ארור מכה רעהו בסתר
היינט שפאנצירעכמיר אריין אין ס'מעדרעש, און כ'זעה א געזעמעל מענטשן רעדן. נו, ווער זאל צוגיין אניש סאכדעס. אבער פארט האט מיר מיין הארץ געזאגט: סאכי, נעם א קאווע, זעצעך אין די זייט, און הער צו. און אזוי ווי ד'הארץ (מ'רעדאך אין איינע פון די געהענגלן: מוח שליט על הלב) האט באפוילן, אזוי האט מיין גוף געטוהן. והנה און נון, אט הערט זיך צו צו די שמועס וואס העטייך זיין א גרויסער מוסר השכל:
(באטייליגטע ביי די סצענע: ניק #1, ניק #2, ניק #3, שלמה פעלדמאן, יעקב שווארץ)
ניק #1: סערצעך חברה?
ניק #2: באכאשעם, ווייסטעך, נו, דו האסטעך אלעמאל נייעס, זאגזשע עפעס....
ניק #1: הערט, איך בין דערגאנען ווער סאכדעס איז...
שלמה: ווער? וואס הייסט ווער סאכדעס איז? הרב יצחק גליק פירט אן התאחדות, וואזשע ביסטו דא געוואויר געווארן?
ניק #1: נע, האבעך געמיינט אז דו ווייסט, עס איז דא א וועב סייט היימישע קרעטשמע, דארט איז דא פארומ'ס...
שלמה: נו,
ניק #1: דארט זיצן היימישע אינגעלייט און שרייבן...
שלמה: וואס שרייבט מען דארט? איבער וואס פאר א טאפיקס?
ניק #1: סתם געשמאקע זאכן...
יעקב: וואס הייסט? איך האב שוין פיל מאל מיטגעהאלטן פארומ'ס, אבער איך האב נאר געזעהן איבער אקטועלע זאכן, ווי גרעפיקס וכדומה
ניק #3: לאז מיך ענק פארציילן, עס איז אמאל געווען היידפארק,
שלמה: אוודאי, דארט וואו מ'שרייבט פאליטיקס
ניק #3: יא יא, דארט האט זיך געפענט אן אפטיילונג פון היימישע אינגעלייט וואס רעדן בכלל נישט קיין היימישע פאליטיקס, און לשון הרע, און פארשטייט זיך נישט קיין אומאיידעלע ענינים, און מ'פארברענגט. דעריבער הייסט עס היימישע קרעטשמע, א_ווי א קרעטשמע אמאל, מ'זיצט מ'פארברענגט, יעדער זאגט א גוט ווארט, און מ'רוהט אפ דעם קאפ פון א טאג ארבעט.
יעקב: המממממ. דאס איז א גוטע איידיע,
ניק #1: בקיצור, איך בין געוואויר געווארן די אידענטעטי פון איינעם פון די שרייבערס דארט.
יעקב: סייסט? עס איז דען א סוד? ער שרייבט דאך דארט...
ניק #1: נע, מענטשן האבן ליב צו זיין אנאנים, אפילו עס איז נישט דא וואס זיך אפצורעדן.
שלמה: דו שרייבסט אויך דארט?
ניק #1: נע, כאב אמאל געשריבן דארט מיט מיין חבר'ס ניק.
יעקב: וואס הייסט דאס ניק?
ניק #3: א ניק איז די נאמען מיט וואס מ'פארופט זיך...
שלמה: אהא, און סאכדעס איז איינער פון די ניקים דארט?
ניק #1: יא, פונקט אזוי, איז הער, מיינסטו עס איז מיר גרינג געווען? דער סאכדעס איז דאך א מאדנער פארשוין, זיינע ארטיקלן זענען דאך פון די מאדנע אינטערסאנטע אין קרעטשמע, ער קען דאך קיין גראד ווארט נישרייבן, און פארט איז עס לאכעדיג. אלזא, איז מיר געגאנען אין לעבן (גראדע ארבעט איך אויף נאך עטליכע ניק'ס) צו דערגרונטעווען ווער ער איז. און באכאשעם, עס איז מיר געלונגען.
ניק #2: WOW וויאזוי ביסטו געוואויר געווארן?
ניק #1: די ערשטע זאך איז, איך האב זיך אלעמאל פארשריבן זיינע שטענדיגע זאכן,
ניק #3: למשל?
ניק #1: אלעמאל רעדט ער פון מאנטריאל, יא? סאו, אפילו לאמיר זאגן ער וואוינט נישט דארט, איז ער אדער געבוירן דארט, אדער פארט ער אסאך אהין...
ניק #2: נע דאס איז נישט קיין ראי'...
ניק #1: אוודאי נישט, אבער א שטיקל פונ'ם פאזל איז עס, איא?
ניק #2: גערעכט גערעכט..
ניק #1: אקיצער, דערנאך, האב איך אויפגעפאסט וויאזוי די וואס קענען איהם פערזענליך א שטייגער ווי יאנאש, קרעמער און נאך שרייבן איבער אים. למשל אז ער איז געווען גראב און איז געווארן דאר, וואס דאס האט מיר גענומען א לאנגע צייט איך זאל דאס דערשנאפן...
ניק #2: אהה דאס מאכט שוין סענס.
ניק #1: נישט נאר דאס, דער אמת איז, אז דער מהות פון דעם מענטש ליגט אין זיין שריפט, לאו דוקא דעם עצם כתב יד. אבער אין שריפט גיבט זעך דער מענטש אנדערש ארויס ווי אין שפראך. יאך רעד שוין נישט פון איבער ארבעטען תורות, און דרשות צום דרוק. פון די צווייטע זייט זענען דא מענטשען וואס זיי איז שווערער די שריפט, און דער כלל "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה", האט גאר א סאך יוצא מן הכללים. ממילא אויב האסטו ארויס דעם אויסערליכן אויסזעהן פונ'ם מענטש, דו זעהסט איבער וואסערע נושאים ער שרייבט, און דו הערסט ארויס צווישן זיינע שורות ווי אלט ער איז, ווען ער האט צענומען זיין סוכה, וכו' וכו', קעמען דערגיין די אידענטעטי...
שלמה: הממממ. גאנץ א גוטער אינוועסטיגעטער..
ניק #1: בקיצור, ענק וועלעך מגלה סוד זיין ווער דאס איז, אבער פארשטייצעך מ'דארף דאס נישט אויספויקן: שמואל פעפערקארן..............
יעקב: דיין ערשטע קאזין, ניין?
ניק #1: יא יא, ווער וואלט זיך געגלייבט?
יעקב: נו, האסט איהם כאטש געכאפט מיט גוטע שטיקלעך וואס דו קענסט איהם קאנפראנטן?
ניק #1: נישט עכט, און בכלל וועל איך עס נישט טוהן. פארשטייסט נישט? ער קען דאך ברוגז ווערן אויף מיר.
פארהאנג פאלט.....
דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט הינטער מיין רוקן, און פערצופאל הייסעך נישט שמואל פעפערקארן, און איך ווייס אפילו נישט ווער דאס איז. אבער, 5 אידן זענען היינט קלאר ווי דער טאג, אז סאכדעס פון היימישע קרעטשמע, איז איינס מיטן רויטן שמואל פעפערקארן...
ווען עס שטעלט זיך ווען אפ דא, איז דאך איין זאך. אבער די מעשה האט זיך פארצויגן אין נאך א סצענע. וואלף שווארץ, יעקב שווארצנ'ס פעטער האט א שידוך געטוהן, יענקל טרעפט זיין פעטער וואלף:
וואלף: יענקל כאב א שידוך געטהון מיט מיין טאכטער..
יעקב: וואוו מזל טוב, מיט וועמען?
וואלף: מיט ישראל פעפערקארן פון מאנטריאל...
יעקב: (טראכט און טראכט....) כאב לעצטענס געהערט דעם נאמען, אממממ יא יא, ער האט א זוהן וואס שרייבט אין היימישע קרעטשמע....
וואלף: וואס? דעם חתנ'ס ברודער שרייבט אין היימישע קרעטשמע?
יעקב: פעטער, דו ווייסט וואס דאס איז?
וואלף: א שאלה, די פארומ'ס פון אידישע וועלט...
יעקב: כ'פארשטיי נישט,
וואלף: ווען דו וועסט זיצן אין אן אפיס, וועסטו שוין וויסן. הממממ. וואסערע ניק האט ער דארט?
יעקב: אמממממ,,,, עפעס יצחק גליק אפשר,.... אמממממ
וואלף: כ'דענק נישט אזא ניק..
יעקב: אהה יא, סאכדעס,
וואלף: ווער? דער דאיען דארט? געוואלדיג, כ'מוז דאס זאגן פאר מיין מחותן... אבער גלויב מיר, איך האף אז מיין חתן וועט נישט זיין דארט דאיען, נאר געהעריג אין שוהל, נעמעסן אריין, קענעכעס קוים גלויבן אויף שמואל'ן, עס פאסט דאך פארט נישט פאר איהם.
פארשטייצעך אליינס אז מתוך הדברים איז עס אמאל ארויף אויפן טיש ביים מחותן, און די מעשה אידאך נישט געשטויגן, אבער געפלויגן יא, ווייל שמואל איז פערצופאל אנאנדער ניק service, און ווען מ'האט איהם אויסגעפרעגט, האט ער זיך נישט געוואוסט וואו אהינצוטוהן פאר בושה. ביז ער האט געדארפט זאגן אז ער איז נישט סאכדעס, נאר בלא בלא בלא, און וואס פאר א פנים האט עס שוין געהאט? מער איז service נישט אריין אין קרעטשמע, נאר נעבעך געקלעטערט ערגעץ אנדערש אינ'ם ברייטן געוועב, אין אויסגעטרוקנט געווארן.
אויף service אליינס איז א רחמנות, ווייל ער איז אוועקגעשלעפט געווארן פון דאס בעסטע פלאץ אויפן אינטערנעט. וואס וואלט אבער געווען ווען דער service וואלט אויסגעפאלן אין א יענטאאש, אדער אין אן אנדער פראמינענטער שרייבער, א_ווי קרעמער, זארעכ, איך הער ועוד ועוד???
ווער איז שולדיג אין דעם? דער בהמה, דער שוטה, דער אומ'אחריות'דיגער אקס, דער שיווע קעטאנע באכער: ניק #1. ווער האט דיך געבעטן צו דערגיין איינעמ'ס ניק? האסט נישט געקענט הנאה האבן פון די קרעטשמע אנע טוהן שאדן? דו ביסט א בעיבי? און אז דו דערשנאפסט א ניק, דארפסטו דאס אויספויקן? און דו ביסט נאך זיכער אויך?
די שאלה איז נאך מער אויף ניק #2, און ניק #3, ער קען דאך מארגן דערגיין דיין ניק אויך, פארוואס האסטו נישט פארשריגן דעם פארשוין? ארור מכה את רעהו בסתר.