יעצטיגע ראש השנה איז קרן תוספות יום טוב ארויסגעקומען מיט א נייע קינדער מאגאזין/אויסגאבע, אין צוגאב צו די וועכענטליכע גליון נקדישך
אויפן דעקל שטייט "אויסגאבע נומער 1" אבער עס ווערט נישט אנגעגעבן ווי אפט עס וועט ארויסקוקן, די עצם אויסגאבעס איז ממש א קאפי פון די געוועזענע קינדליין מאגאזין, די קאלומס, די גראפיקס איז ממש די זעלבע, און די זעלבע מעלער פאר די קאמיקס.
איך בין א ריזיגע שטיצער פון די גאנצע ענין פון קדושת ביהמ"ד און כבוד התפלה. און איך גיב אסאך קרעדיט פאר קרן תוספות יום טוב!
האועווער, איך שפיר אז לעצטנס גייען זיי איבער די גרעניצן, מען טרייבט צופיל איבער, מען נעמט א הייליגע מצוה און מען מאכט א "מאוומענט" דערפון.
איך וויל נישט שרייבן מער ווייל איך וויל נישט שוואך מאכן א זאך וואס איז גוט (עכ"פ פון אינדרויסן) אבער איך מיין אז מען דארף נעמען א פארשטענדליכע ערליכע איד זאל האבן איבערזיכט דערויף.
(הגה. איך פערזענליך בין ב"ה נזהר דערין, נישט צו רעדן ביים דאווענען אדער ליינען (אויך בין גברא לגברא), ממילא זאל מען נישט מיינען אז איך רעד פון ווייטאג וכדו'.)
דניאל אויערבאךהאט געשריבן:↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:25 am

מ'קען עס זען אין די אויסגאבע, זיי זענען נישטא אז דער עולם זאל דאווענען, ס"ה דער עולם זאל זיין שטיל! ווי א חשובער תלמיד חכם האט מיר דעם יו"ט געזאגט אז נקדישך גייט קאמפאטישן מיט זיך אליין, מ'געבט ארויס גליונות וואס לאזט נישט דעם עולם דאווענען
אויפן גליון איז געווען א סלאגאן, דער בעל תוקע בלאזט, דער טאטע דאווענט, דער בעל תפלה פלאמט און דער אינגל איז שטיל, וואס עפעס שטיל? ער דארף נישט דאווענען? איך מיין אז א אינגל וואס קען שוין ליינען די גליונות אן פינטעלעך קען שוין דאווענען אויך
מי יודעהאט געשריבן:↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:06 pm

דא ווילן מיר איינמעלדן אז פון היינט און ווייטער וועט די 'שטענדערל' אויסגאבע מער נישט זיין צו באקומען אומזיסט אין אלע בתי מדרשים ווי ביז היינט, נאר עס וועט ווערן אפגעשיקט אהיים בלויז צו די 'עובדים' וואס זענען א חלק פון דער חבורה "עבודה שבלב".
קאשע זופהאט געשריבן:↑פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:37 am
און די וואך שטענדערל
דא ווילן מיר איינמעלדן אז פון היינט און ווייטער וועט די 'שטענדערל' אויסגאבע מער נישט זיין צו באקומען אומזיסט אין אלע בתי מדרשים ווי ביז היינט, נאר עס וועט ווערן אפגעשיקט אהיים בלויז צו די 'עובדים' וואס זענען א חלק פון דער חבורה "עבודה שבלב".
זעט אויס אז די קריטיק פון לייגן קאמיקס אין שולן איז אנגעקומען צו די ריכטיגע מענטשן, און זיי האבן געטראפן א מהלך. האט נאך א מעלה, אז די קינדער וואס ווילן עס וועלן זיך פארהערן טייטש און הלכות. כאטש וואס כ'האב געהאלטן אז די קריטיק איז קאפ אין וואנט, מוז איך מודה זיין אז כ'בין נתפעל. ס'איז באמת א שיינע זאך. קודאס פארן נעמען ערנסט די טענות.