**בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 33575
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- nobody
- שר האלפיים
- תגובות: 2001
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
- לאקאציע:קווי נייעס
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
אבו עלי: טויזענטער בענקלעך צוגעגרייט אין ביירוט צום מאסן לויה פאר עטליכע חיזבאלאה פגרים.
עס איז ערווארטעט א פילקעפיגער ציבור פון יעדע שיכט און קרייז.
עס איז ערווארטעט א פילקעפיגער ציבור פון יעדע שיכט און קרייז.
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
מבינים זאגען אז די גוטע צייטען פון ארויפברענגען מאביילס און ביפערס און לעפטאפס אויף פליגערס זענען פאריבערnobody האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:16 pmנאך וואס אסאך האבן שוין זיכערערהייט דערקלערט אז די איראנע פרעזידענט ראיסי איז גע'הרג'ט געווארען דורכן אגענט אלי קופטר, אין ליכט פון די פאסירונגען צייגן עקספערטן אן אז עס קען גאר זיין אז ראיסי האט גע'פגר'ט דורכדעם וואס זיין ביפער האט אויפגעריסן(?)
אין בילד: ראיסי מיטן ביפער
1000779629_optimized.jpg
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1546
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
מען קען עס אויך נישט לייגן אין די באגאזשן, ווייל עס קען דאך דארט אויך אויפרייסן
פון די אנדערע זייט, העקן א דעווייס און עס אויפרייסן רעמאוטלי דורך איבערהיצן די באטערי האט מען דאך ביז יעצט אויך געקענט, און אפילו אזוינס איז גענוג צו מאכן שאדן פאר א פלעין.
דוקא פאר אויפרייס מאטריאל וואס ליגט באהאלטן, איז מסתבר אז די מאשינען קענען דיטעקטן אויב עס איז דא אויפרייס מאטריאל אין די סעלפאוןס
פון די אנדערע זייט, העקן א דעווייס און עס אויפרייסן רעמאוטלי דורך איבערהיצן די באטערי האט מען דאך ביז יעצט אויך געקענט, און אפילו אזוינס איז גענוג צו מאכן שאדן פאר א פלעין.
דוקא פאר אויפרייס מאטריאל וואס ליגט באהאלטן, איז מסתבר אז די מאשינען קענען דיטעקטן אויב עס איז דא אויפרייס מאטריאל אין די סעלפאוןס
- אותות ומופתים
- שר האלף
- תגובות: 1546
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm
- אנדערע זאגן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 254
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:44 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
זינט די אטענטאט פון די כיזבאלא שטאב הויפט פואד שוקור מיט א חודש צוריק, זענען די הויכע אפיצירן אין צה"ל באפוילן געווארן צו נידערן זייער פראפיל, טוישן זייער רוטין אינעם באנוץ פון סעלפאנען, ווי אויך טוישן זייער רוטין אינעם טאג טעגליכ'ן לעבן. הויכע באאמטע אין די זיכערהייט עסטעבלישמענט אנערקענען אז כיזבאלא פרובירט צו שעדיגן הויכע אפיצירן, ספעציעל די וואס זענען סטאנציאנירט אין צפון.
- בת קול
- שר חמש מאות
- תגובות: 629
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
- לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
95 "פארוונדעטע חיזבאללא קעמפער" זענען געווארען אפגעליפערט קיין איראן,פאר טריטמענט (און מעגליך אויך פאר וויייטערדיגע מוישטירינגען...)
תשפ"ה= 785
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
חיזזבלה גייט אפהאלטן א מעמד שריפת הביפערס נעבן ביירוט אין די קומענדיגע שעות.
זיי זאגן אז זיי האבן צוזאמגענומען א הויפן פון ביפערס ראדיאוס ועוד וואס זיי האבן א חשד אז עס איז פול מיט אויפרייס מאטריאל, זיי גייין דורכפירן א קאנטרעלירטע אויפרייס.

אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם

- פיינע קאווע
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
לויט אלע אינפארמציע פון באגלייבטע סורסעס איז דאס געווען געהעריגע אויפרייס מאטריאל,אותות ומופתים האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:28 pmמען קען עס אויך נישט לייגן אין די באגאזשן, ווייל עס קען דאך דארט אויך אויפרייסן
פון די אנדערע זייט, העקן א דעווייס און עס אויפרייסן רעמאוטלי דורך איבערהיצן די באטערי האט מען דאך ביז יעצט אויך געקענט, און אפילו אזוינס איז גענוג צו מאכן שאדן פאר א פלעין.
דוקא פאר אויפרייס מאטריאל וואס ליגט באהאלטן, איז מסתבר אז די מאשינען קענען דיטעקטן אויב עס איז דא אויפרייס מאטריאל אין די סעלפאוןס
פון חיזבאללא קוועלער הערט מען אז די אויפרייס מאטריאל ווערן נישט אויפגעכאפט דורך קיין שום מאשינקע, אויך נישט דורך די סעקיורטי מאשינען אין עירפאט
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
צוריקגעגאנגען צו די קריה פאר ווייטערדיגע זיכערהייט זיצונגןראטשילד האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:46 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
א קאר האט אויפגעריסן אין דמשק, סיריע פון א ביפער/ראדיא
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די שלאכטן שיפטן קיין צפון
אין די פארגאנגנהייט האט מען אביסל אויסגעשמועסט די מהלכים פון חיזבאללא, און ס'איז נישט קיין סוד אז מדנ"י גרייט זיך שוין יארן פאר א פולשטענדיגע מלחמה מיט זיי.
(א אינטערעסאנטע פוינט איז געווען ווי שטארק חיזבאללא גייט מיטן מהלך פון עין תחת עין, חיזבאללא האט צו'מזיק'ט אסאך אויגן אויפ'ן גרעניץ מיט מדנ"י און מדנ"י האט צו'מזיק'ט אסאך אויגן פון חיזבאללא מיטגלידער)
ס'איז נישט קיין סוד אז די מערכות ארום מדינת ישראל ווערן געפירט דארך איראן. וואס איראן האט מיט מדינת ישראל איז א שטיקל מיסטערי אין די אלגעמיינע וועלט, אבער מיט די מציאות דינגט מען זיך נישט און יעדע אנאליסט וואס איז אביסל באהאוונט אין די מיטל מזרח קען אנצייכנען ווי געקניפט און געבינדן די טערראריסטישע גרופעס זענען, און מיט דעם אלעם האבן זיי צומאל אנדערע אינטערערסן וואס איז גורם מ'זאל נישט קענען אפשאצן די קומענדיגע שריט.
איראן האט אויפגעבויעט פראקסיס אין אסאך לענדער אבער נישט איבעראל מיט די זעלבע שטארקקייט.
לויט ווי אנאליסטן שאצן אפ איז דאס די סדר פון די וויכטיגקייט פון די פראקסיס:
1. חמאס און זיינע שותפים אין עזה
2. חמאס און זיינע שותפים אין די מערב ברעג
3. חיזבאללה אין לבנון
4. פארשידענע גרופעס אין סוריה
5. פארשידענע גרופעס אין איראק
6. די הוטיס אין תימן
די גרופעס זענען צוטיילט געווארן לכתחילה פאר ספעציפישע ציהלן אויף וואס זיי זענען געאייגנט, בנוסף אז זיי זאלען היטען איינעם דעם צווייטען ווען זיי זענען אין א סכנה.
לאמיר זיך באציהען אויף א כללות'דיגע מהלך וואס זענען די ציהלן פון די פראקסיס: חמאס, חיזבאללא און חותים.
חמאס איז די נאנטסטע צו מדינת ישראל געאגראפיש און איז שטארק באהאוונט אין די מענטאליטעט פון מדנ"י, דעריבער אויף זיי איז געלעגן די ציהל זיך אריין צו ברעכן און איבער נעמען וויכטיגע חלקים פון מיליטערישע באזעס אזוי אויך האבן זיי געדארפט אנקומען צו סודות'פילע עקוויפמענט וואס מדנ"י באהאלט.
חיזבאללא איז אוועקגעשטעלט געווארן צו אוועקנעמען די מיליטערישע פאקוס פון אנדערע פלעצער און אפשוואכען פארשידענע פראטעקשען פלענער. אזוי אויך זענען זיי געווארן אויסשטאפירט מיט גאר פארגעשריטענע געווער, אין פאל וואס חיזבאללא'ס עקזיסטענס איז אין א סכנה, אדער אויב די איראנע נוקלעארע פאסיליטיס ווערן אטאקירט. בעצם קען מען עס צוטיילן אויף 3 חלקים: 1. דרום לבנון מיט קארץ שטרעקיגע ראקעטן וואס איז געאייגנט צו טערארריזירן מדנ"י צפון זייט, 2. לאנג שטרעקיגע מיססעלס צו שיסן אין פאל איראן ווערט אטאקירט, 3. ראדואן אפטיילונג (וואס איז געאייגנט בבוא העת אריין צו דרינגן אין צפון מדנ"י, און אויך געוועלטיגן זיי אויף די טאנאלן אין לבנון) צו לייגען א פחד אויף די איינוואוינער אין מדנ"י אז זיי זאלען מורא האבן ארויס צו גיין אין א מלחמה מיט חיזבאללא.
די חותי'ס איז געווארן אהער געשטעלט צו פארקריפלען די אינטערנאציאנאלע מסחר צו לייגן דרוק אויף די מערב לענדער אויף פארשידענע פראנטן.
היינט איז שוין מער קלאר אז איראן און חיזבאללא זענען נישט געכאפט געווארן אין א טאטאלע סופרייס אום אוקט. 7, זיי האבן פשוט אויסגעווארט צו זען וואס די הצלחות פון חמאס איז געווען און לויט דעם וועלען זיי ממשיך זיין.
ווי דערמאנט, האבן די גרופעס פארשידענע אייגענע אינטערעסן און נישט אלעמאל שטימט עס מיט די עיקר ציהל פון איראן, און דאס איז שטארק מערקבאר געווען ביי אוקט. 7, חמאס האט געזיכט ווי מער געהארגעטע און געפאנגענע און ווייניגער געפאקוסט אויף אייננעמען שטחים און זיי האלטן און אזוי אנקומען צו מער שפיאנאז וואס דאס האט איראן געציהלט.
די אטאקע פון כאמאס האט צובראכן אסאך באגרענעצונג וואס מדינת ישראל האט געהאט אויף זיך פון פארדעם, און דאס האט גורם געווען אז די מערסטע וויכטיגע טייל פון די איראנע פראקסיס וואס דאס איז כאמאס איז געווארן שטארק פארקריפלט, און מער נישט עפעקטיוו פאר איראן.
מיט'ן פארלירן כאמאס אלץ א הילף פאר חיזבאללא, איז חיזבאללא געווארן כמעט ווי אליין אין א מערכה מיט מדנ"י, און דאס נאכדעם וואס זיי האבן נישט קיין געהעריגע גענעראל זינט די אומברענג פון פואד שוכר. חיזבאללא האט פראבירט אריין צו שטעלן עלי כרכי וואס איז די קאמענדער פון חיזבאללא אויף דרום לבנון פאר א לאנגע צייט, אבער ער איז נישט מצליח צו דעליווערן קיין סוקסעסן.
אנדערש ווי כאמאס, איז חיזבאללא נישט סתם א טערראריסטישע ארגענעזאציע, ס'איז מער א מיליטער ווי אן ארגענעזאציע, אזוי אויך זענען זיי מער אינטרעסירט צו לעבן ווי צו געהארגט ווערן, במילא איז דא אנדערע כללים ווען מ'פירט א מערכה מיט זיי.
די איינגעשטעלטע פון חיזבאללא זענען נישט סתם טערראריסטן, זיי זענען באצאהלטע ארבעטארער וואס גייען ארויס צום ארבעט, געווענליך אין מיליטערישע איינריכטן און מאכן פרנסה, אזוי ווי די שכירי חרב פון וואגנער און אנדערע גרופעס, און אויב חיזבאללא האט נישט קיין געלט אדער די ארבעטער באצאהלן א פרייז מער פון וויפיל זיי פארדינען, האט עס עכט נישט קיין זכות קיום.
