בלאט 1פון 1

Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:16 am
דורך איך הייק
עס איז נישט קיין סוד אז ערב יום טוב איז געווען פלאדס איבעראל אין די hot water tank איז געווארן פארפלייצט
כ'האב פראבירט צו סטארטן אבער עס גייט נישט
אין אונז שטייען יעצט חול המועד אין צו טרעפן א פלאמבער איז זייער שווער אלזא ווער עס קען מיך אנווייזן וויאזוי עס צו טון אליין וועט עס זיין גאר א שטארקע הילף

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:34 am
דורך אבימלך
איז מעגליך אז די פיילעט האט זיך אויסגעלאשן?

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:41 am
דורך farshlufen
די קאנטראלס זענען נאס געווארן?

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:45 am
דורך תקנות
וועלכע שטאט?

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:46 am
דורך כרוספדין
תקנות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:45 am
וועלכע שטאט?
@אבימלך רעדט געווענליך אריין ביי ווייטערע לענדער...

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:51 am
דורך farshlufen
געווענליך דערקענט מען אויב די קאנטראלס זענען חרוב, קוק דיך ארום.

אולי שטעל דא א בילד צוויי.

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:17 pm
דורך בריטיש עירוועיס
רוף א גויעשע קאמפעני

https://www.google.com/search?q=plumbin ... shm=rimc/2

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:32 pm
דורך איך הייק
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:34 am
איז מעגליך אז די פיילעט האט זיך אויסגעלאשן?
די פיילעט איז אויסגעלאשען איך האב עס פראבירט אנצוצדן אבער עס איז נישט געגאנגען
עס איז פיל מיט וואסער אינעווייניג

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:36 pm
דורך אבימלך
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:32 pm
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:34 am
איז מעגליך אז די פיילעט האט זיך אויסגעלאשן?
די פיילעט איז אויסגעלאשען איך האב עס פראבירט אנצוצדן אבער עס איז נישט געגאנגען
עס איז פיל מיט וואסער אינעווייניג
לעש אויס די געז.

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:52 pm
דורך נודניק
@house arrest

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:06 pm
דורך House arrest
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:32 pm
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:34 am
איז מעגליך אז די פיילעט האט זיך אויסגעלאשן?
די פיילעט איז אויסגעלאשען איך האב עס פראבירט אנצוצדן אבער עס איז נישט געגאנגען
עס איז פיל מיט וואסער אינעווייניג
פיל מיט וואסער אין די קאנטראל?

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:26 pm
דורך איך הייק
House arrest האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:06 pm
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:32 pm
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:34 am
איז מעגליך אז די פיילעט האט זיך אויסגעלאשן?
די פיילעט איז אויסגעלאשען איך האב עס פראבירט אנצוצדן אבער עס איז נישט געגאנגען
עס איז פיל מיט וואסער אינעווייניג
פיל מיט וואסער אין די קאנטראל?
דארט אינטון איז דא אזא לאך (ווי מ'פלעגט אמאליגע צייטן אריין לייגן דעם לאאאאנגן מעטש ) אין עס איז פיל מיט וואסער.
איך פראביר עס אויסציטריקענען מיט א ספאנדש
העמער זעהן וואס וועט זיין נאך עס איז טריקען

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:31 pm
דורך צוויי גילדען
בלאז אריין מיט א בלויער איינמאל ס'איז גאנץ טריקן.

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:32 pm
דורך איך הייק
כ'טראכט צו דינגען א גוי זאל אויסטרינקען די וואסער מיט שטרוי....

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:39 pm
דורך לאנטש טיים
די פייפ פון די פיילעט איז מסתמא פול מיט וואסער

דארפסט אראפסקוען די גאנצע וויזויהייסטעס און עס אפווישן און אויסבלאזן די געז פייפס (די געז וועלוו אליינס פעלט נישט אויס אראפצונעמען, חוץ אויב איז עס חרוב)

אויב איז די געז וועלוו נאך נאס לוינט זיך עס נישט אנצוצינדן, עס דארף זיין טריקן אפאר טעג אז עס זאל קענען אויפשטיין תחיית המתים

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:41 pm
דורך איך הייק
לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:39 pm
די פייפ פון די פיילעט איז מסתמא פול מיט וואסער

דארפסט אראפסקוען די גאנצע וויזויהייסטעס און עס אפווישן און אויסבלאזן די געז פייפס (די געז וועלוו אליינס פעלט נישט אויס אראפצונעמען, חוץ אויב איז עס חרוב)

אויב איז די געז וועלוו נאך נאס לוינט זיך עס נישט אנצוצינדן, עס דארף זיין טריקן אפאר טעג אז עס זאל קענען אויפשטיין תחיית המתים
Wow
מי כעמך ישראל
אפי אנמיטון לאנטש טיים העלפט מען א צווייטן.....

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:45 pm
דורך House arrest
איך הייק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:16 am
עס איז נישט קיין סוד אז ערב יום טוב איז געווען פלאדס איבעראל אין די hot water tank איז געווארן פארפלייצט
כ'האב פראבירט צו סטארטן אבער עס גייט נישט
אין אונז שטייען יעצט חול המועד אין צו טרעפן א פלאמבער איז זייער שווער אלזא ווער עס קען מיך אנווייזן וויאזוי עס צו טון אליין וועט עס זיין גאר א שטארקע הילף
אויב איז די קאנטראל נאס, ווארט ביז עס טריקענט זיך אויס. דריי די קאנטראל אראפ אינגאנצן.
לייג א פען עס זאל זיך שנעלער אויסטריקענען.
ווען עס איז שוין טרוקען קריך אראפ אויף אלע פיר, דריי די דרייער צו פיילעט, קוועטש אריין די דרייער וויפאל סגייט אין האלט עס אראפ געקוועטשט.
אויף די זייט איז דא א igniter button קוועטש עס אריין 3 מאל איינס נאכן צווייטן האלט אן די דרייער אראפגעקוועטשט,
אויב האט דיין טענק א לייט אויפן קאנטראל האלט עס אראפגעקוועטשט ביז די לייט בלינקט, נאכדעם קענסטו אפלאזן די דרייער, אין דריי עס גלייך ארויף צו די טעמפעראטור וואס די גלייכסט,
אויב דיין טענק האט נישט קיין לייט קוק אריין אין די גלאז אויב עס האט זיך אנגעצונדן א קליין פייער,
אויב האט זיך עס אנגעצונדן קענסטו אפלאזן די דרייער, אין דריי עס גלייך ארויף צו די טעמפעראטור וואס די גלייכסט.
אויב נישט קוועטש די igniter נאך צוויי דריי מאל, and check the same as above.⁰

After 2 attempts and still does not work, close the control to off wait a few minutes and then try again.⁰
א גוטן מועד.

Re: Hot water tank פארפלייצט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 11:44 am
דורך איך הייק
איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע וואס זענען געקומען מיט עצות ב''ה איך האב עס געלאזט טריקענען אפאר טאג און עס ארבעט א מחי'
ש'כח

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: