מזונותיו של אדם קצובים לו ... חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יו''ט
שפאצירט שוין ר' משה צום פערטן מאל אריבער דעם זעלבן אייל אינעם וויין געשעפט, ווארפנדיג זיינע בליקן אויף די פילע ערליי וויינען וואס שמייכלען צו אים פונעם פאליצע. זיינע אויגן קומען צו אן אפשטעל אויף זיין באליבטן פלעשל, ער האלט עס שוין אין האנט, אבער זענדיג די פרייז אנטוויקלט זיך א מלחמה ביי אים אין קאפ. פון איין זייט פארשטייט ער אז דעם פלעשל פאסט בכלל נישט אריין אין זיין איבערגעשטרענגטע בודזשעט, אבער פון די אנדערע זייט בליצט אים אריין די גירסא דינקותא וואס ער האט געלערט אין ישבה קטנה '' תְּנִי רַב תַּחֲלִיפָא אֲחוּהָ דְרַבְנַאי חוֹזָאָה: כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לְתַלְמוּד תּוֹרָה - שֶׁאִם פָּחַת, פּוֹחֲתִין לוֹ; וְאִם הוֹסִיף, מוֹסִיפִין לוֹ''(ביצה דף טו/א) אויב אזוי, טראכט ער צו זיך, קען איך שוין אפילו קויפן א 100 דאלער'דיגע פלעשל, עס גייט דאך ממילא נישט אריין אינעם בודזשעט.
ער וויל עס שוין אריינווארפן אין וועגעלע אבער דאן דערמאנט ער זיך אז זיין טאטע ר' יצחק וואס איז געווען א איד א תלמוד חכם, א בעל בטחון, און צו די זייט אויך א שיינע בעל פרנסה, האט זיך קיינמאל נישט געווארפן מיט געלט ביים איינקויפן יו''ט און זיך באגעניגט מיט א געווענליכע פלאש וויין. וואס איז פשט? האט ער דען נישט געוויסט פון די שטיקל גמרא צו זאגן?
צוזעענדיג ווי ר' משה און ר' יחזקאל שטייען אזוי פארקלערט, האמיר מחליט געווען צו עפענען אן אשכול און בעטן די תלמידי חכמים דא זאלן אביסל אויסקלארן די מאמרי חז''ל, פאר די פילע ר' משה'ס און ר' יחזקאל'עך וואס טרעפן זיך אינעם זעלבן צעמישעניש ביים איינקויפן אין די יעצטיגע ערב יו''ט טעג.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען