מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

מען זעהט ווי די גמרא ברענגט אראפ די מעשה פון יוסף מוקיר שבת און גמרא לויבט עס אזוי שטארק אויס ! אבער פארגעס נישט יוסף מוקיר שבת האט אלע יארן זיך שטארק געמיטשעט סאיז בכלל נישט געגאנגען אז ער האט איינגעקויפט אהן א חשבון און פלוצלינג זענען פישלעך מיט דיימאנטן געקומען צו פליען ! ער האט אלע יארן זיך ממש מוסיר נפש געווען פאר דעם הייליגען שבת - דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז הוצעות שבת מיינט נישט תעוות איך האב פאר אייך נייעס אז ווען עס קומט צו עסן אין שבת איז נישט דא אזא זאך ווי תעוות !!!
יעצט לעיני עס איז טאקע א שווערע קשיא וואס די פותח האשכול פרעגט אין איך ווייס נישט די תירוץ אבער איך טראכט אז עפשער איז עס ווי כאולי א option אדער לייג אויס די געלט אין די שבת וועט די באצאלן אבער וועגן עס קען טאקע נעמען א שטיק צייט ביז ער באצאלט אין נישט אלעמאל באקומט מען עס גלייך וועט ער דיר באצאלן דאפעלט אבער אויב ביסטו נישט גרייט צו ווארטן אין די גייסט לכבוד דעם פארלירן דיין אמונה דאן זאלסטו חלילה נישט נעמען אויף בארג !

סמאכט סענס וואס איך זאג - דיסקלעמיר # דעת בעה''ב
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

ברוך ברייער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:34 pm

מהיכא תיתא אז יוסף מוקיר שבת איז געווען א עני און זיך געמיטשעט? נישט רש״י און נישט פשיטו של מקרא זאגן אז ער איז געווען א עני.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing

אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:41 pm

פָּגַע בּוֹ זָקֵן אֶחָד, אָמַר:

מִי שֶׁמַּלְוֶה לְשַׁבָּת – הַשַּׁבָּת פּוֹרַעַת לוֹ.

אז ער האט געדארפט בארגן מיינט דאס וואס ?

ברוך ברייער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:48 pm

ארטסקרול פרעגט שוין דיין קשיא, עיין מה שתירץ. אבער לא מבואר בשום מקום שהיה עני.

פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

מלוה לשבת מוז נישט מיינען געבארגט צו האבן פאר הוצאות שבת
סקען פינקט אזוי מיינען געבארגט פאר שבת קודש דורכן אויסגעבן פאר הוצאות שבת

מלוה ה' חונן דל
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:52 pm
ברוך ברייער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:48 pm
אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:41 pm
ברוך ברייער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:34 pm
מען זעהט ווי די גמרא ברענגט אראפ די מעשה פון יוסף מוקיר שבת און גמרא לויבט עס אזוי שטארק אויס ! אבער פארגעס נישט יוסף מוקיר שבת האט אלע יארן זיך שטארק געמיטשעט סאיז בכלל נישט געגאנגען אז ער האט איינגעקויפט אהן א חשבון און פלוצלינג זענען פישלעך מיט דיימאנטן געקומען צו פליען ! ער האט אלע יארן זיך ממש מוסיר נפש געווען פאר דעם הייליגען שבת - דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז הוצעות שבת מיינט נישט תעוות איך האב פאר אייך נייעס אז ווען עס קומט צו עסן אין שבת איז נישט דא אזא זאך ווי תעוות !!!
יעצט לעיני עס איז טאקע א שווערע קשיא וואס די פותח האשכול פרעגט אין איך ווייס נישט די תירוץ אבער איך טראכט אז עפשער איז עס ווי כאולי א option אדער לייג אויס די געלט אין די שבת וועט די באצאלן אבער וועגן עס קען טאקע נעמען א שטיק צייט ביז ער באצאלט אין נישט אלעמאל באקומט מען עס גלייך וועט ער דיר באצאלן דאפעלט אבער אויב ביסטו נישט גרייט צו ווארטן אין די גייסט לכבוד דעם פארלירן דיין אמונה דאן זאלסטו חלילה נישט נעמען אויף בארג !

סמאכט סענס וואס איך זאג - דיסקלעמיר # דעת בעה''ב
מהיכא תיתא אז יוסף מוקיר שבת איז געווען א עני און זיך געמיטשעט? נישט רש״י און נישט פשיטו של מקרא זאגן אז ער איז געווען א עני.
פָּגַע בּוֹ זָקֵן אֶחָד, אָמַר:

מִי שֶׁמַּלְוֶה לְשַׁבָּת – הַשַּׁבָּת פּוֹרַעַת לוֹ.

אז ער האט געדארפט בארגן מיינט דאס וואס ?
ארטסקרול פרעגט שוין דיין קשיא, עיין מה שתירץ. אבער לא מבואר בשום מקום שהיה עני.
איך האב נישט יעצט מיט מיר א שבת ארטסקול אז די ווילסט קענסט מיר זאגן די תירוץ ... אבער עס איז מיר סתם אזוי אינטרסאנט וואס די זאגסט מיר אז ער איז נישט געווען קיין עני

( רבי'ס און חדר אלערט )
אוועטאר
קעפיטאל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:50 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעפיטאל »

ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
האט איר פראבלעמען מיט אייער קינד?
ווילט איר האבן מנוחת הנפש?
דריקט יעצט זיבן!!
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
שטארק!

מצינו גם בזמר לשבת שחיבר אחד הקדמונים איתא כבפסיקתא: יוֹם שַׁבָּת קוֹדֶשׁ הוּא. אַשְׁרֵי הָאִישׁ שׁוֹמְרֵהוּ. וְעַל הַיַּיִן זָכְרֵהוּ. וְאַל יָשִֹים אֶל לִבּוֹ. הַכִּיס רֵק וְאֵין בּוֹ. יִשְֹמַח וְיִרְוֶה. וְאִם לֹוֶה. הַצּוּר יִפְרַע אֶת חוֹבוֹ. הַבָּשָֹר יַיִן וְדָגִים. וְאַל יֶחֱסַר בְּתַעֲנוּגִים. וְאִם שְׁלָשׁ אֵלֶּה לְפָנָיו צָגִים. זֶה יִהְיֶה שְֹכָרוֹ. אֲשֶׁר חָפֵץ בִּיקָרוֹ. יוֹסֵף חָצָה דָג. וּמָצָא מַרְגָּלִיּוֹת בִּבְשָֹרו".
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע:ביים טאטען אין וויינגארטן

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

איך האב נישט דורך געלייענט אלע תגובות, סאו אויב אויב האט שוין איינער געשריבן דעי געדאנק זייטס מיך מוחל

געהערט אמאל פין ר' מתתיהו סאלאמאן זז"ג אז ס'געווען אמאל א מיטינג ביים חזון איש מנהלים פין ת"ת זיי האבן געטאנעט אז אזוי ווי די גמרא זאגט אז הוצאות בניו לתלמיד תורה וכו', זאל מען ארויף צווינגען אויף אלע טאטעס צו באצאלען די פולע פרייז פון שכר לימוד, ארעמע און רייכע צוגלייך און מ'וועט זיך מער נישט דארפן מוטשענען ארום גיין קאלעקטן /בארגן וכו'
האט די חזון איש נישט געלאזט, ער האט געזאגט אז שמא יגרום החטא קען גורם זיין אז ס'זאל נישט ארבעטן
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

כרם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:39 pm
איך האב נישט דורך געלייענט אלע תגובות, סאו אויב אויב האט שוין איינער געשריבן דעי געדאנק זייטס מיך מוחל

