**בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33584
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
UN גענעראל סעקרעטאר אנטאניא גוטארעזש דרוקט אויס גרויסע זארג אז לבנון וועט ווערן א 2'טע עזה.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר!
@נקדימון
@nobody
און @אלטרא
וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול
אקטיוו!
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די רמטכ"ל הרצי הלוי וועט 7:10 געבן א סטעיטמענט.
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
נתניהו'ס אפיס באטראכט צו שיקן מיניסטער רון דרמר צו רעדן אין דער יו-ען אלגעמיינער פארזאמלונג אויף זייןארט.
א ענדליעכע זאך איז געשען אין 2019 ווען מיניסטער ישראל כץ איז געשיקט געווארן.

- שדכן גדול
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4757
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
- לאקאציע:אומאן
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
העווי עקוויפמענט אויפן וועג קיין לבנון!
באשטעטיגט צו זיין אן אלטע ווידיאו, ייש"כ @נקדימון פארן אויפמערקן.
ואתכם הסליחה.
https://drive.google.com/file/d/1CtsbrJ ... sp=sharing

שקר נוטל כסף דובר
- שדכן גדול
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4757
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
- לאקאציע:אומאן
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
חיזבאללה האט זיך באנוצט היינט מיט די פאדי-2 מיסילס וואס האט רעינדש פון בערך 100 ק"מ.
שקר נוטל כסף דובר
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
בני גנץ: "מיר מוזן באצאלן א טייערע פרייז נישט בלויז פאר כיזבאלא - נאר אויך פאר די לבנון רעגירונג"
- קודם טראכט
- שר חמש מאות
- תגובות: 809
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
סענאטער פעטערמאן: איך שטיץ די ביפער און די ביירוט אטאקעס אין פאקט בין איך האב דירעקט ליב וואס עס האט פאסירט
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected]
מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די מדנ"י לופט פארס האט ארויסגעגעבן ווידאו פון אירע אקטיוויטעטן אין די לעצטע טעג אויף אלע פראנטן.
https://drive.google.com/file/d/1g4FV7Q ... p=drivesdk

- פרישער בחור
- שר האלפיים
- תגובות: 2241
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
- אטעטשמענטס
-
- ה_חיילים_הגיעו_לסגור_את_אלג_זירה_ברמאללה_.jpg (80.25 KiB) געזען 3290 מאל
-
- ה_חיילים_הגיעו_לסגור_את_אלג_זירה_ברמאללה (1).jpg (154.38 KiB) געזען 3290 מאל
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
מבצע "עיד אל ביפער"(ביפערגעיט)
אין קארצן די פאקטן;
דינסטאג מיטאג האבן אויפגעפלאצט עטליכע טויזנט פעידזערס וואס טערראריסטן האבן זיך באנוצט דערמיט, וואס האט גורם געווען צו עטליכע הרוגים און קרוב צו 3000 פארוואונדעטע און פארקריפעלטע טערראריסטן. א טאג דערויף האט זיך איבער געשפילט די אקציע מיט אנדערע דעווייסעס און כמעשהו בשלשום כך מעשהו באתמול, מיט אביסעל מער הרוגים ווייל די דעווייסעס האבן געהאט פלאץ פאר מער עקספלאזיווס, פאר די פרטים מי ומי ההולכים והמסתעף און וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען קען מען אנפרעגן ביי די גוגל הדור.
פון די ערשטע שאלות וואס ווערן געפרעגט איז: וואס איז די ציהל פון די מבצע? האט מען דעגרייכט די ציהל?
אזוי ווי מדנ"י ישראל האט נישט גענומען קיין אחריות במילא איז נישטא קיין עמטליכע ציהל, לאמיר פראבירן אליינס צוזאמשטעלן א ליסטע פון באלדיגע געווינסן.
1.נאסראללא אין זיין דרשה האט געזאגט, די פיינט האט געבראכן אלע רויטע ליניעס (אזוי איז אויך געווען איראן'ס רעספאנס).
חיזבאללא ווי שוין דערמאנט האט שטארק געבויעט א מידה כנגד מידה פראטאקאל, ווי לאנג ס'איז איינגעהאלטן געווארן די רויטע ליניע האבן זיי געקענט שפילן כאילו זיי האלטן זיך צו דעם, מיט'ן ברעכן די רויטע ליניעס אויף אן אופן וואס זיי זענען נישט ביכולת צו נאכטוהן אן ענליכע אקט, ווערט אוטומאטיש צבראכן די מידה כנגד מידה קאנסעפט.
ס'איז כדאי צו אנמערקן, דאס וואס איז געווען באריכטעד אז חיזבאללא האט פראבירט אין די פארגאנגנהייט צו אומברענגען א הויכראנגיקע מדנ"י איינגעשטעלטע, איז מער א מאראלישע אקט, און ס'האט נישט אזא השפעה אויף די קאמענד. לויט ווי די מדנ"י קאמענד איז אוועק געשטעלט קען יעדער איינער ווערן רעפלעיסט, אנדערש ווי ביי חיזבאללא, איז זייער שווער צו רעפלעיסען זייערע הויכראנגיקע פירער, און ס'קען נעמען גאר לאנג אז דער וואס נעמט איבער זאל אריין גיין אין די שיך פון די פריערעדיגע.
2.נאסראללא האט מוסף געווען, צענדליגע זענען געהרג'ט געווארן, טויזנטע פארוואונדעט.
ביז אהער נאר ווער ס'האט גענומען אן אקטיווע חלק אין אטאקירן מדנ"י איז געווארן געציהלט, די יעצטיגע אקציע האט געטארגעט איינגעשטעלטע אין די גרופע אנדעם וואס ער זאל עפעס האבן געטוהן בפועל.
חיזבאללא וועט זיין געצווינגען צו סופארטען די משפחות פון אלע פארקריפעלטע מיטגלידער, טאמער נישט וועלן אסאך מיטגלידער פארלאזן די ארגענעזאציע. פאר א געווענליכע מיליטער זענען די געשעידיגטע א גרויסע בארדען, סיי פאר די געשעדיגטע זעלבסט און סיי פאר די משפחה, חיזבאללא וועט דארפן אויף קומען מיט שווערע געלדער פאר דעם.
3.נאך פון נאסראללא'ס ווערטער: די פיינט האט געוואלט הרגנ'ן 4000 מענטשן אין איין מינוט.
מדנ"י צייגט אז ס'איז נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן אויף איינמאל ווערן געהרג'ט כל זמן זיי זענען טערראריסטן. דאס האט אויך צוגעגבן די אופן פון די אקציע אז נאר טערראריסטן זענען געציהלט געווארן און די וועלט האט נישט עכט געהאט מיט וואס צו באשולדיגען מדנ"י.
4.נאסראללא לייגט צו: אונז ווייסן אז די פיינט האט גוטע טעכנאלאגיע, אונז זענען מודה אין דעם אבער אונז פארלאזן זיך אויף אונזער אקטען, איין טאג איז די פיינט'ס האנט על העליונה און איין טאג איז אונזער, וכו'.
יעדע בר דעת ווייסט אז די יעצטיגע אקציע האט ווייניג שייכות מיט טעכנאלאגיע, ס'האט מער שייכות מיט גאונות און אויט-אף-דע-באקס טראכטן.
נאסראללא האט נישט געהאט קיין ברירה, ער האט געמוזט ארויס קומען מיט א דרשה פשוט צו ווייזען אז זיינע הענט און אויגן זענען נישט געשעדיגט געווארן. אז ער קומט שוין ארויס נוצט ער עס שוין אויס צו מינימייזען די בזיונות אויף א דעמאגאגישע וועג.
ס'איז נישט מסתבר אז די חלק פון די בזניונות איז א ציהל פאר זיך, מדנ"י בד"כ פראבירט אין אירע אקציעס צו זיין פראדאקטיוו און ווייניגער איבער שעימינג.
5.די אקציע האט גורם געווען אז די מיטגלידער פון חיזבאללא זאלן נישט האבן קיין טראסט אין קיין שום קאמיוניקאציע דעווייסעס, במילא מוזן זיי זיך טרעפן פרעזענליך, אזוי קען מען אויס הארגנען די גאנצע רדואן פירערשאפט אויף אמאל.
איינע פון די מיטגלידער פון רדואן אפטיילונג האט זיך אויסגעדריקט אז די אומברענגונג פון די רדואן גענעראל און קאמענדערס איז אסאך א גרעסערע קלאפ ווי די גאנצע ביפערגעיט. אבער מ'קען זאגן אז ס'איז איין מבצע, ווייל איינס האט געברענגט דעם צווייטען.
6.די אקציע האט גורם געווען מיסטראסט פון איראן אין חיזבאללא, זיי פארשן אליין'ס אויס די דיעל פון די איינקויפן די ביפערס, זיי פארלאזן זיך נישט אויף חיזבאללא. איראן פראבירט זיך צוהאלטן דיסטענסד פון חיזבאללא כדי אז ביי זיי זאל זיך נאך אנהאלטן די רויטע לינעיס. מ'קען זאגען אז איראן איז געווארן מסופק צו חיזבאללא קען דעליווערן וואס זיי האבן עקספעקטעד פון זיי.
