חול המועד פלייט

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ארויף
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

עימיצער מיט איידיע'ס ווי מ'קען כאפן א פלייט מיט די קינדער חול המועד? אין זיין דארט א טאג צוויי

נישט פליען מער ווי צוויי דריי שעה פון נוי יארק ענד נישט צי טייער.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Atlanta Georgia

Miami/ Orlando

וויזיטן די קהילה אין Indiana
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
היה אומר
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

גוטע געדאנק פאר איינע פון די קאמפעניס אזוי ווי פלען איט רייט
צו מאכן א חוה"מ טריפ גייט זיין א שיינע עולם
מאכן די קורצטע רוט ראונט טריפ
אויספלאנען דארט א באזוך ערגעץ
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ארויף האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:53 pm
עימיצער מיט איידיע'ס ווי מ'קען כאפן א פלייט מיט די קינדער חול המועד? אין זיין דארט א טאג צוויי

נישט פליען מער ווי צוויי דריי שעה פון נוי יארק ענד נישט צי טייער.
Washington DC

Chicago

Florida
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

עטליכע אידן פליען קיין גוטעמאלא.
דויערט 3-4 שטונדן.
ס׳קאסט בלויז בערך 250 ראונד טריפ.

און מ׳כאפט אריין א מורא׳דיגע מצוה. ואהבתם את הגר x 20!

כאפט אייך מיט!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:00 pm
Atlanta Georgia

Miami/ Orlando

וויזיטן די קהילה אין Indiana
קום אריין מיט דיטעלס וואס טיט מען אין
Atlanta Georgia
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7531
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:28 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:00 pm
Atlanta Georgia

Miami/ Orlando

וויזיטן די קהילה אין Indiana
קום אריין מיט דיטעלס וואס טיט מען אין
Atlanta Georgia
וואס מ׳טוט איבעראל מיט קינדער… Zoo, aquarium, וכו׳ וכדו׳. ס׳איז מער די מצב אז מ׳פליעט און ס׳איז דא דארט א עסטעבלישט אידישע קהילה.

גראדע אויך דא א האטעל ממש ביים ראנוועי, קען זיין זייער אינטערעסאנט פאר די קינדער.

https://maps.app.goo.gl/Lw62bfi98wjgAjxU7?g_st=ic
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
ברוך ברייער
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 2:01 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ברייער »

איך זיך א פלייט די ביליגסטע וואס עס איז שייך $20 -30$ סתם אז די קינדער זאלן באקומען א עקספעריענס פון פליען איינער מיט עפעס ?
mastar man
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 07, 2018 3:42 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mastar man »

South Carolina Myrtle Beach
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

היה אומר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:04 pm
גוטע געדאנק פאר איינע פון די קאמפעניס אזוי ווי פלען איט רייט
צו מאכן א חוה"מ טריפ גייט זיין א שיינע עולם
מאכן די קורצטע רוט ראונט טריפ
אויספלאנען דארט א באזוך ערגעץ
גוטע איידיע
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
nishtkushe
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

ברוך ברייער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:30 am
איך זיך א פלייט די ביליגסטע וואס עס איז שייך $20 -30$ סתם אז די קינדער זאלן באקומען א עקספעריענס פון פליען איינער מיט עפעס ?
נישטא. ביליגסטע איז מן הסתם באסטאן ַ
mastar man
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 07, 2018 3:42 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mastar man »

there is a local chabad and some nice attractions
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7330
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ווישוואש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:07 am
zurich האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 2:59 pm
זיך איך צו געבן א חוה'מ טריפ פאר מיינע קינדער מיט א עריפלען אהין און צוריק ערגץ גאר לאקעל פאר גאר ביליג

לכתחילא פון סטוערט עירפארט, אבער נישט מעכב

איינער?

גיי צו גוגל פלייטס, לייג אריין די עירפארט פון וואו דו ווילסט פליען מיט'ן דאטום, און קליק סוירטש.. לאז די דעסטינאציע ליידיג.

וועט אויסקוקן בערך כזה
https://www.google.com/travel/explore?t ... AB&tfu=GgA
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

קיסריה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:10 pm
עטליכע אידן פליען קיין גוטעמאלא.
דויערט 3-4 שטונדן.
ס׳קאסט בלויז בערך 250 ראונד טריפ.

