מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)
מיר וועלן איבערגיין אין דעם ארטיקל די היסטאריע ביזן היינטיגן טאג פון די 46'טע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען!
די פרעזידענט איז געבוירן אין 11/20/1942, אין די אידישע לוח קומט עס אויס ה' אלפים שנת תש"ג, צו זיינע עלטערן, Joseph R. Biden Sr. און Catherine Eugenia Finnegan. די פרעזידענט איז געבוירן אין אמעריקע אין די סטעיט פענסעלוועניע, זינט 1969 איז די פרעזידענט איינגעשריבן אין די דעמאקראטישע פארטיי. זיין טאטע איז אויך געווען א דעמאקראט. ווען דזשאו ביידען איז אלט געווען 28 יאר, און יאר 1970, איז ער געלאפן פאר די 4'טע דיסטריקט זיץ פון די New Castle County Council , אויף א ליבעראלע פלאטפארמע, אין יאר 1973 האט ער אפציעל אנגעהויבן אין די פאליטישע וועלט, אלס א סענאטאר, פאר די New Castle County Council, ער איז געווען אין די סענאט ביז אין יאר 2009, ביידען איז געווען בלויז 30 יאר ווען ער איז אריין אין די סענאט, די זיבעטע אינגסטע סענאטער אין די אמעריקאנער היסטאריע. אין יאר 2009 איז ער געווארן די וויצע פרעזידענט פון די דעמאלסטיגע פרעזידענט באראק אבאמא, ער איז געווען די 47'טע וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט געדינט אויפן אמט ביז 2017. ביידען איז צום ערשטן מאל געלאפן פאר פרעזידענט פון די דעמאקראטישע פארטיי אין יאר 1998 אנטקעגן זיין קעגנער פון די דעמאקראטישע פארטיי ביל קלינטאן, און ער האט עס נישט געווינען, אין יאר 2008 האט ער צום צווייטן מאל פרובירט צו לויפן פאר די פרעזידענטשאפט, אנטקעגן באראק אבאמא, און עס ווידעראמאל נישט געמאכט, אבער דאסמאל האט אים באראק אבאמא אויפגענומען אלס די וויצע פרעזידענט ווי אויבנדערמאנט. אין April 25, 2019 האט ביידען אפציעל געמאלדן אז ער וועט ווידעראמאל לויפן פאר די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, ער האט געווינען די דעמאקראטישע פארטיי פארמעסט, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די ביטערע שלאכטן צווישן אים און זיין רעפובליקאנער קעגנער די דעמאלסטיגע פרעזידענט, מר. דאנאלד טראמפ, ביי די יעצטיגע וואלן אנדערש פון פריער האט ער יא געוואונען די וואלן, אבער מיט א גאר שמאלע אויבערהאנט קעגן דאנאלד טראמפ, (מיר גייען בכלל נישט אריין אין די נושא, צו ס'איז געווען פאלטשע וואלן, מיר ברענגען אייך נאר די פאקטן וואס איז געווארן) ..
ביידען איז געווארן איינגעשוווירן אלס די 46'טע פרעזידענט אין January 20, 2021. ביידען האט אויפגענומען קאמאלע העריס פאר זיין וויצע פרעזידענט.
די פרעזידענט האט אונטערגעשריבן אין 2021 א ביל פון 1.9 טריליאן דאלאר, עקענאמישע סטיומילוס פעקעדזש, וועגן די קאוויד 19 ווירוס , און אלעס ארום דעים. אין May 1, 2021 האט ביידען געמאלדן אז אמעריקע וועט ארויסנעמען איר מיליטער פון אפגאניסטאן, נאך א פארצויגענע קריג, פון 20 יאר. ביידען האט ביז דערווייל שוין ארויסגעגעבן 124 עקזעקטיוו ארדערס, דאס קומט אויס בערך 44 פער יאר וואס ער איז און אמט. זינט די אנהייב פון די קריג צווישען רוסלאנד און אוקראינע האט שוין ביידען געגעבן מער פון 75 ביליאן דאלער צו שטיצן אוקריינע. די פרעזידענט איז שוין ארויסגעפלויגן פון אמעריקע 16 מאל צו 23 קאנטריס ארום די וועלט, צווישן January און June יאר 2021 איז ער בכלל נישט געפלויגן צוליב די קאוויד 19 פענדעמיק, די לעצטע מאל ביז דערווייל וואס די פרעזידענט איז געפלויגן איז געווען צו מדינת ישראל, כדי צו ווייזן שטיצע פאר מדינת ישראל איבער די אנגייענדע מלחמה מיט כאמאס. אין יאר 2022 האט ביידען געהאלטן ביי 9 מאל וואס מ'האט אים פרובירט צו אומפיטשן.
ס'ווערט ערווארטעט א ביטערע פארמעסט פאר די קומענדיגע עלעקשאנס, ווי ביידען וועט זיך לכאורה צום צווייטן מאל שלאגן מיט די געוועזענע פרעזידענט דאנאלד טראמפ, שווער צו פאראויסזאגן א געווינס פאר ביידע זייטן. ס'איז נאך פארבליבן פאר ביידען'ס טערמין 441 טעג.