שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

יעצטיגע ראש השנה איז קרן תוספות יום טוב ארויסגעקומען מיט א נייע קינדער מאגאזין/אויסגאבע, אין צוגאב צו די וועכענטליכע גליון נקדישך

אויפן דעקל שטייט "אויסגאבע נומער 1" אבער עס ווערט נישט אנגעגעבן ווי אפט עס וועט ארויסקוקן, די עצם אויסגאבעס איז ממש א קאפי פון די געוועזענע קינדליין מאגאזין, די קאלומס, די גראפיקס איז ממש די זעלבע, און די זעלבע מעלער פאר די קאמיקס.

אויב איינער האט עס ביטע ארויפלייגן, אדער איינער וואס האט מער פרטים
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

וויאזוי האט יענער געזאגט כזוך צו בארגן א אינגעל צו גיין צו די פלעי...

אלע טאטעס וואס האבן עס (נישט) געליינט זאלן זאגן אויב זיי האבן הנאה געהאט.

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

שטענדער איז פיל מער ווי אט דער קינדער אויסגאבע. קרו תוס’ יו"ט גרייט זיך פאר א מאסיווע מהפיכה אריינצוברענגן קדושת בית המדרש ביי די יונגווארג
אוועטאר
פייבל פאוועל
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 9:58 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל פאוועל »

די אמת איז כ'פארשטיי נישט די גאנצע פוינט דערפון. די אויסגאבע האט געדארפט אויפציעל האלטן מיין זון פארנומען א גאנץ מוסף??

אבער עניוועי ס'איז א מחשבה טובה.
לאמעכאפ!
אוועטאר
עם עקש תתפתל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 11:18 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם עקש תתפתל »

אזוי גייען זיי קענען שרייבן אז מען זעט טאטעס ליינען קאמיקס אינמיטן דאווענען...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין א ריזיגע שטיצער פון די גאנצע ענין פון קדושת ביהמ"ד און כבוד התפלה. און איך גיב אסאך קרעדיט פאר קרן תוספות יום טוב!

האועווער, איך שפיר אז לעצטנס גייען זיי איבער די גרעניצן, מען טרייבט צופיל איבער, מען נעמט א הייליגע מצוה און מען מאכט א "מאוומענט" דערפון.

איך וויל נישט שרייבן מער ווייל איך וויל נישט שוואך מאכן א זאך וואס איז גוט (עכ"פ פון אינדרויסן) אבער איך מיין אז מען דארף נעמען א פארשטענדליכע ערליכע איד זאל האבן איבערזיכט דערויף.

(הגה. איך פערזענליך בין ב"ה נזהר דערין, נישט צו רעדן ביים דאווענען אדער ליינען (אויך בין גברא לגברא), ממילא זאל מען נישט מיינען אז איך רעד פון ווייטאג וכדו'.)
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

פייבל פאוועל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:04 am
די אמת איז כ'פארשטיי נישט די גאנצע פוינט דערפון. די אויסגאבע האט געדארפט אויפציעל האלטן מיין זון פארנומען א גאנץ מוסף??
זיכער אזוי. רוב מוסף האבן די קינדער זיך געריסן ווער ס'זאל עס יעצט באקומען און א קליין חלק האט מען געליינט, אזוי איז געווען איבער גענוג פאר ביידע טעג...

(צייט פאר אן ארגאניזאציע איבער נישט פייטן און מוותר זיין...)
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

פשיהא.. אויף דעם איז שוין אויך דא קריטיק?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:25 am
איך בין א ריזיגע שטיצער פון די גאנצע ענין פון קדושת ביהמ"ד און כבוד התפלה. און איך גיב אסאך קרעדיט פאר קרן תוספות יום טוב!

האועווער, איך שפיר אז לעצטנס גייען זיי איבער די גרעניצן, מען טרייבט צופיל איבער, מען נעמט א הייליגע מצוה און מען מאכט א "מאוומענט" דערפון.

איך וויל נישט שרייבן מער ווייל איך וויל נישט שוואך מאכן א זאך וואס איז גוט (עכ"פ פון אינדרויסן) אבער איך מיין אז מען דארף נעמען א פארשטענדליכע ערליכע איד זאל האבן איבערזיכט דערויף.

