אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע צווישן טראמפ און ביידן - זוממער תשפ''ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די דעבאטע !!!
🇺🇲🇺🇲🇺🇲ראטשילד'ס באמערקונגען🇺🇲🇺🇲🇺🇲:

נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
ביידען שוידערליך הייזעריג
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
ערשט ביידן איז הייזעריג
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
ביידען סאונד שרעקליך
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
ביידענ'ס רעדן איז פחדים, הייזעריג און שטיל.
fiena nieas האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:05 pm
Ouch זיין קול איז געפערליך!!!
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:16 pm
ביידן איז הייזעריג אויף @תולה ארץ
שווארמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:20 pm
ביידן איז געפערלעך הייזעריג!
בתר עניא אזלא ענייתא - ביידן האט אנגעהויבן זייער שוואך, ער האט שוין געוויסט פאראויס אז ער איז הייזעריג און אז די שטימע שטימט נישט, אלזא פארוואס האט ער נישט ארויס געבעקט באצייטענס? מ'מעג דען נישט זיין הייזעריג? עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות און כ''ש ביי די נישט שיינע…
ער האט מסתמא מורא געהאט אז די עולם וועט טרייבן ליצנות פון זיין קענסעלעישאן , אבער מאידך גיסא - די יעצטיגע בזיונות איז בעסער?

א גוטע מוסר השכל - אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אינטער.

ענדערשער זיי אפן און האנעסט און קום נישט רעדן אין א צייט וואס דו ביזט אומבאקוועם.

די שטימע זיינער קען פאראורזאכן אז אסאך דעמאקראטישע פארפעלקער וועלן נישט שטימען…
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
ער רעדט שרעקליך שנעל
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
היבש שווער צו פארשטיין וואס ביידען רעדט.
דברי חכמים בנחת נשמעין, אבער זעט זיך אויס אז ווען די ממליך מלכים איז מחליט דאן וועט זיין מסיר שפה לנאמנים וטעם זקנים יקח…
דער הייזעריקער זקן רעדט צו שנעל און דאס איז נישט קיין גוטע קאמבינאציע, מ'קען נישט סיי זיין הייזעריג און ביינזאם זיך יאגן און אריין שלינגען די ווערטער…

עצה טובה קמ''ל - ווען מ'רעדט שטייט דעמאלטס קען די מעסעדזש דערהערט ווערן ווען מ'רעדט שנעל - הערט מען פלעין גיבובי דברים בעלמא.
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:04 pm
אסאך שלאף קען מאכן הייזעריג (אויב די עירקאנדישאן ארבעט)
הולך בטל כישן דמי…

מאנכע זאגן אז זיין אויף פאר צו לאנג קען אויך מאכן הייזעריג, אבער יותר נראה צו זאגן אז שלאפן מאכט הייזעריג מקל וחומר ממיתה, ומה מיתה החמור וואס מאכט מענטשן שטום, ווערטערלאז, כאלם לא ישמע פיו, שינה שהיא אחד משישים שבמיתה דיו אז מ'זאל ווערן הייזעריג.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:05 pm
שלינגט איין ווערטער אנשטאט מעדיצין.
וואס ווילט איר, טראמפ האט דאך נישט געלאזט נעמען די נויטיגע מעדעצינען….
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:05 pm
ביידען מוטשעט זיך מיט די שטימע, אבער געדענקט גוט זיינע ליינס
זכרון תרועה.
אין ה"זכרון" עיקר אלא ה"תרועה" - די וועג וויאזוי מען לייגט אראפ די ווערטער דאס וועט מאכט אויס.
קלוגע מענטשן וואס קעקעצן איבער זייערע דברי חכמה קענען נישט בייקומען שוטים מופלגים וואס לייגן אראפ די דברי הבל אין א קלוגע און קלארע וועג.
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:05 pm
טראמפ איז פריש!
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:06 pm
טראמפ קוקט אויס גרייט און פריש!
רעדט!
פרישקייט איז די סוד!
עמלק האט באוויזן צו שלאגן די אידן אין מדבר דורך רפיון ידים, עצלות און חוסר פרישקייט, ווען א איד פראבירט זיך צו האלטן פריש אין סיי וועלכע מצב ער געפינט זיך נאר - ברענגט עס גוטע רעזולטאטן.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:06 pm
איך ווייס נישט צי טויזנטער אמעריקאנער זענען געשטארבן אין 2020, אבער ווי עס קוקט אויס האלט דער אלטער אינמיטן שטארבן...
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:06 pm
אקעי ביידן איז גאר סליפי.

טראמפ מענאווערט עס גוט אז ביידן זאל מוזן זיין די גאנצע צייט אויף דעפענס.
בעצם די אינקאמבענט האט אלץ די פראבלעם אז מ'מוז זיין די גאנצע צייט אויף דעפענס מ'מוז זיך פארענטפערן.

טראמפ פראבירט זיך האלטן גאנץ ערנסט און מער נארמאל און אהערגעשטעלט. עדאלט.
ווען איינער איז מודה על האמת, ער לייקענט נישט די פאקטן, און זאגט וואס ער האט צו זאגן טראץ וואס ער קען האבן זיינע אייגענע אמביציעס און נגיעות - די עולם טוט דאס שעצן און א ראיה קען מען זען אויף די לייקס….
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:06 pm
טראמפ נעמט קרעדיט אז קאוויד האט נישט צוגעברענגט א גרעיט דעפרעשאן
ווען די מצב איז ביטער איז די איינציגסטע נחמה אז עס קען זיין נאך ערגער…. דאס אז קאוויד איז געווען א דיזעסטער - מיינט נאך נישט אז ס'דארף זיין א ירידה לצורך ירידה… מ'ברויך אפשטעלן די חורבן און נישט לאזן נאכגעלאזט ווערן פון די שוועריקייטן.
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
ביידען איז נישט רוהיג
ומגביה שפלים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:08 pm
זייער אומרוהיג. ער אטעמט שווער
וזהו פשוט, כמובן, ודו''ק.
איך וואלט אויך נישט געווען רוהיג ווען איך שטיי פארשוויצט און הייזעריג און אין פארנט פון מיר שטייט א פריילעכע לץ כטוב לב המלך ביין…
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
ביידען טענה'ט אז טראמפ האט געהעכערט דעם דעפיציט.
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
רייסט אראפ טראמפ וועגן אפגאניסטאן.....
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
טראמפ איז ערנסט
ללמדך:
מ'טאר נישט מקל ראש זיין אין די בר פלוגתא'ס טענות, אז איר ווילט אוועק מאכן און גוט אפענטפערן די טענות פון די צד שכנגד דאן הער גוט אויס יענעם טענות ערנסט ובכובד ראש.

אין די פארגאנגענהייט האט טראמפ אוועקגעמאכט די גאנצע ביידן געשטאלט - און עס האט אים אפגעקאסט א פרייז, ווען עס קומט צו ענטפערן ברויך מען געדענקען דעם ''ענה כסיל כאיוולתו''
—--
און צומאל דארף מען אויך נוצן די אנדערע פסוק פון "אל תען כסיל כאיוולתו''
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:07 pm
מיין הארץ גייט אויס פאר ביידען ער סאונד מוראדיג דערשראקן
הוי דורש בשלומה של מלכות, כלל ישראל רחמנים בני רחמנים, דא האבן מיר א ניק וואס דרוקט אויס סימפאטיע געפילן פארן זקן ויושב במלוכה וואס האט זיך בטעות געטראפן מיט א ישיבה גדולה בחור וואס זוכט פאן…
יאפ, ביידן איז געווען א ביטערע רחמנות! ער איז אפגעקומען מיט די שוי און ער איז שוין גרייט צו זאגן רבי עקביה בן …
(שפעטער האט ער טאקע גענוצט די "הסתכל בשלשה דברים" סטארטעגיע , נאמבער וואן, נאמבער טו …..)
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:08 pm
טראמפ איז זייער פרעזידענטיש
מזלי' חזי - נאכן זען ביידן בנוולותו פארשטיי איך טראמפ פארן זיך זען בעיני רוחו אין די אוועל אפיס…

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:10 pm
טראמפ
בעסטע עקאנאמיע האבן מיר געהאט
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:10 pm
טראמפ האלט זיך צו זיין מעסעדזש, זיינע זאטע יארן
להבדיל אא''ה - יוסף הצדיק ע''ה האט זיך אויך צוגעגרייט אין די 7 פעטע יארן גענוג סחורה אז עס זאל זיין צו שפייזן די פאלק פאר די הונגער יארן.
ווען מען קוקט אויף די פולע זייט פון די גלאז, איז מען שטארק און פאוערפול.
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:11 pm
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:10 pm
ביידן; איך בין די איינציגסטע פרעזידענט אין די לעצטע צען יאר וואס קיין איין אמעריקאנע זעלנער איז נישט אומגעקומען…
א פלאכע ליגענט
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:23 pm
ביידען זאגט איין ליגענט נאך דו אנדערע.
זיידי, לא כך כתוב בתורה? "מדבר שקר תרחק"....
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:11 pm
מער מענטשן האבן געשטארבן אונטער ביידען טראמפ זאגט
יאפ, עס איז נישט קיין חכמה צו אנטלויפן און לאזן די וועלט איבערגעקערט און זיך באהאלטן אין א קעלער אני את נפשי הצלתי… ווען ביידן וואלט געהאט די שכל צו נוצן די שטארקע אמעריקאנע ארמיי צו האלטן די וועלט סטאביל - וואלט ער אפשר נישט געקענט זאגן זיין ליגענט אז קיין איין סאלדאט איז נישט געשטארבן אינטער זיין זייגער אבער טראמפ וואלט אים נישט געקענט ענטפערן זיין ביטערע שארפע ענטפער.
איין האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:12 pm
טראמפ האט נאכנישט דערמאנט ביידען ביים נאמען
טאקע נישט שיין… א**** רופט מען ביים נאמען כידוע….

(שפעטער האט ער שוין יא דערמאנט די נאמען)
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:12 pm
ביידן. טויזענט טריליאנערן אין אמעריקא.
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:13 pm
ביידען: אונז האבן טויזענט טריליאנערס אין אמעריקא.
אמן!!!!!!!!
—-----
מיט די היינטיגע אינפעלאציע וועט מען טאקע דארפן נוצן א ביליאן דאלער צו קויפן א זעקעלע ברויט - דאן זענען מיר טריליאנערן….
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:13 pm
ביידן האט געכאפט א שטאלפעריי
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:13 pm
ביידען קעקעצט... מאדערעיטאר ראטעוועט.
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:13 pm
ביידען קעקעצט אריין...
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:13 pm
ביידען איז א חורבן!
פארגעסן וואס ער וויל זאגן, געהעריג.
יאפ, דער האט פארשפילט די דעבאטע, האט פארגעסן צו זאגן תפילת הדרך… ארי סאמעט אלערט… וואס 15 סעקונדעס קען אנמאכן פאר א בן אנוש ה''י…
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:14 pm
איי העוו סין ענאף:
טראמפ געווינט די דעבאטע
קלוגע מענטשן כאפן אויפן ווינק, אבער דא איז עס קלאר כשמש בצהריים! ביידן האט עס פארלוירן.
כשישאלך אדם אל תגמגם - אבער ביידן זעט זיך אויס פסק'נט נישט ארויס פון גמרא…
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:16 pm
ווארפט צוריק די בול אויף די דעמאקראטן איבער עבארשן
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:20 pm
וואף טראמפ האט סוקסעספול איבערגעדרייט די דיסקאסיע פון עבארשן איבער די דעמאקראטן'ס עקסטרעמע בליק אויף עס.
די בעסטע קלאפ איז ווען משלאגט צוריק דעם פיינט מיט די זעלבע שטעקן.
קודאס טראמפ.
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:20 pm
ביידען שאקעלט זיין קעפעלע רעכטס און לינקס...
לאות מחאה...
כל עצמותי תאמרנה…
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:21 pm
ביידן רעדט יעצט שטארק. זעט אויס אז דעיס האט ער זיך גוט אנגעגרייט.. עבארשען.
מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:21 pm
קיין דעבאטע!

א שיינע ספיטש פון פרעזידענט טראמפ.

שכוח סי ען ען.
ריכטיג, און די שיעור איז בעסער פארשטענען געווארן דורך די שאלות ותשובות על דרך הפלפול ע''י התלמיד המאכט קרום את רבו….
א שיעור בדרך שאלה ותשובה איז א שטארקע מהלך אין הסברה.
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:21 pm
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:20 pm
וואף טראמפ האט סוקסעספול איבערגעדרייט די דיסקאסיע פון עבארשן איבער די דעמאקראטן'ס עקסטרעמע בליק אויף עס.
ביידען טרייט צוריק צו דרייען

האט גראדע געענדיגט גאנץ שטארק האבענדיג די לעצטע ווארט
להודיע כוחה של לעצטע ווארט.
אסאך מענטשן זענען זיך מוסר נפש צו האבן די לעצטע ווארט - יעצט קען מען זען אז יש דברים בגו.
זייטיגע נאטיץ
מעטא האט צוגעלייגט די רעאקציע אפציע אין די פאפולערער וואטסאפ עפפ צוליב דעם וואס מענטשן פלעגן זיך אלס מוטשענען מיטן לעצטן ווארט סטראגלל, פסיכאלאגיש וויל א מענטש זיין דער וואס שרייבט די לעצטע ווארט און אזוי פלעגן זיך ציען ענדלאזע שמועסן
א גוטע נאכט

זיסע חלומות

שלאף געזונטערהייט

יו עס וועל

GN

וכו' וכו'

די רעאקציע אפציע געבט די פילינג פאר די עקשנים אז זיי האבן אויסגעפירט.
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:23 pm
טראמפ האט יעצט אראפגעריסן ביידן אז ער ווייסט נישט וואס ביידן האט יעצט געזאגט און ער גלייבט אז ביידן ווייסט אויכט נישט וואס ער האט געזאגט.
אסאך מאל בלויז צו דערציילן די פאקטן איז די בעסטע ליצנות.
שבעת המינים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:23 pm
טראמפ האט פראבירט צוריקצוענטפערן בנוגע די רציחה ביל, די מייק האט זיך אויסגעלאשן...
ונפשו יצא בדברו…
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:24 pm
ביידן זאגט פאר טראמפ
דו זאגסט ליגנט
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
ביידען: אלץ וואס ער האט געזאגט איז ליגענט !!!
כל הפוסל במומו פוסל…
חכם ממה נשתנה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:24 pm
א צומישטע צוקריצטע סידי... דיע ביידן
@וויכטיג מאכער
ווען איז ליע עוועניו פאוטא אפן?
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:25 pm
די איינציגסטע מענטשן וואס אונז האבן געהארגעט איז באגדאדי און סולימאני. ער הארגעט אמעריקאנע איינוואוינער
א שטארקע ליין זיינער!
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:25 pm
טראמפ גאר גוט
ווארפט אריין עמאושאן
רחמנא ליבא בעי.
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:25 pm
ביידן זעט יעצט אויס אביסל פארלוירן, נאכדעם וואס טראמפ ענפערט אז זיינע אימלאגאלע אימעגראנטן הארגענען אונזער סיטעזענס.
איז מעגליך אז ער ווערט ערשט יעצט געוואר די נייעס?!?!
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
ביידען זאגט פאר טראמפ אז ער איז א סאקוכ און א לאזיר
סאקוכ? לאזיר?
וועלעכע שפראך איז דאס?
מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
סאקערס און לאזערס
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
ביידן זאגט אז טראמפ איז א לוזער און א סאקער.
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
דו ביסט א סאקער, דו ביסט א לוזער: ביידען צו טראמפ.
חכם ממה נשתנה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:27 pm
ביידן: די ביסט די דאדא, נישט מיין זון...
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:28 pm
טראמפ איך האב נישט געזאגט סאקערס אין לוזערס אויך די וועטעראנס. ביידען איז א ליגענער.
סאקער לוזערס האקט.

