אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:21 am
שוין כ'הער.

איך דיסעגרי נאר מיט דעם אבנר בן נר ודעימיה וואס קענען אזוי פרעכערהייט האלטן דעם שיטה אז מ'מעג אויס'שחט'ן די אלע צוויי מיליאן עזה בירגער.
נישט צו כאמאס איז גערעכט אדער א''י..
אבנר ודעימיה זענען פון די חכמים כבעל הנסיון און פון די חכמים הרואים את הנולד.
די סארט חכמים וועלן זאגן אפענערהייט וואס זיי האלטן אז די אמת איז - יא, 2 מיליאן עזת'ן וואס ווערן מחונך על דרכי השאהידיזעם זענען שוין יעצט טעראריסטן.

ווייטער, אנדערע פארשידענע ניקים ולא אנקוב בשמם - זיי זענען פון די חכמים הלומדים מכל אדם, זיי לאזן זיך הערן פון אלע ליבעראלע שיטות וואס ווילן זיך איינרעדן אז די פאלעסטינער זענען נישט דאס וואס זיי זענען.

און די מדינת ישראל פירער זענען פון די חכמים המה להרע, זיי זענען די חכמים המכירים את מקומם [אגב, נישט אלע] זיי וויסן וואס זיי מעגן און וואס נישט, זיי ווילן נישט זיין די טיפש המאבד מה שנותנים לו...

צו קומען זאגן אז די 2 מיליאן עזת'ן זענען אומשולדיג - דאס איז נישט ריכטיג.
זאג נאר, אמעריקא וואלט נישט געהארגעט היטלער ווען זיי וויסן ווען אז ער איז ארום גענומען מיט עטליכע פיצלעך?
איין מינוט, פארוואס רעד איך פון היטלער? וואס איז מיט בן לאדן? האט מען אים געהארגעט אליינס אדער צוזאמען מיט נאך עטליכע "אומשולדיגע"?

איך וואונטש קיינעם נישט צו דארפן מאכן די דאזיגע החלטות וואס די מדינת ישראל פירער דארפן נעמען.

די גרעסטע פראסק וואס ביבי נתניהו קען דערלאנגען פאר יאיר לאפיד איז צו איבערנעמען די פ"מ בענקל...

די חברה האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, זיי האבן פרעשור מבית ומבחוץ, און יא, וואס טוהט מען נישט פאר אביסל כבוד...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

תגובה דורך צוויי גילדען »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:40 am

יעצט דרייסטו צוריק..

הייסט א ריכטיגע חכם האלט יא אז מ'דארף זיי אלע אויס'הרג'נען און דאס איז ריכטיג. איא..?

אגב. קיינער אין אמעריקא האט קיינמאל געגעבן גערעכט פארן הרג'ענען די אלע ציווילע אין איראק און אפגאניסטאן פארקערט גאר מ'האט זיך אנטשולדיגט אבער אוודאי מעג געשען טעותים בשעת מ'שלאגט זיך מיט טעראר.
האסט אמאל געהערט איינער זאל זאגן אז מ'האט געדארפט אויס'הרג'נען אלע ציווילע אין אפגאניסטאן ווייל זיי שטיצען טאליבאן...? חס מלהזכיר ס'איז אכזריות אויפן העכסטן שטאפל.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

@צווי גילדן דו ווייסט וואס אמעריקע האט געטוהן אין דייטשלאנד? וואס אמעריקע האט געטוהן אין יאפאן?

אגב די ציווילע אין אפגאניסטאן אין אוודאי אין איראק זענען קיין שום דמיון צו די "ציווילע" אין עזה.

צוריק צום פוינט דאס מיינט נישט אז מען דארף זיי אלע הרג'נען.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:47 am
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:40 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:21 am
שוין כ'הער.

איך דיסעגרי נאר מיט דעם אבנר בן נר ודעימיה וואס קענען אזוי פרעכערהייט האלטן דעם שיטה אז מ'מעג אויס'שחט'ן די אלע צוויי מיליאן עזה בירגער.
נישט צו כאמאס איז גערעכט אדער א''י..
אבנר ודעימיה זענען פון די חכמים כבעל הנסיון און פון די חכמים הרואים את הנולד.
די סארט חכמים וועלן זאגן אפענערהייט וואס זיי האלטן אז די אמת איז - יא, 2 מיליאן עזת'ן וואס ווערן מחונך על דרכי השאהידיזעם זענען שוין יעצט טעראריסטן.

ווייטער, אנדערע פארשידענע ניקים ולא אנקוב בשמם - זיי זענען פון די חכמים הלומדים מכל אדם, זיי לאזן זיך הערן פון אלע ליבעראלע שיטות וואס ווילן זיך איינרעדן אז די פאלעסטינער זענען נישט דאס וואס זיי זענען.

און די מדינת ישראל פירער זענען פון די חכמים המה להרע, זיי זענען די חכמים המכירים את מקומם [אגב, נישט אלע] זיי וויסן וואס זיי מעגן און וואס נישט, זיי ווילן נישט זיין די טיפש המאבד מה שנותנים לו...

צו קומען זאגן אז די 2 מיליאן עזת'ן זענען אומשולדיג - דאס איז נישט ריכטיג.
זאג נאר, אמעריקא וואלט נישט געהארגעט היטלער ווען זיי וויסן ווען אז ער איז ארום גענומען מיט עטליכע פיצלעך?
איין מינוט, פארוואס רעד איך פון היטלער? וואס איז מיט בן לאדן? האט מען אים געהארגעט אליינס אדער צוזאמען מיט נאך עטליכע "אומשולדיגע"?

איך וואונטש קיינעם נישט צו דארפן מאכן די דאזיגע החלטות וואס די מדינת ישראל פירער דארפן נעמען.

די גרעסטע פראסק וואס ביבי נתניהו קען דערלאנגען פאר יאיר לאפיד איז צו איבערנעמען די פ"מ בענקל...

די חברה האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, זיי האבן פרעשור מבית ומבחוץ, און יא, וואס טוהט מען נישט פאר אביסל כבוד...
יעצט דרייסטו צוריק..

הייסט א ריכטיגע חכם האלט יא אז מ'דארף זיי אלע אויס'הרג'נען און דאס איז ריכטיג. איא..?

אגב. קיינער אין אמעריקא האט קיינמאל געגעבן גערעכט פארן הרג'ענען די אלע ציווילע אין איראק און אפגאניסטאן פארקערט גאר מ'האט זיך אנטשולדיגט אבער אוודאי מעג געשען טעותים בשעת מ'שלאגט זיך מיט טעראר.
האסט אמאל געהערט איינער זאל זאגן אז מ'האט געדארפט אויס'הרג'נען אלע ציווילע אין אפגאניסטאן ווייל זיי שטיצען טאליבאן...? חס מלהזכיר ס'איז אכזריות אויפן העכסטן שטאפל.
איר האט נישט ריכטיג פארשטאנען:
איך האב ארויס געברענגט אז ביידע זייטן זענען חכמים און די דילעמע וואספארא חכמה צו נוצן איז גאר שווער.

דאס אז אמעריקא פארענטפערט זיך איז נאכאלץ נישט קיין ראיה אז מ'ברויך זיך פארענטפערן, להוי ידוע אין אמעריקא אויב גייט א גנב געשעדיגט ווערן אין די פראפעטי וועט ער מעגן קלעימען דיין אינשארענס... צו קומען זאגן אז מ'מעג פרעסן אנע גרענעצין ווייל אין אמעריקא פרעסט מען - אינו נכון.

און יעצט, די שאלה איז וואספארא מיטלען מעגן גענוצט ווערן צו פארמיידן פאטענציאלע סכנות, דאס איז א שווערע סוגיא, בפרט ווען מ'רעדט פון דיני נפשות.

צו די אפגאניסטאנע באפעלקערונג איז געווען א פאטענציאלע דענזשער פאר אמעריקא - דאס איז א שאלה וואס די אמעריקאנע זיכערהייט באאמטע דארפן קענען ענטפערן, אויב איז די ענטפער יא - דאן קומט נישט אריין קיין אנטשולדיגונג.
אויב איז די ענטפער נישט - דאן זאלן זיי ביטע אראפ נעמען די קורא מבין עיניהם און ערשט דערנאך געבן מוסר פאר מדינת ישראל...
בכלל איז די נמשל ווייט פון די משל, דארט אין אפגאניסטאן רעדט מען פון א סכנה וואס געפונט זיך מיילן ווייט, אין מדינת ישראל רעדן מען פון ב"פ קיין וויליאמסבורג...

סוף פסוק:

צו ארויף צווינגען א מיטל מזרח קאפ צו טראכטן ווי א מערב וועלט קאפ - דאס איז נאריש און צומאל אכזריות'דיג אויך.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

די קאנספיראציע אין מדינת ישראל אינהערהאלב די אוק' 7 אטאקע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:28 pm
nobody האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:30 am
שאול מופז, די געוועזענע נתניהו פאליטישע אפאנענט ווי אויך די געוועזענע מיליטער פירער וואס איז געשטעלט געווארען דורך די יעצטיגע פירער הלוי אויסצופארשן די יעצטיגע מלחמה זאגט אין א אינטערוויא;

"די סיבה וואס האט געברענגט צו אקטאבאר 7 (כ"ג תשרי) איז ווייל נאכדעם וואס א מענטש זיצט צו לאנג אויפן בענקל (נתניהו), ברענגט עס אז ער זאל מאכן החלטות לויט ווי זיין פאליטישע באזע וויל און נישט לויט די טובה פון דאס לאנד"

איתמר פליישמן: עס איז גאר פרייליך און דערפרישענד צו זעהן אז דער וועם מען האט געשטעלט איז שוין גלייך געקומען צו די מסקנא.
יא יא, ס'איז קלאר כשמש בצהריים, אזוי ווי כ'האב געזאגט גלייך אנהייב אז וועגן די 2 סיבות האבן די לינקע פירער 'רוצחים' פון די שב"כ און מיליטער האבן פאר דוקא פארקיקט פון חאמאס און צוגעלאזט די אטאקע, אזא בחינה ווי 'רק בדם תהיה לנו הארץ' כדאי

1. צו האבן א תירץ און האבן די דעת הקהל פון די וועלט פארוואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון חאמאס.
2. פטור צו ווערן פון נתניהו!

און אויף זיי פארלאזט מען זיך מיט שמירה, א ביטערע געלעכטער

די אלע וואלטן געדארפט פליען נאך פאר די מלחמה, די ערשטע רגע, מען קען זיי גארנישט טראסטן, און זיי גייען פירן די מלחמה אויף די זעלבע תוצאות...
כ'פארשטיי נישט דעם נתניהו אז ער זעהט עס נישט איין אליינס
דאס איז די קאנספיראציע וואס לויפט אדורך א יעדע שכל'דיגע רעכטע קאפ אין מדינת ישראל
עס איז זייער שווער צו פארדייען אז זיי האבן זיך אזוי ווייט דערקייקלט צו מקריב זיין זייערע אייגענע ברודער למען בצע רל"ב
אבער למעשה האבן די קאנספיראטורן גאנץ שווערע יסודות אויף וואס צו שטעלן די הנחה, די אלע שחצנים האבן אין די לעצטע יארן געפאמפעט השכם והערב אז אן זייער ארבעט וועט אט דאס פאסירן, זיי האבן געסטראשעט די רעכטע בראשות ביבי אז אויב וועלן זיי ווייטער גיין מיט די רעפארם געזעצן וועלן די צהליסטן און שבכיסטן מיט די מוסדיסטן נישט טוהן זייער ארבעט - נו, אז א מענטש סטראשעט אז ער גייט שלאגן, ער סטראשעט נאכמאל, און דערנאך פליעט א פראסק - איז דען דא א שאלה ווער האט פאראורזאכט די מכה?

די איזרעלי לאנד איז אין א גאר טיפע לאך, זיי זענען צוטיילט צווישן די רעכטע עלעמענטן וואס זענען בלינד געטריי פאר זייער לאנד און די לינקע וואס זענען בלינד געטריי פאר זייער פאזיציע, די לינקע ערזעצן רוב מיליטערישע וויכטיגע פאזיציעס, זיי זענען די נעכטיגע מענטשן וואס שלעפן מיט זייער נעכטן מיט זיי, זייער מיינדסעט האט זיך נישט געטוישט במאום טראץ
די שוידערליכע אוק' 7 אטאקעס, די מידיע שפילט מיט מיט זיי, ווען איינער פון די "שולדיגע" רעכטע פאליטיקאנטן דערוואגט זיך נאר צו פרעגן שווערע שאלות ביי די קאבינעט זיצונגען - ווערט ער באפאלן דורך די מידיע "היתכן ער דערוואגט זיך צו חוצפה'נען צו די שמייליגע הויכעגעשעצטע דערהויבענע מיליטער לייט וואס קענען קיינמאל א טעות טוהן אחוץ שמיני עצרת פארטאגס"....

און שפעטער איז נישט קיין וואונדער אז די איזרעלי בירגער געטרויען מער נישט די זיכערהייט אגנעטורן, נישט שב"כ נישט די מוסד און אוודאי נישט די שחצני צה"'ל וואס מיט זייער פארנאכלאסיגקייט האבן זיי געלאזט מענטשן בלוטיגן צום טויט הי"ד.

ביבי נעטאניהו געפינט זיך אין א געפערליכע פראבלעם שוין אין די לעצטע 20 יאר זיינע, ער האט אפשר א קלארע זיכערהייט און פאליטישע מהלך וויאזוי פעסט צו שטעלן זיין לאנד, אבער ער איז ארום גענומען מיט כל מיני צודרייטע עלעמענטן וואס האלטן אין איין אינטערלייגן פיסלעך, ווען ער האט שוין יא געפלאצט אין געוויסע פעלער און ער האט געוואלט טוישן געוויסע פאזיציעס ווי למשל:
די אטורני דזשענערל [יועמ"ש]
די זיכערהייט רעגירונג סעקרעטאר [מזכיר צבאי לממשלה]
רמטכ"ל [וואס איז אויפגענומען געווארן 2 וואכן בעפאר די וואלן טראץ ביבי'ס שארפע קעגענשאפט]
און נאך אסאך...
די מידיע האט אים געוואלט שחט'ן! מ'האט ארויס גענומען מאסן צו די גאסן! די מדינה האט זיך איבערגעקערט!
און ביבי די שוואכלינג האט זיך כסדר געלאזט, ער האט געמיינט אז ווען ער וועט זיין ארום גענומען מיט חורשי רעתו וועלן זיי נאר פארשטייטערן די ספיד פון זיין מהלך, אבער ניין, ער האט זיך געטראפן מיט אן עסטעבלישמענט וואס ארבעט פארקערט פון זיין מהלך, ער זאגט 1 און זיי וועלן טוהן 8, לא נגע ולא פגע און פארשטייט זיך ווען זאכן וועלן גיין כאדאראם וועט די רה"מ זיין פארוואנטליך פאר אלעמען ווייל ער זיצט דאך אויף די רעדל... א מין ליצנה דאס, ער קען דרייען די רעדל וויפיל ער וויל, בג"ץ זיצט אויף ברעיק, די געז פעדאל איז ביי די קאאליציע שותפים, די שיפטער ווערט קאנטראלירט דורך די אטורני דזשענערל, אלע פאסאזשירן שרייען יחי ביבי יחי און די מידע דרייווט די לאנד קרעיזי כי כי כי...

ע"פ דרך הטבע איז נישט דא קיין לעזונג פאר די וואנזיגע מדינה של... ווער עס וויל זאגן אז הרה"ק מ'סאטמאר איז גערעכט געווען מעג עס זאגן אבער הרה"ק מסאטמאר דארף נישט קיין הסכמות... יעצט ווען א יעדער זעט עס בחוש זאגן עס מערערע...

"אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" - ביי אונז ערליכע אידן איז דאס א אמונה און א מציאות.

ביי די איזרעלי מיליטער פלעגט די פסוק זיין א געפערליכע פארשעמונג אן עלבון בלתי נסלח אבער זעט זיך אויס אז אין די לעצטע פאר יאר האבן זיי גענומען די פסוק אלס א צווי אלוקי און א מצוות עשה פון "בל תשמור" אפשר זענען זיי גאר געווארן קנאים און געוואלט צוריק ציעל פון די "לא יעלו בחומה"? אתמהה....
-----

אמעריקא גראדע האלט ביים שוועל פון צו ווערן א מדינת ישראל, זיי האבן טאקע נישט די כאמאס וואס זיצט אויפן הינעראויג - אבער זייט נישט געזארגט, אויב וועט מען ווייטער גיין אויף די ליבעראלע מהלך וועט מען בקרוב זען עס קען אויפוואקסן טעראריסטן מבית וואס זענען נישט קיין כאמאסיסטן. ולא אנקוב בגוון עורם.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

@ראטשילד שפתים קישאק!!
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

ראטעווען דורך רשעות?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די לעבן פון די קליין 4 יעריגע מיידל וועט זיך מער קיינמאל צוריק קערן צו א געווענליכע נארמאלע לעבן, יא, זי האט אויך מיטגעמאכט די שווערע אוק' 7 אטאקע און אלס רעזולטאט פון די שווערע תקופה האט מען אכזריות'דיג אפגעשחט'ן איר איידעלע נפש, וואס פארשטייט זי? א קליין ריין נשמה'לע ארום גענומען מיט ימים פון שלעכטס, א קליין פיצל וואס האט קיין שנאה נישט טוען געווען ביז יעצט, אבער ליידער איז זי אריין געפאלן, זי איז געבוירן געווארן ביי די אומריכטיגע פאמיליע, א אידישע פאמיליע וואס זייער גורל איז צו ליידן פיין און רציחה ע"י בני עוולה ישמעלים ארורים, א קליינע עופה'לע וואס די ערשטע ווערטער וואס זענען געלעגן אויף אירע בלאסע לעפצן איז געווען "אמה'לע הצילו"!!!!!

יא, את הנעשה, מיט טרערן נאסע, אין להשיב - קען מען מער נישט צוריק דרייען...
די רעדל איז אנגעזאפט מיט רשעות און הארצלאזע פארשטאפטע שמוציגע עגא'איזם.
די רצח הגוף רעדל שלעפט אריין מיט זיך רצח נפשות טהורות ותמימות,
פארכאפט אין די קעלערן פון האס און עקלהאפט
שמאכט אין די טונקלקייט פון רשעות און סאדיזם
מ'פארבירט טאקע צו ראטעווען
מ'וויל די נשמה'לע זען אינדרויסן
אבער דאס קינד וויל נישט - זי פחד'נט אינגרויסן

די בעיבי איז ארום גענומען מיט רשעים
פארשטייט ניטאמאל וואס זייערע מאטיוון זענען
און די עלטערע שוועסטער פלאגט זיך מיט ארורים
פראבירט אויך צו פארשטיין די אבנארמאלע שנאה פון קען מען אזוינס נעמען

די בעיבי'ס נאמען איז די אראנדזשע ביבאס
אבער די שוועסטער קען זיך נישט אינדעפיצירן מיט איר נאמען אויפן גאס
די 1 יעריגע געבורט'ס טאג פארטי ווייט פון די מאמע'ס הויף
וועט נישט קענען פארשטילן די שלאפלאזע נעכט פון די מיידל וואסערלוף

וואסערלוף וועט מער נישט וועלן גיין אין פלעיגרופ
ביבאס האלט נאכנישט דארטן, ער ליגט נאך אין זיין גרוב
ביבאס וועט אייביג געדענקען די טונקלהויטיגע שנאה
וואסערלויף וועט אייביג געדענקען די ווייסע שמוציגע קנאה

אייגענע - ווי קען מען זיי רופן ברודער?
שרייען און דערשרעקן זייערע אייגענע גלידער...
מַה בֶּצַע כִּי נַהֲרֹג אֶת אָחִינוּ? רעדט מען נאר פון פארכאפטע תינוקות?
אבער הַכְזוֹנָה יַעֲשֶׂה אֶת אֲחוֹתֵנוּ?! וואס זענען אנדערש בנים מבנות?

אמת אז די טאטע יצחק וואסערלוף באלאנגט צו די ציונות הדתית פארטיי, און זיי זענען פערצופאל אנגעשלאסן אין די יעצטיגע קאאליציע מיטם פארהאסטן ביבי, אבער אלו הצאן מה פשעו??????
פארוואס אין די וועלט דארפן שטיין אפאר עלטערע מכשפות און ב'שגצ'ן דעם אומשולדיגן מיידל בעוון אביה וואס איז אויך חף מפשע!
נאך א לאנגע געשלעג מיט די טאטע, נאך לאנגע געפעכטן הפצרות ותחנונים הואילה בטובה זיך צו שטארקן און גיין אין סקול טראץ אירע פחדים, און וואס ווארט איר אפ אינטן אין פארנט פון די בילדינג? די שרעקעדיגע שלעכטע מענטשן פון די בייזע נאכט חלומות!!!
זיי שרייען אויפן טאטן "וואס טוהט איר כדי צו צוריק ברענגען די פארכאפטע"??
דער וואסערלוף איז בכלל פארשיקט פון די מלחמה קאבינעט צוזאמען מיט בן גבירו וסמוטריטשו, אבער וועמען גייט עס אן?
די רשעים ארורים גייען נישט שטיין אין פארנט פון הרצי הלוי'ס הויז און אנשגצן זיינע אייניקלעך הייתכן די שלעכטע זיידע האט פארנאכלאסיג געלאזט די ביביאס פאמיליע הפקר, ניין זיי גייען קומען בא'שגצ'ן אומשולדיגע קליינע מיידלעך וואס זייער גאנצע זינד איז געבוירן ווערן ביי א רעכטע פאמיליע.
די היפאקראטיע אין מדינת ישראל נעמט מיר ממש אראפ פון זינען!!!!!
היפאקראטיע מילא, אבער דא האנדלט זיך פון דיני נפשות!
טראומע פון קליינע נפשות היילט מען נישט אזוי גרינג... הישמע כזאת בישראל צו גיין רצח'ענען נפשות ווייל א צווייטע אומשולדיגע נשמה איז פארכאפט בידי זדים ארורים??

ווי איז געהערט געווארן אזוינס????

איך קען יעצט לאזן פאלן ווערטער און מסביר זיין בטוב טעם ודעת אז די לעצטע מענטשן וואס זענען שולדיג אין די ביבאס פארכאפונג טראגעדיע - זענען די עקסטרעם רעכטע פאליטיקאנטן, זיי האבן געשריגן השכם והערב אז דאס גייט פאסירן! זיי פלעגן ווערן אנגעקלאגט טאג טעגליך פארן זיך דערוואגן זאגן די אמת און רופן דעם פאלעסטינער הונט ביים נאמען!! מ'האט זיי נישט געלאזט ערוויילט ווערן צוליב די עקסטרעם רעכטע שיטות און א"ג ראסיזעם, און אפי' די ערוויילטע האלט מען אין איין באזייטיגן און מ'לאזט זיי נישט צו צום שמאלע מלחמה קאבינעט, און אפי' ביי די ברייטע קאבינעט אויב פרעגן זיי צופיל פראגעס מאכט די מידיע א גאנצע געבראטענס פון זיי...

אבער אין זה העיקר.

מ'רעדט דא פון צעיועזשטע צורידערטע ווייסע לינקע אנארכיסטן, וואס זענען באמת ובתמים זיכער ביי זיך אז די גאנצע וועלט איז באשאפען געווארן פאר זיי און פאר די פאלעסטינער, זיי ווילן זען די גאנצע אידישע וועלט וואס איז אנדערש פון זיי - אין די אדמה!
די ביבאס בלוט איז רויט, די וואסערלוף בלוט עקזעסטירט ניטאמאל! מ'מעג עס גיסן און זיך דערקוויקן די דארשט מיט די דאזיגע נידעריגע בלוט, וואס איז? ווייל די טאטע גייט מיט א קליין קאפל? ווייל זיי גלייבן אין עפעס א גאט? [אוי לאותו אמונה אבער שוין...] ווייל זיי שעמען זיך נישט מיטגיין מיט די הוילע נארישע ליבעראלע פאנטאזיעס פארדעם מעג מען שוין הרג'ענען זייערע קינדער????

זיצט זיך אן הויעכגעשפיצטער שרייבער און רופט זיך אן אז די ציונות הדתית געמיינדע איז ממש ווי קענסער אין די איזראעלי קערפער, און ער האט דאס נישט געזאגט צו מחנך זיין די פאלק נישט צו גיין ח"ו מיט די ציוניסטישע כופרים, ער איז ארויס קעגן די "דתית" - די אידישע רעליגיעזע בירגער זיי זענען גאר די חורבן פון דאס לאנד!!!
ואין פוצה פה ומצפצף, זה פונה לכרמו, וזה לזיתו והארץ לעולם עומדת... די פרומע זענען שולדיג אין אלע קאטאסטראפן אין די מדינה, די מאגערע [אומאויסגעהאלטענע] געלטער וואס זייערע מוסדות'ן באקומען - דאס האט חרוב'געלייגט די איזרעלי זיכערהייט סיסטעם...
העלאו!!!!!!!!! עטס שעמט אייך נישט???????
ווי קען מען אזוינס זאגן???? פון ווי נעמט זיך אזא בלינדע נאאיווע שנאה כלפי אייגענע ברודער??
אין אוישוויץ האבן ענק ביידע געבראטן הבן עם הבת, היטלער ימ"ש האט נישט געשוינט קיינעם ער האט געוואלט זען פרידמאן בוזגלו בן חיים אטיאס אויערבאך אלע אין איין אויוון רח"ל!!!!!!
און דא קומט איר גיסן יענעמס בלוט בעבור בצע וואס? וואס ווילט איר? איר ווילט באפרייען די משכונות דורך פייניגן די אומרעלעוואנטע פליגלען אין די איזרעלי רעגירונג??
איר האלט טאקע אז וואסערלוף שטייט און לאזט קיינעם נישט צורירן די באפרייאונג פיוז??
עטס מיינט טאקע אז וואסערלוף האט אזעלעכע נאנטע קשרין מיט סינוואר ימ"ש?? אויב האט איינער גוטע באציאונגען מיט די מנוולי כאמאס איז עס אחמאד טיבי אדער מאנסור עבאס, אבער זייערע טעכטער גייען ענק נישט טשעפענען....

איך זיץ, איך שוים, איך שימפ און איך ברויז, מיינע פינגער טוהן שוין ווי פון צו קלאפן מיינע אומשולדיגע קיבארד קנעפלעך, אבער אי ךקען מער =נישטןו!!!!!!!!

איך קען נישט גלייבן ווי ווייט אידישע קינדער קענען אנקומען, איך קען נישט צוקוקן מער ווי עטליכע קאלטבלוטיגע רודפי בצע'ניקעס מאכן פאליטישע פארדינסטן אויף די חשבון פון די אומגליקליכע משפחות... אנשטאט צו מחזק זיין און צו טרייסטן, פראבירן איינפלאנצן זרעי תנחומין ותקווה טוהן זיי גאר דאס פארקערטע - זיי העצן אן א גאנצע פאלק זאל פיינט האבן זייערע אייגענע ברודער אנשטאט צו רודערן א וועלט און אנהעצן די דעת הקהל קעגן די בארבארישע כאמאייסיסטן.

זייערע וואנזיניגע רויטע שרייענדע פלאקאטן פון "חטופים עכשיו"!! "לשחרר עכשיו"!! "כולם תמורת כולם"!! וכו' וכו' - דאס ברענגט סה"כ אריין אביסל פרנסה פאר די רשע רונן צור וואס רייט אויף די גאנצע צובראכענע פאלק און ער קעשט ארויס אן אפותיקי פאר נאך א געלונגענע צינישער קאמפיין.

איך גיי נישט אינגאנצן אוועק מאכן, א פייער דארף ברענען און פראפעגאנדע ברויך צו זיין, אבער שיסט נישט ענקער אייגענע ברודער!!!

עטס ווילט פטור ווערן פון ענקער פארהאסטע ביבי - אלע זענען מסכים, אויך די רעכטע גלייב איך... אבער נישט יעצט!!!!!!!! יעצט ברויך מען מתפלל זיין, מעורר זיין רחמים, זיך פארבעסערן די דרכים בין אדם למקום, מעורר זיין דאס הארץ לתשובה, פראביר צו זיין גוט. רעד דיך נישט איין אז שלעכטס וועט ארויס ברענגען גוטס, א שווארצע עלטערן געבוירן שווארצע קינדער גוטס ברענגט גוטס און שלעכטס ברענגט שלעכטס און געפילטע פיש וועלן געווענדליך זיין ארום גענומען מיט קאטשעניו - רעד דיך נישט איין אז פון דיינע שלעכטע מדות רעות ומשוחתות וועט עפעס אן אומשולדיגער משכון זיך צוריק קערן לחיק משפחתו.

דעטס איט, דאס האב איך געוואלט יעצט זאגן און האטס מיר און זייטס מיר...................
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

וואס איז דאס ראש השנה לחסידות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פארשידענע פארשידענס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:06 pm
צ.ק.
וואס איז דאס ראש השנה לחסידת?
אין ליובאוויטש:
◄ ווייז ספוילער
מדוע נקרא י"ט כסלו ראש השנה לחסידות?
הרב עדין אבן-ישראל (שטיינזלץ)

(המאמר הבא פורסם בגליון 4 של מעיינותך, והוא מובא כאן באדיבות "תורת חב"ד לבני הישיבות". המערכת)

יום י"ט בכסלו נקבע ליום שמחה בין חסידי חב"ד מעת שחרורו של אדמו"ר הזקן, בעל התניא, ממאסרו בפטרבורג. אולם חידוש והתעוררות יתירה לחגיגת יום זה באה מעת שכתב אדמו"ר הרש"ב – רבי שלום דובער מליובאוויטש – את מכתבו המפורסם על י"ט כסלו משנת תרס"ב1 . במכתב זה, מכנה הוא את י"ט כסלו כ'ראש השנה לחסידות'.

התייחסות מיוחדת זו מעוררת את העניין לברר על מה זכה יום זה להעטר בעטרת כבוד זו, אשר לכאורה אינה משתייכת במישרין אל עצם חשיבותו של המאורע אשר לכבודו חוגגים את יום הגאולה.

ברכה והודיה על נס
במשמעותם הפשוטה ביותר של הדברים, יש להסביר כי יום י"ט בכסלו אשר בו שוחרר אדמו"ר הזקן ממאסרו, וזוכה מהאשמה שהיתה בה סכנת נפשות עבורו ועבור כל החסידים בכל מקומותיהם, יום זה ראוי להזכר כיום תשועה – 'חג הגאולה' – עבור מנהיג ישראל וכל הנלווים עליו. ידוע, כי על נס שנעשה לאדם מחוייבים צאצאיו ותלמידיו לברך על זכרון הנס בשם ומלכות. ואילו בנס שנעשה לאדם המסוים בדורו, כל שכן כאשר הוא נס שיש בו משום קידוש שם שמים, לא רק תלמידיו לבדם חייבים לברך, אלא חובה היא על כל אדם מישראל לברך על נס זה2 . שחרורו של אדמו"ר הזקן על כל המאורעות הכרוכים בו, וצד הגאולה וההצלה שהיתה בכך – ודאי שראוי הוא לברכה והודאה על ידי כל תלמידיו. והרי כל החסידים לדורותיהם תלמידיו הם, וממימיו הם שותים, לא רק באותו דור, אלא אף בדורנו. וחיוב ההודאה והברכה עליהם. כל שכן שהיה קידוש שם שמים בדבר, כך שלא רק תלמידיו חייבים בכך אלא כל ישראל. וכן מצינו בגדולי ישראל שקבעו ימי מועד וזיכרון לניסים שארעו לקהילות וליחידים, אשר הם וכל הבאים אחריהם קיימו עליהם ועל דורותיהם.

משפטה של החסידות
אולם דברים אלה הם רק המעטה החיצוני של הדברים, ואילו תוכנם פנימי ועמוק מזה. מבחינת חשיבותו ההיסטורית של יום זה, יש להיזכר מעט בתקופה אשר בה ארעו הדברים: באותם הימים הלכה אמנם תנועת החסידות והתעצמה, אך עם זאת גם גברה והלכה בחוגים שונים ההתנגדות כלפי החסידות. התנגדות זו, לא בלבד שלא נחלשה לאחר פטירתו של הגאון מווילנא, אלא הוסיפה והתחזקה, ואף קבלה גוון חריף וקשה יותר מיום ליום. ההלשנה על האדמו"ר הזקן, אף כי היתה מעשה יחידים, בטאה בכל זאת את החרפתו של המאבק הרוחני אשר יכול היה להגיע אף לדרכי-מלחמה שכאלה.

מאסרו ומשפטו של אדמו"ר הזקן לא היו אלא כעין מבחן לקראת פעולה בקנה מדה רחב יותר. אילו היה אדמו"ר הזקן נמצא אשם ח"ו – הרי פירושו של דבר היה, כי הממשלה הצארית היתה מדכאת ביד חזקה ובכל חומרת אכזריותה את החסידות כולה, בכל המקומות ובכל הענפים. ומאחר שמתנגדי החסידות היו מסייעים בדבר מבפנים, במטרה לנהוג בחסידים כבכת יוצאה דופן – הרי פירושם של הדברים היה השמדת החסידות כולה ח"ו.

משפטו של אדמו"ר הזקן היה אפוא משפטה של החסידות, לא רק מבחינת האשמות שהוטחו כנגדו, אלא אף מצד התוצאות אשר עשויות היו לבוא עקב חיובו בדין. משפטו וזכויו של הרב היו אפוא יום דין עבור החסידות כולה, ועם זיכויו היתה משמעות הדבר – זכויה של כל תנועת החסידות. שבירת הקטרוגים שהוטחו כנגדה, ויציאתה מן המצוק של צוררים מבית ומחוץ.

את שחרורו של אדמו"ר הזקן ממאסרו בי"ט כסלו, אפשר לראות למעשה, כסיומה של המחלוקת הגדולה כנגד החסידות. כמובן שהיו עוד רבים אשר לא נמנו על קהל החסידים, והיו גדולים בישראל שלבם לא היה שלם עוד עם החסידות, אולם המלחמה הפעילה, והנסיון להוציא את החסידים מתוך כלל ישראל, נפסקו למעשה. יום הגאולה הוא מבחינת ההקף ההיסטורי יום פתיחת הדרך הגמורה לחסידות, אשר מאז ואילך גברה והתפשטה במידה עצומה והקיפה עוד אלפים ורבבות מישראל. יום זה הוא בצדק 'ראש השנה לחסידות', יום שבו החלה תקופה החסידות המתגברת ומתפשטת, כאשר השנאה והמלחמה הפעילה הלכו וגוועו, כאשר אף אלה שאינם נמנים עם החסידים אינם עוד 'מתנגדים' לה, אלא מתיחסים אליה בהרגשת כבוד, כאל אחד ממחנות ישראל, אשר העם היהודי מורכב מהם, ואשר הינם לכבוד לו.

המשפט בבית-דין של מעלה
תפיסה זו של י"ט בכסלו שנתבארה לעיל כ'ראש השנה לחסידות', אף היא אינה ממצה את מהותו של היום. יודעים אנו כי מאורעותיה החיצוניים של ההיסטוריה מכוונים על ידי כוחות עליונים, וכי אף בקטנות שבקטנות "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שמכריזים עליו מלמעלה"3>, ומכל שכן כאשר המדובר במאורע בעל חשיבות היסטורית מכרעת, אשר בודאי נדון הוא בהשגחה פרטית, וכל גלגולי מסיבותיו קשורים ומשתייכים למאורעות עילאיים ופנימיים יותר. וכמו שמוצאים אנו בדברי חז"ל על פי האמור בספר דניאל כי אין מלחמות קורות בעולמנו זה, אלא מאחר ששרי האומות, בעולם עליון משלנו, מצויים במלחמה4 . אף כאן, המחלוקת החיצונית, יש לה מקורות בתפיסה יסודית יותר מאשר אותם גילויים חיצוניים שלה, וחלוקי הדעות עמוקים הם יותר משאר הדברים הנראים והנגלים לעין5 .

יסודה הפנימי של המחלוקת היה, באיזו מידה מותר, ואף ראוי, לפרסם ולגלות את שיטת החסידות בקרב כל ישראל, בלי להבדיל בין גדולי הצדיקים והלמדנים לבין יהודים פשוטים ואף עמי הארץ. החשש הגדול היה, שמא תביא הפצת שיטת הבעש"ט ברבים, אף לאותם שאינם גדולי תורה ומוכשרים לקבל את הדברים בכל מלוא השכליות הראויה, לידי ירידה במקום עליה. שמא תביא שיטת הבעש"ט, על גלוי האלוקות שבכל הדברים, על מעלתו של כל אדם מישראל באשר הוא ישראל, לידי ירידה בלימוד התורה, וזלזול בכבוד שמים.

קטרוג זה כלפי צד הגילוי וההתגלות שבחסידות, הרי אינו אך מן הדברים שיכלו להישמע בפי ראשי אלפי ישראל שבאותו דור, כי אם שאלת-יסוד, דין אמיתי שראוי היה לדון אותו: האמנם מוכשר הדור לקבלת הגלויים הללו? האמנם היה גילוי שיטת החסידות מכשיר לעליה ולהתרוממות, או שמא לא היה הדור ראוי לכך, והגילוי שלא היה בזמנו ובמקומו הביא גם נזק ולא רק תועלת?

ואכן, דין זה הוא הדין הפנימי אשר נדונה בו החסידות, וזה הוא הקטרוג הפנימי שהיה עליה להשיב עליו. ועל כן, לא פלא הוא כי האיש אשר עליו הוטל להיות בתוך דין זה נציגם של החסידים, הוא אדמו"ר הזקן, אשר בשיטתו היתה ההתגלות של שיטת החסידות, רבה יותר וניכרת יותר מאשר אצל כל שאר הענפים בה.

כמובן, דיני שמים אינם נשארים אך בעולמות עליונים, יש להם גילויים גם למטה בעולם הזה. וכמו שאר גילויים של שפע של מעלה, גם הם יורדים בדרך השתלשלות, מדרגה לדרגה ומעולם לעולם, וכאשר מגיע הדין לדרגתו הנמוכה ביותר, אז מתגלה הוא אל עולמנו שלנו.

