איך קען נישט מער!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
העלדישער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:29 am
לאקאציע:איבעראל

איך קען נישט מער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלדישער »

סקומט שוין נאך א יום הדין! נאך א טאג וואס דער קעניג נעמט ארויס די ספרי הזכרונות און גייט דן זיין וויאזוי די נעקסטע יאר זאל אויסקוקן, און איך שפיר ווי איך וויל אז די ערד זאל צוריק אויפמאכן קורח'ס לאך און מיר איינשלינגען.

איך געדענק מיר נאך שטיין פאריאר ראש השנה זיך אויסבעטן א גוט יאר, און צוזאגן אז דאס יאר קומט אזאנס וואס איז נאכנישט געווען.
א יאר וואס מגייט לערנען און דאווענען ווי עס ברויכט צו זיין,
א יאר וואס מגייט בלויז טוהן מצוות ומעשים טובים,
א יאר וואס מגייט ניטאמאל צולייגן א אויער צו וואס דער יצר הרע האט צו פארקויפן,
א יאר וואס מגייט טוהן נאר גוטס און ברענגען א נחת רוח פאר אונזער טאטע אין הימל.

און ליידער וויאזוי האט עס באמת אויסגעקוקט?
וויפיל מאל האט מען אויסגעקליבן צו האבן א געשמאקע שמועס אנשטאט לערנען?
וויפיל מאל האבן אונז געהאט עפעס זייער וויכטיג צו ערלעדיגן, אדער סתם אזוי נישט געהאט קיין נערוון און דאס דאווענען האט אויסגעקוקט ווי די סעודת המפסקת?
וויפיל מאל האבן אונז געטרעטן אויף די תורה מיט אלע פיר פיס?
וויפיל מאל האבן די יצר הרע'ס ווערטער אויסגעקוקט אזוי גלאנציג און אונז זענען ליידער דורכגעפאלן?
וויפיל מאל האבן אונז מצער געווען דעם השי"ת וואס הערט נישט אויף צו טוהן גוטס מיט אונז אפילו אונז באצאלן אים מיט א מעסער אין רוקן???

אבער טאטע אין הימל די ווייסט דאך יא אז ווען איך האב געזאגט די ווערטער פאריאר האב איך עס אמת׳דיג געמיינט, איך האב באמת געפלאנט ס'זאל זיין א קנאקעדיגע יאר, און איך האב עכט געוואלט טוהן נאר דאס וואס מאכן דיר א נחת רוח.
אבער די האסט באשאפן א ברענעדיגע יצר הרע, א מלך זקן וכסיל וואס קען גוט די מלאכה און ווייסט וויאזוי אונז אריינצוכאפן אין זיין נעץ. און נאר די ווייסט ווי שלעכט א איד פילט זיך נאכן טוהן א עבירה, וויפיל הארץ וויי עס ברענגט אים, און ווי שטארק ער זאגט זיך צו אז די קומענדיגע מאל גייט ער זיך נישט לאזן.

ליבער פאטער יעצט קומט נאך א יום הדין, וואס דאס מיינט אז ס'קומט נאך א בארג פון "אמת'ע" חרטות און קבלות, און לויט ווי די רעקארד ווייזט האב איך שוין מורא צו בעטן צופיל, ווייל איך גיי נישט קענען איינהאלטן מיינע צוזאגונגען, דערפאר בעהט איך דיר טייערע טאטע העלף מיר ארויס אין די ביטערע מלחמה, ווייל ער איז אסאך שטערקער ווי מיר, און אן דיין הילף בין איך א נישטיגע פליג.

אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה!!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: איך קען נישט מער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

העלדישער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:43 pm

יעצט נעם איך מיך שוין נישט אונטער קיין קנאקעיגע יאר, ווייל איך ווייס שוין אז סיי נישט דאס בעטסטו פון מיר און נישט אז איך קען עס באווייזן. וואס יא? איך זאל כסדר ארבעטן ווייטער און זיך שלאגן מיט מיין יצר הרע מיט'ן גאנצן כח, וויסנדיג אז אן דעם רבונו של עולם קען איך טאקע גארנישט, אבער מיט אים קען איך אלעס. און אז ווי מער איך וועל לויזער מאכן מיין עקשנות'דיגער עגא, אלס מער וועל איך זען דעם אייבערשטנ'ס כח אויף יעדן טריט און שריט. און יא, דעמאלט וועל איך זיכער טון דאס וואס השי"ת וויל פון מיר און נישט דאס וואס איך רעד מיך אליינס איין.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5238
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: איך קען נישט מער!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שטעכעדיג!
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”