אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 pm
און יעצט א פרישע תבהלה:

סערת ביטול הראיון.

נישט דא ווער ס'זאל לאכן....
זיכער וויל מגל האט אראפגעריסן די רבנית אפאר חדשים צוריק.
אויך וויל ער איז יעצט אריין אין שפיטאל.
גאנץ האט געזאגט אז אויב ער גייט צו די אינטערוויא וועט ער זיך ארויסציען פון די ממשלה.
אייזנקוט האט געסטראשעט מיט הפגנות.
אדער וויין מ'האט כמעט געטוישט די שלעסער פון זיין טיר?
ווייל די הפגנה היינט האט נאר געהאט טויזענט מענטשען?
רוב זיכער ס'קומט פון נישט טרעפן פארקינג.

ווייל ער פירט א מלחמה און ער איז פלעין ביזי? קענישט זיין. נאר אויב מ'האט ארויסגעראטעוועט משכונות. (שוין, עמיר טוויטן אז משכונות זענען אינדרויסן)

טויט משוגע!!!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
חברונער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

@געגאנגן
רוב זיכער משוגע מטורף
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:33 pm
@געגאנגן
רוב זיכער משוגע מטורף
פאר נעקסטיים לייג א 'ע' - @געגאנגען

ווען מ'האלט מיט אביסל די נייעס אין די מדינה, ווערט קלארער וואס מיינט 'שנאה מקלקלת את השורה'..
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
חברונער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

און ווען מ'האלט מיט די אלטוועלטליכע נייעס ארום די מדינה ווערט קלאר וואס מיינט מסיני ירדה שנאה לעולם
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: יהודי אינו ציוני!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ראטשילד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:32 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:27 pm
פנימחדשות האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:16 pm
אה"נ, דאס מיינט אבער נישט אז אויך ניק'ס דאהי האבען דער חשבון פון נאציאנאלע שטאלץ אא"וו (עכ"פ לגבי דעם אז דערפאר זאל זיך "לוינען" אידישע הרוגים ה"י).
גארנישט מיינט נישט. (דאס אז די אנדערע ניקים זענען פרא כאמאס מיינט אויך נישט..)

אבער די תגובות שמעקן אזוי.

יעצט בעטווין מי ענד יו.

ווען אמעריקא איז געווארן אטאקירט ביי די טווין טאוערס האט 'יעדער' אידיש קינד געהאט די נאציענאלע געפיל פארן לאנד און געהאפט אויף א נקמה אין בין לאדין, נישט וועגן דורך דעם גייט אפשר זיין ווייניגער טויטע אין אמעריקא.. נישט צוליב נקום נקמת דם עבדיך השפוך.. נאר צוליב די שטאלץ פון אמעריקע וואס איז געפאלן און זיי האבן געוואלט זעהן א נקמה אין די וואס האבן אטאקירט זייער לאנד.
יעצט איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט אין דעם הייליגן רבי'נס שיטה און ער וואינט אין מדנ''י (אגער אפילו ער וואינט נישט, נאר שפירט ווי מדנ''י איז אונזער לאנד..) איז נישט מעגליך במציאות ער זאל נישט האבן די זעלבע געפיל וואס אונז האבן געהאט ביי די טווין טאוערס, און ווען ער איזפמגיב דא אויף אייוועלט שפריצט ארויס פון זיינע תגובות די נאציאנאלע געפיל צום לאנד.
לאו דווקא.

נעם למשל א ניק ווי מיר.

איך שטאם פון ארץ ישראל, איך בין גוט אויסגעקאכט אין אלע עניינים דארטן.
אבער די נאציאנאלע כבוד זייערע אינטרעסירט מיך א קנאפע....
פון מיין זייט זאלן די ציונים אונטערגיין נעכטן.
אלע מיינע תגובות און אנאליזן זענען געבעיסד אויף וואס איז די ריכטיגע שריט וואס די ארטיגע רעגירונג ברויך צו נעמען בנוגע צו זיכערהייט און סעקיוריטי.
כבוד און פראפעגאנדע אינטרעסירט מיך נישט בכלל.
איך וואלט גע'חלש'ט אז א רעפאבליקאנער אמעריקע זאל איבערנעמען די כנסת המינים און לאזן לעבן המוני אנשי שלומינו אין פרידן אזוי ווי אין אמעריקע. (נישט ניו יארק)

אנדערע געוויסע ניקס וואס האסן אמעריקע זיי נעמען זיך געווענליך אן פאר כאמאס נישט משנאת הציונים נאר משנאת המענטשהייט. זיי האבן פיינט די אמאליגע דעמאקראטיע, זיי האסן די מורא מלכות און זיי גלייכן די אנדרלמוסיא וואס די שעטנ''ז גרופע האט אראפגעברענגט אויף די וועלט און בחדא מחתא אין א פּאַראַדאָקסיקאַלער וועג וועלן זיי שטיצן די פאלעסטינע בארבארן וואס האסן די זעלבע שעטנ''ז עלעמענטן וואס נעמען זיך אן פאר זיי....
עולם הפוך פשוטו כמשמעו.

רובא דרובא ניקס דא זענען פרא מענטשליכקייט און רעגירונג מאכט וואס אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו.

ווען מ'זעט אז די היינטיגע אמעריקאנער אדמיניסטראציע נעמט זיך אן פאר די אראבישע קאניבאלן - טוהט עס וויי פאר א יעדע מענטשליכע מענטש.

ווען מ'זעט אז די רעדיקאלע לינקע באקטעריע איז מכלה כל חלקה טובה אין ארץ ישראל - און די היימישע אידן ליידן דערפון (כגון גזירת הגיוס וכדו') טוהט דאס באדערן פאר א יעדע נארמאלע בן אנוש.

ווען איך צב''ש רייס אראפ יאיר לאפיד זת''ט אדער בעני גאנץ זת''ט - טוה איך נישט מיט דעם בארימען די יעצטיגע ראה''כ ביבי נתניהו זאת''ט.

זו נבילה וזו טריפה - די פראבלעם איז אז די טריפה האט זיך אוועקגעשטעלט צו די מענטשליכע נארמאלע זייט.

אויב זענען פאראן ניקס וואס זענען געטריבן פון ציונות געפילן - זיי ברויכן א גוטע דאקטער און די מנהלים זאלן דן זיין צו זייער פלאץ איז דא.

אבער צו קומען ארויף שמירן אויף פרא נארמאלקייט און רעגירונג מאכט - אז זיי זענען ציונים צוליב די חטא פון די יעצטיגע רעכטע הנהגה הציונית וואס זיי האבן זיך אוועק געשטעלט אויף די נארמאלע באקס - דאס איז נישט ריכטיג און אומעטיש.

לאמיר אויסשמועסן נאך עטליכע ב''ש לסבר את האוזן.

איתמר בן גביר איז א צערודערטע רעכטע ציוני.
ער האלט אז פאר די מדינת ישראל'ס זיכערהייַט ברויך מען פארטרייבן אלע פאלעסטינער פון עזה.

לינדזי גראהם און ניקי היילי האלטן אויך אזוי.

יאיר גולן און בעני גאנץ האלטן אז פאר די מדינת ישראל'ס זיכערהייַט ברויך מען פארטרייבן אלע מתנחלים פון יהודה ושומרון.

דזשאו ביידן און בערני סאנדערס האלטן אויך אזוי.

קומט יעצט א אייוועלט ניק וואס קען אביסל רעכענען און מאכט א פשוטע חשבון ווי פאלגנד:

אוסלו + די התנתקות = אוק' 7.
(געבן שטחים פאר אראבער האט קיין שלום נישט געברענגט)

און ער נעמט א צד און זאגט אז נראין דברי גרהאם והיילי מאשר דברי ביידן וסענדערס.

ווערט ער א ציוני?!

אויב גלייך איך טראמפ וואס שטיצט מדינת ישראל - ווער איך א ציוני?!

אמת, דאס גאנצע מדינת ישראל עקזיסטענץ איז א גרויסע חטא.
אבער את הנעשה אין להשיב און צוריק געבן די לאנד פאר די פאלעסטינער גייט נישט ברענגען די ישועה.

סאו וועלכע צד זאל מען נעמען? די כאמאס צד?

פארוואס ווערט נישט @שלמה הילדעסהיימער א ציוני מיטן ברענגען די שיטות פון יאיר לאפיד און בעני גאנץ?

ווער עס האט מיך פארשטאנען האט מיר פארשטאנען און ווער נישט וועט אויך נישט פארשטיין.
און יעצט האבן מיר חלק ב':

@שלמה הילדעסהיימער במטותא מינייכו, ווען איר טרעפט א ציוניסטישע תגובה ביטע נוצט די דווח קנעפל און מיט דעם וועט מען האפענטליך האלטן דאס ארט ריין.

נישט א יעדע בן כספית און רביב דרוקער תגובה זענען קנאות דקדושה.

ווען זיי רייסן אראפ ביבי - קומט דאס נישט פון קנאות און רבי זי''ע געפילן - נאר דאס קומט פון ריינע לינקע ציוניזם.

א לינקע ציוני וואס וויל אויפשטעלן א סועסייד מדינת ישראל צוזאמען מיט א פאלעסטינער לאנד וואס וועט ווארשיינליך איינשלינגן די אלע אידן ציונים וקנאים כאחד - ער בלייבט א ציוני.

א רעכטע ציוני וואס וויל מקריב זיין (נעבעך) קרבן פסח אויף הר הבית בזמן שהמקדש חרב לדאבונינו - אויב האלט איר אז ציונות איז עקלדיג דאן איז ער איז די זעלבע עקלדיגע ציוני.
(א ציוני וואס איז מקיים מצוות על דעת רבותיו שהורו כן - בלייבט נאכאלץ עקלדיג די ציוני שבו).

די שמועסן דא צווישן די ניקס זענען איבער די מצב המלחמה, מ'פראבירט צו ארויס האבן וועלעכע קראפט האט פאראורזאכט די שוידערליכע אומסטאבילאטעיט וואס איז שורה בימינו אנו אין די גארער וועלט און איבערהויפט אין מדינת ישראל.

די רעכטע ניקס ווארפן אפ די לינקע טענות אז די רעכטע סעקטע האבן פאראורזאכט די קאטאסטראפע.

די לינקע ניקס פראבירן צו שרייען פארקערט און זענען תולה יהבם אין די לינקע מנהיגים ציונים ונכרים כאחד.

קען מען למעשה טענה'ן א טענה אז ביידע ניקס זענען לוקה בציונות רח''ל איינער אויף די לינקע זייט מזבח און די צווייטע פון די רעכטע זייט.

אבער דאס איז נישט די אמת.

די אמת איז אז איינער איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסן עטליכע מאל, און בצר לא פנה לכלה זעמו וקצפו נוצנדיג די השקפה קארטל מיטן פראבע צו פארמאכן די אשכול און אזוי וועט ער קענען פארמאכן די מיילער פון די רעכטע ניקס.

אלזא זאג איך אייך טייערע ניקס, הזהרו בדבריכם, טראכט גוט פאר ווען איר טוהט תגובה'טירן און נפו דבריכם בי''ג נפה צו די ווערטער זענען געשריבן אויף אן אויסגעהאלטענע וועג אדער עס איז געטריבן דורך פאלשע אומאויסגעהאלטענע ציוניסטישע פאטריאטיזם.

און צום שלוס וועל איך דערמאנען וואס איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן.

די אלגעמיינע אמעריקאנער פאטריאט האט ליב אז זיין לאנד און אלע אירע אליאירטע זענען שטארק און מעכטיג.

