט נאכן געריכט פסק פונעם היינטיגן טאג טענה'ן אסאך חכמים אז אמעריקע מוז גיין א טריט ווייטער ווי דאס, צוליב וואס די פארבאט האט נישט קיין סאך געהאלפן אויף וויפיל נוצן פאקטיש קראום קעגן וויפיל נוצן אנדערע בראוזערס.

אויב איינער וויל קען זיי גיין מסביר זיין אז אפשר ווילן מענטשן נוצן קראום פשוט ווייל ס'איז גוט אין טעכנאלאגיע.
זייענדיג אביסל גרין אין די לעגאלע פעלד וויל איך פארשטיין פארוואס ענדרויד מעג נישט מאכן א דיפאלט בראוזער (אויב איך פארקויף דיפס פאר שבת מעג איך נישט לייגן טאמעטע דיפ אין די פרידזש מער אין פארנט?)?
אוודאי מעג יענער מאכן א דיפאלט בראוזער...

די שאלה איז נאר וועלכע טאקטיקן יענער נוצט אנצוקומען אהין... (ווען ס'רעכענט אריין צאלן [ב]יליאנען פאר אנדערע פירמעס איז עס העכסט ווארשיינליך אומלעגאל)
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:06 pm
די אי. יו. האט א צייט צוריק ארויפגעלייגט א פארבאט אויף נייע ענדרויד דעווייסעס אז עס טאר נישט האבן גוגל קראום אלץ דיפאולט בראוזער נאר מוז געבן אן אויסוואל פאר די באנוצער וועלכע בראוזער ער וויל נוצן, כדי נישט ארויפצווינגען גוגל פראדוקטן אויף ענדרויד באנוצער.

יעצט נאכן געריכט פסק פונעם היינטיגן טאג טענה'ן אסאך חכמים אז אמעריקע מוז גיין א טריט ווייטער ווי דאס, צוליב וואס די פארבאט האט נישט קיין סאך געהאלפן אויף וויפיל נוצן פאקטיש קראום קעגן וויפיל נוצן אנדערע בראוזערס.

אויב איינער וויל קען זיי גיין מסביר זיין אז אפשר ווילן מענטשן נוצן קראום פשוט ווייל ס'איז גוט אין טעכנאלאגיע.
דאכטזיך אז דאס איז געווען (איינע פון) גוגל'ס טענות...

זעהט אויס דער ריכטער האט עס נישט געוואלט אננעמען...

---
אגב.

איז אינטערעסאנט צו זעהן [פ. 272] די אגרעסיווע טאקטיקן וואס גוגל האט אונטערגענומען צו פארזיכערן ס'זאל נישט פארבלייבן קיין פאפיר טרעיל באווייזן וואס קען גענוצט ווערן קעגן זיי...
ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

@הכל הבל איך האב יעצט דורך געליינט די גאנצע אשכול א ריזיגן ש'כח פאר די שווערע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט דערין
טענקס א מיליאן פאר דאס און פאר אלע טויזנטער מאל וואס דו ביסט מיר מהנה פון דיינע רייכע באריכטן!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 45000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט גוגעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ישי כץ האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:43 pm
@הכל הבל איך האב יעצט דורך געליינט די גאנצע אשכול א ריזיגן ש'כח פאר די שווערע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט דערין
טענקס א מיליאן פאר דאס און פאר אלע טויזנטער מאל וואס דו ביסט מיר מהנה פון דיינע רייכע באריכטן!
יישר

א גרויסן דאנק פאר די פידבעק!

עס מוטיגט פארצוזעצן!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”