געהערט אמאל פין ר' מתתיהו סאלאמאן זז"ג אז ס'געווען אמאל א מיטינג ביים חזון איש מנהלים פין ת"ת זיי האבן געטאנעט אז אזוי ווי די גמרא זאגט אז הוצאות בניו לתלמיד תורה וכו', זאל מען ארויף צווינגען אויף אלע טאטעס צו באצאלען די פולע פרייז פון שכר לימוד, ארעמע און רייכע צוגלייך און מ'וועט זיך מער נישט דארפן מוטשענען ארום גיין קאלעקטן /בארגן וכו'
האט די חזון איש נישט געלאזט, ער האט געזאגט אז שמא יגרום החטא קען גורם זיין אז ס'זאל נישט ארבעטן
פריער געווען דא אויף סאטמאר רבי'ן
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15257
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
געהערט פון חשובע בעל דרשן עשה שבת ך חול מיינט דיין פרעסעריי Meat boards וואס קאסטען 200 דאללער, הוצאת שבתות והוצאת יו''ט מיינט די מינומים וויפיל עס דארף קאסטען, עס איז זייער חשוב ווען א מענטש לאזט זיך קאסטען מיט אפאר דאללער מער פאר די שבתדיגע סעודה אבער מיט א שיעור
אינטערסאנט אז פון ווען די שס איז ארויסגעקומען (בערך 1600 יאהר צירוק) ביז יעצט האט קיינער נישט געוויסט פון קיין Meat Board, דיפס און טייערע וויינען/בראנפען
א משפחה זיכט צו דינגען א דירה אין קרית יואל אויף סוכות

איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
יישר כח פאר אייער תגובה.
אוודאי אויב דאס מיינט עס טאקע, און ''אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל גייט ער צוריק זעהן די געלט!'' אבער קודם דארף מען וויסן צו די מאמרי חז''ל פארטרעטן טאקע זיינע meat bored's. און ווען איז גילטיג די כלל עשה שבתך חול.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36010
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב_שלום האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:43 pm
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:39 am
ממה נפשך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:37 am
הוצאות שבת ויו"ט מיינט נישט אויף תאוות און מותרות, ס'מיינט פראסט און פשוט הוצאות.

אז מ'איז יוצא קידוש אויף א 20 דאלארדיגע באטל וויין, איז דאס אן הוצאה לכבוד שבת און דאס איז נישט אריינגערעכנט אינעם יערליכן קצובין.
דאס איז וועמענ'ס חידוש?
עשה שבת ךחול מיינט דיין פרעסעריי וויין וואס קאסט 100 דאללער, הוצאת שבתות והוצאת יו''ט מיינט די מינומים וויפיל עס דארף קאסטען, עס איז זייער חשוב ווען א מענטש לאזט זיך קאסטען מיט אפאר דאללער מער פאר די שבתדיגע סעודה אבער מיט א שיעור
א שאד סתם צו קלאפן אויפן שליסל טאוועל וואס עס פאלט ביי, ס'דארף צו שטומען מיט די הלכה.

בדאפשר לי' דארף מען מכבד זיין כפי יכלתו, ווייניגסטנס ווי ער וואלט מכבד געווען ביזנעס אסאסיעשעטס ביי א מיטינג, אדער זיינע געסט ביי א שמחה.

און אודאי געוויס איז עס נכלל אין הוצאות שבת ויו"ט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

אליעזר קרויס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:37 pm
שאלה: נאמר בגמרא "לוו עלי ואני פורע", מה הכוונה? האם אין גבול למה שאדם יכול להוציא לכבוד שבת?

תשובה: הנה בגמרא במסכת ביצה (דף טו:) איתא, אמר להם הקדוש ברוך הוא לישראל, בני! לוו עלי וקדשו קידוש היום, והאמינו בי ואני פורע. מבואר לכאורה, שה' יתברך אמר לישראל, שמה שילוו לצורך השבת הוא יפרע להם ואל להם לדאוג להוצאות אלו.

אלא שכל בר דעת מבין, שלא יתכן שיקנה אדם צרכי שבת ויערוך שלחן כסעודת שלמה בשעתו, עם עשרות סוגי מטעמים, ולא יתחשב כלל במצבו הכלכלי. שכן מעולם לא שמענו לשום גדול בישראל שנהג כן, ואם כן צריך לבאר מאמר רבותינו בגמרא.

