Re: ברעיקינג: א ביליגע קאסטקאו-סטייל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג
די קיופאנס קימט אבער מיט א פרייז, אז געשעפטן העכערן די פרייז אדאנק דעם, אין די לאנג ראן זיכער, לדוגמא די קלאודיג סטארס, וואס זייערע פרייזן ווערן שוין באשטימט לויט די סעיל פרייזן, און ווער סקויפט נאך יא אויף די עכטע פרייז איז עס עקסטער פראפיט,צולייגער האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:54 pmדער פשוט'ער ענטפער צו חלק א' איז: מיטן געבן קיופאנס אין גראסערי אויף א לאגישע און אויסגעארבעטע מהלך, וועלן ביידע הנאה האבן. זה נהנה וזה לא חסר.מעכל'ע האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:52 pmדער עמך איד וואס מיטשעט זיך צי באצאלן די אסטראנאמישע גראסערי פרייזן האט ווייניגער עגמת נפש, ווי דער גראסערי מאן?
דאכטזיך, ביי די פרדת פיגא/ברכה סימא דעבאטע האט דער עולם פארשטאנען אז ס'איז וויכטיגער צי העלפן 50 פראצענט פינעם ציבור אפילו ווען 5% פינעם ציבור גייט דערלייגן אדאנק דעם, דא איז אנדערש?אויב דער גראסערי מאן קען ארויפגיין מיט דער פרייז, אין האט נישט מורא אז ר גייט פארלירן צים קאמפאטישן, אדער דערלייגן סעילס, טיט ער דען עס נישט אן חלוקה אויך?!
דער פשוט'ער ענטפער אויף חלק ב' איז: אלע גראסעריס צוזאמען וועלן העכערן.
און מיט קיופאנס, וועלען א גרויס חלק ציבור ליידן מיט די געהעכערטע פרייזן,
לגבי חלק ב', די גראסעריס בעטן מימלא די מעקס וואס סאיז שייך, בינעסווייז, עי ערך וויליאמסבורג בארא פארק גראסערי פרייזן, ( און ניין, סהאט זיך נישט אנגעהויבן ביי יואלי לאנדאס חלוקות),ס'האט בכלל נישט מיט די מציאות וויפיל ער דערלייגט און פארדינט, דער גראסערי מאן וויל מאכן דאס מערסטע שייך, אין מיט די אידישע געצוימטע מארקעט, טיען זיי עס מימלא בהצלחה,