קורצע סה"כ
אפדעט מיטוואך בראשית 1:20 מיטאג א"י צייט, 6:20 פארטאגס אמריקאנע צייט
לויט ווי מ'האלט יעצט:
אין מדנ"י:
איבער 1200 באשטעטיקטע קרבנות הי"ד (קען נאך שטייגען)
איבער 3000 פארוואונדעטע בערך 370 אין א שווערע מצב
איבער 130 באשטעטיקטע פארכאפטע (שמועות זאגו אז די ציפער איז אזוי הויעך ווי 300)
איבער 4500 ראקעטן געפלויגען
איבער טויזענט טויטע טעראריסטן
אפאר הונטערט ארעסטירטע
אין עזה:
געשאסן אויף איבער 2300 צילען
איבער 1055 טויטע
איבער 5184 פארוואונדעטע
גאנץ עזה אן עלקטעריק
א ריזן מספר פון בינינים אפגעווישט פון מאפע
איבער 250.000 אנטלאפען פון עזה
לכאורה האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 09, 2023 2:19 pmעטליכע וויכטיגע אנווייזונגען פאר דעם אשכול:
1. ב"ה מיר האבן ערפארענע און געניטע נייעס באריכטער, וועלכע ברענגען די נייעס ווי נאר עס קומט אריין. ביטע לאזט די ארבעט פאר זיי.
2. אויב זעט איר עפעס וואס איז נישט באריכטעט געווארן, קענט איר דאס אליינס באריכטן, אבער מאכט זיכער אז עס איז: 1) נייעס 2) קראנט 3) געשריבן אויף אידיש.
3. אלע סארט השקפה קאמענטארן, לטב אדער למוטב, פארצייכנט אייך אויף א פאפיר און טראגט עס אין טאש.
4. גראפישע בילדער און קליפס האבן נישט קיין ארט אויף דעם ארט.
5. פארלעצער וועלן פארשיקט ווערן.