(הגה. איך פערזענליך בין ב"ה נזהר דערין, נישט צו רעדן ביים דאווענען אדער ליינען (אויך בין גברא לגברא), ממילא זאל מען נישט מיינען אז איך רעד פון ווייטאג וכדו'.)
מ'קען עס זען אין די אויסגאבע, זיי זענען נישטא אז דער עולם זאל דאווענען, ס"ה דער עולם זאל זיין שטיל!
ווי א חשובער תלמיד חכם האט מיר דעם יו"ט געזאגט אז נקדישך גייט קאמפאטישן מיט זיך אליין, מ'געבט ארויס גליונות וואס לאזט נישט דעם עולם דאווענען

אויפן גליון איז געווען א סלאגאן, דער בעל תוקע בלאזט, דער טאטע דאווענט, דער בעל תפלה פלאמט און דער אינגל איז שטיל, וואס עפעס שטיל? ער דארף נישט דאווענען?
איך מיין אז א אינגל וואס קען שוין ליינען די גליונות אן פינטעלעך קען שוין דאווענען אויך

כ'האב נישט געזען קיין איין אינגל וואס ליינט דעם גליון, ער זאל נישט ארויסרעדן א ווארט א גאנץ דאווענען
ס'איז ס"ה נאך עפעס צו האלטן פארנומען אזוי ווי די קינדליין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בן סאלמאן
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 18, 2021 10:04 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סאלמאן »

שוין געווען אמאל אזאנס??? אן אפציעלן קאמיקס אויסגאבע אין אלע בתי מדרשים???
אוועטאר
מחשבה שרייבער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:13 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה שרייבער »

https://drive.google.com/drive/u/0/mobi ... share_link

לתועלת הציבור לייג איך די ארויף א לינק ווי מען קען דאונלאודען אלע שטענדערל אויסגאבע׳ס
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מען קען עס באקומען אויף אימעיל יעדער וואך?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:46 am
מען קען עס באקומען אויף אימעיל יעדער וואך?
יא
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:23 am

ווי קען איך מיך איינשרייבען?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

זאנוויל תנחום האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:23 am
moishy56 האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:46 am
מען קען עס באקומען אויף אימעיל יעדער וואך?
יא
ווי קען איך מיך איינשרייבען?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מי יודע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:06 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:25 am
איך בין א ריזיגע שטיצער פון די גאנצע ענין פון קדושת ביהמ"ד און כבוד התפלה. און איך גיב אסאך קרעדיט פאר קרן תוספות יום טוב!

האועווער, איך שפיר אז לעצטנס גייען זיי איבער די גרעניצן, מען טרייבט צופיל איבער, מען נעמט א הייליגע מצוה און מען מאכט א "מאוומענט" דערפון.

איך וויל נישט שרייבן מער ווייל איך וויל נישט שוואך מאכן א זאך וואס איז גוט (עכ"פ פון אינדרויסן) אבער איך מיין אז מען דארף נעמען א פארשטענדליכע ערליכע איד זאל האבן איבערזיכט דערויף.

(הגה. איך פערזענליך בין ב"ה נזהר דערין, נישט צו רעדן ביים דאווענען אדער ליינען (אויך בין גברא לגברא), ממילא זאל מען נישט מיינען אז איך רעד פון ווייטאג וכדו'.)
מ'קען עס זען אין די אויסגאבע, זיי זענען נישטא אז דער עולם זאל דאווענען, ס"ה דער עולם זאל זיין שטיל!
ווי א חשובער תלמיד חכם האט מיר דעם יו"ט געזאגט אז נקדישך גייט קאמפאטישן מיט זיך אליין, מ'געבט ארויס גליונות וואס לאזט נישט דעם עולם דאווענען

אויפן גליון איז געווען א סלאגאן, דער בעל תוקע בלאזט, דער טאטע דאווענט, דער בעל תפלה פלאמט און דער אינגל איז שטיל, וואס עפעס שטיל? ער דארף נישט דאווענען?
איך מיין אז א אינגל וואס קען שוין ליינען די גליונות אן פינטעלעך קען שוין דאווענען אויך

