די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4747
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הונדערט פראצענט גערעכט.

נישט געוואלט אריינרעדן לכתחילה אין די גרעי עריע, אבער אז מען קען רעדן נארמאל זאל זיין, איך האף אז איך שרייב נישט עפעס שלעכט.

מיטגעהאלטן אין די לעצטע יאר צוויי שרעקעדיגע מעשיות, איינס ווייסעך נישט וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט, ס'איז נישט בכדי אז איך זאל דאס פאלאוען, און די צווייטע איז געראטעוועט געווארן נאר אדאנק הד''א, א שטארקע שאד אז מער מענטשן ווייסן נישט דערפון.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן-פורת »

moshi האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:20 am
בן-פורת האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 6:54 am
moshi האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:49 am
בן-פורת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm
אידיאט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:29 pm
לדעתי דארף מען מודיע זיין פאר יידע איינציגסטע רב, רבי און דיין און משפיע וועגן די הייליגע סייט.
מקען ראטעווען אומצאליגע דורות און נשמות אויב ווייסט מען דערפון. ווער עס האט א שייכות מיט אן ערליכען איד, זאל ער אין מודיע זיין, וזכות הרבים תלוי בו. אויף דעם איז עכט גילטיג די הבטחה פון זוה''ק אויפן פסוק ''אם תוציא יקר מזולל וגו' והמ''י
ממש אזוי. מען דארף מודיע זיין פאר יעדע איינציגסטע רב, רבי, דיין, משפיע, ראש הכולל, מחנך אז זיי זאלן מודיע זיין אנדערע וועגן די הייליגע סייט. מודיע זיין אז ס'דא הילף.
א גוטן ווער בין איך צי טיילן דעות
אבער עס איז אמת אז טויזענטע מבני עמינו פון די גאר חשובע מיטשענען זיך מיט די פראבלעם
נאר אייך זאך קען איך נישט פארשטיין פארווואס איז דא אווערנעס צו ראטעווען אזעלכע וואר סאפערן ? עס איז גאר וויכטיג
באט פארוואס ווען עס קומט צו היטן אונזערע הייליגע נשמהלעך איז דא עפעס א סיילענט קיינער רעדט נישט, צי זיי קלאר פון וואס מען דארף זיך היטן , אלעס איז מיט א צימישעניש און אומקלארקייט ,און פול מיט אומזיכערקייט, אין די וואס דארפן איבערגעבן די מעסעדש
ווער רעד שוין וואס טאג טעגלעך ווערן קינדער געקידנעפט, אמאל אויף זייער א געצווינגענע וועג און צומאל מיינט דער קינד נעבעך אז ער וויל עס
עס איז שוידערליך וואס גייט פאר גייטס אריין ביי עני טערעפיסט אין קוק זיך אום וויפול טרערן די וויקטעמס גיסן זיך דארט , עס איז ווייט פון פשוט עס איז רציחה במלא מובן המילה
אבער די גרעסערע פראבלעם איז אז די קינדער האבן מורא צו פארציילן דעיס איז די מעין פראבלעם, זיי פוהלן אז מען וועט זיי נישט גלייבן אדער וועט מעו זיי באשולדיגן
נאכדעם טרעפט מען זיך אלץ 30 יעריגער אינגערמאן ווי א 12 יעריג קינד
ער האט זיך נישט דעוועלעפט עס עפעקט די גאנצע מענטש נישט נאר די חלק
מען וואלט געדארפט גוזר תענית זיין קעגן די אומפארהאנטווארטליכע מערדער, וואס דריען זיך מיט גאנס, קעגען די וואלנערעביל און שטילע קינדער, וואס דער רוצח פולט סעיוו אז ער קען זיך נישט דיפענדען
ענטשולדיגט פאר די אטאקע אבער פאקט איז פאקט עס איז נישט קיין חכמה מו זיין ווי א בת היענה
הצלחה רבה
מסכים מיט יעדע ווארט. ליידער. אז דו ביסט גרייט צו טוהן אין דעם, בין איך גרייט צו צו העלפן.
איך בין גרייט צו גיין אין פייער
אבער ווער בין איך עס באלאנגט פאר מחנכים און רבנים
ביי עגלה ערופה שטייט כי ימצא חלל באדמה לא נודע מי היכהו
ליידער דא ווייסט מען ע"פ רוב ווער דער רוצח איז, נאר די רבנים, זענען נישט קאמפארטעביל צו דילען דערמיט
איך קום נישט באשולדיגן די רבנים אבער ווען זיי זאלן וויסן מער ווואלטן זיי אויפגעשטארעמט א וועלט
איך פארשטיי נישט פארוואס ווען עס קומט צו סמארטפאונס ווייסט יעדע אינגל אינגעמאן וואס עס איז וכ"ו לצורך פרנסה וכ"ו דא הערש עפעס א שטילקייט
מען וואלט עט ליעסט געדארפט צאמנעמען אלע קינדער יעדער לויט זיין עידזש און פארשטאנד און זיי איבערגעבן די מעסעדש דורך א פראפעשענעל און די פעלד
@moshi דו דארפס טאקע נישט זיין דער וואס קומט ארויס עמטליך, נאר טאקע די רבנים. אבער דו קענסט זיין דער עסקן צו טוהן פאר דעם און צאמנעמען די רבנים. רבנים היינט האבן נישט קיין כח און צייט צו טוהן אין אלעם, אויך ווילן זיי נישט פירן אן אדורכגעפאלענע מלחמה, און ווערן באשמוצט, אויך איז נישט יעדע רב אזוי באהאוונט, און נאך סיבות. אבער ווען ס'נעמט זיך אן עסקן און לייגט זיך שטארק אריין אין אן ענין, רוב מאל וועלן די רבנים אים בעקן, נאכ'ן ווערן אויפגעוויזן די ערענסקייט דערפון, גביות עדיות וכו', און בעיקר ווען זיי זעהען מי ומי ההולכים וועלכע רבנים זענען גרייט מיט צו ארבעטן.

אסאך מאל איז עס אדער יעדער אדער קיינער. מ'האט מורא וכו' וכו'. דו קענסט זיכער יא טוהן.
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

א שטיקעלע אפדעיט.

ווי איך פארשטיי איז א גרויס חלק פון די קאמפיין געלטער געגאנגען צו אפדעיטן די הייליגע סייט עס זאל זיין מער באקוועם און ''יוסער פרענדלי''.

היינט קומט אריין די נייעס אז די נייע אפדעיט איז שוין ארויס, און זיי זאגן אז עס גייט נאר ווערן שענער...

תזכו למצוות פאר אלע וואס האבן ביישטייערט און גענימען א חלק און די געהויבענע צוועק.
----
פאר ווער עס איז נייגעריג וואס איך רעד דא פון, מען דארף זיך נישט זארגן, פשוט גיי ליין די ערשטע תגובה אין די אשכול.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3599
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

WOF איז דאס א סייט
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7644
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צום קעפל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:25 pm
איך דאנק דעם שרייבער און אזוי אויך די הנהלה.
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

נחני בדרך אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 am

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחני בדרך אמת »

קעפל: היט דיין אויגן ראפעל 100K אידן האטס רחמנות
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:21 pm
באקומען אין אימעיל:
טייערע ברידער אחים לדעה, לא איש דברים אנכי, איך בין קיין גרויסער שרייבער אויף קיין פארומס נישט, און איך וועל נישט ממשיך זיין צו שרייבן קיין סאך דא, עכ"פ אונטער דעם ניק זיכער נישט נאך מיין היינטיגע פאוסט, בכלל בין איך ביז אהער נישט געווען קיין מיטגליד פון אט דיע זייטל, ווער ווייסט אפשר יעצט וועט טאקע מיין צייט קומען,

אבל על של עתה באתי, נאך איין טאג פארבליבן וואס איר קענט אינאיינוועגס מיטן שטיצן די הייליגע ארגעניזאציע הד"א געוואונען א הונדערט אלפים ככר קעש,

כאטש וואס איך קען דיר נישט און דו קענסט מיר נישט, און אזוי וועט עס בעזר שמו יתברך פארבלייבן עדי עד, איך ווייס ניטאמאל צו די הנהלה וועט לאזן מיין פאוסט פאבליק אדער אויסוועלן עס צו פארמעקן, האף איך אז מי יודע, אפשר מיינע דברים היוצאים מן הלב וועלן זיין נכנסים אל הלב,

קלארשטעלונג: איך בין נישט קיין באצאלטער שרייבער דורך הד"א, די הנהלה פון הד"א ווייסט בכלל נישט איבער מיין שרייבן דא, איך שרייב בלויז אראפ מיטן קולמוס הלב, וירא הקהל וישפוט,

לאמיר אייך מגלה זיין אביסל איבער מיר, אין בין גארנישט אנדערש ווי דיר און אויך נישט ווי דיר, איך בין א פשוטע אינגערמאן וואס הייבט אן זיין טאג מיט א פאריאגטע מקוה און א שחרית אויף וואס ער ווייטאגט טעגליך פארוואס עס איז נישט כאטש עטוואס מער בכוונה, איך לויף אין דער ארבעט אריין 8 אזייגער, איך ארבער ביז 5, מיין שיעור ביינאכט איז גארנישט אנדערש ווי דיין שכן אין היכל התורה'ס שיעור, ווייל עס איז מעגליך איך דער וואס איז דיין שכן..., איך בין נישט רייך און נישט ארעם, איך בין אן איידעלער ביי נאטור,

מיט איין זאך בין איך שטארק אנדערש ווי דיר, אז פון יונגווייז אן, גאר אינג, אינגער פון וואס דו שטעלסט זיך פאר, בין איך באשאנקען געווארן פון גאט מיט אן איבערפלוס פון געלעגענהייט זיך איינצוהאנדלען פון די סאליד סחורה, עולם הבא, איך בין אויסדערוועלט געווארן צו גיין אין די סיעלס איינהייט וואס דארף קעמפן מיט בלוט און שווייס אויסצופירן גאט'ס באגער, און יא, פון גאר גאר אינג אן, איך גלייב מיט נאיווקייט אז דו ווילסט נישט איך זאל ארויסשריבן פרטי פרטים, און אפי' אויב ווילסטו יא וועל איך עס נישט טון ווייל עס איז נישט מן הנימוס, און דערפאר טאקע בין איך היינט אן איינגעשריבענער חבר אויף "היט דיינע אויגן" הנקרא הד"א, ווייל דארט איז ווי איך באלאנג,

אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן, עס האט "גארנישט" צוטון מיט עפעס וואס 'איך' האב געטון, און אפי' נישט מיט עפעס וואס מען האט צו מיר געטון, עס איז עפעס וואס גאט האט צו מיין נשמה דערציילט 'פאר' ער האט עס אויפן עולם השפל אראפגעשיקט, אז דאס וועט זיין "דיין" נסיון, ער האט מיר פאר דעם אריינגעלייגט אין א פונקטליך אויסגערעכנטע סביבה, ספעציעל צוגעפאסט אז די נסיון מיינע זאל זיך אנטוויקלען פונקט לויט זיין רצון, אבער צום זעלבן צייט האט ער מיר דערביי אויך געשאנקען אן עקסטערע דאזע פון אויסטערלישע רצון צו זיין הייליג און אפגעהיטן, מיט שמירת עינים, שמירת המחשבה, און שמירת המעשה,

גענוי ווי מיינע קינדער יארן, זענען מיינע ימי הבחרות אריבער שווער און פיינפול, ווען פון איין זייט האב איך געלערנט, געדאוונט, זיך געפירט פרום און חסידיש, און דאס איז באמת געווען מיין ציל און מיין שטרעבן, אבער צום זעלבן צייט האב איך זיך געפלאגט מיט ביטערע נסיונות, אנגעהויבן אלס אינג קינד מיט מחשבות לא טהורות, וואס תסמר שערות אנוש ווי זיי קומען צו אזא אינג מח, און נאטורליך האבן זיך מיינע נסיונות אנטוויקלט אלס ערוואקסענע לויט מיינע יארן וואוקס, זיי זענען בהחלט נישט געקומען אין רעזולטאט פון זען אדער הערן וואס מען ברויך נישט, ווייל איך קום פון א פרומע חסידישע באמת ערליכע שטוב ווי מיינע עלטערן האבן און טוען עס ווייטער אנהאלטן ריין פון יעדע נישט ערליכע אריינדרינגונג, אנגעהויבן פון אינטערנעט ביז יעדע סארט נישט ממש היימיש שבהיימישע ליין מאטריאל,

מיינע טייערע ברידער, איך וועל אין קיין פאל נישט אריינגיין אין קיינע פרטים זינט עס איז פאר קיינעמס תועלת, אבער נעמטס ביטע אן מיין ווארט, איך האב פראבירט יעדן איינציגן טאג פונדאסניי פאר איבער "פופוצן יאר" -!-, איך האב זיך אויסגעוויינט איבערן תהלים, איך האב געלערנט שועות על גבי שעות ברציפות, אויפגעשטאנען פרי, זיך מונע געווען פון מותרות, זיך אפילו געבראכן די בושה און געגאנגען זיך אויסרעדן צו מיין לאקאלן רב וואס האט מיר מיט זיין גאנצע וועזן פראבירט צו העלפן, איך זאג אייך עס מיט אן אמת, איך בין ב"ה אן עקשן ביי נאטור און איך האב אין מיין לעבן נישט געזאגט שלום עלי נפשי, איך האב כסדר געמאכט פרישע החלטות און קבלות, און צומאל האט עס אנגעהאלטן פאר אביסל לענגער, און צומאל פאר נאך אביסל לענגער, אלעס וואס איז מיר אנגעקומען מיט אויסטערלישע מיה און פלאג, אבער סוף דבר האב איך געהאלטן אין איין צוריקפאלן,

מיינע נסיונות נעמען מיר ארום פון סיי ווי איך געפון זיך נאר, איך וועל נאר אויפן שפיץ גאפל אנרירן די נושא פון שמירת עינים אין גאס, ביי פילע איז שמירת עינים א שווערע נסיון, אבער נישט פון דעם רעד איך, ביי מיר איז עס צומאל בכפי' נגד רצוני ממש, איך שריי צו זיך אליינס, איך וויל דאס נישט טון, אבער עס פאסירט נאכאלץ, בכל אופן גיי איך נישט אריינגיין אין מער פרטים, איך בין סייווי נישט ביכולת עס ארויסצוברענגען אויף אן אופן עס זאל אייך אראפמאלן דעם ריכטיגן בילד,

איך בין היינט אין מיינע הויכע צוואנציגער יארן, איך מוטשע זיך אסאך אויף די אינטערנעט, מיינסטו אוודאי אז איך פארמאג א סמארטפאון/טעבלעט/לעפטאפ שוואך אדער גאר אומגעפילטערט, חס ושלום, איך פארמאג א פשוטע POM פאון וואס ווען נישט איך דארף האבן טעקסט מעסעדזש פאר מיין ארבעט וואלט איך דאס אויך נישט געהאט, די איינציגע אנדערע דעווייס וואס איך פארמאג איז מיין קאמפיוטער אין דזשאב וואס האט די בעסטע פילטער אויפן מארקעט אונטער נעט-פרי, עס איז אויף א העכערע לעוועל ווי סתם גדר/משומר, איי וועסטו פרעגן וויאזוי פלאג איך זיך נאך אויב איז אלעס אזוי גוט געפילטערט?, די ענטפער איז אז דו זאלסט דאס קיינמאל קיינמאל נישט פארשטיין....

ענדליך צו מיין פיינפולע לעבן וואס איך האב דא אנגערירט אפס קצהו, זענען פארהאן מערערע חברים אויף הד"א, אנדערע זענען מיט גאר אנדערע לעבנס געשיכטעס, אבער הצד השוה שבהן, מיר זענען א גרופע פון היימישע אידן וואס פלאגן זיך מיט ביטערע נסיונות, טאקע יעדער דורך זיין אייגענארטיגע קנייטש און גורם, אבער אונז אלע רייסן זיך איין צו בלייבן הייליג און מחובר צום יעקב חבל נחלתו, און הד"א איז די איינציגסטע רעטונגס ברעט וואס מיר האבן אנגעטראפן אין די שטורעמישע כוואליעס, אין די ברויזענדע וואסערן, די מים הזדונים, זיי זענען די אייציגסטע וואס געבן זיך אפן אפ מיט דאס וואס פילע עסקנים שטייען ווייט פון, ווייל...

אין פלאץ פון מיין אמאליגע פארמאכטקייט און פארביטערטקייט, זיץ איך היינט ביי טערעפי יעדע וואך לויט די אנווייזונגען, און אזוי אויך בין איך אין כסדר'דיגע קאנטעקט מיט גרויסע רבנים וואס זענען בקי אין די ענינים, מיט וועלעכע איך רעד זיך אדורך אויף טריט און שריט אויף וואס יא אדער נישט צו טון, אלעס צו פארדאנקען די געטרייע ארבעט פון הד"א,

יא איך פלאג זיך נאך, מיין לעבן פארמאגט נאך אסאך ביטערקייט, אבער איך טו וואס השי"ת פארלאנגט פון מיר, און איך גלייב באמונה שלימה אז מיין באשעפער זעט די אויסטערלישע ארבעט וואס איך לייג אריין און ער וועט מקיים זיין דעם ואני אפתח לכם כפתחו של אולם,

אויב פארשטייסטו אז דו פארשטייסט נישט, בעט א תפלה צום בורא עולם אז דו און דיינע קינדער זאלן עס טאקע קיינמאל נישט פארשטיין, און זיי זיך משתתף בצערתן פון דיינע ברידער וואס קוקן אויס פונקט ווי דיר און רייסן זיך צו זיין נטוע בכרם ה' צבאות בית ישראל, דו קענסט זיי נישט העלפן דירעקט, אבער הד"א קען און טוט עס יא, ווען דו העלפסט הד"א העלפסטו מיר און מיינע חברים כדוגמתי...

https://100kgoral.org/campaign/hitdanoigen


ישר כחכם מעומק הלב! תזכו למצוות!

ענ"ד גו"ד לא"ק ווי מ'רופט עס... קענסט ווערן מיט 100 אלפים רייכער...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”