די שמחה פון ראש השנה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

די שמחה פון ראש השנה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אצינד גייען מיר שוין אריין אינעם הייליגן יום טוב ראש השנה, א זמן ווען יעדער איד שטייט און איז ממליך דעם אייבישטער אויף זיך, א זמן פון תשובה און תיקון המעשים אין די צייט וואס השי"ת משפט די וועלט און פארשרייבט אויף יעדעם איינעם וואס זאל קומען אויף איהם, און דערפאר טאקע שטייען מיר און בעטן בתפלה ובתחנונים זָכְרֵנוּ לְחַיִּים מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים, בְּסֵפֶר חַיִּים בְּרָכָה וְשָׁלוֹם וּפַרְנָסָה טוֹבָה וּגְזֵרוֹת טוֹבוֹת יְשׁוּעוֹת וְנֶחָמוֹת, און אזוי ווייטער.

איז ראש השנה א זמן שמחה?
אבער איידער מיר טרעטן אריין אין די גרויסע און הייליגע טעג, לאמיר זיך אפשטעלן אביסל און מתבונן זיין אין די מהות און די תוכן פונעם יום טוב ראש השנה. טיילמאל באקומט מען אזעלכע 'געמישטע געפילן' בנוגע וואס איז דאס ראש השנה? וואס דארף זיין אונזער עבודה אין די טעג?, און מיר געפונען עטליכע נקודות וואס קוקן אויס ווי א שטיקל סתירה איינס צו די אנדערע, ווי פאלגענד:

פון איין זייט ווערט ראש השנה אנגערופן א יום טוב, און ווי פילע פוסקים נעמען אָן איז דא א מצוה פון שמחת יום טוב אין ראש השנה, מיר געפונען אפילו אין די גמרא אז די מלאכים האבן געפרעגט פון השי"ת פארוואס זאגט מען נישט קיין הלל אום ראש השנה.

אזוי אויך איז באקאנט די פסוקים פון ספר נחמיה (ח' ט') ווען עזרא הסופר האט פאָרגעליינט די תורה אום ראש השנה פאר די אידן וואס זענען ארויפגעקומען פון גלות בבל, און די אידן זענען געווארן שטארק צובראכן און טרויעריג ביי זיך זעענדיג אז זיי האבן געזינדיגט און נישט מקיים געווען די זאכן וואס שטייען אין די תורה הקדושה, כִּי בוֹכִים כָּל הָעָם כְּשָׁמְעָם אֶת דִּבְרֵי הַתּוֹרָה, ביז נחמיה און עזרא האבן זיי געמוזט בארואיגן און געזאגט "הַיּוֹם קָדֹשׁ הוּא לַה' אֱלֹקֵיכֶם אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ" עס איז א הייליגע טאג היינט צום באשעפער און זייט נישט טרויעריג און וויינט נישט. און עזרא הסופר זאגט ווייטער "לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם" גייטס עסן גוטע מאכלים און זיסע געטראנקען און שיקט פארציעס פאר די ארימעלייט וואס האבן נישט אויף סעודת יום טוב, ווייל עס איז א הייליגע טאג, און זייט נישט טרויעריג, ווייל די פרייד פון השי"ת - די שמחה של מצוה פונעם יום טוב טוט אייך שטארקן.

על כל פנים זעהט מען פון דאס אלעס אז ראש השנה איז א זמן פון שמחה און א יום טוב.
אבער פון די צווייטע זייט ווייסן מיר אז ראש השנה איז א יום הדין און א זמן פון משפט, עס איז א צייט פון פחד און מורא, און אדרבה, דער אר"י הקדוש זי"ע זאגט אז דער וואס וויינט נישט אין די הייליגע טעג איז א סימן אז זיין נשמה איז נישט אינגאנצן אין ארדענונג ברוחניות, אויב אזוי פארוואס טאקע זאגט עזרא הספר "אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ"? און בפרט דארט ווי די אידן האבן באמת געהאט אויף וואס צו וויינען צוליב דעם וואס זיי האבן געזינדיגט, פארוואס זאלן זיי נישט וויינען, און וואס איז די געוואלדיגע שמחה וואס ער הייסט זיי פראווען און זיך מחזק זיין?.

די 'סתירות' אין די מהות פון ראש השנה
און אז מיר ווילן גיין אביסל טיפער, קען מען פרעגן די זעלבע לגבי די מצוה פון תקיעת שופר, וואס מיר ווייסן אז די הייליגע מצוה האט אין זיך גאר אסאך ענינים און טעמים, סיי בנגלה און סיי בנסתר, און איינס פון די הויפט טעמים איז באקאנט (ווי עס איז מבואר פון רבינו סעדיה גאון און נאך) וויבאלד ראש השנה איז דער זמן פון תחלת הבריאה ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט און אנגעהויבן צו קעניגן אויף איר, און אין דעם טאג זענען מיר טאקע ממליך דעם אייבישטער, איז וויבאלד עס איז דער סדר ביי די מְלָכים אז ווען א נייער קעניג פאנגט אָן צו קעניגן בלאזט מען מיט שופרות און טראמפייטערס צו לאזן וויסן פון זיין קעניגרייך, דערפאר טוען מיר די זעלבע אין דעם טאג, ווי עס שטייט אין תהלים "בַּחֲצֹצְרוֹת וְקוֹל שׁוֹפָר הָרִיעוּ לִפְנֵי הַמֶלֶךְ ה'".
ו
ואס לויט דעם קומט אויס אז דער שופר קומט סימבאליזירן דאס ממליך זיין דעם אייבישטער, און ווי עס איז אויך אזוי משמע אינעם לשון פון חז"ל "אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם... ובמה בשופר" אז תקיעת שופר איז די מיטל ארויסצוברענגן דער ענין פון מלכיות.

אבער פון די צווייטע זייט געפונען מיר אז די שופר איז צומאל מרמז אויף דאס פונקט-פארקערטע, ווי מיר געפונען אין די תורה הקדושה אז ווען עס קומט צו גיין די פופציגסטע יאר - די שנת היובל איז דא א מצוה פון בלאזן מיט'ן שופר, און דאס איז א סימן אז אלע קנעכט גייען ארויס לחירות, זיי ווערן פריי פון יעדע עול און שעבוד אויף זיך. אויב אזוי פרעגט זיך א פראגע, וואס באדייט דער שופר באמת? איז עס א סימן פון עבדות אז מיר זענען זיך משעבד אונטערן עול פונעם מלך מלכי המלכים און מיר נעמען איהם אויף כביכול אלס אונזער קעניג, אדער ווייזט דאס אויף פרייהייט און חירות פון יעדן עול?.

און נאך א נקודה אין וועלכע עס פעלט קלארקייט ביי אסאך פון אונז, איז וואס איז די עיקר התפלה אין ראש השנה, מצד אחד איז דער טאג אזוי גרויס און דערהויבן מיט'ן ממליך זיין דעם אייבישטער, א טאג וואס איז כל כולו רוחניות און העכערקייט, און אזוי שטייט טאקע אין פילע ספרים הקדושים אז די עיקר התפלות דארפן זיין אויף עניני מלכיות, אויף רוחניות, אויף התקרבות להשי"ת, און אויף צער השכינה; אויב אזוי וויאזוי קען איך בעטן פאר זיך און פאר מיינע קליינע און נישטיגע דאגות? וויאזוי פאַרנעם איך בכלל אן ארט קעגן אזא גרויסע און הייליגע זמן ווען מ'איז ממליך דעם אייבישטער אין אלע עולמות אזויווי מיר זאגן ביים דאווענען "וּנְתַנֶּה תֹּקֶף קְדֻשַּׁת הַיּוֹם כִּי הוּא נוֹרָא וְאָיֹם וּבוֹ תִנָּשֵֹא מַלְכוּתֶךָ... וּמַלְאָכִים יֵחָפֵזוּן וְחִיל וּרְעָדָה יֹאחֵזוּן"... די מלאכים און שרפי מעלה ציטערן.

