איז עפעס בעסער מיט א טייערע מעסער?
ביז היינט האט מען געוויסט אז אויב דארף מען א נייע מעסער פאר שבת איז נאר דא איין אפציע, די קאמפאני אייסל (icel) איז געווען די איינציגסטע פירמע צו פארקויפן די אייזענע מעסערס פאר די חלה, און פארן שפאט ביליגן פרייז פון זעכציג טאלער האט איר באקומען א טו אין וואן, נישט נאר א פשוטע מעסער, נאר אויך די מצוה פון עס טובל׳ן…
דאס יאר האבן זיי ב״ה באקומען א קאמפעטישן, קאושער קוק (kosher cook) - יא זיי זענען אויך געאונט ביי די קאמפאני וואס בעלי בית׳עוועט אויף כמעט זיבעציג פראצענט פון די עסן אינדוסטרי… - איז ארויסגעקומען מיט די זעלבע מעסער און בעהט כמעט האלב די פרייז. א מעסער וואס קאסט ביי אייסל $58 קאסט ביי זיי $28, און זייערע קומען שוין גע׳טובל׳ט.
ס׳איז א מורא׳דיגע זאך צו זעהן אז אידן קענען אמאל זיין ביליגער ווי די גיום.
בינעך נאר נייגעריג אויב די טייערע מעסער שניידט בעסער… אדער האבן זיי סתם געריטן אויף די פאקט אז זיי האבן נישט קיין קאמפעטישן.
אז איר ווילט אייך שפארן געלט, קויפט ביים איד!