קומט צו גיין א מענטש ער וויל באקומען א דזשאב ביי א זייגער מאכער, וואס קענסטו? פרעגט מען עם, דערווייל גארנישט, זאגט ער, איך גיי מיך אויסלערנען... אקעי, מ'גיבט עם עפעס א דזשאב אויף טריי אוט, אויב טויג ער, באקומעט ער א געהעריגע פאזיציע, און באקומט באצאלט 12 דאללער א שעה. היות ער וויל מאכן מער געלט, ארבייט ער אווער טיים, און ער שטרענגט זיך אן צו ווייזן געטריישאפט פאר זיין בעה"ב, נאך א שטיק צייט זעהט דאס די בעה"ב איין, און גיבט אים א רעיז און צומאל עפעס בענעפיטס, שטייצעך נאר אויב ס'לוינצעכעם די ארבייט פון דעם מענטש, און אז דער מענטש איז גאר כיטרע, באמערקט ער א וועג וויזוי מ'קען מאכן די זייגער בעסער און שטערקער, אוטאומאטיש איז די זייגער מער ווערד, מאכט די בעה"ב מער געלט, פיהלט די בעה"ב "איך מוז עם האבן דא. דעם בחור, דער איז גוט! לאמעכעם געבן נאך א רעיז, א באונעס א.ד.ג"...
אויב ער טויג נישט, אדער שיקט מען עם ווייטער, אדער גיבט מען אים א דזשאב אין א אנדערע אפטיילונג, וכד', און פאר די פאזיציע זוכט מען אויף א אנדערע פאסיגע מענטש.
וואס געשעהט? די ביזנעס וואקסט, ס'מאכט געלט, הייבט די בעה"ב אן צו עקספענדן, ער עדווייטייזט "אונז האמער אימפראווד אונזער זייגער", און ער נעמט אויף נאך מענטשן און מאכט מער זייגערס, בקיצור ביזנעס עז יודזשעל...
לאמער איין מינוט אריבערגיין צום אנדערן זייגער מאכער קעגן איבער ווי די יוניאן איז אין קאנטראלל.
קומט אריין א מענטש ער וויל א זשאב, נאכן זיך אנשליסן אין די יוניאן באקומט ער א דזשאב, נישט קיין חילוק צו ער טויג צו נישט, באקומט ער זיין געהאלט לויט וויפיל יאר ער ארבייט שוין דא, ער האט נישט קיין שום נגיעה צו טרעפן עפעס איידיעס וואס זאל בעסער מאכן די ביזנעס ווייל ער גייט נישט באקומען קיין העכערונג מער ווי דער וואס איז שוין דא 5 יאר פאר עם. (פאר צוויי סיבות, איין ווייל אזוי ארבייט די יוניאן, און שנית די בעה"ב קען עס נישט עפארדן, ווייל אויב פאר דעם גארבידזש קאלעקטאר מוז ער באצאלן מינימום 50 דאללער א שעה (צווישן עם די יוניאן ריטייערמענט העלט אינשורענס און טעקס) ווי קען ער עם באצאלן מער? ס'איז נישט מעגליך!!!) און דאס איז שוין טאמער יענער איז גוט, און אויב יענער טוט גארנישט, בלויז ער פאנטשט די קארד און זיצט אויפן טעלעפאון און וועיסט צייט פאר שטותים, קענער עם נישט ארויסווארפן...
רעזאלט? די ביזנעס קען נישט וואקסן, נישטא קיין געלט צו אינוועסטירן, נישטא קיין געלט צו הייערן נאך ארבייטער, און ווען זייער קאמפעטישן פון קעגן איבער נעמט איבער די מארקעט זיצט די קאמפאני אין א זייט און קען גארנישט טוהן. (אויסער מאכן מיטונגען...)
שיינע מעשה, הא? אונז האמער דאס יעדן טאג לייוו!!! די גוטע ארבייטער באקומען נישט קיין העכערונג, ווייל די נישט גוטע באקומען עס אויף זייער חשבון... מ'באצאלט פאר א ארבייטער בעיסד אן סינארעטי, גארנישט מיט קיין פראדאקשן! א וואונדער פארוואס די עוורידזש קאלידזש דעגרי פובליק ווארקער באקומט 12 פראצענט ווייניגער ווי א פרייוועט ארבייטער? (אזוי האט איינער געשריבן אויבן, און ס'מאכט סענס...) ווייל ס'מוז זיך אויס-איווענ'ן ערגעץ... דער נערישע פובליק סעקטער ארבייטער מאכט מער ווי דער פלעינער B&H יונגערמאן, אבער דער B&H קאמפיוטער טעקנישן מאכט מער ווי דער פובליק סעקטער קאמפיוטער טעקנישן. איז דאס דעמעקראטיע? יעדער דארף זיין אייניג? דאס שמעקט עפעס זייער קאלט... זייער סיביר'יש...
קום נאר אריין מיט מיר צו א נארמאלע ביזנעס וואס האט נישט קיין יוניאן און קוק אן קאסטומער סערוויס, VS א ביזנעס וואס האט יא א יוניאן, וועסט אייביג זעהן מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס מ'וויל פון זיי... ס'וועלן שטיין 50 מענטשן און דיך ווייזן צו וועם צו גיין... העי! ביסט אמאל געווען אין די מאטאר וויהקעל אפיס?... (גראדע פובליק סעקטער, אבער די קאנסעפט איז די סעים..)
א סימפל משל, האסט שוין אמאל גערעדט מיט ווערייזן אויפן פאון? ער זאגט דיר אז די זאלסט ריבאאטן דיין סעלפאון, ער ווייסט אז ס'דויערט בערך 7 מינוט, אנשטאט ער זאל זאגן אקעי, איך לייג דיך אויף האלד פאר 5 מינוט און איך נעם אינצווישן דעם נעקסן, זאגט ער ניין! איך ווארט אויף ליין... האסט שוין אמאל געהערט אזאונס ביי א נארמאלע ביזנעס? וואלסט אמאל געלאזט דיין ארבייטער וועיסטן 7 מינוט און צומאל מער?
לאך נישט! איך האב אמאל געהאט א פראבלעם מיט מיין סעלפאון, און די טעלעפאון קאמפאני איז געווען מיט מיר אויפן פאון איבער א שעה, מ'האט דריי מאל געדארפט ריסטארדן מיין פאון, און די יעניגע האט געווארט די גאנצע צייט, און צום סוף האצע ניטעמאל געוויסט וואס ס'טוצעך און געזאגט איך זאל אריינגיין צו א לאוקעל דיעלער. די נעקסטע טאג האב איך געקאלט די קאמפאני ווי איך ארבייט, (מיין פאון איז אויף זייער ענטערפרייס סערווער.) זיי האבן געהערט דעם פראבלעם, און מיר געזאגט אז זיי גייען מיך צוריק קאלן... נאך א 20 מינוט קאלט מען מיך צוריק, ער הייסט מיך טוישן א סעטינג, און ריסטארדן מיין פאון, און איך זאל ריבאטן מיין פאון, און ער זאגט "איך לייג אראפ, און איך גיי דיך צוריקקאלן שפעטער" ביז א שעה האט ער מיך געקאלט, און ס'האט פיין געארבייט!!!
נו, אז אין אמעריקא קען מען נישט מאכן קיין געלט וועגן די יוניאנס, ס'לוינט זיך נישט צו צאלן פאר אזא ארבייט 50 דאללער א שעה ווי פריער געשמיעסט, וואו גייט מען? אהההה מ'האמער דאך געמאכט א טרעיד עגרימענט מיט טשיינע... לעטס ראול!!! מ'גיימער קיין טשיינע...
יא! די זעלבע טרעיד עגרימענט וואס דארף ווען בענעפעטירן אמעריקא - אמער טשיינע האט 3 מאל אזויפיהל מענטשן ווי אמעריקא, סאו אמעריקא וועט פארקויפן מער פראדוקטן קיין טשיינע ווי טשיינע קיין אמעריקא, און אזוי ארום קריעיטן פרישע דזשאבס - האט גאר אנגעפאנגען ארבייטן קעגן אמעריקא... יעדער פארט אהין פראדוסן זאכן... ס'קאסט טאקע געלט אהינצופארן, טרעינען נייע מענטשן און אויפבויען פעקטאריס, אבער ס'נאך אלץ ביליגער ווי צאלן די הויעכע טעקסעס און יוניאן ארבייטער אין אמעריקא...
און די קאסטומער סערוויס דזשאבס גייט קיין... יא! אינדיע!! "פארוואס" פרעגסטע? חא חא, ס'קאסט עם איין מאל געלט צו טרעינירן די חברה, און נאכדעם 10 דאללער א שעה... (כ'רעדעך פון זייער סופערווייזער... די פלעינע מענטש איז 5 דאללער א שעה) דעטס איט!!! נישטא קיין 50 דאללער א שעה צו זיין אויף האלד, 5 דאללער איז גענוג פאר דעם...
איין עצה איז נאך פארבליבן, ס'דא געוויסע דזשאבס וואס מ'קען נישט אוט-סאורסן, דאס איז זאכן וואס מוזן געמאכט ווערן אויפן פלאץ, למשל א גראסערי, א בעקערי... אההה פארגעסן, גראבן אויל... ווען מ'זאל ווען מעגן גראבן אויל אין אמעריקא, וואלטן צוגעקומען טויזענטער דזשאבס וואס מ'קען נישט אויטסארסן....
פווווווווווויייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!! ווער שרייט דארט??? פוייייייייייי!!!!!!!! די בערן גייען שטארבן!!!!!!!!!!!!
אקעי, איך וועל ממשיך זיין א צווייט מאל אי"ה.
בעק טו יו יודל...