איך וויל אויסדרוקן מיין טיפע הכרת הטוב פאר די גאנצע שטענדערל שטאב און בראשם די חשובע נדבן שליט"א. עס איז נישט צו גלייבן וואס ענק האבן אהערגעשטעלט לכבוד יו"ט! הערליך, תוכ'דיג, אן עדס און נאך אלעס בחנם פשוט צו הייבן די עבודת התפלה ביי די צאן קדשים! מיינע קינדער (און איך...) האבן זיך באלעקט די פינגערס גאנץ יו"ט מיט די הערליכע אויסגאבעס און מיט די הערליכע קאלירטע הגדה מיט די קלארע פירוש! איך בין מקנא אייער שכר! ויהיה חלקינו עמהם! אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער! ויהי נועם ה' אלוקינו עלינו! ווי עס שרייבט איינע פון די טויזענטע גליקליכע עלטערן וועלכע זעהען לעצטענס א מורא'דיגע ערנסקייט ביי זיינע קינדער בנוגע עבודת התפלה בכלל!
עניטינגהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:45 am

געליינט די שבת, די ביכל באפרייט פון תפיסה, פון די קאמפיטאער קאפ, ווער עס איז אביסל באקאנט ווייסט אז דאס איז די מהלך פונעם נדבן, וואס ער זאגט א מענטש קען צוקומען צו יעדע זאך, ויייסט איינער מיט מער דעטאלען, איבער די פאסירונג איז דאס אמת, אדער א אויפגעטראכטע מעשה? ווער איז געווען דער מענטש?
גלייך ווען כ'האב עס אנגעהויבן ליינען האב איך מיר דערמאנט אז אלס קינד האב איך שוין געליינט די מעשה און טאקע מיט ממש די זעלבע לשון ווארט ביי ווארט.
נאך א מינוט האב איך מיר דערמאנט אז כ'האב עס געליינט מסתם מיט בערך פופצען יאר צוריק אין די צייטשריפט מאגעזין וואס איז דאן ערשינען, און ס'איז טאקע אויך ערשינען אין א פסח אויסגאבע. אויב איך געדענק גוט איז דעמאלס אויך געשטאנען אז די שרייבער איז חיים לעוו.
איך וויל ארויסברענגען מיין געוואלדיגע הנאה פונעם שטענדערל
קודם כל דער חלק אז עס איז גענצליך ריין פון עדס. עס מאכט מיך אזויפיל רואיגער עס אריינצוברענגען אינדערהיים.
לעצטנס זענען די עדס אויף די גאס ממש אוט אוו קאנטראל, מען ניצט קינדער מאדעלס מיט כל ערליי משוגעת׳ן און מען מארקעט דירעקט צו די קינדער.
א קליינע עקזעמפל: פסח איז אין די קינדער אויסגאבעס געווען ריזיגע עדס ״אויף אידיש״ ספעציעל מיט גראמען פאר די קינדער, זיי צו רייצן צו עסן טשאקלעטס מיט אלע פענסי פסח קוקיס, בשעת ווען אין יעדע היימישע ערליכע אידישע שטוב פרעגלט מען אריין אין די קינדער אז מיר עסן נאר וואס איז געמאכט אין שטוב, און מען קען אויסהאלטן 8 טעג אן טשאקלעט.
עס האט מיך עכט געבאדערט. און דאס איז א קליינע עקזעמפל. די עדס אין די היימישע גאס בכלליות, אינקלודינג די וואס זוכן אונזערע קינדער, מיט גלעזער און קליידונג אא״וו, זענען זייער זייער געפאלן אין ניווא לעצטנס. זייער נישט לפי רוח פון ערליכע עלטערן.
דעריבער אז מען קען האבן אזא אויסגאבע גענצליך ריין נאר מיט הערליכע תוכן, נישט פון קיין שטותים, נישט מיט קיין עדס, אלעס נאר שיינע רייכע ענינים ארום דאווענען און בתי מדרשים אא״וו און ס׳נאך אינטרעסאנט און ציענד דערצו אויך (און מ׳באקומט עס אהיים אומזיסט דערצו ווי א זייגער יעדע וואך....) איז ממש א נחת און א רואיגקייט פאר עלטערן צו קענען עס ארייננעמען אין שטוב און געבן פאר די קינדער.
עקסטער האב איך די וואך געליינט די הערליכע קאלום ״דברים יוצאים מן הלב״ פון דעם חשוב׳ן פטרון, מיט גאר הערליכע געדאנקען זייער הארציג אראפגעלייגט מלא חיזוק, מיט א רייכע שפראך, איך און מיינע קינדער האבן זייער זייער הנאה געהאט דערפון. איך האף ער זאל שרייבן אפטער, ווייל מיר באלעקן זיך דערמיט.
באמת א גרויסער ישר כח, און אסאך הצלחה אויף ווייטער.