אייוועלט 2.0! והכל (הבל) על מקומו יבא בשלום
לאור דעם סומאטאכע ארום @הכל הבל
פארלאזן אייוועלט ח"ו היל"ת.
איך טראכט פון א שטארקע געדאנק וויזוי מען קען מסדר זיין די פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל און איך מיין אז יעדער וועט זיין צופרידן, עס וועט גרינגער מאכן פאר די שרייבער, ליינער, און קאמאנטירער...
בעסיקלי, יעדע תגובה וואס ווערט געשריבן דארף דער שרייבער דריקן א קנעפל פארן פאוסטן אויסוועלנדיג צו די געשריבענע תגובה איז רעלעוואנט צו די נושא האשכול אדער איז א קאמענטאר/דעבאטע וואס פארט אוועק אביסל.
יעדע אשכול זאל האבן א טאגגל סוויטש נעבן דעם אשכול קעפל וואס יעדער ליינער קען אנצינדן אדער אויסלעשן פאר זיך, אויב אנגעצינדן וועט עס ווייזן בלויז רעלעוואנטע תגובות פונעם נושא האשכול און אויב אויסגעלאשן וועט עס זיין אזוי ווי ביז היינט ווייזענדיג אלע תגובות. בעסיקלי אן עדווענסד פילטער וואס צינד זיך אן און לעשט זיך אויס גרינג און פילטערט די feed.
דאס מיינט אז א נייעס אשכול וואס קען יעצט האבן 100 תגובות און איז נישט געשמאק צו ליינען וועט ווערן א געשמאקע נייעס אשכול מיט 15-20 תגובות מיט א בלויזן דריק אויף א קנעפל.
מיט די מהלך דארף מען אויך נישט קיין 2 עקסטערע אשכולות פאר יעדע פאפולערע אשכול...
וועט העלפן פאר די:
- פותח האשכול; גרינג מאכן צו זעהן די המשך פונעם שמיעס. קענען אדרעסירן רעלעוואנטע תגובות. און אפשר אויך האבן די פערמישן צו קענען טוישן אנדערע שרייבערס תגובות צו אירעלעוואנט/רעלעוואנט אן פילן שילדיג אזוי ווי מעקן.
- קאמאנטירער/דעבאטערער; קענען שרייבן וואס זיי ווילן אן טראכטן 2 מאל אויב זיי פארדרייען די נושא.
- ליינער; קענען ליינען יעדע אשכול וויזוי זיי ווילן, איך פאר מיר וואלט געוואלט זעהן דעבאטעס אין געוויסע אשכולות (נמשל פריימאריס) און אנדערע לאזן בלויז די רעלעוואנט נושא (וועטער, הייסע אנגאוינג נייעס, אא"וו).
- מנהלים; האבן א גריגן אלטערנאטיוו, אנשטאט מעקן וואס קען צומאל ברענגען טענות און טוט אויף וואס עס דארף.
די מעלות זענען פילפאכיג וכאן המקום לפרטם אבער צייט האב איך נישט.
און אז מען לייגט שוין יא צו דעם פיטשער קען מען אויך מאכן אז אפילו איינער לאזט יא די קאמענטארן אנגעצינדן, האט יעדע רעלעוואנטע תגובה א ליכטיגע בעקגראונד קאליר וואס מאכט גרינג פארן ליינער צו דורך מישן און נאר זעהן די תגובות וואס ער וויל זעהן.
פון א טעקניקל פערספעקטיוו קען עס זיין אביסל קאמפלעצירט צו מאכן וויבאלד עס קומט אריין אסאך אנדערע זאכן צו אויסארבעטן ווי למשל 'אומגעליינטע תגובות', דיפאלטס, אא"וו אבער איך מיין די בעניפיטן וועגן איבער די שוועריקייטן, אזא טויש קען זיין א גרויסע ישועה און וועט מאכן דעם גאנצן סייט גאר געשמאק פאר 'יעדעם'.
און @וויכטיג מאכער קען מאכן נאך א צדקה קאמפיין צו קענען ברענגען דעם געדאנק מכח לפועל.
האט איר יא/נישט הנאה פונעם געדאנק? לייק/קאמענט, לאמיר זיכער מאכן אינזערע גוטע שרייבער און גוטע דעבאטירער בלייבן דא מיט אינז!