די אלגעמיינע אמעריקאנער לינקעדיאט האט נישט ליב אז זיין לאנד און אירע אליאירטע זענען שטארק, ער האט ליב זיין לאנד מידיעם אדער רער אבער ח''ו נישט וועל דאן!

די רעכטע אמעריקאנער, ער קען וואוינען אין וויליאמסבורג - אבער בסתר ליבו וועט ער גלייכן אז פרעזידענט טראמפ שפאצירט בנאות דשא מיטן ראה''כ ביבי נתניהו - נישט ווייל ער גלייכט דעם נהנתן ביבי, נאר ווייל די רעכטע זייט איז די שטארקע מעכטיגע פארטיי און ווען אמעריקע איז רעכט און די אליאירטע זענען אויך רעכט , איז די וועלט מער רוהיג און סטאביל (לשיטתו)

די לינקער אמעריקאנער לעומתו - וועט גלייכן פרעזידענט ביידן וואס האט נאנטע באציאונגען מיט די לינקע איזראעלי פאליטיקאנטן, צו איז עס גאנץ אדער לאפיד , - נישט ווייל ער גלייכט דעם אידיאט לאפיד אדער די אלטע ביידן, ניין, ער האלט אז די וועלט איז אסאך מער סטאביל ווען בלוט גיסט זיך און דעמאלטס קען מען מרבה זיין בצדקה וחסד, מעות חיטין פאר אוקריינא און משלוח מנות פאר עזה ומאה טענות לאביונים אין מדינת ישראל.

אבער צו קומען זאגן אז די רעכטע זענען ציונים און די לינקע זענען קנאים?!

דאס איז א טרוקענע אויסגעדראשענע שטיקל שקר א ווייטע קאזין פון כזב.

פאר מער איבער די סאמעטוכע קענט איר דא ליינען:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 1#p5166361
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום דינסטאג יוני 25, 2024 10:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די מתנות לאביונים⬆️איז מוקדש לכבוד ידידי ר' @איינס
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:31 am
די מתנות לאביונים⬆️איז מוקדש לכבוד ידידי ר'@איינס
במה זכיתי?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: יהודי אינו ציוני!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:10 am

די אמת איז אז איינער איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסן עטליכע מאל, און בצר לא פנה לכלה זעמו וקצפו נוצנדיג די השקפה קארטל מיטן פראבע צו פארמאכן די אשכול און אזוי וועט ער קענען פארמאכן די מיילער פון די רעכטע ניקס.
צום פינטל!

געהאט דעם זעלבן געפיל נעכטן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:45 pm
סאו ווער איז שולדיג אין די יעצטיגע סכסוך מיט כיזבאללא??
וואס זאגט יאיר לאפיד?
😂

לפיד איז דער ליצן בחצר סיי ביי די רעכטע און סיי ביי די לינקע. דער שוטה האט א לאנגע היסטאריע פון זיך סותר זיין און רעדן שקרים אויף א מאסשטערבליכן פארנעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:07 am
א לינקע ציוני וואס וויל אויפשטעלן א סועסייד מדינת ישראל צוזאמען מיט א פאלעסטינער לאנד וואס וועט ווארשיינליך איינשלינגן די אלע אידן ציונים וקנאים כאחד - ער בלייבט א ציוני.

א רעכטע ציוני וואס וויל מקריב זיין (נעבעך) קרבן פסח אויף הר הבית בזמן שהמקדש חרב לדאבונינו - ער איז די זעלבע עקלדיגע ציוני.
בדר"כ איז דער לינקער פון וואס דו רעדסט נישט א שומתו"מ, און די רעכטער פון וואס דו רעדסט איז יא א שומתו"מ, ממילא זענען זיי אודאי נישט די זעלבע, און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס שרייבען אויף תינוקות שנשבו "עקעלדיגע", אזויווי ס'וועט דיר נישט איינפאלען צו שרייבען אזאנץ אויף פרייע תינוקות שנשבו (און אפילו נישט תינוקות שנשבו) פון אמעריקע אד"ג.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פנימחדשות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:06 am

גערעדט לשיטתם פון די וואס זאגן עקלדיגע - אויב עקלדיג זענען ביידע עקלדיג.

און די ציונות בלייבט נאכאלץ אן עקל און נישט דע תינוקות שנשבו שבהם.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איינס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:54 am
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:31 am
די מתנות לאביונים⬆️איז מוקדש לכבוד ידידי ר'@איינס
במה זכיתי?
דו האסט כסדר ליב מליצות סאו האב איך אייך אינזינען געהאט.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ואגב, איז דאס די פלאץ ארויסצוברענגען אז דאס איז די איינציגסטע אשכול צו וואס איך בין סובסקרייבד, ואין אומרים בקרו גמל אלא בקרו טלה.

קודאס @ראטשילד , קיפ אפ יור גוד וואורק!
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פנימחדשות האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:18 am
ואגב, איז דאס די פלאץ ארויסצוברענגען אז דאס איז די איינציגסטע אשכול צו וואס איך בין סובסקרייבד, ואין אומרים בקרו גמל אלא בקרו טלה.

קודאס @ראטשילד, קיפ אפ יור גוד וואורק!
א דאנק.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
חברונער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

סדנא דארעא חד הוא

בנימין נתניהו ---- דאנאלד טראמפ

בעני גאנץ ----- זשאו ביידן

יאיר לפיר ------ בערני סענדערס

מרב מיכאלי ------- קארטעז

טלי גאטליב ------- טעילאר גרין

גלי בהרב מיארא ------ אלווין ברעג

ניר חפץ ------ מייקל קאהן

אביגדור ליבערמאן ------- קריס קריסטי

יעקב ברדוגו ------ טאקער קארלסאן

ווער וויל ממשיך זיין ?

איך וויס נישט ווי דעיס באלאנגט אויב איינער ווייסט ביטע זיך מעלדן
פְּרוק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיְוָתָא (לייבן שטייג), וְאַפֵּיק יַת עַמֵּךְ מִגּו גָּלוּתָא, עַמֵּךְ דִי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא. (רבי ישראל נגא'רה זצ''ל רב ואב''ד דק''ק עזה)

אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:20 am
סדנא דארעא חד הוא

יאיר לפיר ------ בערני סענדערס

אביגדור ליבערמאן ------- קריס קריסטי
פיין!!
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
טראכט הויעך
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:19 pm

Re: ווער איז נפתלי בענעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט הויעך »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:56 pm
לב חכם לימין האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 5:08 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:58 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:41 pm
נפתלי בנט:

״די סטראַטעגיע פון גלעטעריי איז אַ קאַטאַסטראָפע פֿאַר מדינת ישראל. ס'איז נישטאָ קיין אמתע מלחמה דערווײַל, ס'איז בלויז אַ נידעריקע אינטענסיווע שלאגעריי. אַלץ ווערט דורכגעפירט פּאַסיוו און פּאַמעלעך.

אַזוי קען מען נישט געווינען קיין מלחמה.

אלס אַ געוועזענער פרעמיער מיניסטער און דיפענס מיניסטער, קען איך גוט די אינטערנאַציאָנאַלע סיטואַציע, די אַמעריקאנע סיטואציע און אַלץ ארום, און איך זאָג אײַך: עס קען זיין אַנדערש.

ווילסטו באַשליסן? געב אַ באַפֿעל צו אַקטן מיט אַ גרויסן כּוח.
ווילסטו אַ סיעס-פֿײַער כּדי צו באַפרײַען געפאַנגענע, זיך צוגרייטן און שפּעטער שלאָגן דעם פײַנט? דאָס איז אויך לעגיטים. דאַן גיי פֿאַר אַ סיעס-פֿײַער. האָב נישט מורא.

דער עיקר איז צו באַשליסן.

די הײַנטיקע שלאכטן ווערט אָנגעפירט ווי עס איז דאָ גאַנץ די וועלט מיט דער צייט.

דאָס איז אַ שרעקלעכער טעות.
מיר האָבן נישט קיין אומענדיקן צייט.

לאַנגע און פּאַמעלעכע מלחמות זענען נישט גוט פֿאַר מדינת ישראל.
אין יעדע מלחמה, וווּ מיר האָבן באַזיגט דעם פײַנט, האָבן מיר עס געטאָן דורך אָפּערירן מיט אַ זייער שטאַרקן כּוח אין אַ קורצער צייט.

שטעל זיך פאר א פאנטשינג קאַמף.
האָסט געגעבן אַ פאנטש אין פּנים פונעם פײַנט. ער ציטערט און שטייט צו פֿאַלן.
וואָס טוסטו?
שלאָגסט אים ווידער און ווידער ביז ער איז נאקד-אוט.

וואָס טוסטו נישט?
דו לאָזסט אים נישט דרײַ חדשים צו זיך דערהיילן, זיך אָפּפרישן, זיך באוואפענען און צוריקקומען צו דיר מיט נײַע כּוחות.

אָבער דאָס איז גענוי וואָס די מדינת ישראל רעגירונג טוט איצט.

פארוואס האָבן מיר געוואַרט 3 חדשים פֿאַר מיר אַרײַנגאַנג אין ראַפֿיח?
פארוואס אַקטן מיר מיט בלויז 15% כּוח?
פארוואס איז אַלץ פּאַמעלעך און אומזיכער?

די הײַנטיקע סיטואַציע פון גלעטעריי איז דער ערגסטער פון אַלע וועלטן.
עס פֿירט צו דער אויסמאטערונג פון די מילואימ'ניקעס און זייערע משפּחות,
80,000 די פאַרטריבענע וואָס געפונען זיך נאך אין האָטעל צימערן,
די משפחות פון די געפאַנגענע וואָס פֿאַרשטייען נישט וואָס די פּלאַן איז,
עס גורם צו אַ שאדן אין מדינת ישראל'ס עקאָנאָמיע,
און צו פאַרשטאַרקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן דרוק און צו אַ אַלגעמיינע אומעט.

נישט פֿאַר סתּם האָט מדינת ישראל מיליטער באַשטימט אַ פּרינציפּ פון "א שנעלער געווינס אין פײַנט'ס לאנד".

עס איז צײַט צו אויפהערן צו קעקעצן.
באַשליסט שוין.
זיי אקטיוו.
באַשליסט!

וואאפף!!

דער רעדט צום זאך.

יעדער ווארט אויסגערעכנט.

ממש ווי ער וואלט יעצט געוואלט נאכאמאל לויפן.....
שוין גראדע אים געהערט אפאר מאל רעדן וועגן די מלחמה, זאגט גיטע פוינטס... אבער דאכצעך אז אינזערע רעכטע א"י שרייבער פון דא גלייכן אים ניש זייער...

פינג
@ראטשילד
@חברונער
איך ווייס נישט וועגן חברונער, אבער דא האט איר ראטשילד'ס מיינונג:

ראטשילד גלייכט נישט קיינעם, נישט ביבי נישט בעני אויך נישט לאפיד און אוודאי און אוודאי נישט בענעט.

נפתלי בענעט איז א געלונגענע רעכטע פאליטיקאנט, זיינע געדאנקען און פאליסיס זענען היבש בעסער ווי נתניהו'ס (בעסער פאר די מדינת ישראל זיכערהייט אבער ערגער אלס ציונות...)

נפתלי בענעט וואלט געווען די בעסטע מדינת ישראל פריים מיניסטער ווען נישט זיין שגעון גדלות.

דער יונגע בענעט האט געוואלט פרי צייטיג זיך אריין זעצן אין א פאזיציע לא לו און דאן האבן זאכן אנגעהויבן צו גיין דרום.

ער האט זיך געטראפן מיט א רעכטע מעסיגער שטארק כאריזמאטישער פאליטיקאנט ושמו בנימין נתניהו (זת''ט) בענעט האט גלייך פארשטאנען אז ער גייט נישט קענען אויפשיינען צוזאמען מיטן קייזער ביבי, ביבי איז די מלך הביביסטן און בענעט קען מאקסימום דינען אלס די משנה למלך.

אזוי איז טאקע געווען, בענעט האט זיך אנגעשלאסן מיט נתניהו, אין אנהייב האבן זאכן זייער פיין געקלאפט אבער דאן האט בענעט'ס אימפאלסיוונעס זיך גענומען בוזשעווען.

בענעט האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט העפטיג אנגעהויבן צו וועבן זיינע לאנג שטרעקיגע פלענער פון איבערנעמען די כס המלוחה.

ער האט זיך ארויסגעשטעלט אנהויב אלס ימין מימין לימין - רעכטער ווי רעכט און אנגעהויבן צו דוחק זיין רגלי ראש הפוקרים נתניהו.

דא האט נתניהו (בעצת אשתו הקלאפטע) געכאפט די נערווען און זיך צוקריגט מיטן בענעט.

בענעט האט זיך נישט דערשראקן, ער האט ווייטער געוועבט זיינע פלענער, ער האט זיך אנגעשלאסן מיטן לינקע יאיר לאפיד און מיט די באוויסטע ברית האחים האבן זיי מסנדל געווען נתניהו אז ער האט געמוזט צאמשטעלן א רעגירונג אן די חרדים, נאר מיט בענעט און לאפיד, פארשטייט זיך אז די קאאליציע האט קיין אריכות ימים געהאט.

לימים האט בענעט פאבריצירט די נייע מושג אין די איזראעלי דיקשאנערי "בנטיזם"
ער האט בענעטירט זיינע וויילער און דורך א בענעטישן אקט האט ער בענעטיש אפגעבענעט זיין ציבור און גענומען 6 רעכטע מאנדאטן און אויפגעשטעלט א לינקע רעגירונג בשותפות מיט די אראבישע רע''ם פארטיי.

אביגדור ליבערמאן איז געווען די נחתום המעיד על העיסה וואס האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט נישט גענומען די שר הבטחון פאזיציע ווייל ער האט געוויסט אז א רעגירונג מיט רע''ם איז קיין רעכטע רעגירונג ניט.

די פארבענעטע וויילער זיינע זענען געווען גאר בייז און פארווייטאגט אויף די דאזיגע געמיינע בענעטאציע לאור יום, ער האט זיי געמאכט צו נאר און בעבור בצע כבוד צו דינען אלס ראש ממששת מדינת ישראל האט ער פארקויפט אלע זיינע בחירות הבטחות.

אלזא, א מענטש וואס פארלירט זיין גאנצע אידעאלאגיע בעבור נזיד עדשים, און נישט נאר ער נאר'ט אפ זיין ציבור, זאגן ליגענט קעגן נתניהו אויך, די פראבלעם איז אז נתניהו וועט צומאל זאגן ליגענט ווען ער דארף, אבער בענעט רעדט זיך איין אז ער זאגט בכלל נישט ליגענט! ער גלייבט אמת'דיג אין זיינע כזבים.
מיט אזא מענטש קען מען זיך נישט רעכענען און אלע זיינע שיינע תורות זענען גוט צו ציטירן דא אויף אייוועלט ותו לא.

אביגדור ליבערמאן האט שוין אויך ארויס געגעבן שיינע סטעיטמענטס אבער ברגע האמת (שקר) איז ער פיין געזעצן מיט די אראבער.

בענעט איז א מסוכענער פארשוין.

ער איז גוט צו דינען אלס א פראפעגאנדע מיניסטער פאר מדינת ישראל, רעדן אויף אינטערנאציאנאלע מידיע קאנאלן - פאר דעם טויגט ער זייער גוט!!

צו זיין א ראש הכופרים - דארף ער נאך זינדיגן אביסעלע אבער ליגענט זאגן איז נישט פון די חטאים וואס ברענגען מאנדאטן.
פשששש… היינט די ערשטע מאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול, וואס א דברים של טעם מ׳רעדט דא צוזאם איז דאך ממש א פארגעניגן. א יעקב ריבלין אויף די אידישע שפראך מיט א פעדער חד כתער וואס געט נישט קיין גרינגשעצוג אדער איבערשעצונג צום פאליטיקאנט אדער פאליטיק באשר הוא שם.
ספעציעל הנאה געהאט פון דעם בנט און בנטיזים תגובה וואס האט געגעבן עקסטערע קלארקייט וואס כוויל שוין פארשטיין אפאר יאר דעם ‘’ וואס וויל ער און וואס ווילסטע’’ ארום דעם סטיקי-אן קאפעלע בנט
פראפעסאר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:20 am
סדנא דארעא חד הוא

בנימין נתניהו ---- דאנאלד טראמפ

בעני גאנץ ----- זשאו ביידן

יאיר לפיר ------ בערני סענדערס

מרב מיכאלי ------- קארטעז

טלי גאטליב ------- טעילאר גרין

גלי בהרב מיארא ------ אלווין ברעג

ניר חפץ ------ מייקל קאהן

אביגדור ליבערמאן ------- קריס קריסטי

יעקב ברדוגו ------ טאקער קארלסאן

ווער וויל ממשיך זיין ?

איך וויס נישט ווי דעיס באלאנגט אויב איינער ווייסט ביטע זיך מעלדן

דאס איז נאך די בעסטע
טלי גאטליב ------- טעילאר גרין
טראכט הויעך
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:19 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט הויעך »

השתא דאתית להכי וואלט איך געוואלט הערן סור ראטשילד׳ס מיינונג איבער די שמועות פון א נייע פארטיי וואס ווירבעלט זיך אין די ווינדלן צווישן בנט, יוסי כהן (פארדינט א עקסטערע אפהאנדלונג, נאך וואס הויפזעכטליך איז ער א שטארקע עתיד פאר די מדינה ספעציעל נאך אוקטובר 7, אבער נישט אונטער א ביבי רעזשים), און נאך אפאר רמטכ״לים. איז מדנ״י כהיום גרייט (בעיקר די רעכטע) צו געבן די מאנדאט פאר אזוינע סארט רעכטע רעפרעזענטאנטן, אדער ביבי האט אפשר שוין פאר׳סמ׳ט זיין מחנה אז די אלע זענען אסור לבוא בקהל, מילא וועלן זיי ליבערשט גיין מיט יאיר נתניהו ווי מיט איינעם רעכט, אבער זאכליך?
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יהודי אינו ציוני!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

אין יעדע פון זיינע תגובות בייוואזט @ראטשילד אריין צי ווארפן עפעס א גאלדען ציינדל, נעמט א משל אזא שורה..
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:10 am
די אמת איז אז איינער איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסן עטליכע מאל, און בצר לא פנה לכלה זעמו וקצפו נוצנדיג די השקפה קארטל מיטן פראבע צו פארמאכן די אשכול און אזוי וועט ער קענען פארמאכן די מיילער פון די רעכטע ניקס.
ביי מיר האט ער גראדע פלעין אפגעפוצט אן ענטפערן ווען איך האב אים געדריקט צום וואנט און געפרעגט פארוואס קיין איין אראביש לאנד וויל זיי נישט אריין נעמען דעי צעווילע הונגעריגע באמבאדירער..?
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

טראכט הויעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:52 am
השתא דאתית להכי וואלט איך געוואלט הערן סור ראטשילד׳ס מיינונג איבער די שמועות פון א נייע פארטיי וואס ווירבעלט זיך אין די ווינדלן צווישן בנט, יוסי כהן (פארדינט א עקסטערע אפהאנדלונג, נאך וואס הויפזעכטליך איז ער א שטארקע עתיד פאר די מדינה ספעציעל נאך אוקטובר 7, אבער נישט אונטער א ביבי רעזשים), און נאך אפאר רמטכ״לים. איז מדנ״י כהיום גרייט (בעיקר די רעכטע) צו געבן די מאנדאט פאר אזוינע סארט רעכטע רעפרעזענטאנטן, אדער ביבי האט אפשר שוין פאר׳סמ׳ט זיין מחנה אז די אלע זענען אסור לבוא בקהל, מילא וועלן זיי ליבערשט גיין מיט יאיר נתניהו ווי מיט איינעם רעכט, אבער זאכליך?
כהן האט אסאך פוטער אויפן קאפ...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

רל''בת - מה זאת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

טראכט הויעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 1:52 am
השתא דאתית להכי וואלט איך געוואלט הערן סור ראטשילד׳ס מיינונג איבער די שמועות פון א נייע פארטיי וואס ווירבעלט זיך אין די ווינדלן צווישן בנט, יוסי כהן (פארדינט א עקסטערע אפהאנדלונג, נאך וואס הויפזעכטליך איז ער א שטארקע עתיד פאר די מדינה ספעציעל נאך אוקטובר 7, אבער נישט אונטער א ביבי רעזשים), און נאך אפאר רמטכ״לים. איז מדנ״י כהיום גרייט (בעיקר די רעכטע) צו געבן די מאנדאט פאר אזוינע סארט רעכטע רעפרעזענטאנטן, אדער ביבי האט אפשר שוין פאר׳סמ׳ט זיין מחנה אז די אלע זענען אסור לבוא בקהל, מילא וועלן זיי ליבערשט גיין מיט יאיר נתניהו ווי מיט איינעם רעכט, אבער זאכליך?
איז אזוי.

די אלע רעכטע פאליטיקאנטן וואס זענען אנגעשטעקט געווארן מיט די רלב''ת מחלה - זיי וועלן נישט סוקסירן מהטעם הפשוט כדלהלן:

די רלב''ת מחלה איז א מחלה וואס האט זיך פארשפרייט בעיקר ביי די אשכנזישע עליטיסטן וואס האבן אין די טאג וואס די ליכוד פארטיי האט איבערגענומען די פירערשאפט אין מדינת ישראל - ברייט באקאנט אלס די "מהפך 1977" - דעמאלטס האט מנחם בגין געווינען די בכירעס און פארמירט צום ערשטן מאל א רעכטע רעגירונג על חורבות די לינקע העגמאנישע פארטייען ווי מפא''י וכו'.

דעמאלטס האט די רלב''ת באקטעריע אנגעהויבן צו זיך דעוועלאפן, די לינקע וואס האבן פארלוירן די מאכט האבן זיך גענומען חרוב מאכן דאס לאנד אלס כדי צוריק באקומען די מאכט, מ'האט געמאכט די טויט פאר די ראש הכופרים דאז בגין - מ'האט אים נישט געלאזט קריגן א נצחון אין די לבנון קריג - ווייל עס וועט אים העלפן פאליטיש און ער וועט פארשטערקערן די אחיזה בקרנות המזבח הציוני.

זינט דעמאלטס אן האט זיך די רלב''ת פארשטערקערט און בפרט עת עלותו לשלטון פון קינג ביבי וואס האט רעפרעזענטירט די שוואכער סעקעטעס און די דרגא ב' קרייזן - נתניהו וואס באלאנגט טעכניש צו די ווייסע שיינע עליטע, ער איז פון די אשכנזישע רייכע זשמעניע, מיט זיין גיין רעכטס האט ער פארראטן די לינקע לאגער.

דאס האט ארויפגעברענגט די לינקע בייזע בלוט - ווען זיי האבן צוגעקוקט די קלאסישע נתניהו פארט ארום און האנדלט באקוועם מיט שועי עולם פרעזידענטן און פאליטיקאנטן - דאס האט זיי ארויס גענומען פון די גלייזן.

ווי קען אזא געלונגענע פאליטיקאנט זיך חבר'ן מיט די נידריגע קלאס בירגער? פארוואס האט ביבי אויסגעוועלט די רעכטע וועג וואס איז טעכניש פארבינדן מיט די מחנה האמוני ומסורתי.

