קאליר אין מח!
געפינענדיג זיך אין שטאט אומן, האב איך באמערקט א טיפע אנעקדאט.
כלל ישראל איז די מערסטע קאלירפולע פאלק, עס זענען דא וואס פארן קיין אומן וועגן דער רבי ז”ל האט אזוי געהייסן. פיריעד. אנדערע פארן וועגן זייער מחזיר בתשובה האט זיי געהייסן, דערפאר קומען זיי אן קיין הקדמות וויאזוי מען גייט אריין צו א ציון, אבער זייער הארציגע תמימות איז אין לשער ואין לתאר, און איך פארשטעק מיך פון בושה פאר זיי...
א איד מאחינו בני ישראל הספרדים קומט פריער צו צו מיר אז ער האט ליב צו זעהן די סאטמארע אידעלעך קומען אויך קיין אומן...
כ’האב מיר דערמאנט די ווארט וואס הרה”ח רבי שמשון שווארץ ע”ה פלעגט זאגן: אין סאטמאר קוקט מען אים אן ווי דער ברסלב’ער... און קומענדיג קיין אומן שרייט מען אים פאר אלץ סאטמארער פארנאטיקער... (שטייט טאקע א שילד אין בית מדרשו דא אין אומן אז ווער ס’גייט בוחר זיין זאל נישט עולה זיין לתורה)
און איך ענטפער פאר יענעם ספרדי’שן איד אז איך האב מורא’דיג ליב די תמימות פון די ספרדישע אידן.. זאגט ער מיר אז די ספרדישע זענען שוין אויכעט אויבער-חכמים... אבער -זאגט ער- אז די בעלי תשובה זיי זענען באמת תמימות’דיג! זיי קומען צום ציון מיט אזא ערנסקייט און אראפגעבויגענע קאפ. רבי געב מיר א תיקון!
פונעם אנדערן זייט דרייען זיך דא אידן משכמם ולמעלה, בנש”ק’לעך, תלמידי חכמים, מגידי שיעורים וכו’, אבער כלל ישראל איז א קומה שלימה, יעדער איד מיט זיין נפש רוח ונשמה, אבער יעדער איד וועסטו אפשטעלן פרעגן וואס זיין שאיפה רצון און געגועים? וועט ער זאגן: אין עוד מלבדו! שמע ישראל ה’ אלוקינו ה’ אחד! (ווי עס שטייט אין ספה”ק אז ביים זאגן ’ישראל’ דארף מען זיך אליינס אינזין האבן...)
וחידשתי, אנו מתירין להתפלל עם העבריינים.. נישט יענער שגץ.. נאר אפילו מיט דער אייגענע עבריינות, און אבינו אב הרחמן נעמט אונז נאך אלץ צוריק! מיט אזא כוונה דאווענט זיך עס אנדערש!

בלוט בלבול האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:46 amא לאכעדיגע קאצקע צוקער, א טאנצנדיגע ציין בראש, א טויטע שוך בענדל, א פארלוירענע קאכלעפל, א פארשימלטע רויט לייט, א צעבראכענע פראש, א פארקריפלטע קאווע, און א צעביסענע מילך קעסטל.