בגמרא במסכת שבת (קיח:) אמרו, אפילו דבר מועט, אם עשהו לכבוד שבת (כלומר תוספת מיוחדת לכבוד השבת), הרי זה עונג שבת. ופירשו בגמרא, דבר קטן, כגון כסא דהרסנא, דהיינו דגים קטנים מטוגנים, מאכל שהוא זול) וכן אמרו בגמרא בפסחים (קיב.) עשה שבתך חול (כלומר, אכול בשבת כמו שאתה אוכל ביום חול) ואל תצטרך לבריות. ואף על פי שמצות עונג שבת היא מצוה מן התורה, מכל מקום לא חייבו אדם ללוות יותר מיכולתו על מנת לענג את השבת בדברים מיוחדים, אלא איש איש כפי יכולתו. ומה שאמרו בגמרא במסכת ביצה לוו עלי ואני פורע, היינו דוקא באדם שיש לו מהיכן לפרוע , כגון שיודע שעתיד לקבל מעות ביום מן הימים, ואם ילוה לצרכי שבת, ה' יתברך יחזיר לו את אותו הסך שלא יפסיד ממצות עונג שבת, אבל אם אין לו מאין להשיב את ההלואה, אלא אם כן יצטרך לבריות (שיקח מן הצדקה) אסור לו ללוות לצרכי שבת.

וכן מבואר בהגהות אשרי (מרבותינו הראשונים), שמה שאמרו בגמרא עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות, מדובר באדם שאין לו לפרוע כלל, אלא אם כן יטול מן הצדקה, אבל מה שאמר ה' יתברך לוו עלי ואני פורע, מדובר במי שיש לו מהיכן לפרוע, כגון שיש לו משכונות כדי לפרוע, אלא שאין לו מעות מזומנים לכך, על זה אמר לוו עלי ואני פורע.
הנה,התוס' במס' ביצה הקשו סתירה זו מחד גיסא אמרו "ללוו עלי ואני פורע" ולאידך גיסא אמרו "עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות"? ותירצו דמה שאמרו ללו עלי ואני פורע היינו במי שיש לו מהיכן לפרוע, ובגמ' שלנו איתא לפרועואינו מובן דא"כ באותן מעות יקנה ולמה צריך ללוות ופי' המפרשים דהכוונה שיש לו משכונות למשכנם וללות עליהם אבל בלא משכונות אין לו ללוות, (וכ"פ בשו"ע הרב כמ"ש לעיל), אבל הגר"א בביאורו גורס ללוותדהיינו שאין לו ממי ללוות, אבל אם יש לו ממי ללוות ילוה על אף שאין לו מהיכן לשלם עיי"ש בדבריו הקדושים. א"כ דבר זה במחלוקת שנויה.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

א גוט יאר!
אלץ הקדמה וועל איך בעסער ארויסברענגען הרב @פויליש פארווע'ס שאלה.
מיר ווייסן אז א איד דארף זיין שפארזאם (נישט פארטוישן מיט קארג חלילה!) ווי די גמרא זאגט אין מס' פסחים (קיג:,קיד.), פון צווייטן זייט אבער זעהט מען אין כמה וכמה מקורות אז פאר הוצאות שבת טאר מען נישט שפארן לדוגמא "אמר הקב"ה בני לוו עלי ואני פורע" ועוד ועוד, דריטנס זעהט מען "אמר ר' עקיבא עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות" אז אפילו פאר הוצאות שבת זאל מען אויך שפארן, פערטנס זעהט מען "תנא דבי אליהו אע"פ שאמר ר' עקיבא עשה שבתך חול וכו' אבל עושה הוא דבר מועט ומאי ניהו כסא דהרסנא כו' " איז משמע פון דעם אז אפי' דער וואס האט נישט דארף זיך אנשטרענגן כאטש אביסל , נא! וואס גייט דא פאר???.