נתניהו זעלבסט איז באוויסט צו זיין א כופר בעיקר, א פוקר אוכל נבלות ושרצים, א נואף למחצה ולשליש ורביע ואכמ''ל... אבער זיין פאליטישע וויזיע האט אים סאמהאו געצויגן צו רעכטס און ער האט זיך געטראפן אנגעשלאסן מיט דתל''ים און מסורתיים און אסאך חרדים...

די לינקע האבן דאס צוגעקוקט מיט צארן.

פארשטייט זיך אז ווען די לינקע זענען נישט אין מאכט וועלן זיי נישט איינערקענען אין די לעגיטימאציע פון די ערוויילטע רעגירונג - און כך הוי זינט נתניהו'ס ערשטע פאליטישע זיג האבן די לינקע אייביג געטענה'ט אז נתניהו זיצט אויף די ראה''כ בענקל שלא ביושר.

די טענה איז אייביג געבליבן די זעלבע די נוסח און לחן האט זיך געטוישט כסדר לפי המקום והזמן און די וועטער.

פון נתניהו'ס פערזענלעכע מעלות וויל איך נישט רעדן - עס פעלט נישט אויס און עס איז אפי'אומאויסגעהאלטן צו רעדן בשבחו, אבער ווען מ'רעדט פון פאקטן - נתניהו האט די בעסטע און קלארסטע וויזיעס פאר די טובה פון זיין לאנד.

אבער פון זיינע חסרונות - דאס מעג מען דאך אוודאי רעדן, אלזא:

נתניהו איז ברייט באקאנט צו זיין א שטיקעלע שארפער און אומאיידעלער ווען עס קומט זיך צו רעכענען מיט א צווייטנס געפילן, ער וועט גאנץ שנעל באזייטיגן א מקורב זיינער וואס ער שפירט אז ער ברענגט נישט גארנישט צום טיש אדער ער שטערט גאר...

אפי' די געלונגענע מקורבים זיינע - אויב וועט ער שמעקן א אחד משישים שמעקל אז יענער איז דא צו גריבלען און צו אראפ שטיפן דעם קייזער פון בענקל - וועט ער דאן יענעם לאזן לופטערן דורך פארשידענע דרכים און נישט אלע זענען איינגענעמע...

נתניהו ליידט פון א סינדראם וואס אלע ראשי הכופרים אין מדינת ישראל האבן געליטען בחייהם ובמותם - ער גלייבט באמת ובתמים אז נאר ער קען פירן דאס לאנד און אויב ער גייט פארלאזן דאס רעדל וועט די מדינה גיין לאנחות.

(איך קען פארשטיין זיין געפיל - מיט אזוינע שוטים וואס זיצן אין די אפאזיציע, קען מען אים פארשטיין אבער יא...)

די אמונת עוועים אז די מדינה איז בנימין נתניהו - דאס מאכט נתניהו טראכטן און גלייבן אז ווער עס איז קעגן נתניהו איז בעצם קעגן די מדינה.

ער גלייבט נעבעך אין דעם, פון א פראפעסיאנאלע בליק וואלט עס אפשר געווען א גוטע זאך פאר די לאנד, דער בחור וועט זיך לאזן שחט'ן פאר זיין לאנד און ער ליידט זיך שוין אן בזיונות וחרפות פאר די ביסעלע כבוד צו דינען אלס ראה''כ - אבער ער קוקט דאס נישט אן אזוי, ער גלייבט באמת ובתמים אז ער איז א שליח פון... (נישט פון הימל ווייל ער איז אפיציעל אן איתאיסט וואס גלויבט נישט רח''ל)

אלזא, די אמונה זיינע האט אים געמאכט באזייטיגן די אלע 'שונאי המדינה' און מיט די צייט האבן די רל''ביסטן צובאקומען נאך מיטגלידער צו זייער לאגער - און וואונדער איבער וואונדער די נייע ראלאבן זענען גאר פון די רעכטע זייט פון די פאליטישע ארענע!

נפתלי בנט.
אביגדור ליבערמאן.
גדעון סער.

זיי זענען די גרויסע נעמען - שטארקע רעדיקאלע רעכטע וואס האבן זיך צוגעטשעפעט צו די רל''ב לאגער צוליב זייערע פערזענליכע רייבערייען מיט נתניהו, די גרעסטע פון זיי איז געווען די רעכטע בענעט וואס האט בערמה ארויס אריין געכאפט אפאר חדשים אין די ראה''כ אפיס (ווען די מנהל האט נישט געזען) און מיט זיין באקאנטע 6 געגאנבעטע מאנדאטן האט ער צוזאמגעשטעלט א ממשלת שינוי - וואס האט כמעט גארנישט משנה געווען מקודמתה חוץ פון אפאר גזירה'לעך.

הכלל, די רלב''ת האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א ביטערע מחלה וואס איז משפיע בעיקר אויף די מח צעלן, עס עסט אויף די גאנצע שכל און מען בלייבט בלויז מיט די פארגליווערטע דזשעלי.

צענדליגער געלונגענע הויכראנקיגע מיליטערישע באאמטע, גענעראלן, ראשי שב''כ מוסד און וואס נישט, די מדינה איז מכלומר'שט געשטאנען יארן אויף זייער הענט (כככ) היינט צוטאגס רעדן זיי נאנסענס אין דאזעס וואס ניטאמאל ביידן באקומען אזוי סאך מעדעצינען א טאג....

די רלב''ת האט אויפגעדעקט פולע פרצופים פון מענטשן וואס זענען אייביג געווען רעכט און פלוצלינג זענען זיי געגאנגען לינקס און אויפגעוויזן אז זייער אידעאלאגיע איז הויל און ליידיג פון אינהאלט.

