קאמפיין פאר גרושים און עלטערע בחורים!
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
דאס איז אַזוי אמת.קהילת יקנה''ז האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:30 amגאר שטארקע קאמפיין,
זכרנו ימים פון מיינע שווערע יארן, אוי האב איך מיר געפרייט ווען איינער האט מיר גערופן פאר א סעודה, און ברוך ה' ס'איז דא אסאאאך גוטע אידן וואס האבן זוכה געווען מיר צו משמח זיין, (אדרעסן שייך באישי...) די זכות זאל זיי ביישטיין
ווער רעדט נאך פונעם אלטן בחור וואס פלעגט האבן זיין שותף פאר יארן לאנג יעדע חול המועד צו גיין צוזאמען, און יעצט דארף די שותף שוין גיין מיט די רביצין...
ווער טוט הענגען צעטליך ?Ny-17 האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 2:56 pmעס וואלט געווען גוטע געדאנק אויפצוהענגען אין שילן לכבוד יום טוב!!!
https://www.dropbox.com/scl/fo/nlbq3ymv ... r2fy9&dl=0
איך בין שוין ב"ה חתנה געהאט און איך האב שוין עטלעכע קינדער, נאר באקומען פון א אלטע בחור, (פאר די אלע וואס קומען אריין געבן חיזוק און א פריוואטע מעסעדזשעס)yup it's me האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:07 amרבונו של עולם.
היינט אינדערפרי ווי נאר איך בין אריינגעקומען אין בית המדרש איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן, אלע בחורים אין שוהל האבן געהאט א סעט ד' מינים, חוץ איך אלטע בחור.
קליינע כתה ט' בחורים'לעך קוים בר מצוה וואס ווען איך בין אריין אין ישיבה קטנה האבן זיי אנגעהויבן לערנען א'ב', זענען פארנומען מיט זייערע אתרוגים און לולבים ווי גרויסע טאטעס, און איך דארף שטיין גאנץ הלל און מיט איין האנט האלטן דעם מחזור און מיט די צווייטע פארעכטן דעם קנאבל אין מיין בארד.
ביי הלל זענען מיינע אויגן געווען פייכט און אונטער מיין מחזור האט זיך אנגעזאמלט א הויפן טישוס, ביי די נענועים האב איך געבארגט א לולב פון א אינגערמאן וואס איז געזעצן נעבן מיר און טרוקענערהייט געשאקלט אין אפאר סעקונדעס דאס וואס דער עולם שאקלט עטליכע מינוט.
נאך הלל דער בעל תפילה וויל אנהייבן זאגן הושענא מען ווארט אז איינער זאל זיך מרחם זיין און ארויסנעמען דעם ספר תורה פון ארון הקודש און זיך שטעלן דערמיט ביים באלעמער.
שטייט נישט ווייט פון מיר א אינגערמאנטשיק וואס זעהט אויס יונגער פון מיר, און אן קיין שום מיטגעפיל הייבט ער אן ציצקענען און ווינקען אין מיין ריכטונג, אמער, דא שטייט א בחור מיט ליידיגע הענט, ממש א יקר המציאות, איך האב פרובירט אים צו פארשטילן, אבער דער פערד איז געווען אנטשלאסן אז איך זאל באקומען דעם כבוד, ער האט גע'נו'קעט און גע'נא'קעט ביז אלע מענטשן ארום מיר האבן אים נאכגעמאכט, און אן א ברירה בין איך געשטאנען רויטערהייט ביים באלעמער פון למענך אלוקינו ביז טרערן.
אלזא, בעט איך פון דיר הייליגער באשעפער ברעך שוין אראפ די פיטומס פון די אלע אידן, און מאך אז עס זאל אריינרעגענען אין זייערע סוכות!
הושענא
ביטע פארצייל דוגמאות וואס דו האסט געטון, עס קען זיין אינטרעסאנט...צו געזונט האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 03, 2023 9:05 pmנישט דא צו קראכען די באבעל, אבער צומאל איז עס דער בחור וואס ערקלערט זיך אלס אלטער בחור. מיין הייראט צערעמאניע איז געווען היבש שפעטער פון דעם פשוט'ען המון עם. ווען מען האט מיך מכבד געווען מיט די בחור סארט כיבודים פלעג איך מאכען א שפיל דערפון, אזש, דער וואס האט מיך מכבד געווען האציך געשפירט וואו עפעס א ALIEN. צומאל פלעגן זיי מיך גאר פארהאלטן פארוואס איך האב זיי אזוי אראפגעברענגט, און צו איך האב געענטפערט צו נישט, האט יענער קיין אלטן בחור מער נישט מכבד געווען...
און?
נעם עס אין באטראכט.