זייער גוט געפרעגט!!! און די קשיא פרעגט שוין דער הייליגער טור (או"ח סי' רמ"ב עפ"י ביאור הט"ז) און דער טור איז דארט מאריך בתירוצו ואחריו נמשכו כל הפוסקים, אונז וועל מיר נאר ארויסברענגען דעם שפיץ פונעם תירוץ.

דער תירוץ איז אז יעדע פון די מאמרים איז געזאגט געווארן פאר אן אנדערע קאטעגאריע פון כלל ישראל.

1)כל מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאות שבת ויו"ט( וראש חודשעי' דרכי משה בסי' תי"ז אבל עי' בעטרת זקינים מ"ש דהכוונה רק על הטיפ שנותנים להמלמד בר"ח) שכל המוסיף מוסיפין לו, היינו כל אחד כפי יכלתו, דאס הייסט מ'קען קויפן אלץ וואס מ'האט ליב לכבוד שבת אן קוקן אויף פרייזען! יא! דאס איז געזאגט געווארן אויף אלגעמיינע מענטשן וואס עס וועט נישט צוברענגען זיי זאלן דארפן צוקומען צו מענטשן'ס טובות (אינקלודעד מ'זאל דארפן אפשטיפן א זמן פרעון החוב וואס באופן כזה איז ער נישט אין די קאטעגאריע),דהיינו א מענטש זאל מאכן א חשבון יעצט אויפ'ן מינוט אלע חובות וואס ער האט און אלע זיינע הוצאות וואס ער האט במשך זיין אלגעמיינע טאג טעגליכע לעבן אויב בלייבט נאך איבער עפעס געלט איז אויף יענע געלט געזאגט געווארן לכבד שבת כפי יכלתו.
כ'וואלט געזאגט (אויב איך כ'קען מיך וואגן) אז א גרויס חלק עולם איז אין די קאטעגאריע,און אויב דו ביסט מסופק צווישן א וויין וואס קאסט $20 וואס איז נישט אזוי גוט ווי דער וויין וואס קאסט $50 איז 100% ריכטיג צו קויפן דער טייערע אויב עפעקט עס גארנישט די בודזשעט (כנ"ל).

2)לוו עלי ואני פורע, היינו במי שיש לו לפרוע\ללוות (תלוי בגירסאות)דאס הייסט ער האט נישט אויפן מינוט קיין געלט אבער ער גייט באקומען אינמיטן וואך אדער ער האט יעצט חפצים וואס ער קען געבן אלץ משכון זאל ער דאס טוהן און נישט זארגן ווייל דער רבוש"ע וועט שוין זיכער מאכן אז עס פעלט אים גארנישט,
אויב אבער האט ער נישט טאר ער נישט אויסגעבן קען פעני אויף איבעריגע הוצאות שבתווי @אליעזר קרויס האט געשריבן, נאר אויב האט ער נישט די מינימום דהיינו חלות און וויין (די פונקטליכע גדר פון די מינימום וועלן מיר זעהן שפעטער) איז א מחלוקת צווישן די גר"א מיט'ן שו"ע הרב צו ער מעג בארגן אן א חשבון ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן (אין פאריגן תגובה).

3)עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריותדאס איז געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט נאר אזוי ווי פאר יעדן טאג צוויי סעודות (ווייל אויב האט ער דאס אויך נישט מעג ער דאך נעמען צדקה ממילא דארף מען אים שוין געבן אויך אויף שלש סעודות און ענג שבת) און האט נישט פאר שלש סעודות אדער עפעס א ספעציעלע זאך לכבוד שבת, ערדארף מוותר זיין אויף כבוד שבת כדי שלא להטיל שבתותיו על הבריות.

4)עושה הוא דבר מועט כו' כסא דהרסנא, דאס איז א המשך צו קאטעגאריע 3 דהיינו אויב האט ער עפעס א זייטיגע הכנסה (וואס קלעקט נישט אויף טאג טעגליכע לעבן און ער נעמט ממילא פון צדקה) זאל ער נישט מיינען אז ווייל ער איז נצרך לבריות איז ער שוין פטור פון כבוד שבת און שלש סעודות,ניין! ער דארף קארגן די געלט און עס ניצן נאר פאר כבוד שבת.

