ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

SpaceX Starlink איז א פראיעקט אויסגעטראפן און אנגעפירט דורך די SpaceX ראקעט קאמפעני און איר פירער עלאן מאסק. איר ציל איז צוצושטעלן שנעלע אינטערנעט סערוויס פאר סיי וואו איבער די וועלט, קיין חילוק צו ס'איז דא דארט טאוערס אדער סערוויס דורך די טראדיציאנאלע פראוויידערס.

די סערוויס ארבעט דורך טויזענטער קליינע סעטעלייטס וואס פליען ארום אין די נידריגסטע חלק ספעיס וואס ווערט גערופן Low Earth Orbit און עס קאמיוניקירט צווישן זיך, ווערנדיג טעכניש איין גרויסע נעץ ארום די וועלט. די סעטעלייטס ווערן ארויפגעשיקט צווישן 20 און 70 סעטעלייטס אויפאמאל איבער די לעצטע 3 יאר, דורך די SpaceX Falcon 9 ראקעט. עווענטואל וועט די ארבעט געטון ווערן דורך די נייע Starship ראקעט וואס ווערט יעצט געענדיגט. די סעטעלייטס פליען ארום די וועלט א יעדע 90 מינוט בערך און אינטערעסאנט איז אז אין געוויסע פעלער קען מען זיי זען ביינאכט, באקומענדיג די צונאמען "סטארלינק באן" Starlink train.

די "סטארלינק באן" געזען פון די נעדערלענדס:

Screenshot_20230926-094133.jpg
Screenshot_20230926-094133.jpg (184.74 KiB) געזען 1874 מאל

די גרויסקייט פון דעם פראיעקט קען נאר אויסגעפירט ווערן צוליב די עפארדעבל פרייז וואס ס'קאסט ארויפצושיקן זאכן קיין ספעיס דורך SpaceX. פארשטייט זיך אז זייענדיג די ראקעט קאמפעני אליינס איז עס נאך ביליגער...

שרייבנדיג די שורות זענען דא אזויפיל ווי 4506 אקטיווע Starlink סעטעלייטס, מיטן ציל אנצוקומען צו 40 טויזענט אום יאר 2027. סיי ווער קען זיך סובסקרייבן צו די סערוויס, כאטש וואס דערווייל סערווירן זיי נאר 60 לענדער, און ווי אויך איז עס נאך היפש טייערער ווי אנדערע פראוויידערס (אין אמעריקא). זיי האלט יעצט ביי 2 מיליאן אקטיווע סובסקרייבערס, צולייגענדיג 1 מיליאן אין 2023 אליינס. צו נוצן די סערוויס דארף מען נאר א קליינע "טערמינעל" (ענליך צו די אלטע טעלערל) מיט אפאר ווייערס, ס'איז פארטעבל און גרינג צו אינסטאלירן.

די "טערמינעל":

Screenshot_20230926-094103.jpg
Screenshot_20230926-094103.jpg (93.58 KiB) געזען 1874 מאל

דאס איז וויאזוי ספעיס גייט גאר בקרוב אויסזען, מ'גייט געהעריג דארפן אן עיר טרעפיק קאנטראלער אריבערצופארן...

Screenshot_20230926-094840.jpg
Screenshot_20230926-094840.jpg (177.47 KiB) געזען 1874 מאל

SpaceX האט אהערגעשטעלט א רעסייקלינג סיסטעם פאר די סעטעלייטס וואס בערך יעדע 5 יאר וועלן זיי ווערן אומאקטיוו און פארברענט דורכן אריינפליען אין די וועלט'ס אטמאספערע, איבערגעבנדיג די ארבעט פאר פון פריש ארויפגעשיקטע. מיט דעם אלעם, די ריזיגע נומער פון סעטעלייטס איז עפעס וואס האט אויפגעברענגט א שטורעם ביי סייענטיסטן און וועלט פארזארגער מורא האבנדיג אז דאס וועט שאפן צו סאך "ספעיס דזשאנק" און קען שאטן פאר די ענווייראמענט דארט אויבן. ווי אויך האבן זיי מורא אז דאס פארברענען קען אויך שאטן די וועלט'ס ענווייראמענט. ברוך שנתן עולמו לשומרים (מליצה).

Starlink איז אביסל פאפולער געווארן צוליב די אוקריינע רוסלאנד קריג, ווען מאסק האט צוגעשטעלט די סערוויס אינעם מלחמה זאנע, און ווי אויך אין נאך ענליכע אזעלכע אינצידענטן. דאס האט בדרך כלל ארויסגערופן קריטיק אביסל צוליב וואס א פריוואטע בירגער מישט זיך אין וועלטליכע געשעענישן, אביסל צוליב וואס ער האט צו סאך פאוער. דאס ווייזט אבער ווי ווערדפול די פראיעקט איז און ווי ווייט עס קען אנקומען גייענדיג ווייטער.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יעדע סעטעלייט האט א לעקטער וואס שיינט ווי א שטערן עס צו זעהן פון דער ערד?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער אינטערעסאנט @ממה נפשך .

איז דאס פאר סעלפאון סערוויס אויכעט?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@ממה נפשך אינפארמעטיוו, זייער גוט געשריבן ישר כח.

נעשה לנו שם ומגדל וראשו בשמים.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:09 am
יעדע סעטעלייט האט א לעקטער וואס שיינט ווי א שטערן עס צו זעהן פון דער ערד?
ניין, עס רעפליקטירט די זון שטראלן. פארדעם קען מען עס נאר זען אין געוויסע צייטן פון געוויסע פלעצער. אויף דעם זייטל קען מען זען ווען און וואו עס צו טרעפן.

שטערן זעהער איבער די וועלט זענען נישט צופרידן פונעם פאקט אז די נאכט הימלען ווערן איבערגעפארבט דורך די נעץ פון נישט נאטורליכע שיינענדיגע אביעקטן.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יעקב פריינד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:14 am
זייער אינטערעסאנט @ממה נפשך.

איז דאס פאר סעלפאון סערוויס אויכעט?
איך מיין אז נאר סעלפאון סערוויס דורך אינטערנעט VoIP.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

שכח זייער אינפארמאטיוו!

איך האב נישט געוויסט פון דעם פרט אז מ׳דארף עס טוישן מיט נייע יעדע פינעף יאר, דאס מאכט עס היפש קאמפליצירט
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10079
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער אינטערעסאנט!

שכוח פארן עס אהער ברענגען.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:14 pm
שכח זייער אינפארמאטיוו!

איך האב נישט געוויסט פון דעם פרט אז מ׳דארף עס טוישן מיט נייע יעדע פינעף יאר, דאס מאכט עס היפש קאמפליצירט
מ'דארף נישט און זיי קענען עס קאנטראלירן, אבער דאס איז די פלאן. ענליך צו דעם ווילסטו נישט נוצן אן אייפאון פון 5 יאר צוריק כאטש ס'ארבעט נאך פיין...
אוועטאר
זאגזשע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 19, 2020 7:36 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגזשע »

איינמאל אלע סעטעלייטטס וועלן זיין אויבן (4000), וועט נאכאלס זיין 250 מייל צווישן יעדער סעטעלייט.
טרעבא טרעבא זנאטי יאק גוליאטי, טרעבא טרעבא זנאטייאק ברעכאטי. אוי חשבון צדק אטדאוואטי, פערעד פאנאם כאזיאינאם אטוועטשאטי. א מי פיעם, דא פיעם דא מי גולאיעם, און מיר טרינקען יין אזוי ווי מים, און מיר זאגן אלע צוזאמען לחיים, ואתה תשמע מן השמים
א נארמאלע מענטש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:29 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נארמאלע מענטש »

מען האט עס געקענט זעהן ארום פארן העכער מאנסי די צווייטע נאכט ראש השנה
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

Voip would not work well with a long latency connection

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:14 pm
Voip would not work well with a long latency connection
אנדערש ווי די אלטע סארט סאטעליט אינטערנעט, זינט סטארלינק איז לאו-אורביט האט עס נישט קיין שלעכטע לעיטענסי.

סטארלינק אין רוב פלעצער האט 20 צו 60 מס לעיטענסי, וואס איז פיין אין דער רעינזש פון עקסעפטעבעל פאר וואויפ.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:30 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:14 pm
Voip would not work well with a long latency connection
אנדערש ווי די אלטע סארט סאטעליט אינטערנעט, זינט סטארלינק איז לאו-אורביט האט עס נישט קיין שלעכטע לעיטענסי.

סטארלינק אין רוב פלעצער האט 20 צו 60 מס לעיטענסי, וואס איז פיין אין דער רעינזש פון עקסעפטעבעל פאר וואויפ.
וואו!
דאס איז זייער ווייניג פאר א סעטעלייט.
כ׳דארף עס פרויבירן.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
פאם פיילעט
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 03, 2021 5:52 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאם פיילעט »

איך האב עס געזען א שטיק צייט צוריק מוצאי שבת גלייך נאכן זמן אס איז ארויפגעפארן פון מערב ווען עס איז אנגעקומען אינמיטן די הימל איז עס פארשווונדן געווארן איך בין געווען זיכער אז דאס איז א ufo
אבער נאך א ביסל ארימזיכן בין איך געוואר געווארן וואס דאס איז
ספענסער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 10:25 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספענסער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:34 am
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:30 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:14 pm
Voip would not work well with a long latency connection
אנדערש ווי די אלטע סארט סאטעליט אינטערנעט, זינט סטארלינק איז לאו-אורביט האט עס נישט קיין שלעכטע לעיטענסי.

סטארלינק אין רוב פלעצער האט 20 צו 60 מס לעיטענסי, וואס איז פיין אין דער רעינזש פון עקסעפטעבעל פאר וואויפ.
וואו!
דאס איז זייער ווייניג פאר א סעטעלייט.
כ׳דארף עס פרויבירן.

וואס מיינט לעיטענסי?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ספענסער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:47 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:34 am
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:30 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:14 pm
Voip would not work well with a long latency connection
אנדערש ווי די אלטע סארט סאטעליט אינטערנעט, זינט סטארלינק איז לאו-אורביט האט עס נישט קיין שלעכטע לעיטענסי.

סטארלינק אין רוב פלעצער האט 20 צו 60 מס לעיטענסי, וואס איז פיין אין דער רעינזש פון עקסעפטעבעל פאר וואויפ.
וואו!
דאס איז זייער ווייניג פאר א סעטעלייט.
כ׳דארף עס פרויבירן.

וואס מיינט לעיטענסי?
צייט דילעי וואס נעמט פאר די דעטע צו טרעוולען פון דיין קאמפיוטער צום סעטעלייט, און צוריק. פאר ביזנעס פאונס וואס ניצן די אינטערנעט פאר קאננעקשן, איז דילעי א אישו

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:03 am
גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
וואס זאגן זיי סגייט אראפ גיין די פרייז? אויב יא ווען?

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:03 am
גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
נאכדעם קענסטו עס ניצן ווי אימער אין די וועלט?
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:15 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:03 am
גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
וואס זאגן זיי סגייט אראפ גיין די פרייז? אויב יא ווען?
דאס ווייס איך נישט
אבער עס ווערט כסדר ביליגער
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:39 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:03 am
גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
נאכדעם קענסטו עס ניצן ווי אימער אין די וועלט?
די פלאן איז אז יא, אבער איך מיין אז דערווייל איז עס נאכנישט אוועילבעל אין די גאנצע וועלט
מאסק זאגט אז עס גייט ארבעטן פון מדבר סהרא ביז אינמיטן דעם פאסיפיק אושען.

מאסק האט עס ספעציעל געגעבן פאר אוקריינע אנהייב מלחמה ווייל דארט איז עס נאכנישט געווען
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶׁנִּקְבְּרוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ספעיס-עקס סטארלינק - SpaceX Starlink

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:01 am
מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:39 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:03 am
גאר.געשמאק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:56 am
וויפיל קאסט זיך איינהאנדלען אזא מאשין?
גאנץ טייער, $120 א חודש
נאכדעם קענסטו עס ניצן ווי אימער אין די וועלט?
די פלאן איז אז יא, אבער איך מיין אז דערווייל איז עס נאכנישט אוועילבעל אין די גאנצע וועלט
מאסק זאגט אז עס גייט ארבעטן פון מדבר סהרא ביז אינמיטן דעם פאסיפיק אושען.

מאסק האט עס ספעציעל געגעבן פאר אוקריינע אנהייב מלחמה ווייל דארט איז עס נאכנישט געווען
בקיצור אויב פאר איך אויף לאנדאן פאר א חודש קומט מיין אינטערנעט מיט מיר
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

טענקס @ממה נפשך , ספעיס דזשאנק איט איז אבער ווילאנג איך האב סערוויס אין בעיסמענט גייט מיך נישט אן...

#מען דארף זיך נישט זארגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”