1)ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב...... 2)זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
ניו יארק איז א סטעיט אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע, די סטעיט געפונט זיך אין צפון מזרח פון די יונייטעד סטעיטס, און עס גרעניצט זיך מיט קאנאדע און ניו ענגלאנד (ניו ענגלאנד איז א געגנט וואס נעמט אריין אין זיך, מעין, קאנעטיקעט, מאסעטשוסעטס, ניו העמפשיר, ראוד איילענד, און ווערמאנט.) די סטעיט איז קודם גערופן געווארן ניו אמסטערדאם, נאך די גרעסטע שטאט אין האלאנד, אין 1624 האט זיך עס געטוישט צו New Netherland, דערנאך אין יאר 1664 האבן די בריטישע איבערגענומען די פלאץ פון די האלאנדישע, און עס געגעבן די נאמען ניו יארק, נאך די שטאט אין לאנדאן יארק, די האלאנדישע זענען נישט געווען בכוח זיך צוריקצושלאגן מיט די בריטישע ממילא האבן זיי גלייך אויפגעגעבן. אין 1673 האבן עס די האלאנדישע צוריקגענומען, און געטוישט די נאמען צו ניו אראנדזש. אין 1674 האבן די האלאנדישע צוריקגעגעבן די שטאט פאר ענגלאנד, אלס א טייל פון דעמאלטסדיגע אויסטויש וואס האלאנד האט געמאכט צו פארענדיגן א קריג וואס זיי האבן דעמאלטס געהאט . אין יאר 1776 ביי די רעוואלוציע קריג צווישן וואשינגטאן אין ענגלאנד איז עס אריבערגעגאנגען אונטער די הערשאפט פון די אמעריקאנע רעגירונג צוזאמען מיט נאך צוועלף סטעיטס, וואס פון דעים האט זיך געגרינדעט די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע. די ערשטע גאווארנער אין ניו יארק איז געווען דזשארדזש קלינטאן, ער איז געווען אין אמט פון 1777 ביז 1795. ניו יארק איז געווען די הויפטשטאט פון די יונייטעד סטעיטס פון 1785 ביז 1790, ווי אויך איז די ביל פון רעכטן געמאכט געווארן אין ניו יארק. ווי אויך איז ניו יארק געווארן די פינאנציעלע הויפט שטאט פון די יונייטעד סטעיטס. די הויפט שטאט פון ניו יארק איז אלבאני, די קעפיטעל פון ניו יארק וואס איז אין אלבאני איז געבויעט געווארן צווישן 1867 און 1875, ס'האבן געארבעט אויף דעים 3 באזונדערע גרופעס פון ארכיטעקטורס, די דאזיגע קעפיטעל איז געווען די מערסט טייערע רעגירונג'ס בילדונג פון יענע צייט. די ניו יארק סיטי'ס באן טראנספארטאציע איז איינע פון די עלסטע סיסטעמס פון די וועלט, און ווי אויך איינע פון די גרעסטע אין די וועלט, זיי האבן אזויפיל ווי 472 סטאנציעס לענגאויס ניו יארק. ווי אויך האט ניו יארק איינע פון די גרעסטע לייברעריס פון די וועלט.
ניו יארק האט בערך 19.7 מיליאן מענטשן, דאס מאכט ניו יארק די דריטע מערסט פאפולערסטע סטעיט פון די יונייטעד סטעיטס. און ניו יארק רעדט מען אזויפיל ווי 800 שפראכן, ניו יארק האט די גרעסטע אידישע קאמיוניטי איינס נאך ארץ ישראל. ניו יארק האט די מערסטע ביליאנערן, פון די גאנצע וועלט. ניו יארק איז געווען די ערשטע סטעיט צו פארלאנגען לייסענס פלעיטס פאר קארס און מאטאר-ביציקלעך, אין יאר 1901, די ביל איז אונטערגעשריבן געווארן דורך די דעמאלטסדיגע גאווארנער Benjamin Odell Jr, דאס איז פארלאנגט געווארן צוליב די צאל קארן וואס האבן זיך דעמאלטס פארמערט אויף די גאסן, און דאס האט געמאכט שווער צו אינדענטיפיצירן די קארן פאר וועם עס באלאנגט. ביז אין יאר 2020 איז געווען געלע פלעיטס וואס איז געשטאנען עמפייער סטעיט, וואס דאס איז אויך א ניק נעם פאר ניו יארק, און פון 2020 האט מען אנגעהויבן צו מאכן ווייסע פלעיטס וואס שטייט Excelsior. אין 2001 האט מען אנגעפאנגען ביי די ענגלישע אות A און מ'האלט שוין יעצט איבער K. די צווילינג געביידעס וואס איז געווארן אטאקירט דורך טעראריסטן איז געווען אין ניו יארק סיטי, נאכדעם וואס ס'איז געווארן אראפגעווארפן האט מען געבויעט א נייע בנין נעבן יענע פלאץ, וואס ווערט אנגערופן די פרייהייט טורעם. ווי אויך איז די סטאטוע אויף פרייהייט אויך אין ניו יארק סיטי. ניו יארק סטעיט האט און זיך אזויפיל ווי 2.3 מיליאן קלענערע ביזנעסער, און אין די ביזנעסער איז דא אזויפיל ווי 4.1 מיליאן ארבעטער, אסאך פון די ביזנעסער ווערן געפירט דורך פרויען. ניו יארק האט ביז דערווייל געהאט 57 גאווערנער'ס, און די איינציגסטע גאווארנער וואס איז א פרוי איז די יעצטיגע גאווארנער קאטי האקעל. די רייכסטע מענטש אין ניו יארק איז די געוועזענע מעיאר פון ניו יארק סיטי מייקל בלומבערג, וואס זיין פארמעגן איז ווערד 96.3 ביליאן דאלאר. אין ניו יארק סטעיט איז דא 31 אינטערסטעיט הייעוועיס .
שטייסטע? ביים גיין מיט קראקס אינמיטן טאג ווייעלעיט מען די וויליאמסבורגע רולס, ביים גיין מיט קראקס ביינאכט ווייעלעיט מען די ניו יארקע רולס. געהעריג צפון קאריע…
@Thank youאז כ׳האב שוין יא גענומען די חוצפה צו שרייבן אין דיין אשכול, מוז איך זיך כאטשיג באדאנקן… באמת א גרויסן שקויעך פאר די אלע קנאלעדזש. איך ווייס אז דו האסט נישט צופיל באזוכער׳ס דא, אבער די וואס ליינען עס יא בינעך זיכער אז זיי ווילן כמעט אפלעקן די סקרין… קיפ איט אפ!
@Thank you אז כ׳האב שוין יא גענומען די חוצפה צו שרייבן אין דיין אשכול, מוז איך זיך כאטשיג באדאנקן… באמת א גרויסן שקויעך פאר די אלע קנאלעדזש. איך ווייס אז דו האסט נישט צופיל באזוכער׳ס דא, אבער די וואס ליינען עס יא בינעך זיכער אז זיי ווילן כמעט אפלעקן די סקרין… קיפ איט אפ!
ווי געשריבן אנהייב, איך האב גארנישט דערמיט איך בין נישט די שרייבער.
@Thank you אז כ׳האב שוין יא גענומען די חוצפה צו שרייבן אין דיין אשכול, מוז איך זיך כאטשיג באדאנקן… באמת א גרויסן שקויעך פאר די אלע קנאלעדזש. איך ווייס אז דו האסט נישט צופיל באזוכער׳ס דא, אבער די וואס ליינען עס יא בינעך זיכער אז זיי ווילן כמעט אפלעקן די סקרין… קיפ איט אפ!
ווי געשריבן אנהייב, איך האב גארנישט דערמיט איך בין נישט די שרייבער.