די רלב''ת האט צוגעברענגט אז בירגער פון א לאנד וועלן קענען באשטיין צו גיין אין די ערד אבי ביבי זאל זיין דער וואס פירט דאס לאנד אין דער ערד און זיי זאלן קענען פוינטן מיטן פינגער.

וויאזוי טוהן זיי דאס? זייער פשוט, מ'קומט און מהעצט די המון עם צו סטאפן איינשטעקן געלט אין די לאנד, מ'פראפעגאנדירט בראשי חוצות אז מ'גייט זיך נישט שטעלן אין מיליטער, מ'שטעלט אפ דאס לעבן פון מיליאנען אומשולדיגע בירגער, מען פאראורזאכט כאאס און אנדרלמוסיא - און נאך וואס די לאנד איז געגאנגען צום גרונד, די פיינט האבן אויסגענוצט די שוואכקייט פון די ארעמע מדינה, די גרויסע אינוועסטירער האבן ארויס גענומען די גרויסע געלטער פון לאנד, און אלעס איז שוין דאון, דאן קען מען קומען און שרייען בקול רעש גדול "אתה הראש אתה אשם" - דו ביזט די פירער און עס איז דיין שולד!

ווער עס האט מיטגעהאלטן די שמחה וצהלה פון די איזראעלי רל''ביסטן ווען די איזראעלי קרעדיט סקאר איז געפאלן - לא ראה שמחה מימיו!

די אנגעזעצטקייט און פארביטערטקייט וואס האט זיך אנגעזען אויף די רל''ביסטישע געזיכטן בשעת די 4 משכונות זענען צוריק געקומען אין א סוקסעספולע מיליטערישע אקציע - עס האט געקענט פארשעמען תשעה באב!

די ביבי איז מער נישט קיין בן אנוש, ביי די ביביסטן איז ער געווארן א מלאך (נעבעך) און ביי די רל''ביסטן איז ער גאר די שטן אליינס! (נעבעך)

אלזא, אז @טראכט הויעך פרעגט מיר וועגן יוסי כהן מה טיבו - איך קען נישט פאראויס שאצן אבער מיט א זיכערקייט קען איך זאגן אז אויב האט ער זיך משדך געווען מיט די כת הרל''ב - דאן וועלן די פירות זיין פירות ביאושים און קיין הצלחה וועט ער נישט זען.

אויב קען די פאליטישע נגיעות אפהאלטן די לאנד'ס נצחון מחמת שנאת נתניהו - דעמאלטס קען מען נישט געטרויען אזעלכע פאליטיקאנטן, עם כל כבודם במקום זויערע מילך, פאליטיקאנטן וואס אלע זייערע דעסיזשענס זענען ביבי בעיסד , אזעלכע פאליטיקאנטן קענען באקומען גלעטן פון די לינקע מידיע אבער קיין געטרוי פון די בירגער וועלן זיי נישט פארדינען.

אויב איז יוסי כהן א געלונגענע פאליטיקאנט וואס מיינט דעם לאנד'ס טובה , דאן פארוואס דארף ער זיך אנשליסן מיט די קומץ פארזויערטע בויקאטער וואס זענען מחרים ביבי אין א צייט וואס ער שטייט מיט אפענע ארעמעס גרייט זיי אריין צו נעמען אין די קאאליציע?

גדי אייזנקאט ביי זיין טרויער בארימטע אינטערוויו צו אילנה דיין אויף די עובדה פראגראם האט געזאגט אז מדינת ישראל מיליטער וועט קיינמאל נישט קענען באווייזן צו ארויס ראטעווען משכונות דורך מיליטערישע אפעראציעס, ער האט דאס געזאגט פרעכערהייט אין א צייט וואס ער איז נאך געזעצן אין די ענגע מלחמה קאבינעט און ער האט קלארערהייט געוויסט אז עס איז יא דא אזא מעגליכקייט, אבער פארוואס האט ער דען ליגענט געזאגט?
ווייל ער קען שאדן מאכן ביבי.
ביבי שרייט "א טאטאלער זיג"
וועט אייזענקאט דארפן שרייען ווי א טאטאלע "נע, מען גייט דאס נישט קענען באווייזן"...

און מ'רעדט נישט פון קיין קטלא קניא וואס האט געשריבן אין די מחנה צייטונג, מ'רעדט דא פון א הויכראנקיגע גענעראל מיט אסאך מעדאלן אויף די אקסלען.

און יעצט לאמיר גיין ווייטער.

וואס איז טאקע די סיבה פון די בלינדע שטיצע פון וואס ביבי געניסט?

זהו פשוט.

די טבע העולם איז אז מ'האט ליב א נרדף, און כל שכן ווען די נרדף ווערט גערודפ'ט בלויז פארן חטא פון רעפרעזענטירן זיין געמיינדע.

די רעכטע בירגער שפירן אז א יעדע פראסק וואס נתניהו כאפט פון די לינקע - איז דאס א פראסק פאר זיי! זיי שפירן אז די רדיפות וואס משפחת נתניהו גייט אדורך דאס איז נישט קיין פריוואטע שנאה וואס אפאר רל''ביסטן האבן פיינט די משפחת הקיסר, זיי שפירן און ווייסן אז דאס איז די טראדיציאנאלע ראסיסטישע שנאת הלבנים אל השחורים.
מען קען זיין א ווייסע שחור און א שווארצע לבן - עס ווענדט זיך אין וועלכע מחנה מ'האט אוועקגעשטעלט די פאן.

דאס איז די מציאות, און עס גייט זיך ע''פ דרך הטבע נישט טוישן, די איזראעלי פאלק איז צושפליטערט אין האלב און די אונטערשייד וואקסט פון טאג צו טאג.

און העמער מסיים זיין מיט ראטשילד'ס שטענדיגע אויספיר

די רעכטע ציונים און די לינקע ציונים - זו נבילה וזו טריפה
מיר דארפן נאר זיך אומקוקן ווער עס רודפט מער די חרדים לדבר ה'.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”