Re: קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות 🫶
קליינע_קינדער_גרויסע_דאגות.
ברוך וויל שוין באמת זאגן פאר זיין משגיח, מיין לעבן איז געניג שווער ביטע מאכטס עס נישט שווערער. אבער, זיין איידלקייט לאזט אים נישט.
נאך ביפאר ברוך קען אפמאכן וויאזוי צי רעאגירן, האקט דער משגיח איבער מיט א גיט מוטיגע שטימע אזוי אז אפילו דער ציקלאפטער ברוך קען שפירן אז עס קימט פון א פאזעטיווע פלאץ. אין זאגט איך האב גערעדט צי א איד אן עסקן וואס קען דיר ערלעדיגן אז דיין מאמע זאל קימען צים תנאים אנע עגמות נפש... ברוך איז שטיל...
האללאו?... וואס זאגסטן דערצי פרעגט די משגיח.
ברוך ווייסט אז זיין משגיח מיינט באמת זיין טובה, אויך ווייסט ער אז אין די פעלד פון דערווייטערן קינדער, מעניפולעטן אין פארדרייען א קאפ קען ער זיך שוין ליידער בעסער אויס פין זיין משגיח וואס איז פיל עלטער פין אים.
ווער איז דער עסקן? פרעגט ענדליך ברוך,
דער משגיח ענטפערט אז סאיז בעסער אז די ווייסט נישט זיין נאמען ווילאנג די ביזסט נישט מסכים צי זיך אינגאנצן מבטל זיין צי וואס ער וועט דיר הייסן.....
ברוך האט ווי פארלוירן זיין שפרייך, און די טעלעפאן איז געווארן אדארעכגענעצט פין שווייץ.
די שאלה פרעגט זיך פון זיך אליין, ווי קען ער אויספאלגן איינער וואס ער ווייסט נישט ווער דאס איז, וואס ער פארשטייט אדער וואס ער פארלאנגט.
ער טראכט ביי זיך, איך וויל נישט דערלייגן אויב דאס איז יא א גיטע געלעגנהייט, ער נעמט די קאראזש צי זאגן ער איז מסכים, טראכטענדיג אז אויב יענער איז א באנדיט דארף ער אים נישט אויספאלגן אפילו מיטן צישטימען צי זיינע תנאים.
ברוך שטימט צי, און דא קימט די חידוש וואס איז בכלל נישט קיין חידוש....
דער משגיח זאגט אים דיין פעטער בעריש האט מיר גערופן.....
ווייטער בעריש קרעכסט ברוך שווער ארויס....
דער האט שוין נאך עצות???? ברוך ווערט שוין סתם נייגעריג אין שפיעלט מיט, וואס זענען זיינע באדינגען?
איך האב דא בעריש אויפן ליין זאגט די משגיח מיט א קלארקייט.
בעריש נעמט איבער די שמיעס אין באדאנקט זיך פארן משגיח פאר די גיטע ארבעט וואס ער האט אים אקיינגעכאפט אין. ווי עס וואלט געווען א מענטשליכער אקט.
איך האב גערעדט מיט דיין מאמע אין אויך האב איך עס אדארעך גערעדט מיט דעת תורה הייבט אן בעריש וועבן זיין חלום, דיין טאטעס ווייב זאל קימען צים תנאים איז בכלל נישט קיין שאלה, די ביזסט מחייב מיט כיבוד אם אין זי איז נישט דיין עכטע מאמע, דיין טאטע קען יא זיין דארט אבער ער זאל נישט יעצט פראבירן צי זיין די גאנצע מחותן, אויב ביזסטו מסכים צי דעם וועט דיין מאמע קומען.
ברוך בעהט אויסציקלארן, וואס הייסט נישט זיין גאנצע מחותן? בעריש זעצט פאר, דיין טאטע וועט נישט רעדן אדער אויסרופן קיינעם אויפן מייק, ער וועט נישט ברענגן זיין רב צי ליינען די תנאים. קיינער פון דיין טאטעס משפחה וועט נישט זיצן אויבן אן אין אויך נישט אויפטרעטן, אין דיין טאטע זאל נישט מיטגיין מיט דיר ווען די נעמסט אפ די זייגער אין דיין מאמע גיבט איבער פאר די כלה די רינגל....
ברוך האקט איבער, די פעטער האט געזאגט אז מיין טאטע זאל נישט זיין קיין 'גאנצע' מחותן ביים תנאים, וואס לאזסטו איבער פאר אים צי זיין אלס אביסל מחותן?
ער וועט באצאלן די תנאים אין די רינגל.......
בעריש בלייבט שטיל ווי ער ערווארט אן ענטפער.
ברוך האט שוין נישט גערופן זיין מחותן, ער ווייסט נישט צי פעטער בעריש איז נאך אויף די אנדערע זייט טעלעפאון, ווייל ער האט זיך ניטאמאל געבאדערט אראפציהאקן אויף אים, נאר זיך ארויס געלאזט אויף א נערוועזע שפאציר.
ברוך'ס קאפ פיבערט אין ווייסט נישט וואס צי טין, ער דרייט זיך ארויף אין אראפ די גאס אן א דעסטינאציע, ער שפאנט אריבער די גאס, זיינע פיס פירט אים צי צים שוהל, ער עפענט פארקלאצט דעם טיר אין טרעפט זיך אין בית מדרש, פאר'מוח'עט וועהלט ער זיך אויס א גיט פלאץ אינעם ליידיגן ווייבער שוהל אין מאכט זיכער אז אלע פענסטערס צים היכל הבית מדרש זענען גיט פארמאכט. ער לייגט ציזאמען זיינע הענט אויפן קאפ אין שרייט צי זיך געניג הויך אז דער טאטע אין הימל זאל אים הערן, דערשטיקטערהייט מיט אן אימקלארע שטימע הייבט ער אן;
רבונו של עולם מיין טאטע אין הימל! וויפיל איז די שיעור????
איך קען נישט פארשטיין, איך פראביר נישט צי פארשטיין, איך בעהט נישט צי פארשטיין! .......
נאר די זעהסט מיין געוויין, איך בין אליין, ווער שפיערט מיין פיין, מיין הארץ ווי א שטיין, מיין מוט טיט ציגיין, ווי קען עס דען זיין, א לעבן אנע חן, מיין אייגענע משפחה צי מיר געמיין, פין ווען איך בין קליין, די פלייש אין ביין, פין זינד איז נאך געווען ריין, פין ביפאר איך האב ציין, פין ביפאר איך קען גיין, בין איך דאך דיין, די וועסט מיר נישט זאגן ניין, איז נאך דא א שיין?
ווי איך טי צי מיר קלערן, אין די מצב דעם שווערן, די אינזער טאטע אין הימל, פארשטייסט מיין געטומעל, פין דיינע קינדער פארטריבן, מיט בענקשאפט פארבליבן, דער סטרא אחרה ארבעט אן, זאגט וואס צי טאן, מיר פאלגן זיינע רייד, פארטרויערט אנע פרייד, דערנאך גייט ער צי אינזער טאטע פארביסן, זאגט מיר ווילן פין אים נישט וויסן, בשעת מיט בענקשאפט מיר קלאגן, האט ער די חוצפה צי אינז ארום טראגן, נאכן אינז באצווינגן אין אנשרעקן, מיט כסדרדיגע שנאה ערוועקן, ווי א גאנצע אפוטרופוס שטעלט זיך אהער, אינזער לעבן מאכט שווער, נאכדעם ביים בית דין זיינע טענות שטעלט אריין, ווי ער מיינט אונזער וואולזיין, טאטע הביטה וראה, הער נישט צי צו זיי, את חרפתינו, וואס איז געשען בעוונותינו, זיי זענען אינז מכשיל מיטן ציל, פין דיר אוועקצינעמן דעם געפיל, אבער מיר ווילן דיר טאטע קרוין, אויף דיינע קינדער קיק שוין, מיר ווילן דיר זעהן, נאך אלעס וואס איז געווען, אינזער הויז שטעל צירוק, ווי מיר וועלן לעבן מיט גליק ♡