Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)
ווילסט וויסן פונקטליך וועלעכע נושאים?המברך יתברך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pmלמשל פאליטיק, אבער דו ווילסט הייסן מער א בן תורה?גראז האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:34 pmארויסגעבן און שמועסן פון נושאים וואס איך האב ליב אבער קען נישט אין ריעל לייף.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pmאקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
ס'איז נישט פאליטיק, מיין אינטערעסע אין פאליטיק קומט נישט פון אינטערעסע אין פאליטיק, ס'קומט פון מיין אינטערעסע צו באבאכטן ווי די קולטור פון די וועלט אנטוויקלט זיך און די געראנגלען ארום דעם. אלע חלקים אין פאליטיק וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אינטערעסירט מיר ווי די פאריאריגע רעגן.
און ניין, ס'איז נישט אז איך וויל הייסן אין גאס עפעס אנדערש פון וואס איך בין דא. ס'איז מער טעכניש אז דא קען איך רעדן פון זאכן וואס טעכניש איז עס נישט עפעס וואס איך האב ווי צו רעדן אנדערש ווי. נישט אז איך קען דא רעדן אלעס וואס איך וואלט געוואלט רעדן, אבער כאטש בעסער פון די ביהמ"ד און וואך נאכט.
ווען איך בין געבוירן מסתם...
ווען איך האב עס אנגעהויבן פילן?! המממ... לכאורה ווען איך האב מיט מיין קאמפלעקס'דיגע גאווה באמערקט אז מ'אנערקענט נישט אין מיך די וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט.
ווילסט מיך טרייען אויפצוווייזן אז איך האב קוואלעטי?! איך ווייס דאך דעיס... און דעיס טאקע איז וואס מאכט מיך פילן ווי ס'ווערט נישט אנערקענט.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm2) צי ס'איז דיר מעגליך אויף א וועג - צו טרעפן א פתח חרטה אויפ'ן דאזיגן יאוש? 3) צי פילסט דען נישט גענוג מאל אז אויב ביסטו מצליח צו שאפן אנערקענונג אויף אייוועלט, איז דאך פשט אז סאם-האו האסטו יא די כלים עס אויפצופיקן אויך אין דער עכטער וועלט, נאר...?
טאקע דערפאר...