הקטרוג הרוחני הדק כנגד החסידות, החשש המופשט שמא עדיין לא הגיע הזמן לגילויים הללו של תורת החסידות, והמשפט אם אמנם שיטת החסידות הביאה לכלל עליה – כל זה ירד מטה מטה מדרגה לדרגה, עד אשר הגיע לדרגה המגושמת ביותר, כשהקטרוג העליון התבטא בצורתה של מלשינות גסה, והמשפט היה בידי המלכות הרוסית. ואף-על-פי-כן היה משפט זה במהותו הפנימית המשפט העליון על החסידות, ופסק הדין שבה יצא אדמו"ר הזקן זכאי, הוא הד וצל של פסק דין של מעלה, אשר בו הוצדקה החסידות בבית-דין העליון, ו'מלכותא דארעא' רק בטאה בגשמיות את פסק הדין בבית-דין של מעלה. ועל כן, מבחינה זו יום י"ט בכסלו יום הדין עבור החסידות, ויום זכויה בבית דין של מעלה, הוא אפוא יום 'ראש השנה לחסידות', פתיחת התקופה אשר החסידות זכתה להיות מוצדקת לא רק בעקרי רעיונותיה אלא אף בגילויה, בהתבטאותה בחיי החסידים בכל מקום וזמן.

כשיפוצו מעיינותיך חוצה
על פי חזונו של הבעש"ט בהיכלו של משיח, הרי ביאת המשיח תלויה ב"לכשיפוצו מעיינותיך חוצה"6 , ואם כן, הפצת החסידות בעולם וגילויה ברבים הוא המכשיר לקירובה של הגאולה. המשפט העליון הריהו לפיכך משפט על האופנים בהם ראוי שיתגלה אור ה' בתוך העולמות, ועל קירובה של הגאולה. ועל כן פסק הדין שלמטה אשר הוציא את החסידות מן המיצרים הגשמיים שלה, היה גם פסק-דין שלמעלה כי ראויה שיטת החסידות להתגלות בעולם, ולמעלה מזה – שעל ידי החסידות יהא גילוי אור אלוקי בכל העולמות, וקירובה של הגאולה הכללית. ועל כן 'חג הגאולה' הוא חג גאולה בדרגה לפנים מדרגה עד להיות חג גאולה כללית, פדות העולם כולו ממיצריו והגבלותיו.
אין ויז'ניץ - מרכז.
◄ ווייז ספוילער
די טאג י''ב שבט איז א יו''ט בקרב חסידי ויז'ניץ וואס ביום הזה האבן זיי געהאט די זכיה אז זייער מורה דרך כ''ק מרן אדמו''ר הקוה''ט שליט''א האט דעמאלטס צום ערשטן מאל אין די ויזניצע היסטאריע געגעבן א שארפע שמועס בענין פנימיות ושורש דרך החסידות בכלליות און דרך ויז'ניץ בפרטיות.

די שמועס איז פארגעקומען י''ב שבט תשס''א לפ''ק, פאר אברכי הכוללים דחסידי ויז'ניץ.

די שמועס האט די הייליגע רבי געגעבן עת כיהן פאר כאב''ד שיכון ויז'ניץ און דארט האט ער צום ערשטן מאל מגלה געווען און מרחיב געווען ביסודות דרך החסידות - די ויזניצע חסידות, די הייליגע רבי האט שטארק ארויס געברענגט די געדאנק אז א חסידות איז ווייט פון צו זיין א פארטיי און די רבי איז נישט קיין פאליטיקאנט להבדיל, ער האט שטארק גערעדט פון די מושג אמונת צדיקים בתמימות אויפן ויז'ניצע נוסח וואס איז אביסל פארגעסן געווארן בצוק העתים, אזוי אויך האט ער פארברייטערט אין די ריכטיגע וועג וויאזוי א חסיד דארף לעבן און די הסתכלות כלפי מעלה ווען עס קומט צו די רבי ומנהיג.

די טאטע זי''ע די הייליגע רבי די בעל הישועות משה האט אומערווארטעט ערשיינט צו די מעמד און האט אויך גערעדט עטליכע דיבורים, גאר שטארק ארויס געברענגט זיין בענקעניש צו די דור העבר די דורעכגעווייקטע תמימות'דיגע ויז'ניצע פארצייטישע חסידים ווי ר' מרדכי חנא און נאך, ער האט מרחיב געווען אז פון די וויזשניצער היסטאריע דארף מען זיך לערנען פון די עבר אויפן עתיד ואכמ''ל... די ישועות משה האט דעמאלטס סומך ידו געווען אויף די רב ואב''ד שליט''א וואס איז דעמאלסט געווען די רב אין שיכון ויז'ניץ און ער האט ארויס געברענגט זיין ווייטאג אז געוויסע מענטשן גלייכן נישט אלע ויז'ניצע עניינים און אנשטאט גיין לחיים ולשלום זיצן זיי בתוך המחנה און ברויזן און פארזויערן די אטמאספער.

רובא דרובא פון די ויז'ניצע עולם האט נישט פארשטאנען דעמאלטס וואס די רב ואב''ד און די טאטע די ישועות משה זי''ע האבן געוואלט פונקטליך, נאך יענע שמועס האבן א קבוצה אינגעלייט זיך צוזאמגענומען און אנגעהויבן צו זיצן חבורות מיט די רב שליט''א בביתו און דארט האט מען מלבן געווען זייער אסאך טיפע עניינים אין חסידות והתקשרות לצדיקי אמת, די רב שליט''א פלעגט טאג טעגליך אריין גיין צום טאטן זי''ע מיט באריכטן מהנעשה והנשמע בין כתלי החבורות וואס האבן באקומען די כינוי ''קבוצות'' - לימים זענען די אינגעלייט געווארן די ראשי החבורות בקרב קהילת ויז'ניץ מרכז נאך וואס זיי האבן קונה געווען די יסודות דרכי החסידות מפי הרב שליט''א וואס האט דולה ומשקה געווען דעם טאטן'ס תורות פאר די קבוצה חסידים הצמאים לדבר ה'.

נאך די הסתלקות פון די בעל הישועות משה זי''ע - האט זיך אויסגעשטעלט אז רובא דרובא פון די ויז'ניצע חסידים וואס האבן טיף דערהערט די י''ב שבט שארפע חסידות שמועס - געגאנגען חוסה זיין בצילו פון כ''ק האדמו''ר הקוה''ט מויז'ניץ מרכז שליט''א, און זיי האבן כסדר געפוינט מיטן פינגער אז נאר די טאג י''ב שבט האט זיי צוגעברענגט צו די ריכטיגע הבנה אין דרך החסידות און די שמועס האט בעצם אוועקגעשטעלט די יסודות פון חסידות ויז'ניץ - אשר על כן פייערט מען די טאג אלס ראש השנה החסידות ויז'ניץ בכל אתר ואתר.
די מנהגי היו''ט זענען פארמירט געווארן מיט די צייט בהכוונת די הייליגע ויז'ניצע רבי שליט''א וואס האט זיך אויסגעדריקט גדולות ונצורות אודות די הייליגע טאג יום החינוך דחסידות ויז'ניץ די טאג וואס ער האט באקומען די סייעתא דשמיא פון זיין טאטן זי''ע צו קענען אוועק שטעלן א הייליגע ווינקל דבקים בה' ובתורתו בדרך החסידות האמיתית.

אין די לעצטע יארן האט די יו''ט באקומען א משנה תוקף נאך די הופעת אור השיטה הק' - די שיטת השוואנצנות וואס לייגט א שטארקע דגש אויף די הכנעה און התבטלות, די אמת'ע התקשרות לצדיק אנע אייגענע אינטערעסן און חשבונות - די טאג י''ב שבט ווי מ'קען מיטהאלטן ווי די ויז'ניצע חסידים שפאצירן בחוצות העיר אנגעטון מיט בגדי שבת לרגל קדושת היום - דאס ווארפט א שטיקל לעכטיגקייט אויף איינע פון די הויפט יסודות פון די ויז'ניצע חסידות אז מ'זוכט נישט צו געפעלן פאר קיינעם נאר מ'טוהט וואס מ'האט צו טוהן.
עד כאן אומרים בשבת הגדול - ליתר ביאור יעויין נא בספרי רבוה''ק לבית ויז'ניץ וואס געפונען זיך אין די ויז'ניצע בתי מדרשים די ודי בכל אתר ואתר - אין די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן שליט''א קען מען טרעפן לענגערע שמועסן וואס זענען מסביר קלאר די שיטה הק' ופרטיה און וויאזוי קען א חסיד זיין מקושר באמת ובתמים צו זיין רבי ומורה דרך און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט נאך די נסיונות הדור.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

אמעריקע, איזראעל, כינע, רוסלאנד, איראן, פאלעסטינע - ווער גייט געווינען און ווער גייט אויספירן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אמעריקע, איזראעל, כינע, רוסלאנד, איראן, פאלעסטינע - ווער גייט געווינען און ווער גייט אויספירן? ווער האט א שטערקערע מיליטער אבער ווער האט די שכל וויאזוי עס צו נוצן?

די ענטפער אין קורצן.
עס איז פאראן אפאר באזונדערע זאכן
1. געווינען א מלחמה.
2. אויספירן אן אקציע.
3. סורווייוון - איבערלעבן.

נעם אן אימפעריע ווי פראנקרייך וואס איז באוויסט מיט אירע צענדליגער הילעכיגע פארלוסטן אין מלחמות במשך אירע לאנגע יארן אלס לאנד, אבער נאך אלע מעשיות - זיי זענען דא. זיי עקזעסטירן.

די רוימישע אימפעריע האט טאקע געווינען זייער אסאך מלחמות אבער למעשה זענען זיי פארשוואונדן געווארן....

יעצט ווען איר ווילט צוגלייכן די רוסקריינע ספעציעלע אפעראציע צו די שוידערליכע איזראעלי פאלעסטינער קאנפליקט, און נאך צולייגען אן אמעריקאנער כינעזע מלחמה - לא ראי זה כראי זה.

רוסלאנד איז שטארק און מעכטיג אבער דאך קענען זיי נישט אויסנוצן זייער מאכט אן קיין געהעריגע סיבה דערפאר.

ווען די פאלעסטינער טעראריסטן באגיין זעלבסטמארד מיטשלעפענדיג צענדליגער אומשולדיגע איזרעליס - ווייסט א יעדער וואס זענען געווען זיינע מאטיווען, דער פארריקטער רוצח האלט באמת ובתמים אז זיין זעלבסטמארד אטאקע גייט צוברענגען זייער גיעולה השלמה און מ'וועט באפרייען די שמייליגע על אקצא בארג.

משא''כ רוסלאנד האט טאקע געהאט פלענער וועגן אוקריינא, זיי זענען ארויס אויף א מיסטעריעזע אומפארשטענדליכע מאדנע בלוטיגע אינוואזיע, זייער שוואכע תירוץ איז געווען עפעס בגימ' דענאציפיקאצי"ע און די רעשט איז היסטאריע, ביידע זייטן זינקען אין די קאלטע אוקריינע זומפן.

רוסלאנד האט בפירוש נישט אויסגעפירט. מאן דכר שמיה פון געווינען, דאס האבן זיי זיכער נישט.

אבער זייער מעכטיגע מיליטער על נוקלעאריהון וכלי משחיתיהון איז נישט געמאכט געווארן צו געווינען, דאס איז געמאכט צו איבערלעבן און צו זיכער מאכן אז קיינער דערוואגט זיך נישט צו טשעפענען מיט די גרויסע רוסלאנד, ואינו דומה די אוקריינישע התנגדות צו די רוסישע אינוואזיע צו א געהעריגע מלחמה צווישן די מערב וועלט לענדער אקעגן די רוסישע פארריקטע מאמע.

די מאמע'ס טורבאן איז טאקע צוריסן, אבער אין איר פאקעט בוק האט זי אפאר נוקלעארע טויס און מיט דעם וויל קיינער נישט שפילן.

און יעצט קיין איזראעל/פאלעסטינע:
דארט רעדט מען אויך נישט פון קיין איבערלעבן מיסיע, ווען עס וואלט זיך געהאנדעלט אין א געהעריגע געפאר פאר מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ - וואלטן זיי גענומען עקסטרעמע שריט היינו דאמרי אינשי במערבא "בעל הבית השתגע" - זיי וואלטן אויסגעליידיגט זייער טעקסטיל פאבריק און עס אראפ געלאדענט אויף די אראבישע שכנים, (אזוי ווי די יוה''כ מלחמה וואס דעמאלטס האט מען געהאלטן א האר בעפארן נעמען עקסטרעמע שריט - עכ''פ זייער סטראשע איז דאס געווען צו דערשרעקן די אמעריקאנער)

אלא מאי - יעצט איז די רעדע פון א גוטן פראסק וואס זיי האבן געכאפט פון די כאמאייסיסטן, זיי האבן געשוואוירן נקמה, זיי האבן די וועלט מיט זיך אבער בלויז פאר די לעצטע צוויי מיסיעס - אויספירןדי אקציע - דהיינו עלימינירן כאמאס און באפרייען די משכונות, און איבערלעבן- דהיינו אז מיט א שכן אזוי ווי כאמאס קען מען נישט לעבן געהעריג.

אבער נומער 1 נצחון- פאר דעם האבן זיי נישט קיין וועלטליכע לעגיטימאציע. די וועלט איז נאכנישט גענוג רעכטס גענויגט צו וועלן זען בן גביר וואוינען אין די רימאל געגנט אין עזה, ניטאמאל לאזן זיי די גוש קטיף פארטריבענע זיך צוריק קערן צו זייערע היימען, אלזא אין כאן לא נצחון ולא געווינס אלא בלויזע אויספירן די אקציע ע''מ צו איבערלעבן.
צו איזראעל קען אויסמעקן כאמאס אין צוויי טעג? לכאורה יא אבער די וועלט דארף דאס נאר צולאזן.
ואינו דומה כלל ועיקר צו אוקריינא - כאמאס האט נאר טונעלן און ראקעטן אבער זייער שטערקסטע געווער איז די - צווילע.

און יעצט לאמיר זיך פארריקן קיין אמעריקע.
אמעריקע איז גענוג שטארק צו קענען איינשלינגן די וועלט, אבער עס איז גארנישט אזוי זיכער אז זי וויל טאקע טוהן אזוינס, נעמט אין אכט אז איינשלינגן אזא פעטע פישל ווי כינע קען פאראורזאכן ערנסטע מאגן ווייען פאר די אמעריקאנער.... אלזא אלעס ווענדט זיך אין די ציהל ווי זיי ווילן אנקומען.

אויב זארגט איר זיך פאר די אמעריקאנע עקזיסטענץ - לכאורה איז נישט דא קיין ערנסטע געפאר
אבער דאס איז נאר אויב אמעריקע וועט נישט באגיין קיין פאטאלע טעותים, די ביז היינטיגע סדר העולם אז נאר נארמאלע לענדער האבן אין זייער באזיץ נוקלעארע קראפט - דאס איז געווען א גוטע זאך, דאס האט געצוימט אלע זייטן זיך צו האלטן רוהיג וויסענדיג די כלל פון על דאטפת אטפוך וסוף מטיפיך יטופון - עס לוינט זיך נישט צו נוצן די נוק'ס ווייל די שכן וועט עס אויך נוצן און דעמאלטס וועלן ביידע זיך טרעפן אויפן עולם האמת...

אבער יעצט ווען די קראנקע אמעריקאנער רעכענען די איראנע עקסטרעמע איסלאמישע שאהידן - וואס פאר זיי גייט נישט אן די אייגענע לעבן - אלס מענטשליכע מענטשן און גייען זיי ווארשיינליך לאזן צוקומען צו א נוקלעארע מאכט - דאס איז א שרעקעדיגע געפאר פאר די אמעריקאנע עקזיסטענץ און שומר ישראל שמור שארית ישראל.

ודי בזה.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

ווי אזוי באפרייט מען משכונות? נישט אזוי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ווי אזוי באפרייט מען משכונות? נישט אזוי.

דער בחור האט געוואלט קויפן א הויז, א ביליגע, נאך יארן לאנג פון אראפ פלאשן חודש'ליכע רענט האט דער ראש המשפחה באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט צוזאמגעקליבן די שפארזאמע פרוטות שנהפכו לסכום גדול, און מ'גייט קויפן א הויז!
נו וואס טוהט מען? מ'ווענדט זיך צו א גוטע בראוקער וואס זאל זוכן די ריכטיגע פראפעטי.

ויהי היום, די סעלפון דריזלט, אתא בראוקער ודיעלו בידו, ער האט א גאלדענע מציאה עין לא שזפתו און עס איז נאכנישט ארויף אויף די מארקעט, א מעשה א בוידעם א זקן א תרח בן תשעים האט אפגע'פגר'ט, האט איבערגעלאזט א שיינע הויז וואס איז ווערד א קנאפע 2 מעלאונעס, זיין בן יחיד'ל איז נישט קיין גרויסע חכם, א שטיקל קרימינאל אויך, שולדיג אסאך געלט, די טונקעלע מאפיאנערן לויפן אים נאך, ער וויל פטור ווערן פון די הויז און צאלן די חובות בעפאר איינער ווערט געוואר אז ער האט באקומען א פעטע ירושה, ער איז גרייט צו פארקויפן די הייזקע פאר 1 מיליאן אבער קעש טבין ותקילין יעצט דא און שוין.

אונזער בחור ווערט אויפגעהייטערט, די ענדרענעלין לעוול הייבט זיך און פאנגט אן צו לאזן אירע שפורן, צום מזל וברכה זיצט ער יעצט ביי די יערליכע חנוכה פארטי ארום גענומען מיט די נאנטע פאמיליע מיטגלידער, זיינע קינדער כשתילי זיתים ארום זיין טיש, די זוויות מחוטבות לאכן ארום און סערווירן די נארהאפטיגע געשמאקע לאטקעס, און יעצט בהיות בראוקרו באקריגט ער א טעקסט "קאם נאו!! אויב איר ווייסט וואס איז גוט פאר דיר קום יעצט אריבער און ברענג מיט א בינטל קעש העולה כמס' מיליאן".

ואילין מיליא די מיליאן האט ער אבער קיין ווערטער נישט, וואס זאגט ער פאר די פאמיליע מיטגלידער? די ראש המשפחה לאזט איבער דאס געזינדל לאנחות? קען מען דען איבערלאזן א חנוכה מסיבה כצאן בלי רועה? קען ער דען פארלאזן דאס ארט אינגאנצן צוברעכן די הארמאנישע אטמוספערע באין רואה?

ער זיצט אויבן אן, זיין געזיכט שיינט און טוישט קאלירן תמול ושלשום משמשים בערבוביא, די עולם הייבט אן צו כאפן אז עפעס גייט פאר, "טאטע!! איז אלעס אין ארדענונג"? פרעגן די טייערע שאף, די טאטע איז קיין ליגענער נישט "ניין, בכלל נישט! עס איז מיר אונטערגעקומען א צודרייטע דיעל און איך קווענקל נאך צו איך זאךל פארלאזן און צוברעכן אונזער מסיבה בעבור השלמת הקנין והמקח.

"קום אריין קלאר" - עוללים שואלים, און די טאטע לייגט אראפ אין געציילטע ווערטער במה מדובר.

די עולם ווערט עקסיידעט, די געמיטער ווערן הייסער און ווארימער, מצאו מנוח לכף רגלם! אן אייגענע הויז! "יעצט! טאטע! אבער שוין! איר קענט נישט ווארטן קיין מינוטע, נו טאטע! פארוואס זענט איר נאך דא???

דעם טאטנ'ס מאנטל איז געקומען צו פליען, די דרדקים האבן שנעל אנגעטון דעם טאטן מיטן פעלץ און ווען די טאטע האט דערגרייכט זיין מיניווען האט ער שוין געטראפן די גאנצע משפחה זיצן שיין אין די קאר ווארטנדיג אז די טאטע זאל דריקן די געז פעדאל און זיך ארויס לאזן צום ריכטונג פון די בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

די נשארים וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ זיך אריין צו שטיפן אין די מיניווען האבן זיך שנעל ארויף געפאק'ט אויף די ברודער'ס/שוואגער'ס טרעקעלעך און שנעל ארויס מארשירט נאכייאגנדיג דעם טאטן די מורה דרך באשעפענדיג א לענגערע קאנאווי פון פריילעכע מקחי מקח ששים ושמחים עליונים ששו ותחתונים עלזו כולם נקבצו ובאו "מ'גייט שליסן די היסטארישע מקח"!!

די עלטערע איידעם האט געוואלט מאכן א מצב, ווי נישט ווי קוקט ער שוין ארויס ווייטער, ער ווייסט אז לא לעולם חוסן און די ראש המשפחה וועט זיך איינמאל בהגיע עתו - געזעגענען פון אט דאס וועלטעלע - און דאן ווער וועט ירש'ענען די נארוואס געקויפטע הייזקעלע? נעוודאי די עלטסטע איידעם! ער איז דאך נאנט צום שיסל און ער האט די בעסטע וועג צו אריבערפירן צו אים די שליסל, אומר ועושה, די מקח מוז געשען ויהי מה, ער רופט אן פלוני די חברותא וואס ארבעט אין פרינט-טאון און ער בעט מ'זאל זויפארט ארויס פרינטן ריזיגע שילדן "בורא עולם בבנין השלם זה הקנין" מיט נאך פארשידענע קידוש לבנה סייז לאוזונגען ווי "קויף! קויף! טאטע קויף!! יעצט, איצט, שנעל און גיך! עס מאכט נישט אויס די פרייז! מיר ברויכן די מקח! מיר דארפן א הויז!!

די אנדערע צאצאים לא טמנו ידם בצלחת, זיי האבן נאר פארערגערט די קלחת, זיי האבן ארויסגעדינגען בעלי מנגנים מיט ריזיגע גראנדיעזע ספיקערס, די מלחיני המשפחה האבן שוין קאומפאזירט נייע פריש געמאכטע ניגונים "אוי טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין, יא איך וויל זיין, א הויז אייגענטומער אוי אוי אוי"...🎶די יונגערע טין עידזשערס וואס גלייכן מער די דזשעזי סטייל מיוזיק זיי האבן איבעראשט דען עולם מיט די באמבעדיגע סינגל בו בו ריי ריי ריי עוי עוי לאם לאם לאם🎶🎶🎶און שפעטער האט מען געהאפקעט קין-יאן קין-יאן חזן וקהל וחוזר הניגון פזמון ארויף פזמון אראפ...

נאך א קורצע וויילע, ריקט זיך אן די שיירה לבית האבלים, די פארקויפער שטייט בייםן פענסטער מיט אן אפענע מויל, ער טרעפט א גאנצע לוסטיגע פאמיליע, כאפט נישט וואס גייט פאר לשמחה מה זו עושה?

די בראוקער וואס איז שוין מיעד פון אויסזויגן פון זיין אויסגעמאטערטע פינגער אלערליי פארשידענע טענות ומענות פארוואס די הויז איז נישט ווערד קיין סאך, אפשר א מיליאן וועט מען קענען ארויס קעשן... און דא טרעפט ער זיך מיט א מחנה ששין ושמחים לעשות רצון קונים, די עולם איז גאר פריילעך צו אפקויפן די כאדטקע...
ועני אנא הוא בא?

די בלאסע נאסע טאטע קומט אריין, מיט זיינע ציין האלט ער די טאשקע, מיט די הענט פראבירט ער צו באשיצן זיינע אומשולדיגע אויערן וואס רייסן אויף מאימת הרעש קול ענות גבוה מעל גבוה, ניגוני הקטנים גברו על לחני הגדולים, די משפחה הענפה איז אריין געקומען מיט די גאנצע שטיצע, די קינדער מאטעווירן דעם טאטן, ברכות הבנים גברו על ברכות ההורים, און די ריזיגע קאלירטע שילדן האבן קלארער ווי קלאר ארויסגעברענגט די מציאות אז דא גייט געשלאסן ווערן א מקח ויהי מה שקיינחילוק די פרייז, א הויז, געקויפט יעצט און שוין! פאר א יעדע פרייז!

די אומבאהאלפענע טאטע שטייט דך ונכלם, די מוכר זעט אז זיין נכס'ל איז היבש אינטערגעשאצט און ער קען באקומען דערפאר א גוטע מכס'ל, ער דרייט מיטן צונג און שיסט ארויס "אינטער 3 מיליאן איז נישט דא וואס צו רעדן"!!

אמר מוכר ואתא בראוקער און פאר די טאטע איז טונקל געווארן כחשכת לילה.

די טאטקע קווענקל'ט פראבירט צו פארהאנדלען, אפשר דאך, אולי יחוס, רעכן דיך מיט מיין יחוס, א קוועטש אהער א קוועטש אהין, עס העלפט נישט קיין פודנו, מצילנו איז פארנומען, די אפעטיט איז געוואקסן, דער מוכר האט פארשטאנען וואס פארא פארמעגן ער האט כמעט ארויסגעלאזט פון זיין ארעם, מ'האט אים שיהר פארנערט איבערלאזענדיג חסר כל לעקיש און ארעם.

א גאלדענע אנטוישונג האט ארומגענומען די געוועזענע פאטענציאלע קונה, מיט אזעלעכע בנים ובני בנים קען מען קיין דירה'לע אויך נישט קויפן און אזוי האט ער פארלאזט דאס מקום מיט א מעלאונע אבער אן קיין הויז.

ווען די פרעסע האט זיך אינטרעסירט ביי די משפחת המלוחה וואס איז פארגעגאנגען ביי די מאדנע דעמאנסטראציע אקעגן די אבל האבן זיך די קינדער אויסגעדריקט:

נע, גארנישט... אונזער פארריקטע שלאמזל'דיגער טאטע האט פראבירט צו מאכן א דיעל און גארנישט... ער האט אנגעזעצט אזוי ווי געווענדליך. נו, זאל ער ווייטער צאלן רענט לאורך ימים ושנים, נעקסטיים זאל ער זיך צוהערן צו אונזער רייד און קויפן די דירה אנע קוקן אויף זייטיגע דעטאלן ווי די פרייז אד"ג...

די נמשל? כבהמות נדמו.

יא, איך רעד פון די איזראעליס.

זיי באהנדלען די משכונות סיטואציע שוין באלד ערגער ווי די פריילעכע קטנות המוחין משפחה.
שמיני עצרת אינדערפרי, האט מדינת ישראל געכאפט א שווערע מכה הכתובה בתורה, "בניך ובנתיך נתנים לעם אחר ועיניך ראות וכלות אליהם כל היום ואין לאל ידך... בנים ובנות תוליד ולא יהיו לך כי ילכו בשבי" רח"ל ליידער ליידער האבן זיך די שחצני קברניטי המדינה געטראפן מיט אן ערנסטע בראך.
טויזענטע חללים און הונדערטע שבויים ה"י, די כאמאס האט זיך ארויסגעלאזט אין א מסע הרג וביזה און צוגענדיגט ליידער בחטף און מיטגענומען קיין עזה אנשים נשים וטף.

איך וועל נישט אריין גיין אין חשבונות שמים, מיר ווייסן זייער קלאר אז אין די רגע וואס קוב"ה וועט מחליט זיין אז ושבו בנים לגבולם - וועלן זיך די אלע פארכאפטע אומקערן אהייםן געזונטערהייט!

איך וויל נאר פראבירן צו פארשטיין במוחי הקט והדל וואס טראכטן למען ה' די א"ג חכמי אתונה היושבים במדינת ישראל, די אלע קארפן קעפ וואס זיצן סיי אין די רעגירונג און זיי אין די באקוועמע לופטיגע מידיע קארידארן, יושבי אולפנות ודוברי שחץ ומרמה, צו דען כאפן זיי נישט אז במו ידיהם טרייבן זיי ארויף די פרייז פון די אומבאהאלפענע משכונות?

לאמיר מאכן אביסעלע סדר:

יחיא סינוואר ימ"ש וחבר מרעיו וואס זענען זייערע פראייארעטיס:
קודם כל, ווילן זיי איבערלעבן - זענען גרייט צו אוועקגעבן אלע זייערע שאהידן בלויז צו איבערלעבן.
דערנאך - ווילן זיי געלט.
שפעטער - כבוד.
באפרייען די טעראריסטן וואס זענען איינגעשפארט אין מדינת ישראל.
ווילן א פאלעסטינער לאנד.
די לעצטע - זיך זארגן פאר די פאלעסטינער בירגער'ס פרידן.

מאידך גיסא - די איזראעליס האבן אן אנדערע סדר ווי זאכן גייען:

צום ערשטנס ווילן זיי א לאנד וואס אין די לאנד זאלן זיי לעבן.
זיי זענען גרייט צו גיסן בלוט [רק בדם וגו'] אבער מיט די ציהל פון לעבן אין זייער אייגענע לאנד.
דערנאך ווילן זיי זיך זארגן פאר די בירגער'ס זיכערהייט און פרידן.
צוריק ברענגען די פארכאפטע משכונות.
געלט.
כבוד.

יעצט, ווען די צווי צדדים טרעפן זיך אין א קאנפליקט, צד כאמאס האט באוויזן צו פארכאפן א דאזע איזאראעליס אריין אין זייערע טונקעלע טונעלן, און מ'פראבירט צו דערגרייכן אן אפמאך, וואס וויל א יעדע זייט טוהן? א יעדער וויל אנקומען ווי דער שטארקער און מעכטיגער וואס אלע קארטן ליגן אין זיינע הענט.

די כאמאס ווייסט אז ביי די איזראעליס איז דאס לעבן א וויכטיגע ארטיקל אלזא מאכן זיי זיכער צו האלטן ווי לענגער די משכונות נאנט צום הארץ [אויב זיי האבן איינס]

ווייטער די איזראעליס - קענען זייערע כאמאסיסטן, זיי ווייסן אז די פאלעסטינער לעבנס איז נישט ווערד ביי זיי ניטאמאל כקליפת השום, פראבירן זיי צו שלאגן די כאמאס אויף די פאר האקעלע ווייעכע ערטער וואס דארט טוהט זיי יא וויי דהיינו - אנזייען א תוהו ובוהו אין עזה מיט די ציהל צו דערגרייכן די שלאנג הייל וואס דארט זיצט דער מנוול און אים אומברענגען צוזאמען מיט זיינע חברים מנוולים.

פאשטייט זיך איזראעל צילט אויך צו עלימינירן כאמאס און רעדוצירן ביז אינגאנצן אראפנעמען די געפאר וואס שטייט העכער די מדינת ישראל בירגער פון צו האבן אזא שכן ווי כאמאס, אבער מיר גייען יעצט רעדן וועגן די משכונות סיטואציע - דאס איז א פריוואטע קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און יחיא סינוואר וואס טראכט נישט פון גארנישט אויסער זיין וואוילזיין.

אלזא, סינוואר האט זיך געטראפן הארט בעפאר די פריערדיגע משכונות דיעל - אין א טיפע פלאנטער, ער האט שוין געשמעקט די איזרעלי סאלדאטנ'ס שיך און ער האט געשפירט ווי די שטריק נעמט שוין ארום זיין שמוציגע האלדז, מה עשה אותו משוקץ? הייבט אויף א טעלעפאון צו איסמאיל האניא און געבט איבער די גרינע ליכט אז מ'קען זיך פארריקן מיט א משכונות דיעל, משכונות פאר די פרייז פון עטליכע שטילע טעג.

פארוואס דארך ער די שטילשטאנד? פשוט, כדי צו פארן מהכא להתם אן צו כאפן א איזראעלי קויל אין קאפ - ברויך מען א שטיקעלע הפסקה.

די הומאניטארישע הילף? האט ער צוגעלייגט צו די דיעל נישט ווייל ער זארגט זיך פאר זיין פאלק וואס הונגערט צום טויט, נע.. ער דארף אנשטעלן א שטיקעלע אימעדזש פאר די וועלט + ער דארף נאכאלץ שפייזן זיינע כאמאס קעמפער וואס כידוע 60% פון די הומאניטארישע הילף קומט אן צו זייערע בייכער.

אבער נחזור לעניינינו - אלע דרייט זיך ארום יחיא סינוואר און זיין אנגעבלאזענע איגא.

[ווער עס מיינט אז סינוואר איז גרייט צו זיין א שאהיד - טעות גדולה בידיו און ער זאל זיך בעסער נאכפרעגן.]

למעשה האט די איזראעלי סטארטעגיע פון האקן שטיקער און אריין בייסן אין סינוואר'ס פערזענליכע זיכערהייט צוים - זיך ארויסגעשטעלט ווי א גאר ריכטיגע מהלך!
די וועג פון מאכט און שטייפע פייער גיסונג האט זייער פיין איבערגעגעבן די מעסעדזש פארן שטן אז זיינע טעג זענען געציילטע און ער האט זיך געטראפן בלית ברירה און ער האט געמוזט ארויסלאזן א דאזע משכונות צו קענען כאפן זיין אטעם.

נאך א פונקט, - סינוואר איז גאר א כיטערע פארשוין, ער קען א פליסיגן העברעיש, [טאקע אדאנק די איזראלי שוטים וואס האבן אים אלעס אויסגעלערנט אין תפיסה] און ער איז גאר באקאנט אין די איזראעלי פאליטישע הלוך ילך, ער וואטשט אין זיין מערה אלע נייעסער און אלע מהדורות חדשות פון די איזראעלי קאנאלן, ער זעט און שמעקט וואס גייט פאר אין די מדינה, - די ערשטע 2 חדשים האט ער זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער האט געהאפט אז די צוריבענע נארישע איזראעלי פאליטיקאנטן וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן און רעפארמירן א אחדות רעגירונג, און מיט א צושלפאלטענע צוריבענע לאנד איז גרינגער זיך צו שלאגן און ווער רעדט פון האנדלען וועגן משכונות... אבער דא האט ער זיך געטראפן מיט בעני גאנץ וואס האט מכלומרשט שלום געמאכט למען טובת המדינה און ער האט זיךל אנגעשלאסן מיט נתניהו אין א ספעציעלע מלחמה רעגירונג, בעני גאנץ איז גאר ארויף געקוקט ביי סינוואר, סינוואר ווייסט אז בעני האט פלייצעס און צוזאמען מיט נתניהו זענען זיי גאר א שטארקע קאאליציע וואס וועט נישט איבערלאזן קיין שריד ופליט פון כאמאס,
◄ ווייז ספוילער
[וועגן א פאלעסטינער לאנד זענען זיי טאקע חלוק אבער ווען עס קומט צו מלחמה זענען זיי בדעה שווה, די אלע רייבערייען און שטעכעס אין די מידיע דאס איז בלויז פאליטישע ביליגע פראבעס ווי גאנץ פראבירט זיך צו באשיידען פון ביבי, אבער סאיז אלעס גארנישט מיט נישט ואכמ"ל]
למעשה האט סינוואר געשפירט אז זיין לעבן איז אין געפאר און דאס האט פאראורזאכט א משכונות דיעל וואס האט באוויזן צו באפרייען א שיינע צאל איזראעלי משכונות און האט ערלויבט סינוואר זיך טיפער איינגראבן אין זיינע טונעלן און אזוי אויך צוזאמנעמען די משכונות הנשארים און אלע מקבץ זיין ארום די מנוול און דינען אלס א באשיצונג וועסטל לאותו רשע.

ויהי אחרי הדיעל, די איזראעלי קרעפטן האבן זיך ווייטער גענומען טוהן זייער ארבעט, מ'אקערט אויס גאנצע געסער, מ'פארברענט הייזער און בניינים, מ'הארגעט און מעלימינירט צענדליגע הונדערטע כאמאס מיטגלידער, די פאלעסטינער זענען אומבאהאלפן, עס צירקולירן כסדר בילדער פון נאקעטע פארשעמטע כאמאס קאמפער מיט געבינדענע הענט, אבער סאם האו דאס מאל דערשרעקט זיך נישט די נבילה, מ'האלט אינאיין ארום רעדן פון פארשידענע דיעלס אבער דער סינוואר האט אפעטיט, ער דערווייגט זיך נאך צו פארלאנגען שיינע סכומים ווי טויזענטע טעראריסטן מיט בלוטיגע הענט, ער פארלאנגט א טאטאלער ענדע צו די מלחמה, מה זאת? ולחוצפה מה זו עושה? פון וואנעט נעמט ער זיין זיכערקייט אז די אד"ף זעלנער גייען אים נישט אט אט ארויס שלעפן בעירום ובחוסר כל פון זיין פארשאלטענע הייל? פארוואס טארכט ער אז ער איז אימיונט פון די טויט וויירוס וואס האט באטראפן האלב פון די כאמאס ארגעניזאציע?

די תשובה איז זייער קלאר.

די מעסעדזש האט ער באקומען פון 11/12/13 קאנאלן.

רשת קשת און כאן - די איזראעלי מידיע קאנאלן - זיי פראבירן פאר סאם ריזן צו באהאלטן מיטן גאנצן כח - די איזראעלי נצחונות און פארשריט וואס זיי דערגרייכן אין עזה.
די גלי צה'''ל ראדיא קאנאל הערט מען א גאנצן טאג נאר קול נהי ובכי, מ'וויינט און מ'קלאגט אויף די משכונות, די ציבור אין מדינת ישראל ווערט געפיטערט השכם והערב פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל די מעניו ווי פאלגאנד:
משכונות - מיט א ביסל ביבי אין די זייט, משפחות פון משכונות בטעם ביבי, ביבי וויל נישט צוריק ברענגען די משכונות, די פארכאפטע דערציילן, די משפחות פון די דערהארגעטע פארכאפטע, פארכאפטע משכונות מיט א טיפע רייכע פלעיווער פון שכנות פון משכונות, א כאפטע פארכאפטע וכו' וכו'....

די מעינסטריעם מידיע פראפעגאנדירט די גאנצע טאג נאר די טאפיק - משכונות!
מ'רעדט איין די עולם אז אט אט גייט מען דערגרייכן די לאנגערווארטעטע משכונות דיעל, אין די גאסן זענען די קאפלאניסטן פארנומען צו הענגען רויטע שרייענדע בלוטיגע "עכשיו"!!!!! שילדן, די שיחת היום אין די מדינה דרייט זיך ארום די טעמע "יא באפרייען טויזענטע טעראריסטן אדער נישט, בכל מחיר אדער ניין"... די לאנד איז צוריבן און צושפליטערט אויף פיצלעך, די לינקע באשולדיגן אז די רעכטע קאלטבלוטיגע ערלי לב ווילן נישט די דיעל [וואס איז בכלל א דבר שלא בא לעולם] די רעכטע טענה'ו אז די לינקע פארשטאפטע קעפ זענען גרייט צו אומברענגען א גאנצע לאנג אויף אירע מילייאנע בירגער בעבור קומץ משכונות - וואס קיינער אנטזאגט זיך נישט פון זיי צוריק ברענגען אהיים די מחלוקה איז נאר פאר וואספארא פרייז און דורך וועלעכע מיטלען.
די לינקע שרייען פאר א יעדע פרייז - אויך פאר א פרייז פון אויסליידיגן די איזראעלי תפיסות פון טעראריסטן.
די רעכטע שרייען - האלטס אייך רוהיג, מ'קען נישט פארברענען און לאזן שחט'ן א גאנצע לאנד פאר א קליינע צאל אומגליקליכע פארכאפטע.

די געפעכט איז גאר א שווערע, זייער פיינפול און הארצרייסענד, אבער עס איז ליידער א געפעכט.

אבער קינדערלעך טייערע, די געפעכט מוז נישט געהאלטן ווערן בראש כל חוצות!! דיינע קווענקלען קענסטו נישט ארויסווייזן פארן מוכר ווייל דאס וועט נאר אויפהייבן די פרייז!! דיינע נארישע קינדערישע יללות וועט דיר נאר דערווייטערן פון די ערווארטעטע דיעל!!

בלאקירן גאסן, הענגען קאלירפולע רויטע שווארצע געלע שילדן, טערארעזירן משפחות פון משכונות וואס האלטן אנדערש ווי די לינקע מעינסטרים מהלך, - דאס וועט נישט דערנענטערן קיין דיעל!
פון פאליטישע און מיליטערישע רייבערייען און ארויס גיסן די קאבינעט מיסט פאר די הונגעריגע פרעסע - דאס וועט קיין דיעל נישט ברענגען!

סינוואר איז לע"ע נאכנישט בלינד און זיינע אויערן ארבעטן פיין, ער הערט, ער זעט, ער שמעקט, און ער פארשטייט זייער גוט די הלוך ילך אין מדינת ישראל, ער ווייסט אז לויט ווי זאכן גייען יעצט, די אבנארמאלע פרעשור וואס נתניהו ערהאלט מבית ומבחוץ - קען נאך צוברענגען אז דער שטייפער ביבי זאל אונטערברעכן און מסכים זיין פאר א שלעכטע דיעל, דאס איז סינאוואר'ס האפענונג און צו דעם שטרעבט ער.

די איזראעלי מידיע פון איר זייט איז א קנאפע אינטרעסירט אין די משכונות, זיי שרייען בכל מחיר - אבער דאס איז ליגענט, אויב גייט מען זיי פארלייגן 2 ברירות, אדער בלייבט ביבי אויפן בענקל פאר די קומענדיגע 5 יאר און כאמאס באפרייט אלע משכונות אדער בלייבן די משכונות אין עזה און ביבי פארלירט זיין בענקל - זיי גייען נישט קענען לעזן די דילעמע... [עס איז נישט קיין ווערטל ע"ע אבי בניהו און איתמר פליישמאן]

די לינקע אנארכיסטן האבן זיך ארויפגעפאקט אויף די נעבעכדיגע משכונות פאמיליעס און זיי געהעריג גענומען אויף א רייד, די אלע אנארכיסטן וואס דעמאנסטרירן שוין יארן אנגעהויבנדיג ביי מחאות באלפור אקעגן די קרימינאל בנימין נתניהו, מחאות קאראנע, מחאת הצוללות, מחאות הרעפארמע די קאפלאניסטן, און יעצט די מחאות לטובת די משכונות
זיי שטייען שוין יארן ביי די זעלבע קארנער, זיי בלאקירן די זעלבע גאסן, איילון איז געבליבן די זעלבע, די גראפיקער זענען די זעלבע, די איינציגסטע זאך וואס טוישן זיך זענען די לאוזונגען...
די מאנטל איז די זעלבע - עס ווערט נאר געהאנגען אויף א צווייטע הענגער.
מ'שרייט אתה יצ** אבער זיי מיינען ביבי... זיי שרייען בכל מחיר - אבער זיי העכערן די פרייז מיט א יעדע פארבייענדע מינוט, מ'שרייט אז די פאלק נויטיגט זיך אין א פארהוילונג, אחדות, אבער מיט דעם זוכן זיי צו דערשטיקן א מערהייט פון די מדינת ישראל בירגער... זיי שרייען "בחירות עכשיו" - אבער זיי זענען ניטאמאל גרייט צו אננעמען די רעזולטאטן ווען עס שמייכלט נישט צו זייער זייט, - אבער לא זו כוונתי, ווען ביבי נתניהו וואלט געווען די איינציגסטער וואס ליידן פון די לינקע אנארכיסטן - הו קעירס. דערשטיק דיך מיט דיין פארשטינקענע כבוד.

אבער דא רעדט מען פון אומשולדיג אידישע נפשות וואס שמאכטן אינטער מערדערישע הענט - בלויז ווייל אפאר לינקע אנארכיסטן האבן גענומען א ריידן אויף די באטראפענדע פאמיליעס.
עס איז ממש האראויפשטעלנד צו מיטהאלטן וואס די איזראעלי מידיע האבן געטוהן מיט די משפחות פון משכונות וואס האבן פראבירט צו זאגן א צווייטע דעה ווי די לינקע - מ'האט זיי ממש דערשטיקט, די איינצעלע וואס לופטערן נאך דאס ביסל קאמאן סענס פראבירן צו רעדן צו די זאך זענען די עכשיו14 קאנאל און ראדיא גלי ישראל, און טאקע פאר די זינד פון לאזן הערן אביסעלע זאכן וואס מאכן מער סענס, פארן זינד פון געבן די מייק און צושטעלן א פלאטפארמע פאר די שוואכע אומבאהאלפענע משפחות - כאפן זיי קיתונות של גידופים פון אלע זייטן...

אלזא טייערע איזראעליס - פון ענקער פארהאסטע ביבי וועט מען אי"ה קעיר נעמען.
אבער יעצט ווען קול דמי אחיכם ואחיותיכם נשיכם וטפיכם עולליכם ובניכם צועקים אליכם מן האדמה - ביטע אוועק לייגן די אייגענע שמאלע אינטערעסן און פאנגט אן צו האנדלען ווי ערוואקסענע ביזנעס לייט וואס פארלירן נישט זייער געדולד זיכער נישט ווען מ'האנדלט איבער דיני נפשות.

נ.ב.
א לייק געבט געז
א קאמאנטאר איז נאך בעסער...

@מיט א פרישקייט האט אראפגעברענגט כאמאס'ס הויעכע ערווארטונגען, נאכן ליינען מיין אנאליז גלייב איך אז מ'פארשטייט שוין ווער האט געהויבן זייערע עקספעקטאציעס.
◄ ווייז ספוילער
מיט א פרישקייט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:24 am
ביי די געשפרעכן יעצט מיט כאמאס זעט אויס ווי ס'איז ידם פון כאמאס על העליונה. זיי בעטן אזעלכע אבסורדע זאכן אין אויסטויש פאר משכונות, ווארשיינליך שפירן זיי אז די דרוק וואס קומט פאר אין די מדינה, די פאקט אז משפחות וואס בלאקירן טראקס ווערן אוועקגעפירט מיט צוואנג, און אז נתניהו איז מער באזארגט פאר די עזה ציווילע ווי איידער זיינע סאלדאטן - אויסערדעם וואס די מדינה מאכט נישט קיין שום פארשריט מיט'ן לאקירן משכונות - שפילט גוט אריין אין זייערע הענט.

וואס זענען די כאמאס פארלאנגען?

א באריכט אין די לעבענאזער אלאכ'באר צייטונג, וועלכע איז א שופר פאר די אינטערעסן פון כאמאס און כיזבאללא, האט היינט ארויסגעלייגט וואס זיי האבן באקומען פון איינעם אין כאמאס.

אין קורצן:
1. אפשטעלן די מ"י מיליטערישע אקטיוויטעטן און פון דארט זאל עס גיין שטאפלווייז ביז זיך גענצליך ארויסציען פון עזה.
2. א צייט-אפשניט פון 135 טעג אין 3 שטאפלען, יעדע פון זיי 45 טעג, וואס ביז איר ענדע ועט מען באפרייען משכונות אדער קערפער, אין אויסטויש פון טעראריסטן.
3. אפיציעל און געזעצליך אסר'ן פאר אידן אריינצוטרעטן אויפ'ן הר הבית און מדינת ישראל זאל ארויספיצן פון דארט, ווי ס'איז געווען ביז 2002.
4. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מוז נעמען אחריות צו אויפשטעלן עזה פון פריש.

ערשטע שטאפל (45 טעג) -

1. גענצליכע פייער אפשטעל פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט קלארע הימלען העכער עזה אן קיין שום פלי-געצייג.

2. מ"י מיליטער דארף זיך ארויסציען פון יעדע באוואוינטע פלאץ אין עזה.

3. אין די טעג וועט מען באפרייען די משכונות אונטער 19 יאר (נישט אריינגערעכנט סאלדאטן) און די אלטע און קראנקע משכונות וואס האבן שוין געזאלט באפרייט ווערן ביים לעצטן אויסטויש, און מ"י דארף באפרייען אלע פאלעסטינער ארעסטאנען אונטער 19 יאר אדער העכער 50 און אלע קראנקע + 1500 כאמאס טעראריסטן וועמען כאמאס וועט אויסקלויבן, פון זיי 500 מיט בלוט אויף די הענט וועלכע זיצן לעבנסלענגליך.

4. מ"י דארף זיך פארפליכטן נישט צו ארעסטירן נאכאמאל די באפרייטע טעראריסטן אויף די קלאגעס פארוואס זיי זענען געזיצן ביז יעצט.

5. פארבעסערן די אומשטענדן פון די טעראריסטן אין איזראעלי טורמע, און אראפנעמען אלע שטרענגערע באגרעניצונגען וואס די טורמעס האבן ארויפגעלייגט אויף טעראריסטן זינט די אקטאבער 7 שחיטה.

6. גענצליכער פארבאט פאר אידן אויף די גאנצע הר הבית אומגעגנט, צוריק געבן די פולסטע אויטאריטעט פאר די פאלעסטינער אויפן שטח.

7. טעגליך דארף אריינקומען קיין עזה 'מינימום' 500 טראקס, אין דעם אריינגערעכנט א באדייטענדע צאל פון גאז-טראקס.

8. צוריק קערן אלע פארטריבענע פון עזה אין זייערע געגנטער, און די מ"י מיליטער זאל נישט אפהאלטן קיינעם פון גיין אין ערגעץ אין גאנץ עזה.

9. עפענען אלע דורכגענג אין עזה און אדורכלאזן סיי וועם און סיי וואס, מענטשן, טראקס וכו', אן קיין שום אונטערזוכונג און אן קיין שום באגרעניצונג.

10. מ"י דארף צושטעלן בוי-מאשינען און מאטריאל צו אויסרייניגן אלע חרוב'ע געגנטער, מעדעצינען פאר די כאמאס געזונטהייט מיניסטעריום, און 'זעלבסט-שוץ מיטלען' פאר די ציווילע אין עזה.

11. מ"י דארף איבערבויען און פאררעכטן אלע שפיטעלער און עסן-געשעפטן איבער גאנץ עזה וואס די מדינה האט געשעדיגט.

12. צושטעלן 'אלע הומאניטארישע געברויכן' וואס די פלטים דארפן, אין דעם איז אריינגערעכנט 60,000 צייטווייליגע הייזער און קאראוואנען פאר מינימום 15,000 דאלער א וואך, און 2000,000 געצעלטן א וואך פאר מינימום 50,000 דאלער א וואך.

13. מ"י דארף פאררעכטן אלע וואסער, לעקטער און אינטערנעט ליניעס וואס זיי האבן געשעדיגט איבער גאנץ עזה.

14. מ"י זאל צושטעלן א רעאליסטישע פלאן צו איבערבויען אלע הייזער, געשעפטן און פאבריקן וואס זיי האבן געשעדיגט, אלעס מוז שטיין אין דריי יאר פון ווען די אפמאך גייט אריין אין קראפט.

15. באנייען אלע הומאניטערישע געברויכן פאר אלע איינוואוינער פון עזה, און בעיקר צוריק געבן אלע איינגעפרוירענע געלטער פון לענדער וועלכע מען האלט אפ פון אונר"א, און אונר"א דארף צוריק ווערן די זעלבע ווי איידער די אקטאבער זיבן אטאקע.

16. מ"י זאל צושטעלן סאלאר סטאנציעס אין אלע געגנטער אין עזה.

17. מ"י איז פאראנטווארטליך צו צאלן און בויען די לעקטער, וואסער און גאז פייפליינס איבער גאנץ עזה.

18. זיך אראפזעצן צו געשפרעכן פאר די קומענדיגע צוויי שטאפלען.

19. מען וועט נישט באפרייען קיין משכונות ביז ווילאנג די אלע 18 סעיפים ביז אהער וועלן נישט אריינגיין אין קראפו. מצרים, טערקיי, קאטאר, רוסלאנד און די יו-ען דארפן נעמען אחריות אז אלעס אינעם אפמאך ווערט אויסגעפירט.

עד כאן די ערשטע שטאפל.

די צווייטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. צוענדיגן אומדירעקטע געשפרעכן איבער א גענצליכער פייער אפשטעל

2. איידער עס איז נישטא קיין אפמאך איבער א פראמינענטע פייער אפשטעל פון א לענגערע צייט וועט מען נישט באפרייען קיין משכונות וואס זענען מענער העכער 19, און יעדער משכון וועט דארפן אויפגעטוישט ווערן מיט א גרעסערע נומער פון טעראריסטן, וועלכע כאמאס וועט פארלאנגען זייער באפרייאונג.

3. מדינת ישראל מיליטער מוז שוין זיין דעמאלט גענצליך אינדרויסן פון עזה.

4. די פאקטישע אויבערבוי ארבעט מוז שוין זיין אין קראפט.

די דריטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ארבעטן אויף אן אויסטויש פון קערפער פון מ"י משכונות און טעראריסטן.

--

איך מיין אז נאכ'ן זען די תנאים פון כאמאס קען מען קלאר זאגן: די מדינה איז דורכגעפאלן מיט זייער דרוק אפעראציע.
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:28 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פארוואס האלט איך אז ראטשילד איז ביבי'ס ווייב..?
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:58 pm
פארוואס האלט איך אז ראטשילד איז ביבי'ס ווייב..?

פון מיינע גאנצע אותיות אויסגיסזעכצער האסטו נאר געטראפן די ביבי שבו?
איך הייב אן ערנסט צו מורא האבן אז איר זענט אנגעשטעקט אין רל"בת רח"ל
א רפואה שלמה.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

איך האב נישט גארנישט מיט די גאנצע כאלעגאנע כ'קען ניטאמאל די נעמען כ'ווייס כמעט נישט ווער ס'איז רעכט און ווער לינק.

האסט פיין געשריבן קלאר און גוט אראפגעלייגט.
העלפער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

wow דער האט א פעדער קעניינע הארע גאר גוט אראפגעלייגט!!
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: בלינקענ'ס סטעיטמענט אין מדינת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:35 am
אין די לעצטערע טעג ווערט קלארער ווי קלאר אז די ביידען אדמיניסטראציע איז מער נישט קיין געהעריגע אדמיניסטראציע נאר עס איז גאר א פאליטישע פארטיי וואס איז פארנומען צו זיכער מאכן אז ווי מען גייט זאל מען קענען קאלעקטן שבחים און קאמפלימענטן און בעיקר שטימעס, די אדמיניסטראציע וואס דארף מכלומר'שט ארבעטן לטובת אונזער לאנד אמעריקע, איז מער נישט פארנומען מיט די מעריקאנע אינטערעסן, זיי זענען פארנומען אין די יעצטיגע טעג צו שפארן ווי מער שאדן פאר די פארטיי, פארמיידן ווי מער חורבנות, אויב פאר זיי מיינט א שטארקע אמעריקע א שוואכע ביידן פארטיי וועלן זיי זיכער מאכן אז אמעריקע זאל בלייבן שוואך און חס וחלילה נישט ארויס ווייזן דאס ביסעלע שטארקייט און מאכט ווייל א זרוע נטויה איז בגימ' מאג''א און דאס באטרעפט א מספר קטן פון דעמאקראטישע וויילער וואס האבן נישט ליב צו לעבן אין א שטארקע וועלט'ס מאכט, די ביידעניסטן גלייכן א שוואכעלינג וואס זיצט אויפ'ן רעדל, אויב וועט די לאנד ווייזן אביסל שטייפקייט מיינט דאס אז אונז זעמיר שלעכט רח''ל, א גוטע מענטש טראגט נישט קיין רעוואלווער צו דערשרעקן מענטשן, א גוטער מענטש שפאצירט מיט א איילבירטן בלעטעלע און שמייכלט צו יעדעם, אזוי ווי דער שיינער איד פון שוהל וואס טשעפעט קיינעם נישט אבער ווערט געטשעפעט פון יעדעם - אזא פנים האבן די דאמיקראטן.

יעצט האט בלינקען אפגעשטאט א באזוך אין מדינת ישראל, און א יעדער איז געווען זיכער אז ער גייט אריין מוסר'ן אינעם יונגן ווילדן פלוימעניק איזראעל, ער גייט קלאפן אויפן טיש און אריין קומען קלאר מיט ווילדע שטייפע תקנות וואס מ'מעג יא און וואס נישט, אבער ניין, דאס האט נישט פאסירט, ער האט כהרגלו איבערגעגעבן א טרוקענע סטעיטמענט אנע שום זאפטיגע חידושים, מה שהיה הוא שיהיה אבער ער האט דאך אנגערירט עטליכע וויכטיגע פונקטן.

ואלו הן:

1. די צפון עזה איינוואוינער דארפן זיך אומקערן אהיים און מען דארף זיכער מאכן אז דאס געשעהט נענטער ווי ווייטער. אמעריקע וויל אריינשיקן עטליכע UN שלוחים וואס זאלן זיך אומקוקן אויפן ארט און אנהייבן פלאנירן די גרויסע מאווינג פּראיעקט ווי הונדערטער טויזנטער עזת'ן וועלן זיך צוריק קערן צו זייערע היימען נאך לאנגע וואכן פון פיין און ווייטאג.

2. מען דארף אריין שיקן מער הומאניטארישע הילף קיין עזה, די פאלעסטינער פאלק הונגערט אוועק עוללים שואלים לחם און די עזת'ן האלטן ביים

3. די געדאנק פון דיספלעיסינג - פארטרייבן און שיקן די עזה איינוואוינער וואוינען אין אנדערע לענדער איז יהרג ובל יעבור, הס מלהזכיר, קומט נישט אין באטראכט בשופו''א.

מדינת ישראל פון זייער זייט פארשטייט אויך אז דער המעריקאנישער פעטער איז קראנק און ליידט נעבעך פון די קדחת הבחירות, די פעטער האט פארלוירן זיין חוש הטעם והריח, ער טעיסט און שמעקט נאר עפעס וואס האט צו טוהן מיט די עלעקשענס, ער איז האלבוועגס בלינד, ער קען נאר זען זיינע וויילער, ביי די נעכט וועקט ער זיך אויף מיט שרעקעדיגע ביידען חלומות ווי ער זיצט אויפ'ן איירפארס וואן און די טיהר פליט אוועק און אלע מיליאנען שטיצער זיינע פליען ארויס און ער בלייבט אליינס בדד.

די נעפיו פארשטייט צום פעטער'ס ווייטאג, ווי נישט ווי האט די פלוימעניק אויך מיטגעמאכט אזוינס אין די לעצטע פאר יאר....

למעשה ווייסן זיי אז זיי דארפן ווייטער טוהן אלס וואס איז נאר מעגליך צו קענען ווייטער עקזעסטירן אלס א קליינע דעמאקראטישע א''ג אידישע לאנד אין די מיטל מזרח ארום גענומען מיט מיליאנען פאנאטישער בלוט דארשטיגע ראדיקאלע מוסלעמענער, און זיי דארפן דערפאר נעמען די נויטיגע שריט.

דא עקא, די נויטיגע שריט שטומט טאקע מיט די אמעריקאנע אינטערעסע, די ביידן אדמיניסטראציע האט אויך פולי געשטיצט בתחילת הדרך אבער פלוצלינג איז ער שווערליך קראנק געווארן, ער איז מער נישט קיין אדמיניסטראציע, מ'האנדלט דא מיט א פארטיי, סאו וואס טוהט מען?

זענען געקומען די קארפן קעפ פון אמעריקע און באשלאסן צו נוצן די געהיימע ''אחד בפה ואחד בלב" באנק אקאונט און אנגעהויבן ארויסשרייבן שווארצע טשעקס פאר די פראבלעמאטישער נעפיו, זיי האבן שטילערהייט אפגעשמועסט אז אין די קומענדיגע צוקנופט וועט מען נוצן צוויי מייקס, איינס וועט רעדן אויף א לאו וואליום און אפשמועסן די טעכנישע נויטיגע שריט וואס דארפן גענומען ווערן לטובת המערכה, און די צווייטע וועט רעדן בקול תרועה רמה פאר די פרעסע און דארט וועט מען א גאנצע צייט פרעדיגן פייער אפשטעלונגען, הומאניטארישע הילף, נעווער דיספלעיסינג פאלעסטינייענס, אד''ג.

אבער דאך, די שרייערייען פון די גאס שמוגלען זיך אריין אויך בחדרי חדרים, הגם אז די אמעריקאנער האבן באקומען שיינע רעציאנאלע קלארע הסברים דורך די איזרעליס וואס מ'קען יא און וואס מען קען נישט, אבער די פרעשור האט אריין געדרינגען און מ'זעט כסדר שפאלטענעס אין די פעלזן פעסטע איזראעלי מויער. אזוי גייט עס, אז מ'שרייעט אריין אין אויער ברעכט דאס די מויער.

מ'האט דאס געזען די לעצטע טעג מיטן דאפלען די הומאניטארישע פעקלעך אריין קיין עזה, און אזוי ווייטער...

און וואס ענטפערט טאקע איזראעל אויף די ערשטע אמעריקאנער פארלאנג - ושבו עזתים לגבולם?
פשוט.
מדינת ישראל ענטפערט ווי דזשענטעלמאנס ''אנטשולדיגט, ס'איז נישט געבליבן מער ווי צו וואוינען, פראבירט צו מופן קיין מאנסי"...

ערנסט גערעדט, די אד''פ האט חרוב געמאכט די גאנצע צפון געגנט און עס איז טאקע נישט דא מער ווי זיך צוריק קערן, און פארגעסט נישט אז דאס אלעס איז אונטער אמעריקאנע שטיצע, די אמעריקאנער האבן געשיקט/אויסגעצאלט א גרויסע טייל פון די אויפרייס מאטריאל וואס איז גענוצט געווארן צו פלאך מאכן צפון, אלזא וואס האב איך אייך געזאגט? ס'איז פאראן צווי נוסחאות, נוסח ספרד און נוסח אשכנז, פאר א יעדעם געט מען צו הערן וואס ער דארף צו הערן.

די צווייטע אמעריקאנע פארלאנג - די הומאניטארישע הילף,
דאס איז גאר א קאנטערווערסיאלע ענין אין מדינת ישראל, די בירגער האלטן דאס נישט אויס היתכן מ'לאזט אריין חיונה פאר די חיות בצורת אדם אבער עס איז נישט דא קיין סאך ברירות, די פעטער דריקט און מאנכע פון די מבינים זאגן אז עס איז א מוז צו צושטעלן די מינימאלע הומאניטארישע געברויכן צו פארמיידן מגיפות אד''ג וואס קענען בעקפייערן די מדינת ישראל זעלנער וואס געפונען זיך יעצט אין עזה.

די דריטע מעסעדזש - די מחאה אויף די דיספלעיסינג געדאנק,
דאס איז א גראבע שטיקל כזב, קיינער אין מדינת ישראל רעדט נישט פון צווינגען פאלעסטינער עזת'ן צו פארלאזן זייערע חרובע הייזער, מ'האט נאר ארויפגעברענגט א געדאנק צו מאטעווירן און שטיצן די פאלעסטינער וואס גייען מסכים זיין צו אימיגרירן דורך פארשידענע מיטלען ווי צב''ש שענערע סומעס געלט און נאך פארשידענע בענעפיטן, קיינער האט נישט גערעדט פון פארטרייבן!

און יעצט לאמיר מייחד זיין אפאר ווארימע דיבורים לכבוד דעם מר בלינקען נרו יאיר ויסרח.

איר שעמט זיך נישט???????

איר רעדט פון די עזה איינוואוינער וואס דארפן זיך צוריק קערן צו זייערע היימען? איר ווייסט אז פון זייערע אידישע שכנים איז כמעט נישט געבליבן ווער עס זאל צוריק גיין??? עס איז פארבליבן אחד מעיר ושניים ממשפחה און א טייל זענען נאך פארכאפט אין די כאמאס טונעלן און איר רעדט פון אהיים גיין?!?!?!?!

ווי קומט צו אייך אזא מין עזות פנים ומצח צו רעדן פון די צפון עזה נעבכים אין די צייט וואס זיי זענען געווען די ערשטע צו אינוואדירן און אויסשחטן די אידישע קרבנות? ווער האט אויפגענומען די כאמאס העלדן? נישט די עזה צווילע????

איר רעדט וועגן א יו ען משלחת זאל גיין באזוכן די צפון עזה געגנט, האט איר שוין געטראפן די פאר רויטע קרייץ רעפרעזענטירן זאלן גיין באזוכן די פארכאפטע משכונות??????

איר רעדט וועגן הומאניטארישע געברויכן, עסן טרינקען און נאך מענטשליכע צרכים שאכמ''ל.... איר ווייסט אין וואספארא אוממענטשליכע אומשטענדן ווערן די אידישע משכונות געהאלטן???? איר האלט מיט די שוידערליכע עדות'ער וואס ווערן אין די יעצטיגע טעג פארעפענטליך דורך די באפרייטע משכונות? דו ווייסט וואס זיי דערציילן?? מפני כבוד המקום קען מען נישט דא אראפ ברענגען אלעס....
שעים אן יו!!!!!
שעמען זאלן זיך אלע אמעריקאנע בירגער מיט אזא קאלט בלוטיגע הארצ'לאזער סעקרעטאר!! ביי דיין סטעיטמענט האט איר געדארפט פאוקעסן אויף די עכטע צווילע וואס זענען פארכאפט דארטן שרויים בגיי צלמוות און נישט אויף די חיות רעות וואס האבן אויסגעטיילט מיני מגדים באקלאוות ושאר ממתקים ווען אידישע בלוט האט זיך געגאסן כמים!!

ווען די לעצט פארבליבענע כאמאס טעראריסטן שיקן ארויס זייערע פאר איבערגעבליבענע ראציגע ראקעטן וואס זענען געצילט צו הארגענען צווילע, וואס טוהן דעמאלטס די 'צווילע' עזת'ן? זיי טאנצן און הוליענען אללה אכבאר'ן אויף כוחות ימ''ש - און פאר די בארבארן וואס האלטן זיך גרויס און שטאלצירן מיט מעשי רציחה, פאר זיי נעמט איר זיך אן???????

שעים אן יו!!

טראנספער?

איינער האט גערעדט פון פארטרייבן די אראבער?

די גרעסטע איזראעלי רעכטע עקסטרעמיסטן ווי בן גביר און סמוטריץ האבן קלאר געמאכט מערערע מאלן אז קיינער גייט נישט פארטרייבן די עזה איינוואוינער, מ'רעדט פון א אפגעשמועסטע דעטאלירט געפלאנטע אימיגראציע פלאן וואס וועט מאטעווירן די היימלאזע פאלעסטינער צו ערגרייכן א בעסערע לעבן ווי ביז יעצט אונטער די בלוטדארשטיגע כאמאס רעגירונג, און בכלל איז וויכטיג צו מערקן אז די ערשטע וואס האבן ארויף געלייגט די געדאנק אויפן טיש גלייך למחרת השבת איז געווען די לינקער רם בן ברק אן הויכראנקיגע יש עתיד ח''כ און דני דנון פון די צענטראלע ליכוד פארטיי, זיי האבן אויך פארשטאנען אז א''ג צווילע עזת'ן קענען מער נישט בלייבן וואוינען נעבן מדינה ישראל אוי לרשע אוי לשכנו און דאס בעסטע פאר זיי איז צו טרעפן אן העפליכע לאנד וואס זאל זיי מכניס אורח זיין, סאו קומען יעצט די אמעריקאנער און בלאזן אויף הוילע שקרים און קומען מוסר'ן די איזראעליס אז זיי ווילן פארטרייבן די אראבער???

און אפי' את"ל אז ס'איז יא דא א געוויסע פראצענט וואס האלטן אזוי, נאכאלץ געב נאר א קוק אין עזה און פרעג זיי וואס זיי האלטן אויף מדינת ישראל בירגער צו מ'זאל זיי פארטרייבן אדער נישט.... אלע וועלן אויסשרייען בקול רעש גדול "פראם דע ריווער טו דע סי" - אלע איזרעליס אריין אין ים [רח"ל]
און דו קומסט געבן מוסר פאר די קומץ איזראעליס וואס האלטן פון פארטרייבן די אראבער??

ייש"כ פארן ליינען. אויב פילט איר ווי מיר און איר ווילט כסדר ליינען מיינע מיינונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיינע הגיגים אשכול

הער בלינקען, חזרה שאדט נישט.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי באפרייט מען משכונות? נישט אזוי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:19 pm
דער בחור האט געוואלט קויפן א הויז, א ביליגע, נאך יארן לאנג פון אראפ פלאשן חודש'ליכע רענט האט דער ראש המשפחה באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט צוזאמגעקלויבט די שפארזאמע פרוטות שנהפכו לסכום גדול, און מ'גייט קויפן א הויז!
נו וואס טוהט מען? מ'ווענדט זיך צו א גוטע בראוקער וואס זאל זוכן די ריכטיגע פראפעטי.

ויהי היום, די סעלפון דריזלט, אתא בראוקער ודיעלו בידו, ער האט א גאלדענע מציאה עין לא שזפתו און עס איז נאכנישט ארויף אויף די מארקעט, א מעשה א בוידעם א זקן א תרח בן תשעים האט אפגע'פגר'ט, האט איבערגעלאזט א שיינע הויז וואס איז ווערד א קנאפע 2 מעלאונעס, זיין בן יחיד'ל איז נישט קיין גרויסע חכם, א שטיקל קרימינאל אויך, שולדיג אסאך געלט, די טונקעלע מאפיאנערן לויפן אים נאך, ער וויל פטור ווערן פון די הויז און צאלן די חובות בעפאר איינער ווערט געוואר אז ער האט באקומען א פעטע ירושה, ער איז גרייט צו פארקויפן די הייזקע פאר 1 מיליאן אבער קעש טבין ותקילין יעצט דא און שוין.

אונזער בחור ווערט אויפגעהייטערט, די ענדרענעלין לעוול הייבט זיך און פאנגט אן צו לאזן אירע שפורן, צום מזל וברכה זיצט ער יעצט ביי די יערליכע חנוכה פארטי ארום גענומען מיט די נאנטע פאמיליע מיטגלידער, זיינע קינדער כשתילי זיתים ארום זיין טיש, די זוויות מחוטבות לאכן ארום און סערווירן די נארהאפטיגע געשמאקע לאטקעס, און יעצט בהיות בראוקרו באקריגט ער א טעקסט "קאם נאו!! אויב איר ווייסט וואס איז גוט פאר דיר קום יעצט אריבער און ברענג מיט א בינטל קעש העולה כמס' מיליאן".

ואילין מיליא די מיליאן האט ער אבער קיין ווערטער נישט, וואס זאגט ער פאר די פאמיליע מיטגלידער? די ראש המשפחה לאזט איבער דאס געזינדל לאנחות? קען מען דען איבערלאזן א חנוכה מסיבה כצאן בלי רועה? קען ער דען פארלאזן דאס ארט אינגאנצן צוברעכן די הארמאנישע אטמוספערע באין רואה?

ער זיצט אויבן אן, זיין געזיכט שיינט און טוישט קאלירן תמול ושלשום משמשים בערבוביא, די עולם הייבט אן צו כאפן אז עפעס גייט פאר, "טאטע!! איז אלעס אין ארדענונג"? פרעגן די טייערע שאף, די טאטע איז קיין ליגענער נישט "ניין, בכלל נישט! עס איז מיר אונטערגעקומען א צודרייטע דיעל און איך קווענקל נאך צו איך זאךל פארלאזן און צוברעכן אונזער מסיבה בעבור השלמת הקנין והמקח.

"קום אריין קלאר" - עוללים שואלים, און די טאטע לייגט אראפ אין געציילטע ווערטער במה מדובר.

די עולם ווערט עקסיידעט, די געמיטער ווערן הייסער און ווארימער, מצאו מנוח לכף רגלם! אן אייגענע הויז! "יעצט! טאטע! אבער שוין! איר קענט נישט ווארטן קיין מינוטע, נו טאטע! פארוואס זענט איר נאך דא???

דעם טאטנ'ס מאנטל איז געקומען צו פליען, די דרדקים האבן שנעל אנגעטון דעם טאטן מיטן פעלץ און ווען די טאטע האט דערגרייכט זיין מיניווען האט ער שוין געטראפן די גאנצע משפחה זיצן שיין אין די קאר ווארטנדיג אז די טאטע זאל דריקן די געז פעדאל און זיך ארויס לאזן צום ריכטונג פון די בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

די נשארים וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ זיך אריין צו שטיפן אין די מיניווען האבן זיך שנעל ארויף געפאק'ט אויף די ברודער'ס/שוואגער'ס טרעקעלעך און שנעל ארויס מארשירט נאכייאגנדיג דעם טאטן די מורה דרך באשעפענדיג א לענגערע קאנאווי פון פריילעכע מקחי מקח ששים ושמחים עליונים ששו ותחתונים עלזו כולם נקבצו ובאו "מ'גייט שליסן די היסטארישע מקח"!!

די עלטערע איידעם האט געוואלט מאכן א מצב, ווי נישט ווי קוקט ער שוין ארויס ווייטער, ער ווייסט אז לא לעולם חוסן און די ראש המשפחה וועט זיך איינמאל בהגיע עתו - געזעגענען פון אט דאס וועלטעלע - און דאן ווער וועט ירש'ענען די נארוואס געקויפטע הייזקעלע? נעוודאי די עלטסטע איידעם! ער איז דאך נאנט צום שיסל און ער האט די בעסטע וועג צו אריבערפירן צו אים די שליסל, אומר ועושה, די מקח מוז געשען ויהי מה, ער רופט אן פלוני די חברותא וואס ארבעט אין פרינט-טאון און ער בעט מ'זאל זויפארט ארויס פרינטן ריזיגע שילדן "בורא עולם בבנין השלם זה הקנין" מיט נאך פארשידענע קידוש לבנה סייז לאוזונגען ווי "קויף! קויף! טאטע קויף!! יעצט, איצט, שנעל און גיך! עס מאכט נישט אויס די פרייז! מיר ברויכן די מקח! מיר דארפן א הויז!!

די אנדערע צאצאים לא טמנו ידם בצלחת, זיי האבן נאר פארערגערט די קלחת, זיי האבן ארויסגעדינגען בעלי מנגנים מיט ריזיגע גראנדיעזע ספיקערס, די מלחיני המשפחה האבן שוין קאומפאזירט נייע פריש געמאכטע ניגונים "אוי טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין, יא איך וויל זיין, א הויז אייגענטומער אוי אוי אוי"...🎶די יונגערע טין עידזשערס וואס גלייכן מער די דזשעזי סטייל מיוזיק זיי האבן איבעראשט דען עולם מיט די באמבעדיגע סינגל בו בו ריי ריי ריי עוי עוי לאם לאם לאם🎶🎶🎶און שפעטער האט מען געהאפקעט קין-יאן קין-יאן חזן וקהל וחוזר הניגון פזמון ארויף פזמון אראפ...

נאך א קורצע וויילע, ריקט זיך אן די שיירה לבית האבלים, די פארקויפער שטייט בייםן פענסטער מיט אן אפענע מויל, ער טרעפט א גאנצע לוסטיגע פאמיליע, כאפט נישט וואס גייט פאר לשמחה מה זו עושה?

די בראוקער וואס איז שוין מיעד פון אויסזויגן פון זיין אויסגעמאטערטע פינגער אלערליי פארשידענע טענות ומענות פארוואס די הויז איז נישט ווערד קיין סאך, אפשר א מיליאן וועט מען קענען ארויס קעשן... און דא טרעפט ער זיך מיט א מחנה ששין ושמחים לעשות רצון קונים, די עולם איז גאר פריילעך צו אפקויפן די כאדטקע...
ועני אנא הוא בא?

די בלאסע נאסע טאטע קומט אריין, מיט זיינע ציין האלט ער די טאשקע, מיט די הענט פראבירט ער צו באשיצן זיינע אומשולדיגע אויערן וואס רייסן אויף מאימת הרעש קול ענות גבוה מעל גבוה, ניגוני הקטנים גברו על לחני הגדולים, די משפחה הענפה איז אריין געקומען מיט די גאנצע שטיצע, די קינדער מאטעווירן דעם טאטן, ברכות הבנים גברו על ברכות ההורים, און די ריזיגע קאלירטע שילדן האבן קלארער ווי קלאר ארויסגעברענגט די מציאות אז דא גייט געשלאסן ווערן א מקח ויהי מה שקיינחילוק די פרייז, א הויז, געקויפט יעצט און שוין! פאר א יעדע פרייז!

די אומבאהאלפענע טאטע שטייט דך ונכלם, די מוכר זעט אז זיין נכס'ל איז היבש אינטערגעשאצט און ער קען באקומען דערפאר א גוטע מכס'ל, ער דרייט מיטן צונג און שיסט ארויס "אינטער 3 מיליאן איז נישט דא וואס צו רעדן"!!

אמר מוכר ואתא בראוקער און פאר די טאטע איז טונקל געווארן כחשכת לילה.

די טאטקע קווענקל'ט פראבירט צו פארהאנדלען, אפשר דאך, אולי יחוס, רעכן דיך מיט מיין יחוס, א קוועטש אהער א קוועטש אהין, עס העלפט נישט קיין פודנו, מצילנו איז פארנומען, די אפעטיט איז געוואקסן, דער מוכר האט פארשטאנען וואס פארא פארמעגן ער האט כמעט ארויסגעלאזט פון זיין ארעם, מ'האט אים שיהר פארנערט איבערלאזענדיג חסר כל לעקיש און ארעם.

א גאלדענע אנטוישונג האט ארומגענומען די געוועזענע פאטענציאלע קונה, מיט אזעלעכע בנים ובני בנים קען מען קיין דירה'לע אויך נישט קויפן און אזוי האט ער פארלאזט דאס מקום מיט א מעלאונע אבער אן קיין הויז.

ווען די פרעסע האט זיך אינטרעסירט ביי די משפחת המלוחה וואס איז פארגעגאנגען ביי די מאדנע דעמאנסטראציע אקעגן די אבל האבן זיך די קינדער אויסגעדריקט:

נע, גארנישט... אונזער פארריקטע שלאמזל'דיגער טאטע האט פראבירט צו מאכן א דיעל און גארנישט... ער האט אנגעזעצט אזוי ווי געווענדליך. נו, זאל ער ווייטער צאלן רענט לאורך ימים ושנים, נעקסטיים זאל ער זיך צוהערן צו אונזער רייד און קויפן די דירה אנע קוקן אויף זייטיגע דעטאלן ווי די פרייז אד"ג...

די נמשל? כבהמות נדמו.

יא, איך רעד פון די איזראעליס.

זיי באהנדלען די משכונות סיטואציע שוין באלד ערגער ווי די פריילעכע קטנות המוחין משפחה.
שמיני עצרת אינדערפרי, האט מדינת ישראל געכאפט א שווערע מכה הכתובה בתורה, "בניך ובנתיך נתנים לעם אחר ועיניך ראות וכלות אליהם כל היום ואין לאל ידך... בנים ובנות תוליד ולא יהיו לך כי ילכו בשבי" רח"ל ליידער ליידער האבן זיך די שחצני קברניטי המדינה געטראפן מיט אן ערנסטע בראך.
טויזענטע חללים און הונדערטע שבויים ה"י, די כאמאס האט זיך ארויסגעלאזט אין א מסע הרג וביזה און צוגענדיגט ליידער בחטף און מיטגענומען קיין עזה אנשים נשים וטף.

איך וועל נישט אריין גיין אין חשבונות שמים, מיר ווייסן זייער קלאר אז אין די רגע וואס קוב"ה וועט מחליט זיין אז ושבו בנים לגבולם - וועלן זיך די אלע פארכאפטע אומקערן אהייםן געזונטערהייט!

איך וויל נאר פראבירן צו פארשטיין במוחי הקט והדל וואס טראכטן למען ה' די א"ג חכמי אתונה היושבים במדינת ישראל, די אלע קארפן קעפ וואס זיצן סיי אין די רעגירונג און זיי אין די באקוועמע לופטיגע מידיע קארידארן, יושבי אולפנות ודוברי שחץ ומרמה, צו דען כאפן זיי נישט אז במו ידיהם טרייבן זיי ארויף די פרייז פון די אומבאהאלפענע משכונות?

לאמיר מאכן אביסעלע סדר:

יחיא סינוואר ימ"ש וחבר מרעיו וואס זענען זייערע פראייארעטיס:
קודם כל, ווילן זיי איבערלעבן - זענען גרייט צו אוועקגעבן אלע זייערע שאהידן בלויז צו איבערלעבן.
דערנאך - ווילן זיי געלט.
שפעטער - כבוד.
באפרייען די טעראריסטן וואס זענען איינגעשפארט אין מדינת ישראל.
ווילן א פאלעסטינער לאנד.
די לעצטע - זיך זארגן פאר די פאלעסטינער בירגער'ס פרידן.

מאידך גיסא - די איזראעליס האבן אן אנדערע סדר ווי זאכן גייען:

צום ערשטנס ווילן זיי א לאנד וואס אין די לאנד זאלן זיי לעבן.
זיי זענען גרייט צו גיסן בלוט [רק בדם וגו'] אבער מיט די ציהל פון לעבן אין זייער אייגענע לאנד.
דערנאך ווילן זיי זיך זארגן פאר די בירגער'ס זיכערהייט און פרידן.
צוריק ברענגען די פארכאפטע משכונות.
געלט.
כבוד.

יעצט, ווען די צווי צדדים טרעפן זיך אין א קאנפליקט, צד כאמאס האט באוויזן צו פארכאפן א דאזע איזאראעליס אריין אין זייערע טונקעלע טונעלן, און מ'פראבירט צו דערגרייכן אן אפמאך, וואס וויל א יעדע זייט טוהן? א יעדער וויל אנקומען ווי דער שטארקער און מעכטיגער וואס אלע קארטן ליגן אין זיינע הענט.

די כאמאס ווייסט אז ביי די איזראעליס איז דאס לעבן א וויכטיגע ארטיקל אלזא מאכן זיי זיכער צו האלטן ווי לענגער די משכונות נאנט צום הארץ [אויב זיי האבן איינס]

ווייטער די איזראעליס - קענען זייערע כאמאסיסטן, זיי ווייסן אז די פאלעסטינער לעבנס איז נישט ווערד ביי זיי ניטאמאל כקליפת השום, פראבירן זיי צו שלאגן די כאמאס אויף די פאר האקעלע ווייעכע ערטער וואס דארט טוהט זיי יא וויי דהיינו - אנזייען א תוהו ובוהו אין עזה מיט די ציהל צו דערגרייכן די שלאנג הייל וואס דארט זיצט דער מנוול און אים אומברענגען צוזאמען מיט זיינע חברים מנוולים.

פאשטייט זיך איזראעל צילט אויך צו עלימינירן כאמאס און רעדוצירן ביז אינגאנצן אראפנעמען די געפאר וואס שטייט העכער די מדינת ישראל בירגער פון צו האבן אזא שכן ווי כאמאס, אבער מיר גייען יעצט רעדן וועגן די משכונות סיטואציע - דאס איז א פריוואטע קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און יחיא סינוואר וואס טראכט נישט פון גארנישט אויסער זיין וואוילזיין.

אלזא, סינוואר האט זיך געטראפן הארט בעפאר די פריערדיגע משכונות דיעל - אין א טיפע פלאנטער, ער האט שוין געשמעקט די איזרעלי סאלדאטנ'ס שיך און ער האט געשפירט ווי די שטריק נעמט שוין ארום זיין שמוציגע האלדז, מה עשה אותו משוקץ? הייבט אויף א טעלעפאון צו איסמאיל האניא און געבט איבער די גרינע ליכט אז מ'קען זיך פארריקן מיט א משכונות דיעל, משכונות פאר די פרייז פון עטליכע שטילע טעג.

פארוואס דארך ער די שטילשטאנד? פשוט, כדי צו פארן מהכא להתם אן צו כאפן א איזראעלי קויל אין קאפ - ברויך מען א שטיקעלע הפסקה.

די הומאניטארישע הילף? האט ער צוגעלייגט צו די דיעל נישט ווייל ער זארגט זיך פאר זיין פאלק וואס הונגערט צום טויט, נע.. ער דארף אנשטעלן א שטיקעלע אימעדזש פאר די וועלט + ער דארף נאכאלץ שפייזן זיינע כאמאס קעמפער וואס כידוע 60% פון די הומאניטארישע הילף קומט אן צו זייערע בייכער.

אבער נחזור לעניינינו - אלע דרייט זיך ארום יחיא סינוואר און זיין אנגעבלאזענע איגא.

[ווער עס מיינט אז סינוואר איז גרייט צו זיין א שאהיד - טעות גדולה בידיו און ער זאל זיך בעסער נאכפרעגן.]

למעשה האט די איזראעלי סטארטעגיע פון האקן שטיקער און אריין בייסן אין סינוואר'ס פערזענליכע זיכערהייט צוים - זיך ארויסגעשטעלט ווי א גאר ריכטיגע מהלך!
די וועג פון מאכט און שטייפע פייער גיסונג האט זייער פיין איבערגעגעבן די מעסעדזש פארן שטן אז זיינע טעג זענען געציילטע און ער האט זיך געטראפן בלית ברירה און ער האט געמוזט ארויסלאזן א דאזע משכונות צו קענען כאפן זיין אטעם.

נאך א פונקט, - סינוואר איז גאר א כיטערע פארשוין, ער קען א פליסיגן העברעיש, [טאקע אדאנק די איזראלי שוטים וואס האבן אים אלעס אויסגעלערנט אין תפיסה] און ער איז גאר באקאנט אין די איזראעלי פאליטישע הלוך ילך, ער וואטשט אין זיין מערה אלע נייעסער און אלע מהדורות חדשות פון די איזראעלי קאנאלן, ער זעט און שמעקט וואס גייט פאר אין די מדינה, - די ערשטע 2 חדשים האט ער זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער האט געהאפט אז די צוריבענע נארישע איזראעלי פאליטיקאנטן וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן און רעפארמירן א אחדות רעגירונג, און מיט א צושלפאלטענע צוריבענע לאנד איז גרינגער זיך צו שלאגן און ווער רעדט פון האנדלען וועגן משכונות... אבער דא האט ער זיך געטראפן מיט בעני גאנץ וואס האט מכלומרשט שלום געמאכט למען טובת המדינה און ער האט זיךל אנגעשלאסן מיט נתניהו אין א ספעציעלע מלחמה רעגירונג, בעני גאנץ איז גאר ארויף געקוקט ביי סינוואר, סינוואר ווייסט אז בעני האט פלייצעס און צוזאמען מיט נתניהו זענען זיי גאר א שטארקע קאאליציע וואס וועט נישט איבערלאזן קיין שריד ופליט פון כאמאס,
◄ ווייז ספוילער
[וועגן א פאלעסטינער לאנד זענען זיי טאקע חלוק אבער ווען עס קומט צו מלחמה זענען זיי בדעה שווה, די אלע רייבערייען און שטעכעס אין די מידיע דאס איז בלויז פאליטישע ביליגע פראבעס ווי גאנץ פראבירט זיך צו באשיידען פון ביבי, אבער סאיז אלעס גארנישט מיט נישט ואכמ"ל]
למעשה האט סינוואר געשפירט אז זיין לעבן איז אין געפאר און דאס האט פאראורזאכט א משכונות דיעל וואס האט באוויזן צו באפרייען א שיינע צאל איזראעלי משכונות און האט ערלויבט סינוואר זיך טיפער איינגראבן אין זיינע טונעלן און אזוי אויך צוזאמנעמען די משכונות הנשארים און אלע מקבץ זיין ארום די מנוול און דינען אלס א באשיצונג וועסטל לאותו רשע.

ויהי אחרי הדיעל, די איזראעלי קרעפטן האבן זיך ווייטער גענומען טוהן זייער ארבעט, מ'אקערט אויס גאנצע געסער, מ'פארברענט הייזער און בניינים, מ'הארגעט און מעלימינירט צענדליגע הונדערטע כאמאס מיטגלידער, די פאלעסטינער זענען אומבאהאלפן, עס צירקולירן כסדר בילדער פון נאקעטע פארשעמטע כאמאס קאמפער מיט געבינדענע הענט, אבער סאם האו דאס מאל דערשרעקט זיך נישט די נבילה, מ'האלט אינאיין ארום רעדן פון פארשידענע דיעלס אבער דער סינוואר האט אפעטיט, ער דערווייגט זיך נאך צו פארלאנגען שיינע סכומים ווי טויזענטע טעראריסטן מיט בלוטיגע הענט, ער פארלאנגט א טאטאלער ענדע צו די מלחמה, מה זאת? ולחוצפה מה זו עושה? פון וואנעט נעמט ער זיין זיכערקייט אז די אד"ף זעלנער גייען אים נישט אט אט ארויס שלעפן בעירום ובחוסר כל פון זיין פארשאלטענע הייל? פארוואס טארכט ער אז ער איז אימיונט פון די טויט וויירוס וואס האט באטראפן האלב פון די כאמאס ארגעניזאציע?

די תשובה איז זייער קלאר.

די מעסעדזש האט ער באקומען פון 11/12/13 קאנאלן.

רשת קשת און כאן - די איזראעלי מידיע קאנאלן - זיי פראבירן פאר סאם ריזן צו באהאלטן מיטן גאנצן כח - די איזראעלי נצחונות און פארשריט וואס זיי דערגרייכן אין עזה.
די גלי צה'''ל ראדיא קאנאל הערט מען א גאנצן טאג נאר קול נהי ובכי, מ'וויינט און מ'קלאגט אויף די משכונות, די ציבור אין מדינת ישראל ווערט געפיטערט השכם והערב פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל די מעניו ווי פאלגאנד:
משכונות - מיט א ביסל ביבי אין די זייט, משפחות פון משכונות בטעם ביבי, ביבי וויל נישט צוריק ברענגען די משכונות, די פארכאפטע דערציילן, די משפחות פון די דערהארגעטע פארכאפטע, פארכאפטע משכונות מיט א טיפע רייכע פלעיווער פון שכנות פון משכונות, א כאפטע פארכאפטע וכו' וכו'....

די מעינסטריעם מידיע פראפעגאנדירט די גאנצע טאג נאר די טאפיק - משכונות!
מ'רעדט איין די עולם אז אט אט גייט מען דערגרייכן די לאנגערווארטעטע משכונות דיעל, אין די גאסן זענען די קאפלאניסטן פארנומען צו הענגען רויטע שרייענדע בלוטיגע "עכשיו"!!!!! שילדן, די שיחת היום אין די מדינה דרייט זיך ארום די טעמע "יא באפרייען טויזענטע טעראריסטן אדער נישט, בכל מחיר אדער ניין"... די לאנד איז צוריבן און צושפליטערט אויף פיצלעך, די לינקע באשולדיגן אז די רעכטע קאלטבלוטיגע ערלי לב ווילן נישט די דיעל [וואס איז בכלל א דבר שלא בא לעולם] די רעכטע טענה'ו אז די לינקע פארשטאפטע קעפ זענען גרייט צו אומברענגען א גאנצע לאנג אויף אירע מילייאנע בירגער בעבור קומץ משכונות - וואס קיינער אנטזאגט זיך נישט פון זיי צוריק ברענגען אהיים די מחלוקה איז נאר פאר וואספארא פרייז און דורך וועלעכע מיטלען.
די לינקע שרייען פאר א יעדע פרייז - אויך פאר א פרייז פון אויסליידיגן די איזראעלי תפיסות פון טעראריסטן.
די רעכטע שרייען - האלטס אייך רוהיג, מ'קען נישט פארברענען און לאזן שחט'ן א גאנצע לאנד פאר א קליינע צאל אומגליקליכע פארכאפטע.

די געפעכט איז גאר א שווערע, זייער פיינפול און הארצרייסענד, אבער עס איז ליידער א געפעכט.

אבער קינדערלעך טייערע, די געפעכט מוז נישט געהאלטן ווערן בראש כל חוצות!! דיינע קווענקלען קענסטו נישט ארויסווייזן פארן מוכר ווייל דאס וועט נאר אויפהייבן די פרייז!! דיינע נארישע קינדערישע יללות וועט דיר נאר דערווייטערן פון די ערווארטעטע דיעל!!

בלאקירן גאסן, הענגען קאלירפולע רויטע שווארצע געלע שילדן, טערארעזירן משפחות פון משכונות וואס האלטן אנדערש ווי די לינקע מעינסטרים מהלך, - דאס וועט נישט דערנענטערן קיין דיעל!
פון פאליטישע און מיליטערישע רייבערייען און ארויס גיסן די קאבינעט מיסט פאר די הונגעריגע פרעסע - דאס וועט קיין דיעל נישט ברענגען!

סינוואר איז לע"ע נאכנישט בלינד און זיינע אויערן ארבעטן פיין, ער הערט, ער זעט, ער שמעקט, און ער פארשטייט זייער גוט די הלוך ילך אין מדינת ישראל, ער ווייסט אז לויט ווי זאכן גייען יעצט, די אבנארמאלע פרעשור וואס נתניהו ערהאלט מבית ומבחוץ - קען נאך צוברענגען אז דער שטייפער ביבי זאל אונטערברעכן און מסכים זיין פאר א שלעכטע דיעל, דאס איז סינאוואר'ס האפענונג און צו דעם שטרעבט ער.

די איזראעלי מידיע פון איר זייט איז א קנאפע אינטרעסירט אין די משכונות, זיי שרייען בכל מחיר - אבער דאס איז ליגענט, אויב גייט מען זיי פארלייגן 2 ברירות, אדער בלייבט ביבי אויפן בענקל פאר די קומענדיגע 5 יאר און כאמאס באפרייט אלע משכונות אדער בלייבן די משכונות אין עזה און ביבי פארלירט זיין בענקל - זיי גייען נישט קענען לעזן די דילעמע... [עס איז נישט קיין ווערטל ע"ע אבי בניהו און איתמר פליישמאן]

די לינקע אנארכיסטן האבן זיך ארויפגעפאקט אויף די נעבעכדיגע משכונות פאמיליעס און זיי געהעריג גענומען אויף א רייד, די אלע אנארכיסטן וואס דעמאנסטרירן שוין יארן אנגעהויבנדיג ביי מחאות באלפור אקעגן די קרימינאל בנימין נתניהו, מחאות קאראנע, מחאת הצוללות, מחאות הרעפארמע די קאפלאניסטן, און יעצט די מחאות לטובת די משכונות
זיי שטייען שוין יארן ביי די זעלבע קארנער, זיי בלאקירן די זעלבע גאסן, איילון איז געבליבן די זעלבע, די גראפיקער זענען די זעלבע, די איינציגסטע זאך וואס טוישן זיך זענען די לאוזונגען...
די מאנטל איז די זעלבע - עס ווערט נאר געהאנגען אויף א צווייטע הענגער.
מ'שרייט אתה יצ** אבער זיי מיינען ביבי... זיי שרייען בכל מחיר - אבער זיי העכערן די פרייז מיט א יעדע פארבייענדע מינוט, מ'שרייט אז די פאלק נויטיגט זיך אין א פארהוילונג, אחדות, אבער מיט דעם זוכן זיי צו דערשטיקן א מערהייט פון די מדינת ישראל בירגער... זיי שרייען "בחירות עכשיו" - אבער זיי זענען ניטאמאל גרייט צו אננעמען די רעזולטאטן ווען עס שמייכלט נישט צו זייער זייט, - אבער לא זו כוונתי, ווען ביבי נתניהו וואלט געווען די איינציגסטער וואס ליידן פון די לינקע אנארכיסטן - הו קעירס. דערשטיק דיך מיט דיין פארשטינקענע כבוד.

אבער דא רעדט מען פון אומשולדיג אידישע נפשות וואס שמאכטן אינטער מערדערישע הענט - בלויז ווייל אפאר לינקע אנארכיסטן האבן גענומען א ריידן אויף די באטראפענדע פאמיליעס.
עס איז ממש האראויפשטעלנד צו מיטהאלטן וואס די איזראעלי מידיע האבן געטוהן מיט די משפחות פון משכונות וואס האבן פראבירט צו זאגן א צווייטע דעה ווי די לינקע - מ'האט זיי ממש דערשטיקט, די איינצעלע וואס לופטערן נאך דאס ביסל קאמאן סענס פראבירן צו רעדן צו די זאך זענען די עכשיו14 קאנאל און ראדיא גלי ישראל, און טאקע פאר די זינד פון לאזן הערן אביסעלע זאכן וואס מאכן מער סענס, פארן זינד פון געבן די מייק און צושטעלן א פלאטפארמע פאר די שוואכע אומבאהאלפענע משפחות - כאפן זיי קיתונות של גידופים פון אלע זייטן...

אלזא טייערע איזראעליס - פון ענקער פארהאסטע ביבי וועט מען אי"ה קעיר נעמען.
אבער יעצט ווען קול דמי אחיכם ואחיותיכם נשיכם וטפיכם עולליכם ובניכם צועקים אליכם מן האדמה - ביטע אוועק לייגן די אייגענע שמאלע אינטערעסן און פאנגט אן צו האנדלען ווי ערוואקסענע ביזנעס לייט וואס פארלירן נישט זייער געדולד זיכער נישט ווען מ'האנדלט איבער דיני נפשות.

נ.ב.
א לייק געבט געז
א קאמאנטאר איז נאך בעסער...

@מיט א פרישקייט האט אראפגעברענגט כאמאס'ס הויעכע ערווארטונגען, נאכן ליינען מיין אנאליז גלייב איך אז מ'פארשטייט שוין ווער האט געהויבן זייערע עקספעקטאציעס.
◄ ווייז ספוילער
מיט א פרישקייט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:24 am
ביי די געשפרעכן יעצט מיט כאמאס זעט אויס ווי ס'איז ידם פון כאמאס על העליונה. זיי בעטן אזעלכע אבסורדע זאכן אין אויסטויש פאר משכונות, ווארשיינליך שפירן זיי אז די דרוק וואס קומט פאר אין די מדינה, די פאקט אז משפחות וואס בלאקירן טראקס ווערן אוועקגעפירט מיט צוואנג, און אז נתניהו איז מער באזארגט פאר די עזה ציווילע ווי איידער זיינע סאלדאטן - אויסערדעם וואס די מדינה מאכט נישט קיין שום פארשריט מיט'ן לאקירן משכונות - שפילט גוט אריין אין זייערע הענט.

וואס זענען די כאמאס פארלאנגען?

א באריכט אין די לעבענאזער אלאכ'באר צייטונג, וועלכע איז א שופר פאר די אינטערעסן פון כאמאס און כיזבאללא, האט היינט ארויסגעלייגט וואס זיי האבן באקומען פון איינעם אין כאמאס.

אין קורצן:
1. אפשטעלן די מ"י מיליטערישע אקטיוויטעטן און פון דארט זאל עס גיין שטאפלווייז ביז זיך גענצליך ארויסציען פון עזה.
2. א צייט-אפשניט פון 135 טעג אין 3 שטאפלען, יעדע פון זיי 45 טעג, וואס ביז איר ענדע ועט מען באפרייען משכונות אדער קערפער, אין אויסטויש פון טעראריסטן.
3. אפיציעל און געזעצליך אסר'ן פאר אידן אריינצוטרעטן אויפ'ן הר הבית און מדינת ישראל זאל ארויספיצן פון דארט, ווי ס'איז געווען ביז 2002.
4. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מוז נעמען אחריות צו אויפשטעלן עזה פון פריש.

ערשטע שטאפל (45 טעג) -

1. גענצליכע פייער אפשטעל פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט קלארע הימלען העכער עזה אן קיין שום פלי-געצייג.

2. מ"י מיליטער דארף זיך ארויסציען פון יעדע באוואוינטע פלאץ אין עזה.

3. אין די טעג וועט מען באפרייען די משכונות אונטער 19 יאר (נישט אריינגערעכנט סאלדאטן) און די אלטע און קראנקע משכונות וואס האבן שוין געזאלט באפרייט ווערן ביים לעצטן אויסטויש, און מ"י דארף באפרייען אלע פאלעסטינער ארעסטאנען אונטער 19 יאר אדער העכער 50 און אלע קראנקע + 1500 כאמאס טעראריסטן וועמען כאמאס וועט אויסקלויבן, פון זיי 500 מיט בלוט אויף די הענט וועלכע זיצן לעבנסלענגליך.

4. מ"י דארף זיך פארפליכטן נישט צו ארעסטירן נאכאמאל די באפרייטע טעראריסטן אויף די קלאגעס פארוואס זיי זענען געזיצן ביז יעצט.

5. פארבעסערן די אומשטענדן פון די טעראריסטן אין איזראעלי טורמע, און אראפנעמען אלע שטרענגערע באגרעניצונגען וואס די טורמעס האבן ארויפגעלייגט אויף טעראריסטן זינט די אקטאבער 7 שחיטה.

6. גענצליכער פארבאט פאר אידן אויף די גאנצע הר הבית אומגעגנט, צוריק געבן די פולסטע אויטאריטעט פאר די פאלעסטינער אויפן שטח.

7. טעגליך דארף אריינקומען קיין עזה 'מינימום' 500 טראקס, אין דעם אריינגערעכנט א באדייטענדע צאל פון גאז-טראקס.

8. צוריק קערן אלע פארטריבענע פון עזה אין זייערע געגנטער, און די מ"י מיליטער זאל נישט אפהאלטן קיינעם פון גיין אין ערגעץ אין גאנץ עזה.

9. עפענען אלע דורכגענג אין עזה און אדורכלאזן סיי וועם און סיי וואס, מענטשן, טראקס וכו', אן קיין שום אונטערזוכונג און אן קיין שום באגרעניצונג.

10. מ"י דארף צושטעלן בוי-מאשינען און מאטריאל צו אויסרייניגן אלע חרוב'ע געגנטער, מעדעצינען פאר די כאמאס געזונטהייט מיניסטעריום, און 'זעלבסט-שוץ מיטלען' פאר די ציווילע אין עזה.

11. מ"י דארף איבערבויען און פאררעכטן אלע שפיטעלער און עסן-געשעפטן איבער גאנץ עזה וואס די מדינה האט געשעדיגט.

12. צושטעלן 'אלע הומאניטארישע געברויכן' וואס די פלטים דארפן, אין דעם איז אריינגערעכנט 60,000 צייטווייליגע הייזער און קאראוואנען פאר מינימום 15,000 דאלער א וואך, און 2000,000 געצעלטן א וואך פאר מינימום 50,000 דאלער א וואך.

13. מ"י דארף פאררעכטן אלע וואסער, לעקטער און אינטערנעט ליניעס וואס זיי האבן געשעדיגט איבער גאנץ עזה.

14. מ"י זאל צושטעלן א רעאליסטישע פלאן צו איבערבויען אלע הייזער, געשעפטן און פאבריקן וואס זיי האבן געשעדיגט, אלעס מוז שטיין אין דריי יאר פון ווען די אפמאך גייט אריין אין קראפט.

15. באנייען אלע הומאניטערישע געברויכן פאר אלע איינוואוינער פון עזה, און בעיקר צוריק געבן אלע איינגעפרוירענע געלטער פון לענדער וועלכע מען האלט אפ פון אונר"א, און אונר"א דארף צוריק ווערן די זעלבע ווי איידער די אקטאבער זיבן אטאקע.

16. מ"י זאל צושטעלן סאלאר סטאנציעס אין אלע געגנטער אין עזה.

17. מ"י איז פאראנטווארטליך צו צאלן און בויען די לעקטער, וואסער און גאז פייפליינס איבער גאנץ עזה.

18. זיך אראפזעצן צו געשפרעכן פאר די קומענדיגע צוויי שטאפלען.

19. מען וועט נישט באפרייען קיין משכונות ביז ווילאנג די אלע 18 סעיפים ביז אהער וועלן נישט אריינגיין אין קראפו. מצרים, טערקיי, קאטאר, רוסלאנד און די יו-ען דארפן נעמען אחריות אז אלעס אינעם אפמאך ווערט אויסגעפירט.

עד כאן די ערשטע שטאפל.

די צווייטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. צוענדיגן אומדירעקטע געשפרעכן איבער א גענצליכער פייער אפשטעל

2. איידער עס איז נישטא קיין אפמאך איבער א פראמינענטע פייער אפשטעל פון א לענגערע צייט וועט מען נישט באפרייען קיין משכונות וואס זענען מענער העכער 19, און יעדער משכון וועט דארפן אויפגעטוישט ווערן מיט א גרעסערע נומער פון טעראריסטן, וועלכע כאמאס וועט פארלאנגען זייער באפרייאונג.

3. מדינת ישראל מיליטער מוז שוין זיין דעמאלט גענצליך אינדרויסן פון עזה.

4. די פאקטישע אויבערבוי ארבעט מוז שוין זיין אין קראפט.

די דריטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ארבעטן אויף אן אויסטויש פון קערפער פון מ"י משכונות און טעראריסטן.

--

איך מיין אז נאכ'ן זען די תנאים פון כאמאס קען מען קלאר זאגן: די מדינה איז דורכגעפאלן מיט זייער דרוק אפעראציע.
גאר שטארק געזאגט!!!
מ'שרייט אתה יצ**
😀😀😀
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!

איך האב נעכטן אויסגעהערט ווי א משפחה מיטגליד פון איינע פון די פארכאפטע נעמט אטייל אין עפעס א שאו פון די רעכטע טשענעל 14 - מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים, די ווייטאג און פיין איז אומבאשרייבליך, אבער צו זען וויאזוי דער איז נעבעך געהעריג אראפ פון זינען, א געוועזענע לערער אן אינטעלעקטועלע מאן רעדט ממש נאנסענס כאחד הריקים והטפשים, ס'איז מוראדיג וויאזוי די פאנעל מיטגלידער האבן אים געענטפערט מיט אן אויסטראלישע איינגעהאלטנקייט און מיט די מערסטע סימפאטיע וואס איז מעגליך, אבער ס'איז געווען א קורצע קלארע ביישפיל פון די חורבן וואס די איזראעלי מידיע האט געטון מיטן פארכאפן די משכונות פאמיליעס.

ער האט אראפגעלייגט א גאנצע באראזש מיט טענות, זיך סותר געווען מיניה וביה מיט א יעדע איינציגע זאץ, ער האט זיך באקלאגט היתכן מ'האט ארויסגעלאזט ביי עסקת שליט אזויפיל טעראריסטן און בנשימה אחת קלאר געמאכט אז מ'ברויך באפרייען אלע טעראריסטן כדי אהיים צו ברענגען די משכונות... ער קלאגט אז מ'האט מפקיר געווען די פארכאפטע, קיינער זוכט זיי נישט, און צו די פראגע פון איינע פון די פאנעל מיטגלידער וואס האט געפרעגט צו די הונדערטער געפאלענע סאלדאטן און עזה הי''ד ווערט נישט גערעכנט אלס א פעולה לטובת די משכונות באפרייאונג, האט ער געענטפערט ''די סאלדאטן ווייסן אז מ'גייט זיי נישט לאזן הפקר אין א פאל וואס זיי פאלן אין געפענגעניש רח''ל... בקיצור א ריכטיגע ביישפיל פון א נעבעכדיגע אומשולדיגע ברעינוואשענדע בירגער וואס ווערט געפיטערט מדי יום ביומו מיט גאנצע פארציעס שקרים וכזבים וואס קלעבן ניטאמאל איינס צום צווייטען.

איך האב ממש רחמנות געהאט אויף אים, און אויף אלע אנדערע פאמיליע מיטגלידער, און מיין איינציגסטע עצה פאר זיי איז צו סטאפן מיטהאלטן די נייעס, אנהייבן לערנען אביסעלע ספרי אמונה ובטחון, אין ערגסטען פאל צוגיין צו א גוטע פסיכאלאג וואס זאל אביסל בארוהיגן די געמיטער, אבער זיכער נישט זיך לאזן פון די אלע רשעים ארורים וואס זוכן צו נעמען די פאמיליעס פאר א רייד פאר זייערע בייזוויליגע אינטערעסן.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: ווי אזוי באפרייט מען משכונות? נישט אזוי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:25 am

א גוטע וואך, די נעבעכדיגע פאמיליעס האבן לכאורה נאכנישט געליינט מיין אנאליז און זיי האלטן נאך אינמיטן די לאנגע רייד דורך רונן צור...
◄ ווייז ספוילער
IMG-20240209-WA0005.jpg
IMG-20240209-WA0005.jpg (127.73 KiB) געזען 845 מאל
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

@ראטשילד סאבסקרייבט!
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

יוסי בן-ציון האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 7:28 pm
@ראטשילד סאבסקרייבט!
א קלוגע שריט גראדע...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: ווי אזוי באפרייט מען משכונות? נישט אזוי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ראטשילד האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 7:18 pm

אפדעיט:
נאכן באפרייאונג פון 2 משכונות דורך א געוואגטע מיליטערישע אפעראציע (עכט נישט, דאס איז ריין ס''ד)
האט דער רונן צור נאכנישט געזען פאר וויכטיג צו קאמענטירן עפעס לרגל די גרויסע געשעניש...

די מטה החטופים האט יא ארויס געגעבן עפעס א פארעווע מעסעדזש אבער רונן אליינס - נאדא.

זעט זיך אויס אז די ''בכל מחיר''- האט אויך א פרייז... זיי ווילן נישט ארויס זען די פארכאפטע, זיי ווילן זען די רעגירונג אינדרויסן און נישט די משכונות.
◄ ווייז ספוילער
רונן צור פגוע משחרור החטופים.jpg
רונן צור פגוע משחרור החטופים.jpg (95.72 KiB) געזען 551 מאל
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום מאנטאג פעברואר 12, 2024 2:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

ביידן שעלט די מדינת ישראל בירגער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אין די לעצטע טעג קומען ארויס נייעס אז אונזער פרעזידענט יר"ה האט זיך אויסגעדריקט מיט עטליכע לשונות שאינן נקיות אויף די איזראעלי פריים מיניסטאר בנימין נתניהו.
אלזא - מיסטער פרעזידענט, מיר גייט א קנאפע אן וואס איר האלט אויף ביבי, איר קענט אים צאמשעלטן מיט אלע מיני חרפות וגידופין, איר קענט זיך טרעפן ביי א זייטיגע פריוואטע צימער און זיך ארום אמפערן כמאסק וצוקערבערג בשעתם... עס זאל גיין א רויעך!
עס גייט מיך נישט אן וואס איר האלט אויף ביבי'נען פערזענליך, אבער:

זייט וויסן אז ווען איר שעלט נתניהו פארן נישט זיך בייגן צו אייערע קאפריזן און פריוואטע אינטערסן, און ער גייט נישט מיט דיין מהלך פון זאפארט אפשטעלן די קריג - אין אנדערע ווערטער האט איר געשאלטן 85% פון די מדינת ישראל בירגער וואס האלטן די זעלבע זאך, אז מדינת ישראל דארף ווייטער פארגיין מיט די קריג ביזן דערגרייכן די ענדגילטיגע כאמאס פארניכטונג!

אין אנדערע [מיאוסע] ווערטער, אונזער אמעריקאנע יר"ה האט ארויס געלאזט פון צוישן זיינע פאלשע ציין שעלט ווערטער און מגדף געווען א שיינע צאל פון איזראעלי בירגער וואס זייער גאנצע חטא איז די ווילן צו לעבן און פרידן.

אונזער פרעזידענט וואס דארף מכלומרשט פארטרעטן "דעמאקראטיע", ער האקט כסדר אינטער די געוועזענער פרעז. טראמפ מיטן נאמען "דיקטאטאר" - וואס טוהט ער אליינס? פשוט און גראד, שעלט צוזאם א גאנצע לאנד בלויז פארן נישט טראכטן ווי אים...

שעים אן יו.

דאס איז כלפי מדינת ישראל בירגער.

און אפי' לגבי ביבי - האט מיסטער פרעזידענט נישט מיטגעהאלטן ווי ביבי האט זיך אנגענומען פאר אים ביי די BBC אינטערוויא ווי יענער האט פראבירט צו צימבלען ביבי און געפרעגט וואס איז זיין מיינונג וועגן די זקני עם הארץ לעוול פון אונזער ביידן - ביבי האט זיך זייער שיין אנגענומען פאר זיידי, סאו פאר דעם באקומט ער צוריק תשלומי גידופין? הזאת יושר?
יעצט גייען אלע שטאלצע מעריקאנע ניקים קומען און שרייען אז די אמעריקאנע רייכער פעטער מעג זאגן וואס ער וויל ווייל ער שטיצט דאך די ארעמע מדינה - אמת, ער שטיצט, אבער דאס געט אים נאכנישט קיין רעכט צו עקטן ווי א שטאלצער אנגעפאשעטער גביר וואס מיינט אז די משולח'ס בלוט איז וואסער.

פינג @צוויי גילדען וואס זאגסטע?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@ראטשילד אזא קורצע זכרון האסטו..?

דערמאן דיך נאר צוריק וואס ביבי האט געשאלטן אבאמא.. נישט פריוואט, נישט ביי זיך אין בעקיארד, און נישט בשעת וואס ער גיסט אריין ביליאנען אין אמעריקא..

נאר ביבי האט אין אמעריקא אין פאבליק זיך מתחצף געווען מיט מיאוסע אויסדרוקן אקעגן אבאמא.

כ'געב נישט גערעכט פאר קיינעם דא, אבער אזא תגובה איז מאדנע ווען די רעדע איז צווישן ביבי און אמעריקא.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:45 am
@ראטשילד אזא קורצע זכרון האסטו..?

דערמאן דיך נאר צוריק וואס ביבי האט געשאלטן אבאמא.. נישט פריוואט, נישט ביי זיך אין בעקיארד, און נישט בשעת וואס ער גיסט אריין ביליאנען אין אמעריקא..

נאר ביבי האט אין אמעריקא אין פאבליק זיך מתחצף געווען מיט מיאוסע אויסדרוקן אקעגן אבאמא.

כ'געב נישט גערעכט פאר קיינעם דא, אבער אזא תגובה איז מאדנע ווען די רעדע איז צווישן ביבי און אמעריקא.
טענו ביידן והודה לו באובאמא
איך רעד פון ביידן/ביבי

אז איר ווילט אנהייבן דיסקוסירן די ביבי/אובאמא געפעכטן
אדרבה, אין א באזונדערע אדער עקזעסטירענדע אשכול ביטע שיק א לינק
איך האב וואס צו זאגן.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:54 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:45 am
@ראטשילד אזא קורצע זכרון האסטו..?

דערמאן דיך נאר צוריק וואס ביבי האט געשאלטן אבאמא.. נישט פריוואט, נישט ביי זיך אין בעקיארד, און נישט בשעת וואס ער גיסט אריין ביליאנען אין אמעריקא..

נאר ביבי האט אין אמעריקא אין פאבליק זיך מתחצף געווען מיט מיאוסע אויסדרוקן אקעגן אבאמא.

כ'געב נישט גערעכט פאר קיינעם דא, אבער אזא תגובה איז מאדנע ווען די רעדע איז צווישן ביבי און אמעריקא.
טענו ביידן והודה לו באובאמא
איך רעד פון ביידן/ביבי

אז איר ווילט אנהייבן דיסקוסירן די ביבי/אובאמא געפעכטן
אדרבה, אין א באזונדערע אדער עקזעסטירענדע אשכול ביטע שיק א לינק
איך האב וואס צו זאגן.

נאר אבאמא מעג זיך פירן מיט אים וויאזוי ער האט זיך געפירט..

איך ווואלט נישט אזוי געזאגט.

כ''ש דא רעדט מען א פריוואטע שמועס..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”