Re: קאמפיין פאר גרושים אין עלטערע בחורים ערב סוכות תשפ"ד הבעל"ט!!
די עד, און בכלל די גאנצע קאמפיין וואס גייט לעצטענס פאר איז נישט די נחלת הכלל און מיינונג פון אלע גרושים.
א יעדער גרוש איז פינקט ווי א חתנה געהאטער אן אינדעווידשעל מיט אייגענע מיינונגען און פארשטאנד. און עס איז דא אסאך גרושים וואס באדערט די גאנצע פאמפע וואס מען מאכט לעצטענס מיט זיי.
די וואך שבת איז מיר אויס געקימען צו רעדען צו א גרוש וואס האט זיך מיר אויס גערעדט אז ער ווערט פארטרעטען ביי מענטשען וואס ער האט קיינמאל נישט געבעטען זיי זאלען אים פארטרעטען.