בלאט 1פון 26

קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:16 pm
דורך לפנות בוקר
משמש בקודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 6:33 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 6:30 pm
achtov האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:56 pm
רעהו יעזורו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:34 pm
הער איך אז אב"ד עמק התשובה דזשערסי סיטי גייט מופן ביי משה לאנדא.
איינער מיט מער פרטים ?
וואס איז דאס משה לאנדא?
דער געגענד
https://maps.app.goo.gl/d1K7SLHPLD8a7pxn9?g_st=ic
Winding Hill Dr
Mt Olive NJ, 07840
כ'האב נישט פרטים, אויב איינער ווייסט עפעס מער איבער דעם. קוקט אויס א הערליכע געגענד
Wow א גוטע געגנט, א שעה בערך פון אלע היימישע געגנטער!
יעצט געזען אז דעם יו"ט קומט ענדליך ארויס די דעטאלן פון די נייע געגנט אין מאונט אליוו ניו דשערסי מיט שיינע גרויסע דירות וואס מ'רעדט שוין דערפון די לעצטע עטליכע יאר. ס'ווערט אנגעפירט דורך עטליכע אינוועסטירער ובראשם הרב משה לאנדא מ'יאמפאלא.
Zayis Ranon Spread.jpg
Zayis Ranon Spread.jpg (387.94 KiB) געזען 14447 מאל

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:19 pm
דורך שׁעמעדיגער
פרייזן?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:22 pm
דורך באקסער בוים
ס'איז נייע דירות?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:23 pm
דורך לפנות בוקר
באקסער בוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:22 pm
ס'איז נייע דירות?
עס איז א נישט אידישע דעוועלאפמענט געבויט נאך 2000

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:25 pm
דורך באקסער בוים
לפנות בוקר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:23 pm
באקסער בוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:22 pm
ס'איז נייע דירות?
עס איז א נישט אידישע דעוועלאפמענט געבויט נאך 2000
פון גוגל מעפס קוקט אויס ווי דיד דירות זענען מער ווייניגער באוואוינט..

די וואס וואוינען יעצט דארט זענען אויף רענט אדער געקויפט?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:32 pm
דורך על פי פשטות
שוין געווען מנין דארט היי יאר סיי ראש השנה און סיי יום כיפור

אנגעפירט דורך ר' עזריאל יודא ראטה פון דשערזי סיטי

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:35 pm
דורך ליבי ובשרי
איך קען נישט קיינער פון די אויבנדערמאנטע נעמען, קען איינער מסביר ווער/וואס דאס איז?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:37 pm
דורך שוין
לויט ווי כ׳האב געהערט אפאר חדשים צוריק איבער די הייזער אינעם געגנט:

רב לאנדא ארבעט שוין אויף דעם געגנט פאר איבער צוויי יאר זייט ער האט עס געפונען.
די הייזער און די ערשטע פאזע (לערך 500) זענען געבויט געווארן צווישן יאר 2000 און 2010 און קוקט אויס ווי ניי.
די הייזער זעען אויס גאר אידישליך געבויט... שיין, גרויס, ארום 4 בעדרומס, נישט ווייט איינס פון צווייטן. וואס דאס איז די סיבה אז די ארטיגע גוים פארקויפן עס און זוכן אוועקצומופן.
די פרייזן לויפן ארום 500K - 600K, (ווייניגער ווי 300 פער ס״פ!).
רב לאנדא וחבורתו של אינוועסטארס האבן שוין אפגעקויפט איבער 100 הייזער מיטן ציל עס צו האלטן אויפן ביליגן פרייז.
עס איז דא נאך א דעוועלאפמענט (צווייטע פאזע?) וואס ווערט געבויט דערנעבן, כ׳ווייס נישט וויפיל הייזער עס וועט דארט זיין.

נישט אלעס מוז זיין ווי געשריבן. דאס איז בלויז וואס איך האב געהערט שמועסן און וואס מיין מוח געדענקט היצט...

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:38 pm
דורך ישראליק'ל
ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:35 pm
איך קען נישט קיינער פון די אויבנדערמאנטע נעמען, קען איינער מסביר ווער/וואס דאס איז?
רב משה לאנדא איז א ברודער פון הנגיד יואלי לאנדא (אב״ד נסיעות קרן תוספות יו״ט וחלוקת וומסב״ג...)

הרב רבי עזריאל יודא ראטה שליט״א איז א זון פון רבי יחזקאל ראטה ע״ה גאב״ד קארלסבורג, א פנים שטארק באקאנט פון דשערזי סיטי...
ער איז לעצטנס אויפגענומען געווארן אלס מנהל אין די ארטיגע מוסדות צענטראל ניו דזשערסי, און כ׳מיין אז ער האט אויך א שטארקע ראלע אינעם נייעם שטעטל

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:44 pm
דורך ראש חדשים

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:49 pm
דורך באקסער בוים
שוין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:37 pm
לויט ווי כ׳האב געהערט אפאר חדשים צוריק איבער די הייזער אינעם געגנט:

רב לאנדא ארבעט שוין אויף דעם געגנט פאר איבער צוויי יאר זייט ער האט עס געפונען.
די הייזער און די ערשטע פאזע (לערך 500) זענען געבויט געווארן צווישן יאר 2000 און 2010 און קוקט אויס ווי ניי.
די הייזער זעען אויס גאר אידישליך געבויט... שיין, גרויס, ארום 4 בעדרומס, נישט ווייט איינס פון צווייטן. וואס דאס איז די סיבה אז די ארטיגע גוים פארקויפן עס און זוכן אוועקצומופן.
די פרייזן לויפן ארום 500K - 600K, (ווייניגער ווי 300 פער ס״פ!).
רב לאנדא וחבורתו של אינוועסטארס האבן שוין אפגעקויפט איבער 100 הייזער מיטן ציל עס צו האלטן אויפן ביליגן פרייז.
עס איז דא נאך א דעוועלאפמענט (צווייטע פאזע?) וואס ווערט געבויט דערנעבן, כ׳ווייס נישט וויפיל הייזער עס וועט דארט זיין.

נישט אלעס מוז זיין ווי געשריבן. דאס איז בלויז וואס איך האב געהערט שמועסן און וואס מיין מוח געדענקט היצט...
אפקויפן 100 הייזער מיינט אז ער האט שוין געספענעדעט (אדער אפשר נאר אין קאנטראקט) 50 מיליאן!

מיט 100 הייזער איז ער נאכנישט אין קאנטראל אויף די מארקעט דארט אז די פרייזן זאלן נישט ארויפשיסן..

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:52 pm
דורך עכט איך
באקסער בוים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:49 pm
שוין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:37 pm
לויט ווי כ׳האב געהערט אפאר חדשים צוריק איבער די הייזער אינעם געגנט:

רב לאנדא ארבעט שוין אויף דעם געגנט פאר איבער צוויי יאר זייט ער האט עס געפונען.
די הייזער און די ערשטע פאזע (לערך 500) זענען געבויט געווארן צווישן יאר 2000 און 2010 און קוקט אויס ווי ניי.
די הייזער זעען אויס גאר אידישליך געבויט... שיין, גרויס, ארום 4 בעדרומס, נישט ווייט איינס פון צווייטן. וואס דאס איז די סיבה אז די ארטיגע גוים פארקויפן עס און זוכן אוועקצומופן.
די פרייזן לויפן ארום 500K - 600K, (ווייניגער ווי 300 פער ס״פ!).
רב לאנדא וחבורתו של אינוועסטארס האבן שוין אפגעקויפט איבער 100 הייזער מיטן ציל עס צו האלטן אויפן ביליגן פרייז.
עס איז דא נאך א דעוועלאפמענט (צווייטע פאזע?) וואס ווערט געבויט דערנעבן, כ׳ווייס נישט וויפיל הייזער עס וועט דארט זיין.

נישט אלעס מוז זיין ווי געשריבן. דאס איז בלויז וואס איך האב געהערט שמועסן און וואס מיין מוח געדענקט היצט...
אפקויפן 100 הייזער מיינט אז ער האט שוין געספענעדעט (אדער אפשר נאר אין קאנטראקט) 50 מיליאן!

מיט 100 הייזער איז ער נאכנישט אין קאנטראל אויף די מארקעט דארט אז די פרייזן זאלן נישט ארויפשיסן..
געהערט אז ער האלט שוין מער פון 100 הייזער, און היבש מער פון 50 מיליאן דאללער

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:59 pm
דורך בעקער
זענען הרב לאנדאס הייזער צי פארקויפען אדער רענטעלס?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:33 pm
דורך ישראליק'ל

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:02 pm
דורך סעלצער
mt. Olive סאונד ענדערש צו הר הזיתים

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:17 pm
דורך נחזור לענינינו
ישראליק'ל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:33 pm
פארוואס ווערט עס געבלאקט ביים פילטער ?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:23 pm
דורך איך הייק
בערך וויפיל קאסט א הייזקע?
וויפיל משפחות זענען אין איין הויז?

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:39 pm
דורך ישראליק'ל
אוואדע זענען די הייזער אויף צום קויפן, מ׳רעדט דאך פון א נייעם שטעטל, נישט אזוי?

די הייזער זענען סינגל פעמילי - איין משפחה פער הויז/געביידע

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:43 pm
דורך סעקאנד אפינניען
נחזור לענינינו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:17 pm
ישראליק'ל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:33 pm
פארוואס ווערט עס געבלאקט ביים פילטער ?
ווייל אויפען עד שטייט נישט אז סאיז דא א טעג אפיס…

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:06 pm
דורך Kosher Travel
Wow!
דאס איז גאר גיטע נייעס. א נחת.

ב"ה, מען האט שוין שכל אז מען קען אויפמאכן א נייע ישוב מיט הונדערט+ הייזער, עס מוז נישט זיין צוויי טויזענט+ הייזער פון די ערשטע מינוט. די עיקר איז אז עס מוז זיין א נחשון בן עמינדב, א חשובער רב, וואס וועט זיין דער מורה דרך, אין אפאר אינוועסטערס וואס קענען ווען בויען קלענערע ישיבים אין קאנעקטיקוט און ראוד איילענד און מאכן געלט, אבער זיי האבן שכל, און בויען פאר אידן.

אין די לעצטע 10 יאר האט מען זיך אויסגעשפרייט קיין לינדען, דזשערסי סיטי, בלומינגראוו, בלומינגבערג, מאנטיסעלוי, ליבערטי-הורליוויל, ווי אויך אייט-אוף-סטעיט, האבן גאר שטארקע חסידישע אידן געמופט קיין באלטימאר, מערילענד און שיקאג, אילינוי. עס איז שוין אויך דא שיינע גאר פרומע'רע חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנא, פונקט אינדעמיט פון פיניקס-סקאטסדעיל און טוסען. ביידע האבן פרומע אידישע קהילות. פון די מער שטארקע ישיב'שע קרייזן האט מען געמופט אסאך איבער גאנץ פענסילוועיניע, אריינגערעכנט פיסטבורג געגענט, סקרענטאן, ווילקס בערי און קינגסטאן. ווי אויך בויט זיך די באקאנטע נייע חסידישע שטאט אין אוקיטשויבי, פלארידא.

און דער אמת איז, דער ציהל מוז בכלל זיין עס זאל ווערן א ריזיגע ישוב. אין דער אלטער היים איז געווען הונדערטער קהילות קדושות בישראל. אלע האבן געהאט א רב, שוחט, מוהל, ז' טובי הקהל מיט אלע אידישע קהלי'שע באדערפענישן. ווי גרויס מיינט איר איז געווען די חסידישע קהילה אין מעזישבוז?


פאראכטן מיטן צולייגן דזשערסי סיטי , מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:25 pm
דורך הרבני הנגיד
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:06 pm
Wow!
דאס איז גאר גיטע נייעס. א נחת.

ב"ה, מען האט שוין שכל אז מען קען אויפמאכן א נייע ישוב מיט הונדערט+ הייזער, עס מוז נישט זיין צוויי טויזענט+ הייזער פון די ערשטע מינוט. די עיקר איז אז עס מוז זיין א נחשון בן עמינדב, א חשובער רב, וואס וועט זיין דער מורה דרך, אין אפאר אינוועסטערס וואס קענען ווען בויען קלענערע ישיבים אין קאנעקטיקוט און ראוד איילענד און מאכן געלט, אבער זיי האבן שכל, און בויען פאר אידן.