אבער מצד שני איז דאָך היינט דער יום הדין ווען דער אייבישטער באשערט לעבן און פרנסה וכדומה, און איך שפיר א פליכט יא אריינצוכאפן און אויסצונוצן דעם געלעגנהייט און מתפלל זיין פאר מיינע אייגענע גשמיות'דיגע צרכים, און וויאזוי שטימט דאס מיט די גרויסע הייליגע און לעכטיגע מלכות שמים וואס נעמט איבער אלע עולמות עליונים.

אלע אונזערע צרכים זענען כבוד שמים
איז איידער מיר קומען צו צו אונזער יסוד, איז כדאי זיך צו פארטיפן און אפלערנען א לעכטיגע שטיקל אין ספר נפש החיים פון הגאון רבי חיים וואלאזשינער זי"ע, וואו דער נפש החיים שטעלט אוועק א שטארקע קושיא, לכאורה וויאזוי פּאַסט דאס בכלל אז א איד שטעלט זיך פארן בורא כל העולמים און בעהט א תפלה אז זיינע צרות זאלן אוועקגיין אדער אז זיינע יסורים זאלן לייכטער ווערן, ווי מיר ווייסן טוט דאָך דער אייבישטער יעדע זאך מיט א פונקטליכע חשבון, און אויב א מענטש ליידט חלילה צרות אדער יסורים איז א סימן אז ער דארף יעצט אדורכגיין אט די תיקון, און דאס איז פאר איהם א טובה און כפרת עוונות, אויב אזוי וויאזוי איז בכלל שייך צו בעטן אז מ'זאל דאס אוועקנעמען פון איהם.

און רבי חיים וואלאזשינער ערקלערט די קושיא מיט א משל, לאמיר זיך פאָרשטעלן אויב א קראנקע מענטש קומט צום דאקטער אז ער זאל איהם היילן, און דער דאקטער באשטימט אז פאר זיין רפואה וועט ער מוז אייננעמען גאר א שארפע און ביטערע מעדעצין, אדער ער וועט חלילה מוזן אדורכגיין אַן ערנסטע אפעראציע אויף זיינע איברים כדי ער זאל ווערן אויסגעהיילט. וואס פאר א פשט האט דאס אז דער חולה זאל זיך איינבעטן אז מ'זאל איהם נישט געבן די ביטערע מעדיצין? אדרבה, ער אליינס איז דאָך געקומען צום דאקטער, און ער באצאלט איהם דערפאר אז ער זאל איהם פּייניגן מיט אט די שוועריגקייט וואס וועט ברענגן זיין רפואה, נו, אויב אזוי וויאזוי שטעלט זיך א איד בעטן פון השי"ת אז ער זאל אוועקנעמען זיינע יסורים וואס זענען זיכער זיין רפואה?.

זאגט רבי חיים וואלאזשינער: ווען א איד דאווענט צום אייבישטער, דארף ער טאקע זעהן נישט צו דאווענען פאר 'זיך' נאר אינזין האבן 'צורך גבוה' דאס הייסט פאר די טובה פון השי"ת. ווייל אז מיר וועלן אריינקלערן וועלן מיר באמערקן אז כמעט יעדע זאך אויף די וועלט איז נוגע פאר כבוד שמים. למשל, אויב כלל ישראל איז אין גלות און מאכן מיט צרות און רדיפות פון די גויים, קומט דאָך ארויס פון דעם א חילול ה' ווייל די אומות העולם טוען דורכדעם גרינגשעצן אינעם אייבישטער זעענדיג ווי זיין אויסדערוועלטע און באליבטע פאלק ווערט דערנידערט און געפייניגט, און דעריבער דארפן מיר בעטן עֲשֵֹה לְמַעַן שְׁמֶךָ, רבונו של עולם טוה פאר דיין ליבער נאמען אז ס'זאל נישט פארשוועכט ווערן.

און נישט נאר זאכן וואס האבן צו טוהן מיט גאנץ כלל ישראל, נאר אפילו ווען א איד גייט אדורך א פריוואטע צער אדער עגמת נפש, ווייסן מיר דאָך וואס חז"ל זאגן (סנהדרין פ"ו מ"ה) "בִּזְמַן שֶׁאָדָם מִצְטַעֵר שְׁכִינָה מָה הַלָשׁוֹן אוֹמֶרֶת (כַּבְיָכוֹל) קַלַנִי מֵרֹאשִׁי קַלַנִי מִזְרוֹעִי", אז ווען א איד געפונט זיך אין א קלעם ח"ו איז עס גורם א צער אויבן אין הימל פארן אייבישטער כביכול און די שכינה קרעכצט אז אירע איבָרים זענען שווער ווי איינער וואס ס'טוט איהם עפעס וויי... קומט דאָך אויס אז א איד קען אלעמאל בעטן "רבונו של עולם, טוה עס פאר דיינעטוועגן, פאר דיר קומט דאָך נישט קיין צער, אויב אזוי העלף מיך און הייל מיך אויס פשוט אז דו כביכול זאלסט נישט האבן קיין צער".

און די זעלבע איז באקאנט פון פילע צדיקים וואס האבן געזאגט אז די גשמיות'דיגע בקשות פון א איד איז דאָך אלעס כבוד שמים, ווייל ווען דער איד בעהט אויף געזונט, פרנסה, נחת, וכדומה, דאס אלעס איז דאָך כדי ער זאל קענען אנגיין מיט זיין לעבן און האבן הרחבת הדעת צו קענען דינען דעם אייבישטער, ווי אויך געלט צו קענען טוהן חסד און איינקויפן מצוות און מעשים טובים, און ממילא קומט אויס אז אונזערע תפלות און בקשות זענען באמת אלע נוגע צו כבוד שמים.

דער איד איז בעצם א גרויסע טייל פון מלכות שמים
אז מיר דערהערן דאס ריכטיג, שטעלט זיך דא ארויס א יסוד נפלא, אז דאס גאנצע לעבן פון א איד, אלע זיינע בקשות און אלע זיינע הצטרכות זענען נוגע אויך פארן אייבישטער. און נאך מער, פונקט ווי א סאלדאט וואס דינט אין מיליטער, דארף דער מלך צושטעלן אלע זיינע געברויכן, די מלוכה-קאסע דארף איהם געבן עסן און קליידונג און א געהאלט צו קענען שפייזן זיין משפחה, ווייל אנדערש וועט ער דאָך נישט קענען דינען אינעם מיליטער, דאס זעלבע זענען אלע אונזערע צרכים געקניפט און געבינדן מיט מלכות שמים, ווייל יעדער איד איז דא אויף די וועלט מקיים צו זיין און טוהן דער רצון ה' און אויסצופירן זיין שליחות און זיין תפקיד אויף וואס דער רבוש"ע האט איהם געשיקט, אויב אזוי איז דאָך פשוט אז ער מעג בעטן און פארלאנגן אז השי"ת זאל משפיע זיין אויף איהם און געבן אלעס וואס ער דארף כדי ער זאל קענען עקזיסטירן און האבן די קאפ מוח און הארץ צו דינען דעם אייבישטער ווי עס דארף צו זיין.

און נאך מער דערהערן מיר דא: נישט נאר בין איך א סאלדאט פונעם אייבישטער און איך קען איהם בעטן וואס איך וויל, נאר יעדע ברעקל צער וואס איך גיי אדורך ח"ו, רירט אָן פארן אייבישטער אליינס, און ער איז מיט מיר אין יעדן מצב און עס טוט איהם אויך וויי! איך בין קיינמאל נישט אליינס, און קיין שום פראבלעם איז נישט 'צו קליין' צו בעטן און מתפלל זיין דעראויף, וויבאלד איך בין מתפלל אויף כבוד שמים, אז די צער וואס דער רבוש"ע שפירט מיט צוזאמען מיט מיר זאל אוועקגיין, און אפילו א קליין ברעקל צער וואס איז נוגע פארן אייבישטער האט א מקום צו בעטן דעראויף, ווייל ווען מ'מיינט די טובה פונעם קעניג איז אלעס חשוב און באוויליגט פאר איהם.
ווען מיר אנערקענען וואו אהין מיר באלאנגן

און דאס דארף אונז אויך דינען אלס א מורא'דיגע חיזוק אין יעדע מצב. אויב א איד שפירט אמאל צובראכן ביי זיך, ער גייט אדורך שוועריגקייטן און ער שפירט א הרגשה פון פארלוירנקייט, ווי ער איז איינזאם און עלנד ח"ו, ער שפירט ווי ער איז איינער אליינס וואס טראגט די צער און ווייטאג און קיינער קען איהם נישט פארשטיין און מיטפילן מיט איהם, דארף ער אבער וויסן אז ער איז נישט אליינס, ער איז א סאלדאט אינעם גרויסן מיליטער, דער גרויסער קעניג קוקט ארויס אויף איהם און איז פאראנטווארטליך אויף איהם, און שפירט מיט צוזאמען מיט איהם אלעס וואס ער גייט אדורך...

און אז מ'איז זוכה דאס צו דערהערן, איז נישט דא קיין גרעסערע שמחה פון דעם! ווען א איד ווייסט און פארשטייט זיין חשיבות און זיין גרויסקייט אז ער איז פון דעם אייבישטער'ס מיליטער, ער איז א חלק אלוקי ממעל ממש, ער איז שטארק פארבינדן מיט'ן אייבישטער און ער האט אויף וועמען זיך צו פארלאזן, ווייל דער רבוש"ע איז זיין 'מְשַׁלֵחַ' וואס שיקט איהם ארויס אויף זיין תפקיד, און ער איז זיין גענעראל און מלך וואס דארף זארגן פאר איהם. און דער איד ווייסט און פארשטייט אז זיין גורל איז אויך דעם אייבישטער'ס גורל, און אלעס וואס עס פאסירט מיט איהם דא אויף די וועלט שפיגלט זיך אויך אפ אין די עולמות העליונים און איז נוגע ממש פארן אייבישטער אליינס, וואס קען זיין א גרעסערע שמחה און א בטחון פון דעם ווען מיר ווייסן די גוטע הענט אין וואס מיר געפונען זיך.

און פארשטייט זיך אז דאס דארף אונז אויך געבן א געוואלדיגע סיפוק און התחזקות ברוחניות, וויסענדיג ווער מיר זענען, אזוי הייליג און דערהויבן, און ווי נאנט מיר זענען צום אייבישטער און ווי שטארק מיר האבן א קשר מיט איהם.

אונזערע תפלות ראש השנה פאר כבוד שמים
און טאקע דערפאר ווען עס קומט ראש השנה און דער איד גייט זיך שטעלן פארן אייבישטער, און ער גייט טאקע בעטן פאר זיך און זיין משפחה, פאר די געזונט, די פרנסה, די נחת, די הצלחה, אבער ער גייט צו מיט אט די מחשבה פון כבוד שמים, ער הייבט אויף זיינע אויגן צום הימל מיט א תחינה אז ער זאל זוכה אויסצופירן זיין שליחות, ער וויל קענען זיין א געטרייע סאלדאט, ער וויל קענען דינען דעם אייבישטער ווי עס דארף צו זיין, און דערפאר בעהט אז דער אייבישטער זאל איהם טאקע געבן די אלע נויטיגע צוגעהערן און גוטע זאכן וואס פעלן זיך אויס, ער זאל האבן א רואיגע קאפ, ער זאל האבן מנוחה און שמחה, ער זאל האבן געלט צו קענען געבן צדקה און מקיים זיין מצוות, און אזוי ווייטער. דעמאלטס פארשטייט ער אז דאס איז גארנישט קיין סתירה מיט מלכות, אדרבה עס איז גאר א חלק פון די עבודה פון ממליך זיין השי"ת. ווען איך בעהט אז דאס לעבן זאל מיר זיין גוט און זיס, ברענג איך מיט דעם א מתנה כביכול פארן אייבישטער, ווייל איך דער סאלדאט וויל קענען בעסער פונקציאנירן, איך וויל קענען זיין געטריי, איך וויל זוכה זיין צו מאכן א נחת רוח פארן אייבישטער.

און אפילו ס'איז טאקע א הייליגע טאג אין וואס אלע עולמות העליונים שאקלען זיך מיט מלכות שמים, אבער איך בין א חלק פון אט די מלכות, און איך ארבעט בעסער צו מאכן פארן מלך און זיין מלוכה, און אלע מיינע בקשות און תחינות זענען א חלק פון די גרויסע כבוד שמים.