כ'האב נישט געזען קיין איין אינגל וואס ליינט דעם גליון, ער זאל נישט ארויסרעדן א ווארט א גאנץ דאווענען
ס'איז ס"ה נאך עפעס צו האלטן פארנומען אזוי ווי די קינדליין
די וואך איז געשטאנען אפאר נעמען פון די ארטיקלען שרייבער, אלעס רבנים און מחנכים.
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

וואס איז געווען די פלאן "לכתחלה" מיט די פארזעצונגען?
ממשיך צו זיין די 5'טע פארזעצונג תשרי תשפ"ה?
Screenshot 2023-11-05 175821.jpg
Screenshot 2023-11-05 175821.jpg (256.25 KiB) געזען 3352 מאל
...
Screenshot 2023-11-05 175527.jpg
Screenshot 2023-11-05 175527.jpg (119.73 KiB) געזען 3352 מאל
...
Screenshot 2023-11-05 175606.jpg
Screenshot 2023-11-05 175606.jpg (122.85 KiB) געזען 3352 מאל
אוועטאר
עם עקש תתפתל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 11:18 pm

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם עקש תתפתל »

באנקיר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:02 pm
וואס איז געווען די פלאן "לכתחלה" מיט די פארזעצונגען?
ממשיך צו זיין די 5'טע פארזעצונג תשרי תשפ"ה?

Screenshot 2023-11-05 175821.jpg

...

Screenshot 2023-11-05 175527.jpg

...

Screenshot 2023-11-05 175606.jpg
דאס געשעט ווען מען טראכט נישט וואס מען שרייבט...
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

שטענדערל
פ' חיי שרה תשפ"ד
https://drive.google.com/file/d/10cftz_ ... sp=sharing
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

און די וואך שטענדערל

דא ווילן מיר איינמעלדן אז פון היינט און
ווייטער וועט די 'שטענדערל' אויסגאבע מער
נישט זיין צו באקומען אומזיסט אין אלע בתי
מדרשים ווי ביז היינט, נאר עס וועט ווערן
אפגעשיקט אהיים בלויז צו די 'עובדים' וואס
זענען א חלק פון דער חבורה "עבודה שבלב".
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: שטענדער; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מחשבה שרייבער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 3:37 am
https://drive.google.com/drive/u/0/mobi ... share_link

לתועלת הציבור לייג איך די ארויף א לינק ווי מען קען דאונלאודען אלע שטענדערל אויסגאבע׳ס
פרשת ויצא תשפ"ד
https://drive.google.com/file/d/1HuWE_n ... sp=sharing
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קאשע זופ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:37 am
און די וואך שטענדערל

דא ווילן מיר איינמעלדן אז פון היינט און
ווייטער וועט די 'שטענדערל' אויסגאבע מער
נישט זיין צו באקומען אומזיסט אין אלע בתי
מדרשים ווי ביז היינט, נאר עס וועט ווערן
אפגעשיקט אהיים בלויז צו די 'עובדים' וואס
זענען א חלק פון דער חבורה "עבודה שבלב".
נעה א שאד.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

זעט אויס אז די קריטיק פון לייגן קאמיקס אין שולן איז אנגעקומען צו די ריכטיגע מענטשן, און זיי האבן געטראפן א מהלך. האט נאך א מעלה, אז די קינדער וואס ווילן עס וועלן זיך פארהערן טייטש און הלכות. כאטש וואס כ'האב געהאלטן אז די קריטיק איז קאפ אין וואנט, מוז איך מודה זיין אז כ'בין נתפעל. ס'איז באמת א שיינע זאך. קודאס פארן נעמען ערנסט די טענות.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

נייע דעזיין און גייט ארויף צו 64 פעידזשעס...
אטעטשמענטס
a33f479b-f5ea-449d-bfc4-01de6a825c75.jpg
a33f479b-f5ea-449d-bfc4-01de6a825c75.jpg (198.04 KiB) געזען 2635 מאל
cfb527ae-59b9-418e-940a-4520906983ea.jpg
cfb527ae-59b9-418e-940a-4520906983ea.jpg (130.62 KiB) געזען 2636 מאל
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: שטענדערל; נייע קינדער אויסגאבע דורך קרן תוספות יו"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

לעצטע וואך די וואך און די בתי מדרשים פאר בחינם , פון נעקסטע וואך גייט דאס ווערן פארט פון א מבעמברשיפ מיט די נייע עובד פרוייקט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”