Re: פראגעס און שמועסן איבער קולטור און פאליטיק
יאפ.גיבור האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:21 amקודם א גרויסן שכוח פארן עפענען דעם אשכול. לדעתי דארף די נושאים זיין די ערשטע און וויכטיגסטע ווען עס קומט צו פאליטיק בזמן הזה, בנוגע איבער וואס וועט זיין די צוקונפט פון די וועלטגראז האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:48 amסאו מיין פראגע איז בעיסיקלי עפעס וואס איך טראכט שוין דערוועגן א לענגערע צייט, און דעיס איז, וואס העט זיין אויב די נייע לינקע מערב וועלט קולטור וועט זיך איינגעבן און אינגאנצן אריינקומען אין די אלע מערב קריסטליכע לענדער און ווערן די נייע וועסטערן קולטור, וואס דעיס מיינט די עולם וועט זיין סינגל - מ'וועט נישט חתונה האבן, אדער וועט מען יא אבער מ'וועט נישט האבן קיין קינדער - כוס עיקרין/עבארשען, מ'וועט חתונה האבן אויף אופנים וואס מ'קען נישט ברענגען קיין דורות, מ'וועט זיך ארומטראנספערמירן, וכו' וכו' דעי אלע השם ישמרינו'ס.
סאו דעיס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז דזשענערעישאנ'ס אין דעי לענדער וועלן ווערן מער און מער פארמינערט און פארלענערט, און די פאפולאציע וועט שרינקען אויף מאסשטאבליכע פארנעמען, ס'וועלן נאך זיין דעי פאר דעילי ווייער חברה וואס טרייען זיך נאך צו קלאמערן צו עפעס אלטע ווירדן וואס די אינלייטמענט האט געראטעוועט פון זיי...
איז מיין פראגע: קענען מיר ערווארטן אז אין די נישט אזוי לאנגע ארום וועט די וועלט ווערן דאמינירט און געפירט ביי די מוסלעמענער רעליגיע?
ס'איז דא א געוויסע אמת אין דעם וואס דו זאגסט אבער נאר לחצי, די נאמבער'ס ווייזן אז יונגע מענער נייגן זיך מער און מער רעכט, אבער פון די אנדערע זייט יונגע פרויען נייגן זיך מער און מער לינקס.גיבור האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:21 amלדעתי גייט זיך די עולם אנהייבן אויפוועקן און זען אז די ליבעראלע לעבנסשייטגער איז געמיין און האט נישט קיין קיום. מען זעט שוין יעצט א היפשע. אויפוואכונג ביי די יוגענט וואס האָבן שוין נישט קיין כח פאר די ליבעראלע קולטור און כאפן זיך אַריבער אויף די רעכטע זייט.
סיי לגבי רעליגיע
סיי לגבי מאראל
סיי לגבי פאמיליע
בנוגע די מוסלימענער זעט מען אויך אז זיי ריקן זיך מער אין סענטער, סודיע ארביע האט זיך שטאַרק מאדענזירט די לעצטערע יארן, אין איראן בלאזט ווינטען פון פרייהייט.
איז לדעתי וועלן זיך זאכן אויסגראדן און צוריק גיין צו די נארמאלע אמאל.
אודאי וועלן ווייטער זיין די ליבעראלע משוגאים משוגענע אותיות וכו'.
אבער זיי וועלן ווערן אנגעקוקט ווי די מינארעטיט און ווי ארויסגעפאלנע
די נארמאלע באזעסענע מענטש, וועט צוריק באקומען זיין רעספּעקט
#די אמת שווימט אייביג צום סוף אַרויף!
סאו שטייסטע ווייטער ביי די זעלבע פראבלעם, וועסט האבן א באנדע פרויען און טראנספערמירטע אויף איין זייט, און די איבריגע מענער אויף די אנדערע זייט, נו - האסטו דאך ווייטער די פראבלעם מיט די דורות, ווייל די רעכטע מענער וועלן נישט טרעפן קיין רעכטע פרויען צו גיין צום טיש.
און לגבי די מוסלעמענער לענדער, דו זאגסט דאך אליין אז זאכן גייען דארטן אויך סאוט, סאו ווי אזוי גייט מען פלוצלינג גיין פון דארט צוריק צו נארמאלע טראדיציאנאלע לעבנ'ס שטייגער?
און נאך א פוינט, די מציאות פון די וועלט'ס היסטאריע האט געוויזן, אז די וועלט גייט קיינמאל נישט אויף צוריק, ביי יעדע טריט וואס די וועלט האט געמאכט אין ריכטונג פון מאדערנעזאציע זענען געווען מענטשן וואס האבן געשריגן און פארפירט, אבער דאך איז די וועלט געבליבן גיין פאראויס. איך זע נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדערש.