די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

די נושא וואס איך גיי יעצט דא שרייבן איז עפעס וואס מען לערנט נישט געווענטליך טראץ עס איז א וויכטיגע נושא און עס איז נוגע פאר גאר אסאך פשוט ווייל עס איז זייער אן האקעלע נושא און יעדע ווארט דארף ווערן געמאסטן, און אט אזוי גיי מיר דא טין, מען גייט מעסטן און מעקן איך בעט דעם טאטן אין הימל זאל מיר העלפן אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול פון מיינע ווערטער און עס זאל נאר אויפטין וואס עס דארף, און איך בעט אויך פון אייך טייערע אידן צו טראכטן און דורך זיפן די ווערטער פאר מען קאמענטירט.

און די נאמען פון די נושא איז ''היט דיין אויגן''.

דאס איז די נאמען פון אן הייליגע ארגעניזעישן וואס העלפט ארויס אידן פון אונזער חדר וואס מיטשען זיך מיט נסיונות אין עניני קדושה במחשבה דיבור ומעשה, וואס ווילן עכט זיין גוט און טין דעם רצון ה' אבער די שאור שבעיסה איז זיי זייער שווער און נאכן פראבירן איין מאל און נאכאמאל איין יאר און נאך א יאר און זיי טרעפן נישט די וועג אליינס צו קדושה, קומט די ארגעזניזעישן אריין און העלפט ארויס אידישע קינדער זיין הייליג און ריין.

איך גיי נישט ווארטן ביזן סוף צו שרייבן די פשוטע פאקט... יעצט גייט פאר א קאמפיין לטובתם און דאס איז די סיבה פארן זיך יעצט זעצן שרייבן די שירות, נאר אז מען רעדט פון דעם וויל איך אביסל אויסקלארן די נעפל ארום דעם ארגיניזעישן, די עולם זאל אביסל פארשטיין וואס זיי טיען און וועם זיי סערווירן.

(די עולם האט שוין זיכער געהערט פון זיי, פשוט ווייל זיי עדווערטייזן דא אויפן סיסטעם פון צייט צו צייט, אבער וואס טיען זיי איז נישט אזוי קלאר, נישט אלעס קען מען לייגן אין א קורצע עד.)

זיי סערווירן אונזער עולם ממש די היימיש'סטע וואס איז נאר דא, אידיש רעדנדע וואוילע אינגעלייט וואס האבן נסיונות אין די ענינים, און נאר אידיש רעדנדע. ''היט דיין אויגן'' איז אפציעל פאר אונז. זיי לויפן קיינעם נישט נאך זיי זיכן נישט וועם צו העלפן סיי ווער עס ווענדט זיך צו זיי פאר הילף זענען זיי גרייט דערפאר ווילאנג מען איז גרייט און מען וויל זיך העלפן. זיי גייען קיינמאל נישט טרייען צו באיינפלוסן איינעם צו קומען אדער צו פארבלייבן אינטער זייער אויפזיכט.

זיי שטעלן צו עטליכע טולס וואס העלפט ארויס אין די ענינים ובתוכם א פארום בלויז פאר די איינגעשריבענע באניצער, ווי אידן שמיעסן זיך אויס הילף חיזוק און עצות איש את רעהו יעזורו אלעס אויף א שטרענג כשר'ע פארנעם.

און אלעס איז 100% אינאנומעס און שטרענגסטן געהיים.

לאמיר ערקלערן פראקטיש וויאזוי עס ארבעט, מען גייט צו היט דיין אויגן און מען לייגט אריין אן אימעיל אדרעס וואס האט נישט די אייגענע אינפראמאציע בעסער אויב מען עפנט א נייע אימעיל דירעקט פאר דעם, די הנהלה גייט נישט און וויל אויך נישט וויסן אייער אידענטיטעיט, ווי לאנג איר זענט א איד וואס וויל אנקומען צו קדושה גייען זיי פראבירן צו העלפן. איר גייט באקומען אן אימעיל ווי איר גייט דארפן ענטפערן געוויסע פריוואטע אינפראמאציע (גארנישט וואס גייט פארציילן ווער די ביסט) אזוי ווי די עלטער וכי', איר גייט דעמאלטס מאכן א ניק נאמען און א פעסווארד און איר זענט אינעווענדיג.

מען באקומט גלייך געוויסע אויפנאם מעסידזשעס צו מאכן פילן באקוועם און היימיש, אבער געדענקט איר זענט א ניק נאמען און קיינער גייט קיינמאל נישט וויסן אייער אידענטיטעיט חוץ אויב איר געבט עס ארויס. פארקערט גאר עס איז שטרענג פארבאטן צו ארויסגעבן אייגענע אינפראמאציע פאר אנדערע פשוט עס זאל נישט ח''ו צוברענגען צו די פארקערטע פון די ציל. (עס איז כדאי צו נעמען אין אכט די מעסידזשעס וואס מען באקומט גלייך אנפאנג איז אוטאמאטיש און עס איז דא נאר אייך צו העלפן קיינער זיצט נישט דארט און טרייט צו געוואויר ווערן ווער די ביסט.)

איינמאל מען איז אינעווענדיג איז דא א 90 טעג טשארט וואס העלפט שטארק ארויס, און נאך טולס עוועיליבל. אזוי אויך איז אלץ דא עוועיליבל הדרכה און הילף וואס מען קען זיך פארבינדן מיט א מעסעדזש אדער דירעקט אנרופן, - אלעס אן ארויסגעבן די נאמען - מיט היימישע פראפעשינלס אין די פעלד וואס זענען דא צו העלפן מיט סיי וואס און אלעס אן באצאלט.

נאך איז וויכטיג צו נעמען אין אכט, די סייט האלט ממש יעצט אינמיטן ווערן איבערגעפרישט זאל מען זיך נישט דערשרעקן פון די אויסקוק עס איז פיין יעצט עס גייט נאר ווערן אסאך בעסער.

איך בין נישט א חלק פון די הנהלה דארט, איך בין פשוט א ''איד'' מוצל מאש הנסיונות, איך האב מיר יארן געמיטשעט ביז איך בין אנגעקומען צו אט די הייליגע פלאץ און איך און מיין משפחה זענען שילדיג די לעבן פאר אט די אידן צדיקים וואס פירן די פלאץ אלעס אן באקומען דערפאר א ברעקל כבוד אדער סיי וועלכע באצאלט.

און יעצט תחלית, לאמיר רעדן צו דיר מיין טייערע ברידער, אויב דארפסטו נישט אנקומען צו דעם, אשריך! און דאנק דעם באשעפער, עס איז דא טויזנטע בתוכנו וואס דארפן יא און וואס געניסן יא פון דעם. דאס וואס די אידן גייען דורך זאלסטו קיינמאל נישט פארשטיין, זאלסט נאר וויסן ווייטער פון לעכטיגקייט און הייליגקייט, ביי דיר און ביי דיינע קינדער.

וואס מען טוט פאר יענעם טוט מען פאר זיך, שטיץ די הייליגע צוועק און זאלסט קיינמאל נישט הערן דערפין ביי דיינע נאנטע, זאלסט זוכה זיין צו זעהן בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת געזינטערהייט.

און אויב האסטו א ספק צו עס איז יא געמאכט פאר דיר, קענסטו אוודאי אויך געבן און עס גייט דיר זיין א זכות אין דיין לעבן, און איך א געליטענע קען דיר נאר געבן אן עצה טובה, פראבירט עס אליין, עס גייט אייך זיין אסאך גרינגער און איר גייט מצליח זיין, יעצט אין די תקופה פון די קאמפיין בעטן אסאך אידן זייערע פילטער צו עפענען די לינק צו זעהן וואס דאס איז, כאפט אייך מיט עס איז אן עצת הכושר.

עס איז דיין לעבן האסט נאר איין געלעגנהייט און עס איז קיינמאל קיינמאל צו שפעט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18985
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שכח פארן שרייבן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

100 לייקס פארן פותח האשכול, איך קען אבער נאר געבן איינס
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

איך זעה עס איז דא שוין א מנין אידן וואס האבן הנאה געהאט. און כשם שאין פרצופיהן דומות זעה איך אז די נושא האט שוין באקומען א דווח, איך האב פראבירט צו שרייבן זייער זייער קלאר אן קיין פראבלעמען און איך האף איך גיי קיינמאל פארשטיין וואס באדערט יענעם, און איך בעט די הנהלה דא זאל האבן פארשטאנד און רחמנות און צילאזן מיינע ווערטער צו פארבלייבן דא לשם ולתפארת.

