בעני גאנץ איז נישט לינק?!?!?!אויסגעהיילט האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 11:21 amגנץ איז נישט קיין לינקע?מער ווייניגער האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 7:15 amצוויי שינויים לטובה.
1) בעני גאנץ איז אויסדרוקליך נישט קיין לינקער, און זיכער נישט דער פירער פון די לינקע פארטייען אין מדינת ישראל. ער איז א צענטעריסט, וואס צילט אויף רעכטס. ער האלט פשוט נישט ווי נתניהו, און דערפאר איז ער זוכה צו באקומען דעם ׳לינקער׳ טיטל. אגב, דאס וואס ער האט נעכטן געטון איז א שענדליכער אקט, און ווייזט ארויס קלאר אז ער וויל יא אדער כאמאס אדער עבאס...
2) @שלמה הילדעסהיימער האט זיך איבערגעוויזן צו זיין אזוי ווי א ראבאט וועלכער איז נישט דא צו ענטפערן ווען מ׳טשעלענדזשט אים, ער האט נישט קיין בלאסן אנונג אין די ענינים אין וועלכן ער רעדט. חוץ טראנזאלירן העדליינס פון BBC און אלדזשאזירא, ווייסט ער ניטאמאל וואו עזה איז אויפן מאפע. (ניטאמאל זיינע ראיות אז ער שרייבט ׳שמוצריך׳ האבן זיך ארויסגעשטעלט צו שטימען מיטן מציאות...)
ווי אזוי רעכענט מען?
לאמיר אליין זעהן.
* ער איז דאס ליבלינג פון די לינקע.
* ער שטויסט דער רעכטע רעגירונג.
* ער סטראשעט א רעכטער רעגירונג אינמיטן א מלחמה, ווייסענדיג בעסער ווי אונז, וואס דאס קען מיינען.
* ער איז מער מחזק חאמאס, ווי זיין אויבערהאר אינ'ם רעכטער לאגער.
* ארבייט שווער אז דער רעגירונג זאל צופאלן, און ווי אלע ווייסען, אז ער וועט נאר קענען אויפשטעלן אן אייגענע רעגירונג, אויב נעמט ער אריין די אראבער.
* ווי זאגט איהר? אגב, דאס וואס ער האט נעכטן געטון איז א שענדליכער אקט, און ווייזט ארויס קלאר אז ער וויל יא אדער כאמאס אדער עבאס...
דאס איז צענטעריש אדער לינק?
אגב.
וואס מיינט צענטעריסט?
עס איז נאר א טאלקינג פאוינט, גארנישט מער.
דער וואס איז געזעצן חדשים לבקרים מיט מאכמוד אבאס און געארבעט העפטיג און טעטיג צו פארריקן די צוויי שטאטן לעזונג - ער איז א צענטעריסט?!?!?
בעני גאנץ איז לינק.
לינק.
לינק.
ער פראבירט זיך צו פארקויפן אלס צענטעריסט כדי צו באקומען נאך אפאר שטימען אבער איינער וואס רעדט לינקס, טוהט לינקס און פארקויפט לינקס איז ווארשיינליך לינקס.
די אמת איז אז מדינת ישראל איז שוין לאנג נישט צוטיילט צו רעכטס אדער לינקס
די היינטיגע פאליטיק ווערט גערעכנט לויט די ר''ב און רל''ב
די מחנה הר''ב - רק ביבי זענען די רעכטע ליכוד, ציונות דתית, עוצמה יהודית, ש''ס אגודה .
די מחנה הרל''ב - רק לא ביבי - זענען די עקסטרעמע לינקע ווי עבודה, מרץ, יש עתיד, און די א''ג צענטעריסן ווי המחנה הממלכתי, די אמאליגע רעכטע וואס האבן פארקויפט זייער אידעאלאגיע למען בצע רל''ב - ישראל ביתינו, תקוה חדשה הימין הממלכתי,
די אראבער זענען מער נוטה צו די רל''ב לאגער - רע''ם, חד''ש תעל און בלד.
די מידיע פראבירט צו שטופן בעני גאנץ און אים אהערשטעלן אלס צענטעריסט און די פאסיגע קאנדידאט איבערצונעמען נתניהו - אבער די איזראעלי בירגער קויפן נישט אפ די לאקשן, אויב א שוואכעלינג א צענטעריסט איז שוין בעסער ביבי נתניהו וואס ער איז אין פאקט דאס וואס די מידיע פראבירט צו פארשטעלן גאנץ.
דאס איז אביסל א טיפע געדאנק אבער עס איז גאר אמת.
בעני גאנץ ווערט פארלוירן ווען מ'פרעגט אים אפן און גראב וועגן א פאלעסטינער לאנד, ער קען נישט לייקענען אבער ער קען אויך נישט ארויס זאגן קלאר אז ער שטיצט אזא געדאנק.
ער פראבירט זיך אהערצושטעלן אלס די מעסיגער רוהיגער - אבער אין פאקט איז ער א לינקע שלאנג וואס וואלט אלעס אוועקגעגעבן פאר די פאלעסטינער בעבור נזיד עדשים א נובעל פרייז פאר שלום...
משא''כ נתניהו וואס פראבירט זיך פארצושטעלן אלס רעכטער - ער איז גאר די מעסיגער, ער האלט אן די באלאנס צווישן די רעדיקאלע בן גביר און סמוטריטש און די מער רוהיגע ליכוד'ניקעס און די פרומע פארטייען וואס זענען אויסדריקליך נישט רעכט בכלל.
נתניהו האט אויך באוויזן זיך צו צושטעלן צו די בעני גאנץ חברה פאר לאנגע תקופות.
בעני גאנץ זיצט שוין אין די נתניהו רעגירונג פאר א שיינע שטיק צייט, סיי די קאראנע רעגירונג און סיי די יעצטיגע מלחמה רעגירונג.
בעני און ביבי פירן דאס זייער שיין צוזאמען און די נאנטע ווייסן צו זאגן אז זייער טעכנישע צוזאמענארבייט איז פראקטיש און טויגליך.
דא עקא
די וועלט פירט זיך דאך פאליטיש און ביידע זייטן דארפן צופרידן שטעלן זייער פאליטישע באזע, גאנץ מוז פאליטיש קלאגן און קרעכצן אויף נתניהו, ווייל אויב איז אלעס זיס און שיין - דאן איז ער א געהעריגע משת''ף א פארשאלטענע ביביס'ט! און אויב וועט ער פארפלעקט ווערן בזוהמת הביביזם דאן וועלן זיינע אנקעטעס ניט זיין אזוי שמייכלדיג.
במילא מוז דער גאנץ ארויס קומען א יעדע שני וחמישי און פליקן די שותף נתניהו - ווער עס האט מיטגעהאלטן זיינע דעקלעראציעס זינט זיין אנשליסונג אין די מלחמה רעגירונג וועט זען ווי ער חזרט איבער די זעלבע אויסגעדראשענע געדאנקען ווי "ער מאכט זיכער אז די באשלוסן ווערן נישט געטריבן פון פאליטישע אינטערעסן"
"די נתניהו חברה זענען שלעכט, רעדיקאל, מ'ברויך זיך אויפפירן דרך ארץ'דיג צו די אמעריקאנער"
"ביבי ביבי ביבי ביבי"
גאנץ וועט נישט פארפאסן די געלעגענהייט צו אריין פליקן נתניהו ווען אימער, און די מידיע כאפט זיך ארויף אויף דעם כמוצאי שלל רב - ווייל גאנץ איז זייער איינציגסטע האפענונג צו קענען איבערנעמען נתניהו און זיך דערנענטערן צו א צוויי שטאטן לעזונג - במילא וועלן זיי פארשווארצן ביבי און ארום נעמען גאנץ.
אבער די רעכטע בירגער ווייסן שוין היינט די אמת, טאקע אדאנק די סאציאלע מידיע וואס דעקט היינט אויף און קען פעקט טשעקן אלע מידיע ליגענטס, און אויך א דאנק די פאפולערע עכשיו 14 רעכטע קאנאל וואס ברענגט אריין די נייעס ללא חשש רלב''ת.
און די רעכטע זאגן קלאר אז די מעסיגער איז ביבי און נישט בעני.
די עולם איז טאקע ברוגז אויף נתניהו פארן זיין א שטיקל שוואכעלינג - אבער זיי זענען נאכנישט גרייט אויפצונעמען גאנץ וואס איז אסאך ערגער ווי ביבי, זיי זענען גרייט צו האבן א נתניהו העושה מעשי גאנץ מאשר צו האבן א גאנץ העושה מעשי יצחק רבין.
נתניהו טראץ אלע זיינע חסרונות (און עס איז דא אסאך) איז געבליבן די איינציגסטע אפציע פאר ביזדערווייל און די רעכטע בירגער נעמען דאס אין באטראכט די גאנצע וועג צו די שטים בודקעס.
"תם עידן נתניהו" #204736