פאסיגע פארשלאגן צו מאכן דאס מערסטע באקוועם פאר @הכל הבל און פאר גאנץ אייוועלט
איך האלט אז @הכל הבל איז גערעכט מיט זיין טענה אז אשכולות ווערן פארדרייט, די פראבלעם איז אבער אז אפילו די געבעטערייען העלפן פאר אפאר טאג פאלט עס כסדר צוריק מיט נייע אומוויסנדע ניקים אדער מיט א ניק וואס קען זיך נישט באהערשן ווען עס זעט איין סארט נייעס איבער די צווייטע, וואס ברענגט כסדר גערעכטע צער פאר ידידינו הרב הבל און ער בעט זיך כסדר אבער עס העלפט נישט, ממילא ווערט מען נאך מער אויפגעגעסן.
איך וואלט פארגעשלאגן אז אנשטאט עפענען אסאך בלויז נייעס און באזונדערע קאמענטארן אשכולות אויף יעדע נושא באזונדער זאל מען עפענען א אשכול ווי בלויז @הכל הבל האט די אויסשליסליכע שרייבן רעכטן גענוי ווי מען האט געטון ביי די וואלן אפדעיטס, און עס זאל זיין נאך איין הכל הבל קאמענטארן אשכול וואו דארט זאל מען קענען קאמאנטירן אויף די אומצאליגע געשמאקע נייעס וואס הבל ברענגט.
די בלויז הבל נייעס אשכול גייט האבן שווערע טויזנטער באזוכער יעדן טאג!!!
דער עולם איז מיט מיר??