(אפדעיט איך זעה מען האט עס אריבערגעפירט צו די צדקה אפטיילונג, א גערעכטע שריט. יישר כח.)
לעצט פארראכטן דורך צום קעפל אום מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שיך און זאקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 11:00 pm
לאקאציע:למטה מעשרה טפחים

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך און זאקן »

צום קעפל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:42 pm
איך זעה עס איז דא שוין א מנין אידן וואס האבן הנאה געהאט. און כשם שאין פרצופיהן דומות זעה איך אז די נושא האט שוין באקומען א דווח, איך האב פראבירט צו שרייבן זייער זייער קלאר אן קיין פראבלעמען און איך האף איך גיי קיינמאל פארשטיין וואס באדערט יענעם, און איך בעט די הנהלה דא זאל האבן פארשטאנד און רחמנות און צילאזן מיינע ווערטער צו פארבלייבן דא לשם ולתפארת.
איך זעה עכט נישט וואס איז שייך מדווח זיין דא, האסט געשריבן זייער צו די זאך. א הייליגע ארגענאזאציע מיט א הייליגע ציל!
״מיר זענען שיך, מיר זענען לעצט די עדות. מיר זענען שיך פון אייניקלעך פון זיידעס״
-מיכאל שניצלער ע״ה
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4361
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

זייער א שטארקע זאך WOW

געגעבן.
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

בלייב געזונט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:53 pm
זייער א שטארקע זאך WOW

געגעבן.
די זכות זאל דיר ביישטיין.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שיין געשריבן.

שכח @את פתח לו פאר דעם ארטיקל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זייער שיין!

זיך משתתף געווען.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

שכח @את פתח לו. אין פאר @צום קעפל שכרך הרבע מאוד
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איך האב עס אביסל אויסגעטשעקט א קידוש השם וואס דארט גייט פאר!
און אויך געגעבן א שיינע נתינה

״אבער איין זאך האט דער פותח פארגעסן, די סייט דארט איז געמאכט אך ורק פאר אידן מיט באמת שווערע פראבלעמען, נישט פאר סתם איינער וואס האט א שווערע ייצר הרע אזוי ווי יעדע מענטש (ואני בתוכם) פאר איינער וואס איז נאכנישט פארקראכן זאל עס בעסער נישט אויסטשעקן וד״ל״
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קודאס פאר'ן פותח! און קודאס פאר'ן ארגאניזאציע!

אזא ארג. איז ממש א מאסט בימינו אלה. און נאך וויכטיגער איז אז די באטרעפנדע זאלן וויסן אז דאס עקזיסטירט. נישט אויף אזוי ווייט דאס נוצן, נאר מער פון דעם, אויף צו וויסן אז עס זענען דא נאך מענטשן וואס האבן אזוינע פראבלעמען, און עס איז דא א וועג ארויס בס"ד.

מען זאל קיינמאל נישט געפרואווט ווערן וואס דאס מיינט זיך ראנגלען פאר די אייגענע עקזיסטענץ, טראסקען ווי א כף הקלע און ארויפליען ווי א ספוטניק, דראפען אויף גראדע ווענט מיט שטעכעדיגע דערנער, און קיינער אין די וועלט זאל נישט וויסן דערפון!
מען קען משוגע ווערן בלויז פון הערן און טראכטן. און דאס אלעס ווען בלויז מיט איין שמועס מיט א משגיח אדער מדריך קען אלעס צעפלאצט ווערן ווי א זייפן בלאז.

הלואי זאל זיין א וועג דאס צו מעלדן אין די ישיבות פאר די בחורים, און ביי די שיעורים פאר די יונגעלייט, אז מען זאל וויסן אז ס'איז דא אזא זאך אז א מענטש ווערט ארויס פון זיין אייגענער קאנטראל, און עס איז "נארמאל" צו גיין בעטן העלפ אין אזא פאל, און סיי ווער וועט דאס קענען צושטעלן אדער צואווייזן.

איך ווייס אז מען זאגט עס איינמאל אין 5 יאר ביי די שרעקעדיגע שובבי"ם דרשה וואס מען טאר נישט רעקארדן... אבער עס איז ווייט נישט גענוג אז אין פאל עס פעלט טאקע אויס, זאל דער באטרעפנדער באמת זיין באקוועם צו נעמען די ריכטיגע שריט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

[
שיך און זאקן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:44 pm
צום קעפל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:42 pm
איך זעה עס איז דא שוין א מנין אידן וואס האבן הנאה געהאט. און כשם שאין פרצופיהן דומות זעה איך אז די נושא האט שוין באקומען א דווח, איך האב פראבירט צו שרייבן זייער זייער קלאר אן קיין פראבלעמען און איך האף איך גיי קיינמאל פארשטיין וואס באדערט יענעם, און איך בעט די הנהלה דא זאל האבן פארשטאנד און רחמנות און צילאזן מיינע ווערטער צו פארבלייבן דא לשם ולתפארת.
איך זעה עכט נישט וואס איז שייך מדווח זיין דא, האסט געשריבן זייער צו די זאך. א הייליגע ארגענאזאציע מיט א הייליגע ציל!
די ארגאניזאציע באגרעניצט זייער עדס צו בלויז אויף אנליין, דו זעסט זיי נישט אויף די פרינט מידיע, שולן ווענט, גראסערי טראק אדער ק"מ.

דער פותח האט אויך פארשטאנען אז זיין תגובה מוז זיין גרעי.

דו האסט אויך פארשטאנען אז ביז איצט האט קיינער נישט גערעדט דערפון, נישט צו אדווערטייזן די סערוויסעס זעלבסט, און נישט אויף צו פאנדרעיזן פאר די לעבנס וויכטיגע ארגאניזאציע.

דער מדווח האט געהאלטן אז די ערשטע תגובה געהערט אויך נישט אהער, פארוואס ווייס איך נישט אבער דאס איז נישט א שווארץ/ווייסע נושא וואס מ'קען ממש נישט פארשטיין.

איך גלויב נישט ער האט א פראבלעם מיט די ארגאניזאציע אבער איך פארשטיי פארוואס א צווייטער קען שפירן אז די נושא דארף מער האלטן אונטער ראדאר.

יהי' איך שיהיה, ירא ה' בעני עמו און זיך מרחם זיין אויפן כלל ישרא' וואס לעבט א הערליך לעבן אין גלות בעסער צו ווי סיי ווען, דער גוי לאזט אונז לעבן א פארהעלטמעסיג רואיג לעבן א חיי של תורה ומצוות, מצד השני שטייט דער שטן דער מסית, דער מאנסטער, דער שוחט/צובע, דער נחש הקדמוני, דער רוצח, איך ווייס נישט וואס נאך, און טוט דאס זייניגע חרוב צו לייגן ערליכע אידישע קינדער אויף א אופן וואס ס'איז בכלל נישט שייך געווען מאז היתה ישראל לגוי ומאז היתה מענטש למענטש.

וה' יאמר למלאך המשחית הרף, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:58 am
איך האב עס אביסל אויסגעטשעקט א קידוש השם וואס דארט גייט פאר!
און אויך געגעבן א שיינע נתינה

״אבער איין זאך האט דער פותח פארגעסן, די סייט דארט איז געמאכט אך ורק פאר אידן מיט באמת שווערע פראבלעמען, נישט פאר סתם איינער וואס האט א שווערע ייצר הרע אזוי ווי יעדע מענטש (ואני בתוכם) פאר איינער וואס איז נאכנישט פארקראכן זאל עס בעסער נישט אויסטשעקן וד״ל״
תזכו למצוות.

איך האב נישט פארגעסן דאס קלארצושטעלן, נאר היות מען דארף מעסטן און דורך זיפן יעדע ווארט איז עס אזוי ארויס.

און איך מיין אז דיינע ווערטער קען אויך ווערן פארשטאנען אימריכטיג וואס מיינט ביי דיר באמת שווערע פראבלעמען קוקן אנדערע אן ווי סתם א שווערע יצר הרע אזוי ווי יעדע מענטש, וכן להיפך.

עס איז געמאכט פאר יעדע איד וואס פילט אז ער מיטשעט זיך אין די ענינים און זעהט נישט אליינס קיין וועג ארויס. ווי געשריבן.

די זכות זאל דיר ביישטיין זאלסט טאקע ווייטער נישט דארפן צוקומען דערצו נישט פאר דיר און נישט פאר דיינע נאנטע.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

צום קעפל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:13 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:58 am
איך האב עס אביסל אויסגעטשעקט א קידוש השם וואס דארט גייט פאר!
און אויך געגעבן א שיינע נתינה

״אבער איין זאך האט דער פותח פארגעסן, די סייט דארט איז געמאכט אך ורק פאר אידן מיט באמת שווערע פראבלעמען, נישט פאר סתם איינער וואס האט א שווערע ייצר הרע אזוי ווי יעדע מענטש (ואני בתוכם) פאר איינער וואס איז נאכנישט פארקראכן זאל עס בעסער נישט אויסטשעקן וד״ל״
תזכו למצוות.

איך האב נישט פארגעסן דאס קלארצושטעלן, נאר היות מען דארף מעסטן און דורך זיפן יעדע ווארט איז עס אזוי ארויס.

און איך מיין אז דיינע ווערטער קען אויך ווערן פארשטאנען אימריכטיג וואס מיינט ביי דיר באמת שווערע פראבלעמען קוקן אנדערע אן ווי סתם א שווערע יצר הרע אזוי ווי יעדע מענטש, וכן להיפך.

עס איז געמאכט פאר יעדע איד וואס פילט אז ער מיטשעט זיך אין די ענינים און זעהט נישט אליינס קיין וועג ארויס. ווי געשריבן.

די זכות זאל דיר ביישטיין זאלסט טאקע ווייטער נישט דארפן צוקומען דערצו נישט פאר דיר און נישט פאר דיינע נאנטע.
יא יא איך האב ח"ו נישט דיר געמיינט בכלל דו האסט געטוהן א געוואלדיגע זאך.
נאר דער עצם סייט קען זיין פאר געוויסע א סם המות "און איז פאר געוויסע א סם החיים," האביך געשפירט פאר וויכטיג עס צו זאגן
ודי ברמיזה...

ווער ס'פארשטייט נישט קען קומען אין אישי, לאו דוקא צו מיר דער פותח ווייסט אויך וואס איך מיין
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן-פורת »

גאר א חשובע זאך. מ'דארף מער פארשפרייטן זייער אקטיוויטעטן.
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צום קעפל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:42 pm
איך זעה עס איז דא שוין א מנין אידן וואס האבן הנאה געהאט. און כשם שאין פרצופיהן דומות זעה איך אז די נושא האט שוין באקומען א דווח, איך האב פראבירט צו שרייבן זייער זייער קלאר אן קיין פראבלעמען און איך האף איך גיי קיינמאל פארשטיין וואס באדערט יענעם, און איך בעט די הנהלה דא זאל האבן פארשטאנד און רחמנות און צילאזן מיינע ווערטער צו פארבלייבן דא לשם ולתפארת.

(אפדעיט איך זעה מען האט עס אריבערגעפירט צו די צדקה אפטיילונג, א גערעכטע שריט. יישר כח.)
דער מדווח האט בלויז מציע געווען אן אנדערע פארום וואו מען זאל דאס שטעלן, גארנישט קיין קריטיק קעגן דעם ארטיקל.
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שירות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:01 pm
צום קעפל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:42 pm
איך זעה עס איז דא שוין א מנין אידן וואס האבן הנאה געהאט. און כשם שאין פרצופיהן דומות זעה איך אז די נושא האט שוין באקומען א דווח, איך האב פראבירט צו שרייבן זייער זייער קלאר אן קיין פראבלעמען און איך האף איך גיי קיינמאל פארשטיין וואס באדערט יענעם, און איך בעט די הנהלה דא זאל האבן פארשטאנד און רחמנות און צילאזן מיינע ווערטער צו פארבלייבן דא לשם ולתפארת.

(אפדעיט איך זעה מען האט עס אריבערגעפירט צו די צדקה אפטיילונג, א גערעכטע שריט. יישר כח.)
דער מדווח האט בלויז מציע געווען אן אנדערע פארום וואו מען זאל דאס שטעלן, גארנישט קיין קריטיק קעגן דעם ארטיקל.
יא איך האב באמערקט און עס טאקע צוגעשריבן.

און איך וויל מיר באדאנקען פאר די הנהלה פארן עס האנדלען מיט א ישרות.
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

לדעתי דארף מען מודיע זיין פאר יידע איינציגסטע רב, רבי און דיין און משפיע וועגן די הייליגע סייט.
מקען ראטעווען אומצאליגע דורות און נשמות אויב ווייסט מען דערפון. ווער עס האט א שייכות מיט אן ערליכען איד, זאל ער אין מודיע זיין, וזכות הרבים תלוי בו. אויף דעם איז עכט גילטיג די הבטחה פון זוה''ק אויפן פסוק ''אם תוציא יקר מזולל וגו' והמ''י
בן-פורת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 11:16 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן-פורת »

אידיאט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:29 pm

ממש אזוי. מען דארף מודיע זיין פאר יעדע איינציגסטע רב, רבי, דיין, משפיע, ראש הכולל, מחנך אז זיי זאלן מודיע זיין אנדערע וועגן די הייליגע סייט. מודיע זיין אז ס'דא הילף.
איך קען אסאךמענטשן וואס דארפן הילף
איך קען ווייניגמענטשן וואס גייען פאר הילף!
moshi
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 05, 2023 6:19 pm

תגובה דורך moshi »