אין די לעצטע 10 יאר האט מען זיך אויסגעשפרייט קיין לינדען, בלומינגראוו, בלומינגבערג, מאנטיסעלוי, ליבערטי-הורליוויל, ווי אויך אייט-אוף-סטעיט, האבן גאר שטארקע חסידישע אידן געמופט קיין באלטימאר, מערילענד און שיקאג, אילינוי. עס איז שוין אויך דא שיינע גאר פרומע'רע חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנא, פונקט אינדעמיט פון פיניקס-סקאטסדעיל און טוסען. ביידע האבן פרומע אידישע קהילות. פון די מער שטארקע ישיב'שע קרייזן האט מען געמופט אסאך איבער גאנץ פענסילוועיניע, אריינגערעכנט פיסטבורג געגענט, סקרענטאן, ווילקס בערי און קינגסטאן. ווי אויך בויט זיך די באקאנטע נייע חסידישע שטאט אין אוקיטשויבי, פלארידא.

און דער אמת איז, דער ציהל מוז בכלל זיין עס זאל ווערן א ריזיגע ישוב. אין דער אלטער היים איז געווען הונדערטער קהילות קדושות בישראל. אלע האבן געהאט א רב, שוחט, מוהל, ז' טובי הקהל מיט אלע אידישע קהלי'שע באדערפענישן. ווי גרויס מיינט איר איז געווען די חסידישע קהילה אין מעזישבוז?
זאל דער אייבערשטער העלפן אז די שטאט זאל זיך אויסארבעטן אזוי ווי די אנדערע שטעט באלטימאר, מערילענד און שיקאג, אילינוי וכדומה.

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:34 pm
דורך היה אומר
ישראליק'ל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:38 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:35 pm
איך קען נישט קיינער פון די אויבנדערמאנטע נעמען, קען איינער מסביר ווער/וואס דאס איז?
רב משה לאנדא איז א ברודער פון הנגיד יואלי לאנדא (אב״ד נסיעות קרן תוספות יו״ט וחלוקת וומסב״ג...)

הרב רבי עזריאל יודא ראטה שליט״א איז א זון פון רבי יחזקאל ראטה ע״ה גאב״ד קארלסבורג, א פנים שטארק באקאנט פון דשערזי סיטי...
ער איז לעצטנס אויפגענומען געווארן אלס מנהל אין די ארטיגע מוסדות צענטראל ניו דזשערסי, און כ׳מיין אז ער האט אויך א שטארקע ראלע אינעם נייעם שטעטל
זאל עס זיין א צוזאמענארבעט פון די ברודערס
איז דא גרויס פאטענצעל אי"ה

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:38 pm
דורך הלבלר בקולמסו
ישראליק'ל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:38 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 5:35 pm
איך קען נישט קיינער פון די אויבנדערמאנטע נעמען, קען איינער מסביר ווער/וואס דאס איז?
רב משה לאנדא איז א ברודער פון הנגיד יואלי לאנדא (אב״ד נסיעות קרן תוספות יו״ט וחלוקת וומסב״ג...)

הרב רבי עזריאל יודא ראטה שליט״א איז א זון פון רבי יחזקאל ראטה ע״ה גאב״ד קארלסבורג, א פנים שטארק באקאנט פון דשערזי סיטי...
ער איז לעצטנס אויפגענומען געווארן אלס מנהל אין די ארטיגע מוסדות צענטראל ניו דזשערסי, און כ׳מיין אז ער האט אויך א שטארקע ראלע אינעם נייעם שטעטל
ער איז געווען מנהל אין זשערסי סיטי ת"ת. ווי קורסירט בשעתו.

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:41 am
דורך קאמיקאזי
אויב ס'איז אין מאונט אלליוו, דאן פארוואס הייסט עס קרית זית רענן, פארוואס נישט קרית הר הזיתים? זאלן עס די פרויען כאטשיג קענען געהעריג איבערזאגן

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:54 am
דורך על פי פשטות
קאמיקאזי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:41 am
אויב ס'איז אין מאונט אלליוו, דאן פארוואס הייסט עס קרית זית רענן, פארוואס נישט קרית הר הזיתים? זאלן עס די פרויען כאטשיג קענען געהעריג איבערזאגן
שיין וואלט מען אויסגעקוקט ווען מען פרעגט ווען: ווי איז דיין שווער אויף יום טוב?

וואס הייסט, מיין שווער, אין 'הר הזיתים'!...

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: