קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

OFFLINE
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

עטליכע קרישקעלעך געהערט די לעצטערע וואכן, צוזאמגענומען ווי קעפלעך פון נייעס.
(אלעס איז געהערט פון קראנטע מקורות, אבער איך שרייב גארנישט בשם די הנהלת הקריה, וואלט טאקע געווען פאסיג אז איינע פון די עסקנים זאלן אריינקומען מיט א ניק מעלדן דא נייעס, מ'זאל וויסן ווי מ'שטייט)

- מ'האלט שוין אינמיטן איינרישן די גראסעריי אין שטעטל

- איינגעשטעלטע ווערן שוין אויפגענומען פאר די נייע ישיבה קטנה וואס וועט זיך בעז"ה עפענען אין שטעטל אויפן קומענדיגן יאר

- יאמפאלא שוהל אין מקוה איז שוין טיף אינמיטן קאנסטראקשן, מיטן פלאן צו פארענדיגן אין די קומענדיגע וואכן

- די כאפצעם איז געשטיגן די לעצטערע וואכן אויף זייער א שטארקע פארנעם, יעדע זונטאג איז איבערגעפילט מיט פאנטעציאלע קונים, ווי ס'איז פארברייטערט געווארן די שטאב צו קענען זיך רואיגערהייט אפגעבן מיט יעדעם, און צוליב די מאנגל אין צייט ווערן אינמיטן די וואך אויך געוויזן דירות פאר (כעת) ברוקלין און אפסטעיט איינוואוינער

- פארגעקומען א שבע ברכות אין שטעטל לעצטנ'ס בראשות די מרא דאתרא מיאמפאלא וואס האט באשיינט דעם אויבן אן

- פאזעטייווע אנטוויקלונגען אין די רוחניותדיגע און פינאנציאעלע עתיד פון די מוסדות אין זית רענן, א געוואלד מיט מלמדים און טיטשער'ס שוין אויפגענומען, בניני המוסדות ווערט באטראכט די אפציעס, מוסודת וועט מסתמא אוועקגעשטעלט ווערן באזונדער פון די לינדענע מוסדות, וואס שטייט אויך מיטן שטיצע פון הרב מיאמפאלא

- ס'איז לעבעדיג שבת אין שטעטל, זייער אסאך שבתים איז דא צוויי מנינים אלע דריי תפילות צוליב חוסר המקום אינעם קלענערן ביהמ"ד (ווילאנג נייערע ווערט פארטיג), זונטאג קומט אויך פאר מנינים, טייל וואכן נאר שחרית, און טייל וואכן אויך מנחה מעריב (ווען די צוקונפטיגע תושבים פארמירן אינאיינעם מנינים צו דאווענען געפינעדיג זיך אין שטעטל מיט די עסקנים)

- ס'טוט זיך העפטיג קאנסטראקשן אין אסאך הייזער וואס זענען שוין אפגעקויפט געווארן דורך די נייע תושבים וואס שיינט צו זיין אידן יראים ושלמים אינגעלייט פון אלע יארגאנג וואס זוכן א פלאץ צו דינען דעם אייבערשטן אין מחנך זיין די קינדער מיט הרחבת הדעת
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

איך האב געוויילט פארגאנגענעם שבת אין שטעטל. גאר באטעמט געווען.
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
סאטמערע שוואנץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

הער איך אז דער עולם איז ממש דערין צו אהינמופען, עטליכע פרישע אינגעלייטלעך ביי אונז אין ביהמ"ד טראכטן שוין ערענסט צו אהינגיין, הער איך אז די דאון פעימענט איז אונטער 20 טויזענט דאלער ? קען איינער באשטעטיגן?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

בילדער?
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ווי קען מען באקומען אן אפליקאציע?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:39 pm
ווי קען מען באקומען אן אפליקאציע?
https://www.zayisranon.org/request-application
אִיר קָאנְט שׁוֹין אוֹיךְ פַארְשְׁטֵיין לִיבֶּע קִינְדֶּערְלִיךְ אַז סֶע אִיז מֶער קַיין תַּכְלִית נִיט נָאר דַאוִונֶין אוּן לֶערְנֶין אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

הודו להשם האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:43 am
איך האב געוויילט פארגאנגענעם שבת אין שטעטל. גאר באטעמט געווען.
נו, דערצייל אביסל, געב אונז א באריכט איבער דעם שבת

ווער נאך איז אלס דארט געווען? וויאזוי איז די ערנווייערמענט..?

און בכלל צו דו טראכסט זיך אהינציצוען און ביסט געגאנגען לתור את המקום, אדער וואס?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גיימיר זיין אין געגנט אי”ה און איך האב חשק צו באטראכטן די פלאץ.
וואס איז די אדרעס פון די צענטראלע שוהל?
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
מהודר
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

עס האט געהייסן אז די שטעטל עפנט זיך אפציעל אויף פסח, האט זיך עס אפציעל למעשה געפענט ?

וויפיל משפחות וואוינען יעצט אין שטעטל?
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

עס זענען דא הייזער וואס שטייען צום פארדינגען פאר שבתים וכדומה?

לאוו דווקא פאר א פאטענציעלן תושב.
מינגא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 6:21 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינגא »

i heard that there are 20 families leaving there as of now, could anyone confirm ?
Love to work
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:35 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Love to work »

מינגא האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 4:29 pm
i heard that there are 20 families leaving there as of now, could anyone confirm ?
נישט אמת
אוועטאר
תולדות
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 1:20 pm
לאקאציע:בראשית

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולדות »

זעט אויס ווי עס ווערט א פאקט
unnamed1.jpg
unnamed1.jpg (393.65 KiB) געזען 7041 מאל
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אטעטשמענטס
32214.jpeg
32214.jpeg (350.36 KiB) געזען 6977 מאל
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4523
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פעטער שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 12:10 pm
גיימיר זיין אין געגנט אי”ה און איך האב חשק צו באטראכטן די פלאץ.
וואס איז די אדרעס פון די צענטראלע שוהל?
viewtopic.php?p=4937476#p4937476
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:24 am
הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אינטערסאנט ווי זיי צילן שטארק אויף קרית יואל שוין פון אנפאנג.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

זעהט אויס קרית יואל קרית זית רענן לגזירה שוה. כאפ איך מיר יעצט אז דער איין איינציגסטער תושב וואס וואוינט אין קרית זית רענן קומט ארגינעל פון 'קרית' טאהש. סאיז א קריה זאך.
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:24 am
הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אינטערסאנט ווי זיי צילן שטארק אויף קרית יואל שוין פון אנפאנג.
ער וויל זיין שטאט זאל האבן א צורה פון בלומנגראוו נישט ווי וכו'....
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:05 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:24 am
הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אינטערסאנט ווי זיי צילן שטארק אויף קרית יואל שוין פון אנפאנג.
ער וויל זיין שטאט זאל האבן א צורה פון בלומנגראוו נישט ווי וכו'....
איך ווייס נישט וואס די "נישט ווי וכו'...." מיינט,
און איך וויל נישט סתם אנפאטשקענען דא
אבער ס'קוקט אויס ווי די ווייסט נישט ווי אזוי בלומינגראוו קוקט אויס אינסייד
וויפיל רייבערייען ס'דא אין די רוחניות--גשמיות 'דיגע אנגעלעגנהייטן ודו"ק
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

וואסאפשט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:05 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:24 am
הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אינטערסאנט ווי זיי צילן שטארק אויף קרית יואל שוין פון אנפאנג.
ער וויל זיין שטאט זאל האבן א צורה פון בלומנגראוו נישט ווי וכו'....
איך ווייס נישט וואס די "נישט ווי וכו'...." מיינט,
און איך וויל נישט סתם אנפאטשקענען דא
אבער ס'קוקט אויס ווי די ווייסט נישט ווי אזוי בלומינגראוו קוקט אויס אינסייד
וויפיל רייבערייען ס'דא אין די רוחניות--גשמיות 'דיגע אנגעלעגנהייטן ודו"ק
מחלוקות איז דא איביראל און גייט זיין איבעראל... וואס האט עס אבער מיט די רוחניות?
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

וואסאפשט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:05 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:11 pm
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:24 am
הענגט אין מבצר הכוללים ק"י
אינטערסאנט ווי זיי צילן שטארק אויף קרית יואל שוין פון אנפאנג.
ער וויל זיין שטאט זאל האבן א צורה פון בלומנגראוו נישט ווי וכו'....
איך ווייס נישט וואס די "נישט ווי וכו'...." מיינט,
און איך וויל נישט סתם אנפאטשקענען דא
אבער ס'קוקט אויס ווי די ווייסט נישט ווי אזוי בלומינגראוו קוקט אויס אינסייד
וויפיל רייבערייען ס'דא אין די רוחניות--גשמיות 'דיגע אנגעלעגנהייטן ודו"ק
זאל זיין בלומבערג...

כ'מיין צו זאגן יוצאי קרית יואל און נישט ווי דזשעקסאן וכו'...

שטומט?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 3:10 pm

כ'מיין צו זאגן יוצאי קרית יואל און נישט ווי דזשעקסאן וכו'...

שטומט?
איך שטום צו לויט מיין אנאליז קוקט עס מיר אויס אזוי 100 פרצענט, קודם די נעמען אין לה''ק, און נאך ביישפילען, איך האלט אז סאיז גאנץ א קליגע סטראטעגיע, קודם ווייל די אנדערע (מחנה מגושמים אר יו נעים איט..) האבן א גרעסערע אויסוואל ווי צי גיין זיי זענען ווייניגער לימיטעד,

אזוי אויך ווען מען קוקט צוריק ווער האט אלטס מצליח געווען און ציבורישע פריעקטן זאל עס זיין מוסדות קהילות ישובים, מאסט אף די טיים געווען אזאנע וואס האבן געהאט (שטרענגע) תקנות, ממילא קוקט עס מיר אויס לויט מיינע חשבונות א גוטע מהלך

זאלן זיי האבן סייתא דשמיא און מצליח זיין און מאכען א באנטש געלט
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2671
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

וויפיל משפחות וואוינען שוין דארט?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

latter האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:46 pm
וויפיל משפחות וואוינען שוין דארט?
1
קוה אל השם רבותי
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

תולדות האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 10:06 am
זעט אויס ווי עס ווערט א פאקט
unnamed1.jpg
געווען א שמחת קידושא רבה דעי וואך שבת אין שטעטל, משולב מיט א קידוש לרגל ג' אייר..
אן עולם געסט פון קרית יואל קרית טאהש וויליאמסבורג אין מאנסי האבן פארוויילט אויף דעם שבת אין שטעטל

אין אנדערע נייעס, די נייע בית המדרש אין מקוה האלט שוין טיף אינמיטן די בוי ארבעט, די בורות זענען שוין געגאסן, די מי גשמים האלטן שוין אינמיטן פליסן
די ערשטע צייטווייליגע גראסעריי איז טיף אינמיטן קאנסטראקציע, מיטן פלאן עס צו באנייען אנפאנג זומער ווען די אפיציעלע ישוב וועט באנייעט ווערן דורך א שיינע גרופע פראמינענטע תושבים
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”