Re: אחשוורוש און ראטשילד'ס אנאליזן ווינקל. פילט פריי צו קאמענטירן.
נו, ווי הייבט מען אן?ראטשילד האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:33 pmדיין צווייטע לעזונג איז די ריכטיגע.פראקטיש האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:31 pmאיך הער דיין מיינונג אבער איך וואלט געשטימט אין נ. י. פאר איינעם וואס איז גוט פאר נ. י., נישט פאר נ. דזש. אדער פל.ראטשילד האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 30, 2024 2:16 pmשטארק.
אבער דו און איך ווייסן אז מדינת ישראל איז אומאפיציעל איינע פון די אמעריקאנע שטערנס.
טאקע א קליינע, מאכט אסאך טראבל, אבער דאך איז זי א לאנד וואס פארנעמט א מקום מכובד אין די אמעריקאנע פאליטיק.
איך וואלט נישט געגאנגען שטימען פאר א לאקאלע פאליטיקאנט וואס קען מיר מכלומרשט ארויסהעלפן לאקאל (הלוואי) אבער פון די צווייטע זייט וועלן מיינע ברודער אין ארץ ישראל ליידן מער צרות צוליב די פאליטיקאנט.
אלעס איז ביד השם, נישט נתניהו און נישט ביידן'ס 'ציונות' האבן און וועלן ראטעווען די שארית ישראל - אבער בידים גיי איך נישט אריין וועלן איינער וואס שטעלט זיך אומאפיציעל/אפיציעל צו די זייט פון די שונאי ישראל.
די אמעריקאנער פרעזידענטליכע פארמעסט איז ניט קיין פארגלייך צו די ירושליימע ראש העיר פארמעסט.
All politics are local.
אגב, לויט די סברא פון מאנכע אז אמעריקע דארף מער צוקומען צו איזראעיל ווי פארקערט וואלט די איזראעילי וויילער יא ווען געמעגט זיך רעכענען מיט די אמעריקאנער אידן ברגע האמת.
מ'קען רעדן און רעדן אן אויפהער, איך בין נוטה פאר קאסטיענסי און אויפריכטיגקייט.
איך רעדט שוין נישט פון די עוולה פון דיו לאיעלטי, א צודרייטקייט שאין כמהו ספעציעל פאר גלות אידן.
אויב איז די איזראעילי אינטערעסן א דיפאקטא אמעריקאנע אינטערעס, דאן זאל גאנץ כלל ישראל אנהייבן מושטען די אינסטאנצן צו פארווירקליכן ר' עמרם בלוי'ס וואונטש אז איזראעיל זאל אפיציעל ווערן א שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן, לע"ע איז עס נישט אפגעזעהן וויאזוי מ'דרייט עס.