און מ׳כאפט אריין א מורא׳דיגע מצוה. ואהבתם את הגר x 20!

כאפט אייך מיט!
דארף מען שוין האבן פאספארטן פאר יעדן, עס איז ארויס פון די אמעריקאנע גרעניצן.
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:25 am
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:28 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:00 pm
Atlanta Georgia

Miami/ Orlando

וויזיטן די קהילה אין Indiana
קום אריין מיט דיטעלס וואס טיט מען אין
Atlanta Georgia
וואס מ׳טוט איבעראל מיט קינדער… Zoo, aquarium, וכו׳ וכדו׳. ס׳איז מער די מצב אז מ׳פליעט און ס׳איז דא דארט א עסטעבלישט אידישע קהילה.

גראדע אויך דא א האטעל ממש ביים ראנוועי, קען זיין זייער אינטערעסאנט פאר די קינדער.

https://maps.app.goo.gl/Lw62bfi98wjgAjxU7?g_st=ic
וויאזוי הייסט די קהילה אין ווי איז עס?
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


באלד באלד
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:28 pm
בניהו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 11:00 pm
Atlanta Georgia

Miami/ Orlando

וויזיטן די קהילה אין Indiana
קום אריין מיט דיטעלס וואס טיט מען אין
Atlanta Georgia
119 א טיקט
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ארויף האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:53 pm
עימיצער מיט איידיע'ס ווי מ'קען כאפן א פלייט מיט די קינדער חול המועד? אין זיין דארט א טאג צוויי

נישט פליען מער ווי צוויי דריי שעה פון נוי יארק ענד נישט צי טייער.
New Hampshire
איז 45 מינוט מיט א פליגער
ווייסעך נאר נישט צו ס'איז דא א מנין דארט
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

איינמאל געטון פסח, געקויפט טיקעטס בערך א האלב יאר פריער, 19.99 א פלייט קיין סאוט קאראליינע איין וועג. (אזוי איז געווען די פראמאשענעל ספעשל האמיר זיך צוגעכאפט דערצו) די וועג צוריק האמיר יא געצאלט ארום זעכציג פער מענטש, מיר האבן געמאכט א חשבון אז די טרילל איז ווערט א הונדערטער פער מענטש סך הכל. ווען מ'צאלט איבעראל ממון ודמים פאר א וועג און דארט זיין וכו'. פסח איז גרינגער ווייל מ'דארף נישט קיין סוכה. (ביי אונז איז מען נישט טועם א גלעזל וואסער חוץ לסוכה) למעשה האט מען געמוזט לייגן די מים חיים וואסער אין די פעקלעך, וואס מ'האט נישט געהאט גענומען אין באטראכט, צוגעלייגט ארום פינף און זיבעציג צום ביל.
נאכן דורכגיין די קרעדיט קארד נאך פסח האב איך מיר געזען מיט א זיבן הונדערט דאללער ווייניגער ווערט. אפשר האט זיך עס געלוינט? קען זיין.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:30 pm
איינמאל געטון פסח, געקויפט טיקעטס בערך א האלב יאר פריער, 19.99 א פלייט קיין סאוט קאראליינע איין וועג. (אזוי איז געווען די פראמאשענעל ספעשל האמיר זיך צוגעכאפט דערצו) די וועג צוריק האמיר יא געצאלט ארום זעכציג פער מענטש, מיר האבן געמאכט א חשבון אז די טרילל איז ווערט א הונדערטער פער מענטש סך הכל. ווען מ'צאלט איבעראל ממון ודמים פאר א וועג און דארט זיין וכו'. פסח איז גרינגער ווייל מ'דארף נישט קיין סוכה. (ביי אונז איז מען נישט טועם א גלעזל וואסער חוץ לסוכה) למעשה האט מען געמוזט לייגן די מים חיים וואסער אין די פעקלעך, וואס מ'האט נישט געהאט גענומען אין באטראכט, צוגעלייגט ארום פינף און זיבעציג צום ביל.
נאכן דורכגיין די קרעדיט קארד נאך פסח האב איך מיר געזען מיט א זיבן הונדערט דאללער ווייניגער ווערט. אפשר האט זיך עס געלוינט? קען זיין.
איר זענט געקומען מיט א האלבע מעשה.....
וואס האט איר געטון דארט?
קומט אריין ביטע מיט א פול באריכט
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך הייק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:21 pm
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:30 pm
איינמאל געטון פסח, געקויפט טיקעטס בערך א האלב יאר פריער, 19.99 א פלייט קיין סאוט קאראליינע איין וועג. (אזוי איז געווען די פראמאשענעל ספעשל האמיר זיך צוגעכאפט דערצו) די וועג צוריק האמיר יא געצאלט ארום זעכציג פער מענטש, מיר האבן געמאכט א חשבון אז די טרילל איז ווערט א הונדערטער פער מענטש סך הכל. ווען מ'צאלט איבעראל ממון ודמים פאר א וועג און דארט זיין וכו'. פסח איז גרינגער ווייל מ'דארף נישט קיין סוכה. (ביי אונז איז מען נישט טועם א גלעזל וואסער חוץ לסוכה) למעשה האט מען געמוזט לייגן די מים חיים וואסער אין די פעקלעך, וואס מ'האט נישט געהאט גענומען אין באטראכט, צוגעלייגט ארום פינף און זיבעציג צום ביל.
נאכן דורכגיין די קרעדיט קארד נאך פסח האב איך מיר געזען מיט א זיבן הונדערט דאללער ווייניגער ווערט. אפשר האט זיך עס געלוינט? קען זיין.
איר זענט געקומען מיט א האלבע מעשה.....
וואס האט איר געטון דארט?
קומט אריין ביטע מיט א פול באריכט
איך האב עס אויך געוואלט טוען
די רב פון דארט האט מיר זייער אפגערעדט
אז עס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן די גדרי צניעות אין די צייט פון יאר
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