בן-פורת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:39 pm

א גוטן ווער בין איך צי טיילן דעות
אבער עס איז אמת אז טויזענטע מבני עמינו פון די גאר חשובע מיטשענען זיך מיט די פראבלעם
נאר אייך זאך קען איך נישט פארשטיין פארווואס איז דא אווערנעס צו ראטעווען אזעלכע וואר סאפערן ? עס איז גאר וויכטיג
באט פארוואס ווען עס קומט צו היטן אונזערע הייליגע נשמהלעך איז דא עפעס א סיילענט קיינער רעדט נישט, צי זיי קלאר פון וואס מען דארף זיך היטן , אלעס איז מיט א צימישעניש און אומקלארקייט ,און פול מיט אומזיכערקייט, אין די וואס דארפן איבערגעבן די מעסעדש
ווער רעד שוין וואס טאג טעגלעך ווערן קינדער געקידנעפט, אמאל אויף זייער א געצווינגענע וועג און צומאל מיינט דער קינד נעבעך אז ער וויל עס
עס איז שוידערליך וואס גייט פאר גייטס אריין ביי עני טערעפיסט אין קוק זיך אום וויפול טרערן די וויקטעמס גיסן זיך דארט , עס איז ווייט פון פשוט עס איז רציחה במלא מובן המילה
אבער די גרעסערע פראבלעם איז אז די קינדער האבן מורא צו פארציילן דעיס איז די מעין פראבלעם, זיי פוהלן אז מען וועט זיי נישט גלייבן אדער וועט מעו זיי באשולדיגן
נאכדעם טרעפט מען זיך אלץ 30 יעריגער אינגערמאן ווי א 12 יעריג קינד
ער האט זיך נישט דעוועלעפט עס עפעקט די גאנצע מענטש נישט נאר די חלק
מען וואלט געדארפט גוזר תענית זיין קעגן די אומפארהאנטווארטליכע מערדער, וואס דריען זיך מיט גאנס, קעגען די וואלנערעביל און שטילע קינדער, וואס דער רוצח פולט סעיוו אז ער קען זיך נישט דיפענדען
ענטשולדיגט פאר די אטאקע אבער פאקט איז פאקט עס איז נישט קיין חכמה מו זיין ווי א בת היענה
הצלחה רבה

moshi האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:49 am

מסכים מיט יעדע ווארט. ליידער. אז דו ביסט גרייט צו טוהן אין דעם, בין איך גרייט צו צו העלפן.

בן-פורת האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 6:54 am

איך בין גרייט צו גיין אין פייער
אבער ווער בין איך עס באלאנגט פאר מחנכים און רבנים
ביי עגלה ערופה שטייט כי ימצא חלל באדמה לא נודע מי היכהו
ליידער דא ווייסט מען ע"פ רוב ווער דער רוצח איז, נאר די רבנים, זענען נישט קאמפארטעביל צו דילען דערמיט
איך קום נישט באשולדיגן די רבנים אבער ווען זיי זאלן וויסן מער ווואלטן זיי אויפגעשטארעמט א וועלט
איך פארשטיי נישט פארוואס ווען עס קומט צו סמארטפאונס ווייסט יעדע אינגל אינגעמאן וואס עס איז וכ"ו לצורך פרנסה וכ"ו דא הערש עפעס א שטילקייט
מען וואלט עט ליעסט געדארפט צאמנעמען אלע קינדער יעדער לויט זיין עידזש און פארשטאנד און זיי איבערגעבן די מעסעדש דורך א פראפעשענעל און די פעלד
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3538
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ס'בלאנגט נישט פאר קיינעם יעדער קען טון
די ריזן פארוואס מען האט מורא צי טון דערין ווייל גלייך ווען איינער לייגט זיך אריין צי טון דערין ווער ער אפגעפסל'ט אויף גאס אלס א שגץ און שוין
שטייט יעדער אוועק דערפון
צום קעפל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:29 pm

Re: די פאר שורות וואס מען לערנט נישט געווענטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום קעפל »

נאר א קלארשטעלונג, הד''א איז לאו דווקא געמאכט פאר מענטשן וואס זענען מסוכן פאר אנדערע, בכלל נישט. עס איז געמאכט פאר מענטשן וואס מיטשען זיך מיט די ענינים צווישן זיך און באשעפער.

עס איז טאקע הימל שרייענד וואס גייט פאר, צו קענען מיר פארעכטן די וועלט, הלוואי... צו קענען מיר זיך אליינס פארעכטן? 100% אויב מען וויל עכט קען מען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”