ביי די געשפרעכן יעצט מיט כאמאס זעט אויס ווי ס'איז ידם פון כאמאס על העליונה. זיי בעטן אזעלכע אבסורדע זאכן אין אויסטויש פאר משכונות, ווארשיינליך שפירן זיי אז די דרוק וואס קומט פאר אין די מדינה, די פאקט אז משפחות וואס בלאקירן טראקס ווערן אוועקגעפירט מיט צוואנג, און אז נתניהו איז מער באזארגט פאר די עזה ציווילע ווי איידער זיינע סאלדאטן - אויסערדעם וואס די מדינה מאכט נישט קיין שום פארשריט מיט'ן לאקירן משכונות - שפילט גוט אריין אין זייערע הענט.
וואס זענען די כאמאס פארלאנגען?
א באריכט אין די לעבענאזער אלאכ'באר צייטונג, וועלכע איז א שופר פאר די אינטערעסן פון כאמאס און כיזבאללא, האט היינט ארויסגעלייגט וואס זיי האבן באקומען פון איינעם אין כאמאס.
אין קורצן:
1. אפשטעלן די מ"י מיליטערישע אקטיוויטעטן און פון דארט זאל עס גיין שטאפלווייז ביז זיך גענצליך ארויסציען פון עזה.
2. א צייט-אפשניט פון 135 טעג אין 3 שטאפלען, יעדע פון זיי 45 טעג, וואס ביז איר ענדע ועט מען באפרייען משכונות אדער קערפער, אין אויסטויש פון טעראריסטן.
3. אפיציעל און געזעצליך אסר'ן פאר אידן אריינצוטרעטן אויפ'ן הר הבית און מדינת ישראל זאל ארויספיצן פון דארט, ווי ס'איז געווען ביז 2002.
4. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מוז נעמען אחריות צו אויפשטעלן עזה פון פריש.
ערשטע שטאפל (45 טעג) -
1. גענצליכע פייער אפשטעל פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט קלארע הימלען העכער עזה אן קיין שום פלי-געצייג.
2. מ"י מיליטער דארף זיך ארויסציען פון יעדע באוואוינטע פלאץ אין עזה.
3. אין די טעג וועט מען באפרייען די משכונות אונטער 19 יאר (נישט אריינגערעכנט סאלדאטן) און די אלטע און קראנקע משכונות וואס האבן שוין געזאלט באפרייט ווערן ביים לעצטן אויסטויש, און מ"י דארף באפרייען אלע פאלעסטינער ארעסטאנען אונטער 19 יאר אדער העכער 50 און אלע קראנקע + 1500 כאמאס טעראריסטן וועמען כאמאס וועט אויסקלויבן, פון זיי 500 מיט בלוט אויף די הענט וועלכע זיצן לעבנסלענגליך.
4. מ"י דארף זיך פארפליכטן נישט צו ארעסטירן נאכאמאל די באפרייטע טעראריסטן אויף די קלאגעס פארוואס זיי זענען געזיצן ביז יעצט.
5. פארבעסערן די אומשטענדן פון די טעראריסטן אין איזראעלי טורמע, און אראפנעמען אלע שטרענגערע באגרעניצונגען וואס די טורמעס האבן ארויפגעלייגט אויף טעראריסטן זינט די אקטאבער 7 שחיטה.
6. גענצליכער פארבאט פאר אידן אויף די גאנצע הר הבית אומגעגנט, צוריק געבן די פולסטע אויטאריטעט פאר די פאלעסטינער אויפן שטח.
7. טעגליך דארף אריינקומען קיין עזה 'מינימום' 500 טראקס, אין דעם אריינגערעכנט א באדייטענדע צאל פון גאז-טראקס.
8. צוריק קערן אלע פארטריבענע פון עזה אין זייערע געגנטער, און די מ"י מיליטער זאל נישט אפהאלטן קיינעם פון גיין אין ערגעץ אין גאנץ עזה.
9. עפענען אלע דורכגענג אין עזה און אדורכלאזן סיי וועם און סיי וואס, מענטשן, טראקס וכו', אן קיין שום אונטערזוכונג און אן קיין שום באגרעניצונג.
10. מ"י דארף צושטעלן בוי-מאשינען און מאטריאל צו אויסרייניגן אלע חרוב'ע געגנטער, מעדעצינען פאר די כאמאס געזונטהייט מיניסטעריום, און 'זעלבסט-שוץ מיטלען' פאר די ציווילע אין עזה.
11. מ"י דארף איבערבויען און פאררעכטן אלע שפיטעלער און עסן-געשעפטן איבער גאנץ עזה וואס די מדינה האט געשעדיגט.
12. צושטעלן 'אלע הומאניטארישע געברויכן' וואס די פלטים דארפן, אין דעם איז אריינגערעכנט 60,000 צייטווייליגע הייזער און קאראוואנען פאר מינימום 15,000 דאלער א וואך, און 2000,000 געצעלטן א וואך פאר מינימום 50,000 דאלער א וואך.
13. מ"י דארף פאררעכטן אלע וואסער, לעקטער און אינטערנעט ליניעס וואס זיי האבן געשעדיגט איבער גאנץ עזה.
14. מ"י זאל צושטעלן א רעאליסטישע פלאן צו איבערבויען אלע הייזער, געשעפטן און פאבריקן וואס זיי האבן געשעדיגט, אלעס מוז שטיין אין דריי יאר פון ווען די אפמאך גייט אריין אין קראפט.
15. באנייען אלע הומאניטערישע געברויכן פאר אלע איינוואוינער פון עזה, און בעיקר צוריק געבן אלע איינגעפרוירענע געלטער פון לענדער וועלכע מען האלט אפ פון אונר"א, און אונר"א דארף צוריק ווערן די זעלבע ווי איידער די אקטאבער זיבן אטאקע.
16. מ"י זאל צושטעלן סאלאר סטאנציעס אין אלע געגנטער אין עזה.
17. מ"י איז פאראנטווארטליך צו צאלן און בויען די לעקטער, וואסער און גאז פייפליינס איבער גאנץ עזה.
18. זיך אראפזעצן צו געשפרעכן פאר די קומענדיגע צוויי שטאפלען.
19. מען וועט נישט באפרייען קיין משכונות ביז ווילאנג די אלע 18 סעיפים ביז אהער וועלן נישט אריינגיין אין קראפו. מצרים, טערקיי, קאטאר, רוסלאנד און די יו-ען דארפן נעמען אחריות אז אלעס אינעם אפמאך ווערט אויסגעפירט.
עד כאן די ערשטע שטאפל.
די צווייטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:
1. צוענדיגן אומדירעקטע געשפרעכן איבער א גענצליכער פייער אפשטעל
2. איידער עס איז נישטא קיין אפמאך איבער א פראמינענטע פייער אפשטעל פון א לענגערע צייט וועט מען נישט באפרייען קיין משכונות וואס זענען מענער העכער 19, און יעדער משכון וועט דארפן אויפגעטוישט ווערן מיט א גרעסערע נומער פון טעראריסטן, וועלכע כאמאס וועט פארלאנגען זייער באפרייאונג.
3. מדינת ישראל מיליטער מוז שוין זיין דעמאלט גענצליך אינדרויסן פון עזה.
4. די פאקטישע אויבערבוי ארבעט מוז שוין זיין אין קראפט.
די דריטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:
1. אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ארבעטן אויף אן אויסטויש פון קערפער פון מ"י משכונות און טעראריסטן.
--
איך מיין אז נאכ'ן זען די תנאים פון כאמאס קען מען קלאר זאגן: די מדינה איז דורכגעפאלן מיט זייער דרוק אפעראציע.