סטראשען! נישט אויף למעשה...

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

זאמדיגער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 10:23 am

סטראשען! נישט אויף למעשה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמדיגער »

מיינע טייערע ברידער...

1 מינוט מחשבה קען מיר העלפן צוריקבאקומען בס"ד א סכום פון עטליכע מאל 6 דיזשיטס...

בקיצור נמרץ: כ'דארף א לויער אין אמעריקע זאל אנגרייטן א סטראשע-בריוו / לאו סוט וכל שום וחניכא וכו', געוואנדן צו א פירמע אין ניו דזשערסי וואס האט גענומען פון מיר א גאר גרויסע סכום 100% אפיציעל און מיט א קאנטראקט , פאר א סערוויס וואס זיי דארפן צושטעלן. עס איז קלאר אויסגעשמועסט אינעם קאנטראקט, אז אין פאל זיי דעליווערן נישט די סערוויס (ווי אויסגעשמועסט דארט) דארפן זיי צוריקגעבן דאס גאנצע געלט אין 5 ביזנעס טעג. ולא עוד, נאר זיי טארן נישט נוצן די געלט בכלל איידער זיי האבן דעליווערט די סערוויס.

שורה תחתונה, זיי האבן נישט דעליווערט. מ'האט זיי געשיקט אן אימעיל און אפיציעל געלאזט וויסן אז זיי זענען אין בריעטש פונעם קאנטראקט און פארלאנגט די גאנצע געלט אין 5 טעג.

נעווער העפפענד.

כ'דארף 'גאר דרינגענד' קאנטאקט אינפארמעישן (לכתחילה אויב איר ווייסט ערשטהאנטיג אז ער איז גוט) פון א גוטער געפעפערטע לויער/אטוירני וואס זאל אנרעכטן א 'ציפעדיגן' סטראשונקע בריוו, גענוג 1-2 פעידזשעס, אז אך און וויי אויב סעטלט מען נישט תיכף ומיד אינדרויסן פון קאורט, ווייל אויב נישט וכו' וכו' וכו' וגו' וד"ל...

כ'פארשטיי אז דער לויער דארף וויסן געזעצליך וואס זענען די קאנסעקווענצן פון אזא מעשה אין קאורט, און אראפלייגן די סאמע שווארצסטע און ערגסטע סינעריאו פאר די קאמפעני כמובן.

אויב וואלט איר געהאט אן אנונג וואס דאס דארף קאסטן איז אודאי עפרישעיטעט.

מאה אלף תודות! כתיבה וחתימה טובה, הארציגע ברידער!
שרייב תגובה

צוריק צו “דזשאבס און ארבייטער”