איך הייק האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:21 pm
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:30 pm
איינמאל געטון פסח, געקויפט טיקעטס בערך א האלב יאר פריער, 19.99 א פלייט קיין סאוט קאראליינע איין וועג. (אזוי איז געווען די פראמאשענעל ספעשל האמיר זיך צוגעכאפט דערצו) די וועג צוריק האמיר יא געצאלט ארום זעכציג פער מענטש, מיר האבן געמאכט א חשבון אז די טרילל איז ווערט א הונדערטער פער מענטש סך הכל. ווען מ'צאלט איבעראל ממון ודמים פאר א וועג און דארט זיין וכו'. פסח איז גרינגער ווייל מ'דארף נישט קיין סוכה. (ביי אונז איז מען נישט טועם א גלעזל וואסער חוץ לסוכה) למעשה האט מען געמוזט לייגן די מים חיים וואסער אין די פעקלעך, וואס מ'האט נישט געהאט גענומען אין באטראכט, צוגעלייגט ארום פינף און זיבעציג צום ביל.
נאכן דורכגיין די קרעדיט קארד נאך פסח האב איך מיר געזען מיט א זיבן הונדערט דאללער ווייניגער ווערט. אפשר האט זיך עס געלוינט? קען זיין.
איר זענט געקומען מיט א האלבע מעשה.....
וואס האט איר געטון דארט?
קומט אריין ביטע מיט א פול באריכט
בעיסיקלי זייער פשוט, געווען אפאר יאר צוריק (נאך פאר קאוויד) האמיר באקומען א ספעם אימעיל פון א טרעוול וועבסייט פליי ני סיטי טו סאוט ק. פאר אונטער צוואנציג טאלער, וואן וועי, האב איך באשלאסן לאמיך מאכן א סורפרייז מיינע קינדער רעדן אלץ פון די טריל פון פליען מיט שפייעכץ דער איז געפלויגן יענער איז געפלויגן וכו' האב איך געזען אז חול איין טאג פון חול המועד פסח וועט עס שטימען, כ'האב נישט געטראכט צו סאך, בסך הכל שטעל איך איין א צוואנציגער פער מענטש און געקויפט זיבן טיקעסט פאר א הונדערט פופציג דאלער בערך.
נאנט צו פסח ווען כ'האב זיי אויסגעזאגט דעם סוד, האט מען געדארפט מאכן זאכן שטימען, האב איך אנגעפאנגען זוכן רעטארן טיקעטס, די נעקסטע טאג איז געווען משוגע טייער, פלאס ס'געווען א סטראגל וואו איינצושטיין פסח. כ'האב געטראפן אויף יענעם טאג שפעט, פאר ארום זעכציג טאלער א וועג פער מענטש, האמיר באשלאסן מ'גייט עס מאכן ארבעטן, די קינדער זענען געווען אין זיבעטן הימל במילא סא זיי האב איך נישט געדארפט צופרידן שטעלן נאר איך מיט די בני בית האמיר זיך געמוזט מסדר זיין. מ'האט געמאכט שטרענג אפגעמאכט אז מ'גייט נישט אויסגעבן "עקסטער" געלט ווייל זעמיר דאך שוין אזוי אויך אווער בודזשעט.
מ'האט איינגעפאקט אסאך מצה, געקאכטע אייער, געשיילטע עפל. בענענעס, א ראל העווי דוטי זילבער פאפיר מיט כשר לפסח טאועל פעיפער, זעקס גרויסע מים חיים ספרינג וואסער מיט אפאר גרעיפ דזשוס, לעבען מיט טשיז סנעק פאר די קליינע. גולאש לרחצה געפאקט אין קאנטעינערס מיט פלעסטיק דישעס, מ'האט איינגעטיילט ס'זאל נישט קאסטן קיין פעקלעך ווייל מ'זעמיר גענוג מענטשן אלעס איז געגאנגען אין קערי אן, און שאפינג בעגס. כ'האב אויך מיטגענומען מיין לעפטאפ וואס האט געהאט ווייפיי, אזוי וועט מען דארט וויסן וואס צו טון מה שיעשה הזמן יעשה השכל.
מיין שוואגער וואס איז געווען צופרידן צו קענען ווייזן פאר זיינע קינדער די עירפארט האט אונז גענומען 830 צופרי צום עירפארט איך האב שוין געהאלטן נאכן דאווענען די קינדער נישט,
למעשה זעמיר אנגעקומען איך מיין ס'געווען פראנטיער אדער ספיריט זיי האבן אונז פרובירט צו מאכן א הארד טיים כ'געדענק שוין נישט די דיטעילס כ'האב מיך געהאלטן ביי מיינס כ'וויל נישט צאלן גארנישט עקסטער, אבער נאכן מסביר זיין אז כ'וועל סיי ווי נישט קענען ארויף טראגן די טרינקען וועגן סעקיוריטי האב איך געזען איך בין אין פעקל, ווייל איך וועל נישט טרינקען עפעס אנדערש ווי מים חיים פסח. אודאי נישט אין עירפארט, אדער עירפלעין. שוין האבן מיר אלעס איבערגעפאקט אזוי ס'זאל אויסקומען איין פעקל גייט אין טשעק אין, איין באטל האבן מיר געלאזט אויף צו טרינקען ביז צו די לעצטע מינוט, ס'האט אבער אביסל צושאקלט מיין חשבון ווייל איך האב געוואלט אדורך גיין סעקיוריטי ווי שנעלער, אבער אזוי האב איך באשלאסן צו גיין ווי שפעטער, איך בין אויך געווען דערשראקן אויב מאכט זיך א דילעי וועל איך גוט דורשטיג זיין.
למעשה האט זיך עס אויסגעארבעט בחסד. נאך טשעק אין האב איך געקויפט אין די געשעפט איין פאלענד ספרינג מיט אוי יו פעסאווער, עס גוט אפגעווישט מיט מיין פאפיר און געהאלטן אין קעיס אוף עמערדזשענסי מ'מוז טרינקען זאל עס כאטש זיין דעס. למעשה האב איך עס צום סוף אוועק געווארפן, די לעבען האבן זיי יא דורך געלאזט סא די קליינע זענען געווען צופרידן מיט דעם. די גרויסע האבן זיך באגאנגען אן טרינקען,
שוין די וועג האט געדויערט אלעס ווי געפלאנט, איך מיין אונטער צוויי שעה. איך בין געווען א ווייסגיי כ'האב שוין געזאגט פאר די סטוארט אז מ'האט נישט ארויף געלאזט אויפן פליגער נאך סעקיוריטי מיין כשר'ע וואסער און מיר זענען זייער אויסגעדורשט מ'זאל אונז לאזן פרי אראפ גיין, זיי זענען אפאר מאל געקומען פרעגן צו מיר זענען אקעי, פארן לאנדן האט מיין ווייב געזאגט (ס'געווען אמת) זי איז אביסל דיזי דיהיידרעיטעד) מ'האט אונז אראפ גענומען תיכף נאכן לאנדן, זיי האבן געפרעגט צו מ'דארף מיר הילף האב איך געזאגט ניין אזוי ווי מיר וועלן האבן די כשר'ע וואסער וועט אלעס זיין מסודר. אבער מיר זענען אראפ די ערשטע.
שוין מהאמיר זיך אויסגעזוכט א ווינקל אין עירפארט. קודם האט יעדער געגעסן געטרינקען געבעסקיסעט. מ'האט זיך דערמאנט אז מ'האט פארגעסן צו דאווענען סא די גרויסע האבן געמוזט דאווענען, כ'האב אויפגמישט די סידור אויפן לעפטאפ (די קינדער האבן גהאט א ויכוח צו מ'מעג יא אריין קוקן אדער נישט וועגן זייערע טעקנאלעדזשי קבלות, צום סוף האט מען געטראפן א היתר בשעת הדחק) כ'מיין מ'האט געכאפט שמונה עשרה ביי חצות, שוין געווען צווייע ווען כ'האב צוריק באקומען מיין לעפטאפ צו זוכן ווי מ'קען גיין אין די געגנט. עפעס האמיר געטראפן א פארק כ'האב גענומען א טעקסי אהין און גענומען זיין נאמבער ער זאל מיך אויפפיקן 6:30 איך בין געווען גוט נערוועז, צו כ'וועל טאקע האבן א וועג צוריק כ'האב זיכער געמאכט אז לעבן די פארק איז אויך דא א סטארבאקס געשעפט מיט ווייפיי כ'זאל כאטש קענען האבן א קאנעקשן (נאך געווען פאר אובער שטארק איינגעפירט, עכ"פ איך בין נאך געווען פרעמד דערין) שוין ס'געווען זייער א שיינע פארק מיט סווינגס וכו' מ'האמיר גענומען א טישל אין די זייט באדעקט צען מאל מיט זילבער פאפיר פון אלע זייטן די חברה דארט האבן אונז אנגעקוקט ווי לבנה מענטשן. מ'האט געמאכט א פיינע סעודה פון קאלטע גולאש מיט הארטע אייער, יעדער האט געגעסן מצה, איך האב מיך געמוטשעט מיט נטילת ידידי וכו' אבער די ווייב און קינדער האמיר מתיר געווען בשעת הדחק.
נאך פאר כ'האב געכאפט אז די טאג איז דורך האט שוין דער טעקסי מיך געקאלט, מיך צוריק גענומען אין עירפארט, נאך אמאל האבן מיר פארברענגט "נאך פאר טשעק אין סעקיורטי" ווייל מ'גייט צונעמען אלע טרינקען, למעשה ביז אלעס איז שוין געווען גוט שפעט, כ'מיין די פלייט איז געווען 9:45 נישט זיכער, מ'האט אויפגעגעסן אלע בענענעס וכו' מ'זעמיר אריבער די לעצטע מינוט סעקיוריטי, כ'האב נישט געהאט קיין פעקלעך אריין צו טשעקן. אבער די קינדער האבן ענדזשויט די עסקעלעטאר, די ריקעדיגע פלאר ריקעדיגע טירן מיט די עלעוועטאר וכו' דא דארט האט מען געזען ערעפלאנען פון די פענסטער. שוין האמיר איבער געלאזט א האלבן גרעיפדזוס מיט א מים חיים באטל ביי סעקיוריטי גארבידש. מ'האט שוין געדארפט גיין צו בארדן כ'האב נישט באוויזן אויפצוזוכן א אוי יא וואסער פאר עמערדזשנסי, כ'האב אפגעמאכט אויב ס'עכט עמערדזשענסי וועט מען ניצן וואס איז דא אויפן פליגער פאר די קינדער ערוואקעסענע איז נישט קיין פראבלעם צוויי שעה.
למעשה נאכן הייבן, זענען די גאר קליינע איינגעשלאפן, די גרויסע האבן געוואלט אויסניצן יעדע סעקונדע איך האב געבעטן אפאר פענסטער זיצן פאר זיי, ס'געווען א היפש ליידיגע פליגער און דא האב איך שוין באצאלט כמעט פול פרייז. די חברה זענען געווען צוגענאגלט צום פענסטער, מ'האט געזען לעקטערס א גאנצע וועג פון אלע שטעט און שטעטלעך פון די זייט (איין זייט איז געווען וואסער) ביים לאנדן אין נוארק (צוריק האב איך נאר געטראפן נוארק) איז די וויו פון מאנהעטן בילדינגס געווען עפעס לעילא לעילא פאר די גרויסע קינדער. כ'האב געהאט ווייפיי אויפן וועג, כ'האב גע'אימעילט מיין שוואגער זאל מיר צושטעלן א טעקסי וואס ווארט ווייל כ'האב געציטערט דער עולם וועט דורשטן ווי משוג'ע ער האט למעשה באשטעלט א אידישן קאר סערוויס דרייווער פון לעיקוואד וואס האט מיך אפגעווארט שוין מיט וואסער און פרוכט אין די קאר (אה ס'געווען נאך א 175 בערך אומגערישטע הוצאה) און אהיים געטראגן זעמיר אנגעקומען אהיים ארום איינסע ביינאכט אויב כ'געדענק גוט איך בין נאך געלאפן כאפן א מעריב אין ראדני, (מיט מנחה האב איך זיך פארעכנט ווייל כ'האב קודם געמיינט מ'וועל מיר האבן צייט פאר חבד סאוט קאראליינע מנין , למעשה דענק איך נישט פארוואס ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. אנדערע טאג איז שוין געווען סייווי שפעט אויפגעשטאנען וכו' די קינדער זענען געווען אין זיבעטן הימל כ'האב געבעטן נישט אנצורייצן די קאזענס וכו' יעצט כאפ איך מיך הערשט אז ס'האט מיך לכאורה יא געקאסט הכל בכל מכל א טויזענטער בערך,
וואס 19.99 טיקעטס קען מאכן פאר א מענטש. אבער אז מ'רעכנט עס פער מענטש זיבן נפשות, קומט אויס 140 דאלער בערך פער מענטש פון טיר צו טיר א איינמאליגע זאך, אפשר האט זיך עס יא געלוינט, די קינדער זענען נאך היינט טרילד דערפון.
עכ"פ ווער ס'טרינקט נישט פסח קיין וואסער אן השגחה, און טרינקט נישט סוכות חוץ לסוכה איז עס כמעט נישט מעגליך, ביי אונז האט זיך עס פונקט אויסגעארבעט.
און מ'דארף איבערלאזן אין בודזשעט אפאר הונדערט דאלער עקסטער דערפאר און דאס שוין אויפן ביליגסטען אופן.
נישט אומזינסט זאגט רש"י פ' לך לך אז א וועג איז ממעט את הממון.
לעצט פארראכטן דורך נייע שטאט אום מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: חול המועד פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ברוך ברייער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:30 am
איך זיך א פלייט די ביליגסטע וואס עס איז שייך $20 -30$ סתם אז די קינדער זאלן באקומען א עקספעריענס פון פליען איינער מיט עפעס ?
זיד פלארידע. ס'איז נישט די נענטסטע אבער אסאך מאל איז דא פלייטס אהין פאר שפאט ביליג
וקול התור נשמע בארצנו
זעלבע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:08 pm

Re: עראפלאן ביליגע טיקעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבע »

איך זיך צו פארן מיט די משפחה פון nawerk צו סיי ווי אין די אומגעגנט, ארום א שעה פליע. עני איידיעס?
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: עראפלאן ביליגע טיקעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

איך זיך צו פארן מיט די משפחה פון NYC ראונד טריפ און איין טאג די בליגסטע וואס עס איז שייך
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: עראפלאן ביליגע טיקעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

איך בין געפלויגן איין חול המועד פון נוארק צו באסטאן מיט די קינדער, און צוריק די זעלבן טאג, געווען א לאנגן טאג אבער זייער ענטערטעינונג פאר די משפחה.

איין חסרון אז מ׳איז נישט צו לאנג אין דער הייעך, אבער אין שטאט איז געווען זייער גוט

יעצט איז עס בערך הינדערט דאלער א טיקעט
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”