זיי האבן געהאט צייט צו שפילן סאקער אינמיטן די דעבאטע נייס…
חיים יצחק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:28 pm
ברענגט ארויף האנטער
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:28 pm
טראמפ אטקירט ביידעל וועגן האונטער
חד אמר - לא יומתו אבות על בנים
וחד אמר - שותא דינוקא בשוקא או דאבוה או דאימיה.
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:28 pm
ביידען וויל נישט מוחל זיין טראמפ
סאונדט ווי די בולי טאטע וואס קומט אריין צו שטורעמען אין חדר "העי! דו! דו האסט זיך דערוואגט צו טשעפענען מיין משה'לע????
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:30 pm
טראמפ זאגט ווען ער וויילט געוועהן פרעזידענט וואלט דו מלחמה און אוקראנא נישט געשעהן.
וזהו פשוט, די בחורים מאכן קונצן נאר ווען די ראש ישיבה פארט קיין לאנדאן צו א חתונה.
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:31 pm
טראמפ האלט אז פוטין איז אריין אין אקריינע פשוט ווייל ער האט געזען וויאזוי ביידן האט געהענדלט אפגאניסטאן
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:32 pm
פוטין האט געזען ביידען'ס אפגאניסטן איז ער אריין קיין אוקריינע
מאכט אסאך סענס.
—-----
הגם איך האב חברים וואס זענען אריין אין אוקריינא אסאך פאר אפגאניסטאן אבער שוין…
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:31 pm
טראמפ רעדט פין חאמאס אינוואדירונג אין מד"י. זאגט אז ביידען איז שולדיג פארן שטיצן איראן.
יאפ, ועי' באריכות אין די אשכול מיינער…
נאמן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:32 pm
טראמט וועגן ביידן: די גאנצע וועלט בלאזט זיך אויף וועגן עם!
ליידער אמת לאמיתה.
טראמפ פאנגט אן קומען צום ווארט.
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:33 pm
טראמפ - זעלענסקי איז די בעסטע סעילסמאן
יעדע מאל ער קומט אהער פארט ער אהיים מיט 60 ביליאן דאללאר
א שטארקע ליין!!

שווארמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:34 pm
ביידן: כ'האב אין מיין לעבן נישט געהערט אזויפיל שטותים
אין די ווייסע הויז וואטשט מען נישט CNN??
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:34 pm
איך וועל מסדר זיין די אוקריינע מלחמה נאך בעפאר איך קום אריין אין אפיס
דאס איז א שווערע אונטערנעמונג!
חכמים הזהרו בדבריכם.
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm
ביידן. די איינציגסטער וואס וויל ווייטער די מלחמה איז כאמאס
מודה ועוזב ירוחם.
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm
מאדרעטער: איזרעיל האט געברענגט יומענטערי קרייסעס אין עזה.........
חוצפה ועזות שאין כמוהו!!!!
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:37 pm
טראמפ זאגט אז דו מלחמה מיט גאזא זאל ווייטער גיין.
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:38 pm
טראמפ זאגט אז מען דארף לאזן מדינת ישראל ענדיגן די דזשאב.

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:37 pm
טראמפ: ביידן איז געווארן ווי א פאלעסטינער אבער די פאליסטענער גלייכן אים בכלל נישט...
ציפעדיג שטארק!
דאס איז לענ''ד די ליין פון די דעבאטע!
ווען די לינקע לאגער וואלט דאס פארשטאנען וואלט די וועלט געשטאנען אסאך שענער און בעסער!
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:40 pm
JAN 6
יאפ, עס איז געקומען די צייט צו צאלן די ביללס...
לאמיר זעהן וועלעכע קארטל ער גייט נוצן.
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:41 pm
טראמפ: אום דשעניוערי 6 אונז אונזער גרעניץ געווען פארמאכט, מיר זענען געווען רעספעקטירט! היינט איז אמעריקע אראפגעקוקט!
חתונות טרעפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:40 pm
טראמפ זאגט Jan 6 איז געוועהן א גיטע באודער.
חיים יצחק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:40 pm
ענטפערט גוט וועגן יאנואר 6!!!!!!!!
נאקאוט!
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:41 pm
טראמפ דרייט זיך גוט ארויס מיט JAN 6
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:41 pm
טראמפ האט מיך געהעריג געמאכט לאכן...

דזשען 6? מ'האט געהאט א גוטע לאנד, היינט איז עס א דיזעסטער....

נאכאמאל, קענסט ענטפערן? נענסי פעלאוסי...

קלאוני וואס ער איז.
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:41 pm
טעפער לאזט זיך נישט
די גראסערי מאן טענה'ט אז די באלאנס איז שוין עלטער ווי 30 טעג... טראמפ, מען דארף צאלן!
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:41 pm
ברענגט ארויף די לעצטיגע פעלאוסי ווידיא איבער איר רעספאנסיביליטי איבער ינואר 6
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:42 pm
טראמפ זאגט אז ער האט געזאגט אז מען זאל זיין פיספול. ער דרייט אויס דעם שולד צו פעלאוסי וואס האט לעצטנס גענומען פאראנטווארטליכקייט דערויף.
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:42 pm
איך האב געאפערט 10,000 נעשענעל גארד, און מ'האט אפגעזאגט. פעלאוסי האט געזאגט פאר איר טאכטער אז ס'איר שולד.
אז טעפער איז שואל כענין דאן איז טראמפ משיב כהלכה

ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:43 pm
שטעלט זיך ארויס אז די סטראטעגיע פון טראמפ ארויסצוהייבן ביידען'ס מענטאל סטעיט און אלטקייט, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א הילכיגער סוקסעס.
זעט זיך אויס אז טראמפ איז נישט מקפיד אויף הזהרת חז''ל "המתכבד בקלון חברו"...
חיים יצחק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:43 pm
ווער עס האט אנגעגרייט טראמט קומט זיך א מעדאל!
🏅🏅🏅
עצי היער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:43 pm
די פארלאשענע מייק העלפט טראמפ ביי פאר...
ולא מצאתי לגוף יפה משתיקה…
חברונער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:45 pm
עעענדליך

ביידען: קאנוויקטעד פעלאן!!!
דערמאנט מיר די מעדזשישאן וואס האט אנגעזעצט א דורכגעפאלענער לאנגווייליגער שוי און פראבירט זיין לעצטע טשאנס מיט די לעצט פארבליבענע האזל וואס קריכט ארויס פון די הוט…
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:48 pm
xxxxxxxxxxxx
כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע…
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:57 pm
ביידן קעקעצט געפערליך ביים רעדן פון שווארצע
דאס איז נאר פון רעדן פון זיי, שטעלט אייך פאר זיי צו טרעפן אין א טונקעלע גאס אין וויליאמסבורג 2:00AM בררר…
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:01 pm
קליימעט טשעינדזש, אלע אידעלעך קענען לויפן דאווענען מעריב…
משיב הרוח ומוריד הטל.

סארא נארישע פראגע... וואס קען א פרעזידענט טוהן צו טוישן די קלימאט? פארן מיט א לעקטעריק באס?
מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:03 pm
הערט נישט אויף מיט דעי איידיע..
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:07 pm
וואס גייט פאר מיט די איידיע
corn pops האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:10 pm
די איידיע!
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:10 pm
ביידען; נאמבער וואן די איידיע… נאמבער טא די איידיע…
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:13 pm
#די איידיע
ר' זעקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:27 pm
די איידיע שתי פעמים
די איזראעלי מיליטער ווארטזאגער האט דאך שוין געזאגט אז
כאמאס איז אן איידיע...

כאמאס זה רעיון…
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:06 pm
ביידן'ס נאז קראצט. אקעי.
ער האט דאך אן עכטע, ביי טראמפ איז אלעס פעיק נאז.
לעמאן סאדע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:07 pm
ריקאלע קענדיס האט איינער
סאררי! די ביידן/העריסס קאמפיין טיעם האט אלעס אויסגעקויפט.
ריעל ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:22 pm
ווערן געפרעגט איבער זייער אלטקייט.

ביידען: קוק נישט אויף מיין עלטער, קוק אויף וואס איך האב געטון, צוריקגעדרייט דאס לאנד פון די דיזעסטער וויאזוי ער האט עס מיר איבערגעגעבן.
קוק נישט אויף די לעכער, אמת אז די רעקל האט א שיינע קאליר??
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:28 pm
טראמפ: קים יאנג אן, זשימפינג, פוטין, קיינער רעספעקטירט נישט ביידן. ביידן גייט אונז ברענגען צו א דריטע וועל מלחמה.
יאפ, ווען הונט שמעקן שוואכקייט קומען זיי צו לויפן.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:33 pm
איך מיין אז מען קען דערקלערן כינע די געווינער פון די דעבאטע, ווייל דאס מיט וואס ביידען איז אנגעשטעקט פאקט איין קאוויד-19 צען מאל.
גענאגלט!

און צום שלוס - נישט פארגעסן
@הכל הבל

תושלב''ע!
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום פרייטאג יוני 28, 2024 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

גוט, גוט!
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5392
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@ראטשילד שיק אריין א קוויקפעי פאר די צען מינוט וואס האט געדויערט צו טרעפן מיין תגובה…
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

יוש ביזטו גוט.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5763
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פאר יעדע ליין עקסטער דארפסטו באקימען פיפציג לייקס...
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 9:50 am
פאר יעדע ליין עקסטער דארפסטו באקימען פיפציג לייקס...
נישט וויכטיג, ענדערשער דריק די סובסקרייב קנעפל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

פיין! ביסט זייער גוט און קלאר!
# שוואכער_איז_אוט
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”