בתחבולות תעשה לך מלחמה
ס'איז מסתבר אז ס'גייט זיין שווער פאר חיזבאללא צו רעקרוטען נייע מעמבערס, אזוי אויך גייען אסאך מעמבערס זיך פראבירן צו אפשאקלען פון די ארגענעזאציע, רוב פון די פייטערס זענען דא צו פייטען אלץ א דזאב, אבער זענען נישט געווען גרייט צו טראגן די קאנסעקווענצן ווען זיי זענען נישט אין שלאכט.
די אקציע האט לכאורה גורם געווען א שאק פאר די פירערשאפט און פאר אלע מיטגלידער און זיי לעבן אין א שווערע פאניק אז ס'איז א כאַאָס ווי מ'רוקט זיך פאראויס, דאס איז א שטארקע געווינס אבער נישט גענוג לגבי די השקעה וואס מ'האט אריין געלייגט אין דעם, אבער לגבי וואס דאס קען העלפן פאר פאראויס אין די מערכה ווענד זיך ווי גוט מ'נוצעט עס אויס.
אז זיי קענען נישט קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטען איז עפעס וואס קען זיין שטארק סוקסעספול אזוי ווי ביי די דור הפלגה, אבער לכאורה איז עס נאר פאר צייטווייליג ביז זיי רעארגענעזירן זיך צוריק. און ס'איז דא גענוג וואס צו טוהן דערמיט ביז זיי רעארגענעזירן זיך, א שטייגר אזוי ווי די באמבאדירונג אין ביירוט אויף די רדואן קאממענד.
ס'געווען וואס האבן צוגעגליכן די אקציע צו מבצע מוקד (די מבצע פון אויסשיסן אלע מצרישע עראפלאנען אין די אירפארט פאר די 6 טאגיגע מלחמה), אין פראקטיק איז מבצע מוקד טאקע געווען א געים טשעינדזער, אבער א גרויס חלק איז נישט פון די "גאונות" פון מדנ"י נאר מער פון בטלנות פון די אראבער, א שטייגר אזוי ווי אוקט. 7 איז געווען מער א בטלנות פון מדנ"י ווי א געלונגענע גאונות פון כאמאס. מבצע מוקד איז נישט עפעס וואס מ'לערנט אין די מיליטערישע אקאדעמיעס, ס'איז געווען גוט פאר די איינמאל. לכאורה קען מען אויך זאגן אויף די ביפערגעיט דאס זעלבע, יעדע באזעצענע מיליטער ווייסט אז ס'איז קריטיש צו קענען נאכגיין די סופליי טשעין פון A to Z (און דאס איז עפעס וואס אמעריקאנע סאנקציעס טוהט אויף).
ויחזק את לב נאסראללא
ס'איז נישט קיין חידוש אז נאסראללא געט נישט אויף ביי די יעצטיגע שלב, אפשר ווען די בזיונות וואלטן נישט געווען אזוי דראסטיש וואלט ער שוין געטראפן אין זיין לעקסיקאן ווערטער וואס זאלן צייגען אז ער האט גאר געוואונען, און טאקע זיין עקשנות האט געגעבן די לעגיטימאציע פאר מדנ"י צו אויספירען די ביירוט אטאקע.
איז דא עפעס וואס נאסראללא קען טוהן צו ראטעווען זיין כבוד?
יא, די בעסטע וועג לכאורה פאר אים לוינט זיך יעצט אז סינוואר שליסט יעצט א דיעל מיט מדנ"י אזוי האט נאסראללא איינעהאלטן זיין צוזאג אז חיזבאללא וועט אנהאלטן די אטאקעס כל זמן ס'איז נישטא קיין דיעל מיט כאמאס. ס'איז מסתבר אז חיזבאללא וועט יעצט צושטיפן כאמאס פאר א דיעל עכ"פ אינטערן טיש, וואס דאס אליין איז א גרויסע פארדינס פאר מדנ"י.

באריכטן אז פרעמיער נתניהו האט היינט באשטעטיגט אז מ'קלערט ערנסט אריין אין די דאזיגע איילענד פלאן "תכנית האלופים" בלשונו.ראטשילד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 1:56 pmא באריכט פון כאן 11:
"די איילענד" פלאן"
לויט באריכטן טראכט מען ערנסט אין די מדינת ישראל מיליטער קארידארן צו אדאפטירן די סטראטעגיע פון אלוף במיל' און די ראש אגף המבצעים לשעבר גיורא איילענד וואס ער שלאגט פאר צו אנעקסירן די גאנצע צפון עזה געגענט און אויפשטעלן דארטן א ריזיגע מיליטערישע באזע.
איילענד האט פארגעשטעלט זיין פלאן אין די לעצטע חודש און אסאך מיליטערישע באאמטע שטיצן די פלאן אדער געוויסע טיילן פון די פלאן.
לויטן פלאן וועט די מדינת ישראל מיליטער עוועקואירן איבער 200 טויזענט עזת'ן פון צפון עזה און אריבערפירן די גאנצע צפון געגענט אינטער די פולע איזראעלי הערשאפט.
לויט איילענדס מהלך וועט די דאזיגע אקט ארויפברענגען גרויס אויפברויז אינערהאלב די עזתישע בירגער און דאס וועט זיין די בייזע חלום פון סינוואר, די בירגער וועלן זיך אפשאקלען פון די כאמאס דורך אן אויפשטאנד און דאס וועט צוברענגען שנעלער א משכונות דיעל און די גענצליכע כאמאס פארניכטונג.
אויב וועט די דאזיגע פלאן אנגענומען און באשטעטיגט ווערן דורך די מיליטער און די איזראעלי רעגירונג וועט דאס שיינען צו זיין א גאר דראמאטישע שריט אינערהאלב די יעצטיגע מלחמה.
איבער א דריטל פון די עזה סטריפ וועט מעגליך גענומען ווערן פון די עזה'תן און די איבערגעבליבענע טעראריסטן וועלן זיך דארפן ספראווען מיט די אויפברויזענדע בירגער וואס וועלן זיי נישט שוינען און דאס וועט צוברענגען אז די טעראריסטן זאלן מוזן נאכגעבן.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.

- פיינע קאווע
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
א געוועזענער מוסד שפיאנזש הויפט זאגט אז עזה וועט אויסזעהן איןא פיינע גוטע קאנדישן אויב וועט לבנון כאפן וואס מ'האט פאר זיי צוגעגרייט אין די לעצטע 10 יאר
- פיינע קאווע
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די אוטאראיטעטן אין חיפה האבן געהייסן אלע כעמיקאלן קאמפעניס צו רעדיצירן זייערע געפארפולע כעמיקאלן אין פאל פון א חיזבאללא אטאקע,
ס'איז דא אסאך אזעלכע קאמפעניס דארטן, לכאורה די מערסטע אין לאנד קאנצעטרירט אויף איין געגענט,
און נאסראללא האט שוין געסטראשעט אמאל מיט דעם

- nobody
- שר האלפיים
- תגובות: 2004
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
- לאקאציע:קווי נייעס
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די מיליטער האט געגעבן זייער א קלארע ערקלערונג: על זשאזירע האט פאטאגראפירט און אזוי אויך אריבערגעפירט לעבעדיגע בילדער פון מ"י סאלדאטען.
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
נתניהו וועט יא קומען קיין ניו יארק פאר די יו ען דזשענעראל אסעמבלי.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די IRGC זאגט אז זיי האבן אנדעקט א שפיאנאדזש צעל פון איזרעלי שפיאנאן און זיי ארעסטירט.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
ער וועט קומען פאר איין טאג, אנשטאט פאר א וואך ווי געפלאנט פריער.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
למעשה איז שוין שטיל פון אינדערפרי און ביבי טראכט שוין פון פארען קיין נוי יארק זעהט אויס ווי זאכען בארויגען זיך
- פיינע קאווע
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
און דאס איז אויך נאר אויב די סיטואציע וועט דאס ערלויבן,
אז נישט וועט ראן דערמער פארן אנשטאט
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
פייפט אין די גולן, די אנדערע זייט פון די כנרת.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
חיפה מעיאר: "עס איז א פראבלעם אז דער חרדישער ציבור ארגאניזירט זיך נישט ריכטיג פאר מלחמה, א מאמע פון צען קינדער קען נישט נעמען אין א מינוט יעדן צום ממ"ד. עס איז נישטא קיין מיטארבעט צווישן די חרדים און דער פיקוד העורף"
- Purple Water bottle
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 496
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:04 pm
- לאקאציע:נעבן קאמפיוטער
- בת קול
- שר חמש מאות
- תגובות: 683
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
- לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
קאבינעט וועט זיך מארגן צוזאמנעמען לאור די אנגעצויגענקייט אין צפון.
(דעיס קומט נאכדעים וואס די היינטיגע וואס האט געדארפט צו זיין שפעט ביינאכט, איז געווארען אפגערופען.)