ונתתיו לה' כל ימי חייו - געבעטן פאר השי"ת
און אגב קענען מיר צולייגן, ווי מיר ווייסן זאגן מיר אין ראש השנה די הפטורה פון חנה וואס איז געווען אַן עקרה און זי איז געקומען אין משכן שילה כדי צו דאווענען פאר א קינד, זי האט געדאווענט שטיל און געשעפשעט א תפילה צום אייבישטער, און צום סוף איז זי טאקע געהאלפן געווארן מיט א קינד, און נישט סתם א קינד, נאר שמואל הנביא, איינס פון די מנהיגים פון כלל ישראל, און ווי חז"ל זאגן אז חנה איז געהאלפן געווארן אום ראש השנה און דערפאר זאגן מיר די הפטורה.

אבער בפנימיות הענין קען מען צולייגן, אז מיר קוקן אריין אין די ווערטער פון חנה וואס זי האט געדאווענט, וְנָתַתָּה לַאֲמָתְךָ זֶרַע אֲנָשִׁים, רבוש"ע אויב דו וועסט מיר געבן א קינד, וּנְתַתִּיו לַה' כָּל יְמֵי חַיָּיו, וועל איך דיר איהם שענקן, איך וועל איהם ברענגן אין משכן אריין און אויפציען צו זיין א עבד ה'. און אזוי האט זי טאקע געטוהן ווי עס שטייט ווייטער אין די פסוקים אז חנה האט איהם געברענגט קיין משכן שילה צו עֵלִי הכהן, און געזאגט "וְגַם אָנֹכִי הִשְׁאִלְתִּהוּ לַה' כָּל הַיָּמִים - איך האב איהם פאַרבאָרגט פארן אייבישטער זיין גאנץ לעבן". וואס דאס לערנט אונז די חשיבות פון מתפלל זיין פאר כבוד שמים, חנה האט מתפלל געווען צו האבן א קינד וואס זי וועט קענען אויפהאדעווען פאר עבודת השי"ת, זי האט נישט געבעטן פאר זיך, זי האט געבעטן פאר מלכות שמים, און אין דעם זכות איז טאקע געהאלפן געווארן ראש השנה!.

עצבות האט נישט קיין פלאץ אין ראש השנה
און דערמיט פארשטייען מיר דער ענין וואס עזרא הסופר האט דעמאלטס געהייסן פאר כלל ישראל זיך מחזק צו זיין און זיין פרייליך. ווייל די אידן זענען דעמאלטס צוגעקומען צו א מצב פון עצבות און יאוש אויף זייער מצב, און ווי מיר זעען אין זיינע ווערטער "אַל תִּתְאַבְּלוּ וְאַל תִּבְכּוּ" עס האט געהערשט א שטימונג פון אבילות און טרויער, און דאס איז נישט ריכטיג, ווייל ווען א איד פארשטייט אז ער איז א חלק אלוקי ממעל און ער איז א חלק פון קודשא-בריך-הוא'ס מיליטער, טאָר ער נישט זיין צובראכן, ער טאָר נישט שפירן אז ער איז דערווייטערט און פרעמד ח"ו, און זיכער נישט קיין עצבות און ייאוש.

און עזרא הסופר הייסט זיי, אדרבה, לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים, אין אזא טאג דארף מען זיך גאר פרייען, כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ, אין דעם טאג איז מען ממליך דעם אייבישטער, און אז מיר זענען זיינע סאלדאטן און א חלק פון זיין מלוכה דארף דאָך דאס אויסרופן אין אונז די גרעסטע שמחה און התרגשות וואס איז נאר שייך, וְאַל תֵּעָצֵבוּ, זייט נישט טרויעריג, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם, די רוחניות'דיגע שמחה און בטחון, דאס זיך פרייען מיט'ן אייבישטער דאס דארף אייך מחזק זיין און געבן האפענונג צו וויסן אז מיר זענען נאנט און באליבט צום מלך מלכי המלכים און מיר זענען פון די יושבים ראשונה במלכות, פון די געטרייע עבדים און סאלדאטן פונעם מלך.