פירט אויס דער הייליגער טור אז אפי' איינער וואס איז אין קאטעגאריע 3 זאל זעהן זיך ארויסצורוקען דערפון דהיינו אפשפארן א גאנצע וואך ער זאל יא קענען מכבד זיין דעם שבת, יעצט! אויף ווי ווייט דארף מען שפארן? אוודאי דארף מען נישט שפארן צו קענען קויפן א זיבעציג דאלערדיגע וויין, איז דא א מחלוקה צווישן דער טו"ז און דער שו"ע הרב (קונטרס אחרון סק"א עיי"ש שכ' כן אע"פ שבפנים סתם ולא כ' דלא כטו"ז) אבער אזוי ווי עס איז בפשטות נישט נוגע פאר'ן ציבור דא וועל איך נישט מאריך זיין, אדרבה! אויב וויל מען יא זאל מען מיר לאזן וואוסן.

הצלחה רבה! אייער לויב און קריטיק איז זייער וועלקאם.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:15 am
קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
געהערט פון חשובע בעל דרשן עשה שבת ך חול מיינט דיין פרעסעריי Meat boards וואס קאסטען 200 דאללער, הוצאת שבתות והוצאת יו''ט מיינט די מינומים וויפיל עס דארף קאסטען, עס איז זייער חשוב ווען א מענטש לאזט זיך קאסטען מיט אפאר דאללער מער פאר די שבתדיגע סעודה אבער מיט א שיעור
אינטערסאנט אז פון ווען די שס איז ארויסגעקומען (בערך 1600 יאהר צירוק) ביז יעצט האט קיינער נישט געוויסט פון קיין Meat Board, דיפס און טייערע וויינען/בראנפען
נישט ריכטיג!
דאס איז געזאגט געווארן אויף יעדע מענטש וואס ער האט ליב! נישט דא קיין RESTRICTIONS וואס מ'מעג ליב האבן!
עיין היטב לשונו הזהב של השולחן ערוך הרב שכ' בהדיא כן.
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
גוטע נקודה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 31, 2022 9:51 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע נקודה »

הרב_שלום האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:43 pm
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:39 am
ממה נפשך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:37 am
הוצאות שבת ויו"ט מיינט נישט אויף תאוות און מותרות, ס'מיינט פראסט און פשוט הוצאות.

אז מ'איז יוצא קידוש אויף א 20 דאלארדיגע באטל וויין, איז דאס אן הוצאה לכבוד שבת און דאס איז נישט אריינגערעכנט אינעם יערליכן קצובין.
דאס איז וועמענ'ס חידוש?
עשה שבת ךחול מיינט דיין פרעסעריי וויין וואס קאסט 100 דאללער, הוצאת שבתות והוצאת יו''ט מיינט די מינומים וויפיל עס דארף קאסטען, עס איז זייער חשוב ווען א מענטש לאזט זיך קאסטען מיט אפאר דאללער מער פאר די שבתדיגע סעודה אבער מיט א שיעור
מצוה לברור יין טוב לקדש עליו:
דאס איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך. יעצט זאג מיר נישט אז יין טוב מיינט די צוואנציג דאלערדיגע באטעל. איז בודאי יא שייך דעם הבטחה פון כל מזונותיו.
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע:בין כתה לעשור

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

פויליש פארווע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:03 am
בס''ד

שפאצירט שוין ר' משה צום פערטן מאל אריבער דעם זעלבן אייל אינעם וויין געשעפט, ווארפנדיג זיינע בליקן אויף די פילע ערליי וויינען וואס שמייכלען צו אים פונעם פאליצע. זיינע אויגן קומען צו אן אפשטעל אויף זיין באליבטן פלעשל, ער האלט עס שוין אין האנט, אבער זענדיג די פרייז אנטוויקלט זיך א מלחמה ביי אים אין קאפ. פון איין זייט פארשטייט ער אז דעם פלעשל פאסט בכלל נישט אריין אין זיין איבערגעשטרענגטע בודזשעט, אבער פון די אנדערע זייט בליצט אים אריין די גירסא דינקותא וואס ער האט געלערט אין ישבה קטנה '' תְּנִי רַב תַּחֲלִיפָא אֲחוּהָ דְרַבְנַאי חוֹזָאָה: כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לְתַלְמוּד תּוֹרָה - שֶׁאִם פָּחַת, פּוֹחֲתִין לוֹ; וְאִם הוֹסִיף, מוֹסִיפִין לוֹ''(ביצה דף טו/ב) אויב אזוי, טראכט ער צו זיך, קען איך שוין אפילו קויפן א 100 דאלער'דיגע פלעשל, עס גייט דאך ממילא נישט אריין אינעם בודזשעט.

ער וויל עס שוין אריינווארפן אין וועגעלע אבער דאן דערמאנט ער זיך אז זיין טאטע ר' יצחק וואס איז געווען א איד א תלמוד חכם, א בעל בטחון, און צו די זייט אויך א שיינע בעל פרנסה, האט זיך קיינמאל נישט געווארפן מיט געלט ביים איינקויפן יו''ט און זיך באגעניגט מיט א געווענליכע פלאש וויין. וואס איז פשט? האט ער דען נישט געוויסט פון די שטיקל גמרא צו זאגן?
* * *
ר' יחזקאל מאנעווירט זיין וועגעלע צווישן די פילע גראסערי פראדוקטן אריינווארפענדיג איין זאך נאכ'ן צווייטן ווען מיטאמאל פאלן זיינע אויגן אויף א פיינעם שכטל טייערע טשאקעלאדן, א שנעלע בליק אינעם בערזל באשטעטיגט אבער אז די געלט וואס ער האט צוגעגרייט פאר דעם ערב שבת ארדער וועט דאס שוין נישט דעקן, ער טראכט צו זיך, איך האב דאך שוין ב''ה א פילע וועגעלע, איך וועל קענען האבן אן עונג שבת אויך אן די טייערע טשאקעלאדן . אבער דאן כאפט זיך אריין ביי אים א מחשבה'לע וואס איז מיט'ן לוו עלי ואני פורעאיך האב דאך א קרעדיט קארטל, דער אויבערשטער וועט עס שוין באצאלן!, ער וויל עס שוין ארייווארפן אין וועגעלע, די שאכטל בלייבט אבער הענגען אין די לופטן ווען ער דערמאנט זיך אז עס איז דאך דא נאך א מאמר חז''ל עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות, איז פשט אז די לוי עלי ואני פורע איז נישט ממש אזוי גלאטיג?

צוזעענדיג ווי ר' משה און ר' יחזקאל שטייען אזוי פארקלערט, האמיר מחליט געווען צו עפענען אן אשכול און בעטן די תלמידי חכמים דא זאלן אביסל אויסקלארן די מאמרי חז''ל, פאר די פילע ר' משה'ס און ר' יחזקאל'עך וואס טרעפן זיך אינעם זעלבן צעמישעניש ביים איינקויפן אין די יעצטיגע ערב יו''ט טעג.
פארעכט צו ביצה טז א
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

@משגיח רוחני זייער קלאר!!!!!!
אנגעפאנגען מיט'ן רעכטן פוס!!!!!!!!!!!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע:צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

חמול על מעשיך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:36 am
פארעכט צו ביצה טז א
פאראכטן. יישר כח
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן-פורת »

קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
ריכטיג
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן-פורת »

הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:15 am
קעפיטאל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:58 pm
ס'דא א מצוה פין עונג שבת, "עונג" מיינט א זאך וואס געט "דיר" א תענוג, אין ווען די קויפסט sour dough מיט טייערע וויין מיט meat bored's ביסטי מקיים די מצוה פין עונג שבת, אין אז איינער גלייבט "עכט" אין די מאמר חז"ל (יעדער ווייסט ביי זיך צי ער גלייבט "עכט" אדער ער קען באשטיין ס'זאל זיין אמת.......) גייט ער צוריק זעהן די געלט! (ראיתי כמה פעמים)
געהערט פון חשובע בעל דרשן עשה שבת ך חול מיינט דיין פרעסעריי Meat boards וואס קאסטען 200 דאללער, הוצאת שבתות והוצאת יו''ט מיינט די מינומים וויפיל עס דארף קאסטען, עס איז זייער חשוב ווען א מענטש לאזט זיך קאסטען מיט אפאר דאללער מער פאר די שבתדיגע סעודה אבער מיט א שיעור
אינטערסאנט אז פון ווען די שס איז ארויסגעקומען (בערך 1600 יאהר צירוק) ביז יעצט האט קיינער נישט געוויסט פון קיין Meat Board, דיפס און טייערע וויינען/בראנפען
נישט אינגאנצן ריכטיג. אפשר אויב מען טוט עס ממש פאר זיך, אהן צו שפירן אז מ'איז מכבד מיט דעם הייליגן שבת, נאר סתם א געלעגנהייט צו פרעסן און זיך אופרייסן פאר אנדערע.

אבער א איד וואס טוט עס לכבוד שבת, עכ"פ לפי דרגתו שפירט ער אז ס'קומט שבת קודש און אז ס'דא א מצוה פון מענג זיין דעם שבת, מכבד זיין דעם שבת, טייערהאלטן דעם שבת, און מיט די מאכלים טוט ער מענג און מכבד זיין דעם שבת, איז נישט קיין נפקא מינא וואס ער קויפט און וויפיל ס'קאסט. ער איז בכלל פון ישמחו במלכותך שומרי שבת וקוראי עונג. והן הן הדברים התלויים בלב.
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
משגיח רוחני
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:31 pm

Re: מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח רוחני »

באקומען אין אישי:
לגבי איינער וואס זיין בודזשעט אנהאלט א געוויסע סכום געלט וואס ער פראבירט אפצושפארן פאר וויכטיגע הוצאה וואס איז נישט אויף יעצט, ווי למשל קויפן א הויז אדער אויף חתונה צו מאכן אויב ער ברויך אראפציפן פון די געלט באשטומט פאר דעם, און אויב ער גייט נאך אריין אין כלל 1 וויבאלד למעשה יעצט שטייט ער אין א גוטע מצב. אפילו ער האט נאכנישט קיין דאך איבערן קאפ און אפגעשפארט געלט חתונה צו מאכן זיינע קינדער, וואס אין די לאנג ראן קען ער דארפן ווערן א נצרך.

די תירוץ אויף דעם איז לכאורה אז יא! ער איז אין כלל 1, ווייל ווי זעלבסטפארשטענדליך ווען דער הייליגער טור שטעלט אוועק די כללים האט ער נישט געמיינט ביי כלל 1 איינער וואס לייגט אוועק געלט פאר זיינע קינדער'ס ירושה, נאר טאקע אזא איינער וואס לייגט עס אוועק פאר אין די לאנג ראן זאל ער האבן, מיט דעם אלעם איז געזאגט געווארן כל המוסיף מוסיפין לו.

אבער דאס מיינט נישט אז ער מוזקויפן דער טייערע וויין, נאר דאס מיינט אז ער מעג און דארף זיך נישט זארגן פון וואו ער וועט האבן געלט פאר א הויז אדער צו חתונה מאכן ווייל דער רבוש"ע וועט שוין מאכן זיכער אז ער האט, און ער וועט געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות ווי נחלה בלי מצרים, מוסיפין לו,ניצל מחבלי משיח, ועוד ועוד (משא"כ די אנדערע צוויי קאטעגאריעס טארן נישט אויסגעבן מער ווי א געוויסע קצבה).

אויב האט איר נאך שאלות, אדרבה קומט ארויף. הצלחה רבה! און א גוט שבת!
דער גרעסטער אנטיסעמיט קען נישט פיינט האבן אונז אידישע קינדער אזוי שטארק ווי מיר האבן זיך ליב.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”