און דאס איז נישט קיין סתירה צו וויינען ראש השנה מיט געגועים צום אייבישטער ווי דער אר"י הקדוש זאגט; ווייל ס'איז פשוט אז א איד דארף אין די טעג שפירן בענקעניש און השתוקקות און פארגיסן טרערן אויף קרבת אלקים, ער דארף וועלן און שטרעבן צו ווערן בעסער און טוהן דעם רצון ה' בשלימות, ער דארף תשובה טוהן אויף זיינע נישט גוטע מעשים פון ביז אהער, אלעס פיין און וואויל, אבער ס'איז נישט קיין שום סתירה צו די דערהויבענע געפיל פון שמחה און התרוממות אז מיר זענען זוכה ממליך צו זיין דעם אייבישטער און זיין א טייל פון זיין גרויסע מלוכה, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם!.

אונזער עבדות איז די גרעסטע חירות
און דאס איז אויך דער ענין פון תקיעת שופר וואס מיר בלאזן ראש השנה, וואס ווייזט טאקע אויף מלכות און דאס וואס מיר זענען זיך משעבד און ווארפן זיך אונטער די יאָך פון קבלת עול מלכות שמים, אבער אין די זעלבע צייט סימבאליזירט דער שופר חירות און פרייהייט, און ס'איז בכלל נישט קיין סתירה, ווייל ווי געזאגט איז דאס די גרעסטע חירות און שמחה וואס א מענטש קען נאר האבן צו וויסן און צו באגרייפן אז ער איז א טייל פונעם רבונו של עולם'ס מלכות און מיליטער, ער איז א פערזענליכע שליח און א סאלדאט וואס איז נאנט פארבינדן און אנגעשלאסן אין די מלוכה און קען בעטן אלע זיינע צוגעהערן פון די מלוכה קאסע... אדרבה, אויב וואלט ער געווען א 'בן-חורין' און א יחיד פאר זיך וואס האט נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, און וואלט זיך אליינס געדארפט אלעס פארזארגן, וואלט דאס געווען די גרעסטע עול און שעבוד וואס איז נאר פארהאן, אבער אז ער איז א חלק אלוקי ממעל און ער נעמט אויף זיך דער עול מלכות שמים צו ערפילן זיין תפקיד און ווייסט און גלייבט אז דער רבוש"ע קען און וועט איהם באזארגן מיט וואס ער דארף איז דאס א קול שופר וואס איז מבשר מלכות מיט חירות אין די זעלבע תקיעה!.

ויהי רצון אז אונזערע תפלות און בקשות זאלן טאקע נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און בפרט ווי מיר בעטן "אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ עֲשֵֹה לְמַעַנְךָ אִם לֹא לְמַעֲנֵנוּ, אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ עֲשֵֹה לְמַעַנְךָ וְהוֹשִׁיעֵנוּ".

לסיכום געדענק:
• די עצה פון רבי חיים וואלאזשינער זי"ע: ווען א איד דאווענט דארף ער אינזין האבן די טובה פון השי"ת, אז ס'זאל נישט זיין קיין חילול ה' אדער אז די שכינה הקדושה זאל נישט האבן קיין צער.
• מיר זענען א חלק אלוקי ממעל און אנגעשלאסן אינעם מיליטער פון השי"ת, און דערפאר מעגן מיר בעטן און פארלאנגן אונזערע געברויכן פון השי"ת, ס'איז א טייל פון די ראש השנה'דיגע מלכיות.
• מען טאקע וויינען און שפירן געגועים צו השי"ת, אבער אין די זעלבע צייט זיין פרייליך און שעפן חיזוק פון אונזער חשיבות און נאנטקייט צו השי"ת.

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: די שמחה פון ראש השנה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

זייער אינהאלטסרייך, און פליסיג.
שכח
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: די שמחה פון ראש השנה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

די שמחה פון ראש השנה!
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=256123
פרינט ארויס לכבוד יו"ט
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 16&gil=172
א כתיבה וחתימה טובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”