ס'מיינט נישט צו זאגען אז זיי זענען קלענערע בארבארן, בעיקר איז די חילוק אז זיי האבן א קלארע ציהל וואס זיי ווילען און זיי האבן א פלאן ווי אזוי אנצוקומען דערצו. און די תמות נפשי עם פלישתים איז געזאגט געווארן מער פאר די פלישתים אין עזה און זיי זיכן עס נישט. איראן זיכט עס אינגאנצן נישט, זיי וועלן זיך נישט לאזען הארגענן נאר שיקען אנדערע, חיזבאללא איז ערגעץ אינצווישען.
מצפון תפתח הרעה
די חיזבאללא פלאן לויט ווי זיי סטראשען און ווי מומחים וואס האבן אפגעשאצט די טרעינירונגן זענען מסכים איז בעיקר צו באפאלן צפון מדנ"י, אייננעמען געוויסע אינטערסעקשנס און געגנטער פאר ווי מער צייט, און אין די זעלבע צייט אטאקירן טיף אין מדנ"י'ס וויכטיגע אינפרעסטראקטשער, און לויט זייער שאצונג וועלן די בירגער פון מדינת ישראל נישט קענען אויסהאלטן בלעקאויטס און וואסער מאנגעל פאר מער ווי עטליכע טעג, און דאס וועט גורם זיין אז מדנ"י וועט נישט האבן קיין ברירה נאר זיך צו זעצן צום טיש מיט חיזבאללא און אויסארבעטן א הסכם, וואס לויט זיי וועלן זיי קענען אנהאלטן די געגנטער וואס זיי נעמען איין און דעקלערן אלץ טייל פון לבנון.
דער פלאן איז אסאך עלטער פון די אוקט. 7 אטאקע, וואס האט געוויזען אז די איינוואוינער פון מדנ"י קענען ליידער סובל זיין מער ווי אפאר טאג אנע לעקטער און וואסער.
פון די אנדערע זייט האט מדנ"י אינוועסטירט שווערע טרעינונגן אויף אסאך אופנים וויאזוי צו אינטערברענגן חיזבאללא און זייער סטראשען, און דאס האט גורם געווען אז מדנ"י האט נישט אטאקירט אין חיזבאללא כל זמן ס'איז נישט דא קיין לעגעטאמאציע פון די וועלט.
רוב אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז חיזבאללא האט נישט אמת'דיג געהאט אין פלאן צו אויספירן די אטאקע, ס'איז בעיקר צו צוריק האלטן מדנ"י צו אטאקירן די איראנע נוקלעארע פעסיליטיס.
אוקט. 8 און ווייטער האט מדנ"י איינגעזען אז אפילו חיזבאללא וויל נישט עכט קיין מלחמה, ווילען זיי נאך אלטץ זיכער מאכן אז מדנ"י זיצט אין א שטענדיגע אנגסט פון חיזבאללא און זיי געבן אויך א לייטער פאר מדנ"י וויאזוי צו מאכן א פשרה (הגם ס'איז מיטן קאפ אין וואנט), ממילא האט די מדנ"י מיליטער געטוישט די צוגאנג און אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א מסודר'דיגע מהלך מיט קלארע ציהלן ווי אזוי צו אפשוואכן חיזבאללא אויף אן איינגעהאלטענע אופן, געשיקט שליחים אז זיי זאלען נישט עסקעלטן די געגענט, למעשה חיזבאללא האט געמוזט צייגן פאר איראן אז זיי דעשרעקן זיך נישט, און די מיליאנע דאלארן וואס זיי האבן אינוועסטעט אי חיזבאללא גייט נישט לטמיון, און דאס האט גורם געווען אז מדנ"י האט בלית ברירה צוביסלעך גמוזט אנהייבן צו איינמאנען א פרייז פון די חיזבאללא מיטגלידער, כדי צו קענען אנגיין מיט די טאגטעגליכע לעבן, און זיי האבן טאקע צוביסלעך אנגעהויבן צו אינטערברענגן כוחות פון חיזבאללא סיי אין וואפען און סיי אין מאנשאפט, אויסלאזענדיג די באליסטישע מיססעלס.
אין איינע פון די אטאקעס אויף חיזבאללא האט די מיליטער פון מדנ"י אויך אטאקירט די אינטערערדישע טאנעל וואס לויפט דארך ריזיגע שטרעקעס, און ס'איז געווארן א לאך פון אויבן אריין צום טאנעל, די אקט איז געווען מער סימבאליש, צו ווייזן פאר חיזבאללא אונז ווייסען מער פון וויפיל די מיינסט. די ציהל איז געווען בעיקר אז חיזבאללא זאל נעמען א דעסישען, גענוג איז גענוג! למעשה די ארזי הלבנון זענען גאר הויעך און ס'זעט אויס אז ס'איז שווער אראפ צו קומען פון אזעלכע הויכע ביימער.
שגעון גדלות
די חיזבאללא רעטאריק איז געווען גאנץ קלאר, זיי האבן געארבעט צו אויפווייזען - בעיקר פאר די איינוואוינער אין לבנון - אז זיי זענען שטארק, און וואס מדנ"י טוהט קענען זיי אויך טוהן, כאילו זיי זענען אויפ'ן זעלבע לעוועל פון די מדנ"י מיליטער, זיי האבן פילמירט זייערע אקטן ווי זיי זענען מצליח צו אריין שיסן ביים פיינט מיט א פונקטליכקייט (הגם לויט מומחים איז עס ע"פ רוב געווען אויף א שוואכע קוואליטעט), און דאס האט זיי געגעבן די כח צו שטיין קעגן די לאקאלע בירגער. זיי האבן זיכער געמאכט אז מדנ"י זאל קלאר וויסען אז אן אטאקע אין ביירות איז אן אטאקע אין תל אביב, אזוי אויך אטאקעס אויף ציווילע ווערט אפגעענפערט גאר שווער, און מדנ"י האט זיך געהאלטן צו די כללים חוץ די איינמאל וואס חיזבאללא האט אומגעברענגט אסאך ציווילע קינדער.
האט מדנ"י מורא פון חיזבאללא?
די שאלה איז לכאורה נישט גוט געפרעגט געווארן, די שאלה דארף זיין: קען מדנ"י לעבן בשכנות מיט חיזבאללא?
די תשובה איז נישט אלעמאל די זעלבע, ס'ווענד זיך אין אסאך אומשטענדן, און מדנ"י ריעוועליועיט עס פון צייט צו צייט.
משל למה הדבר דומה, ווען איינער האט סקאנקס אין זיין בעק יארד, איז נישט די שאלה אויב ער האט מורא פון זיי, די שאלה איז ענדעשער, קען ער אזוי וואוינען, די תשובה איז אויב די סקאנקס זענען אין אלגעמיין אין זייער נארע, נאר פון צייט צו צייט קומען זיי ארויס, און זעלטן וואס זיי פארסמ'ן די לופט, קען ער ממשיך זיי אזוי, אבער אויב ס'גייט ארויס פון וויפעל מ'קען פארנעמן רופן מען אן עקסטערמענעיטער.
צו מאכן א סך הכל;
חיזבאללא האט איבער געצויגן די שטריק, פון וויפיל מדנ"י איז גרייט צו פארנעמן במילא האט מדנ"י גענוצט די טערם פון "בעל הבית השתגע" וואס דאס באדייט אז מ'קען נישט פאראויס וויסען ווי אזוי די שונא גייט רעאגירן ווייל ער איז משוגע געווארן.
צו ס'איז פראקטיש וועט היסטערי מחליט זיין.

נועם אמיר:
מדינת ישראל האט געשיקט א מעסעדז צו חיזבאללא, נעמטס אן הוכשטיין'ס הצעה און אונז ענדיגן די מערכה.

- ישראל_הלוי
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 28447
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
אל מיאדין: 20 טויטע אין די היינטיגע כוואליע.
- בת קול
- שר חמש מאות
- תגובות: 629
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
- לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
"לויט חיזבאללא" זענען שוין דא "זייט אנפאנג מלחמה" 456 געהארגעטע חיזבאללא קעמפער.
תשפ"ה= 785
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
די ווייסע הויז: מיר זענען נישט געווען פארמישט אין די היינטיגע אינצידענטן אין לבנון. מיר גלייבן נאך אלץ אז עס איז דא א דיפּלאמאטישע וועג. א אפמאך און פארהאנדלונגען פאר דער באפרײונג פון די משכונות זענען נאך אלץ דער בעסטער װעג, און מיר װעלן װײטער ארבעטן דערפאר.
(נישטא ווער זאל לאכן)
(נישטא ווער זאל לאכן)
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 23966
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע:אין מיין בעט
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
דאס איז איבסל מער פון 50,000 סאלדאטן.וואס עפעס? האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 2:02 pm5 דעוויזיעס זענען שוין ביים צפון זייט
הלל ביטן רוזן
א דעוויזיע האט ארום 10,000 סאלדאטן (4 בריגאדעס - יעדע בריגאדע האט צווישן 2000 און 5000 סאלדאטן געוואנדן וועלכע בריגאדע עס ווערט אריינגערעכנט, ווען די רעדע איז פון א דעוויזיע איז עס 3 בריגאדעס פון ערד טרופן און איין בריגאדע פון ארמערד טרעקלעך און טאנקן, און נאך וואס בויען אדער פאררעכטן די עקוויפמענט)
א שמחת תמיד...
ווי איז ישראל הלוי?
ווי איז ישראל הלוי?
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
רונן ברגמן;
ס'ווערט געשאצט אז די אקציע איז א שטארקע קלאפ פאר די רדואן כוח, וואס האט פארלוירען גרויסע חלקים פון די קאמענד אפטיילונג. ס'איז געשאצט אז מער פון 1000 רדואן מיטגלידער זענען געהארגט געווארן פון אנהויב די מלחמה ביז היינט, און חיזבאללא באהאלט די אינפארמאציע.

די ספאוקסמאן פון די דייטשע קאנצלר, אנטוניה ימין: די רעפארט פון רויטרס וועגען די וואפען בען פון דייטשלאנד, איז אינגאנצען פארגרייזט [=נישט אמת].
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
כיזבאלא האט שוין באשטעטיגט 5ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:53 pmדער מיניסטעריום: 14 טויטע און 450 פארוואונדעטע אין די צווייטע כוואליע.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 11:52 amלעבאנעזער געזונטהייט מיניסטעריום: 9 טויטע 300 פארוואונדעטע דערווייל אין חלק שני פון מסכת ביפערגעיט.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20240918-232125.png (266.71 KiB) געזען 3977 מאל
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
אבו צלאח:
דער אויסערן מיניסטאר פון לבנון האט יעצט פאר -CNN: "מיר ציטערן אז די צוויי טויטליכע אטאקעס און לבנון איז א הקדמה צו מלחמה. מיר ציטערן איעדע רגע פון אלעם, מיר ציטערן אריינצוגיין און מלחמה ווייל מיר ווילן נישט קיין מלחמה "
נאך פון דעם שר החוץ הלבנוני: מיר קענען נישט רעדן מיט חיזבאללה אזוי ווי פריער, ווייל ער האט געכאפט א שטארקן קלאפ.
דער אויסערן מיניסטאר פון לבנון האט יעצט פאר -CNN: "מיר ציטערן אז די צוויי טויטליכע אטאקעס און לבנון איז א הקדמה צו מלחמה. מיר ציטערן איעדע רגע פון אלעם, מיר ציטערן אריינצוגיין און מלחמה ווייל מיר ווילן נישט קיין מלחמה "
נאך פון דעם שר החוץ הלבנוני: מיר קענען נישט רעדן מיט חיזבאללה אזוי ווי פריער, ווייל ער האט געכאפט א שטארקן קלאפ.
- בת קול
- שר חמש מאות
- תגובות: 629
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
- לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
ארויף צו 459
תשפ"ה= 785
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂
ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621
ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
באריכטן איבער ערענסטע לופט באמבאדירונגען יעצט כחצות הלילה אין לבנון!
#מלחמה?
#מלחמה?
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר!
@נקדימון
@nobody
און @אלטרא
וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול
אקטיוו!
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
אסאך אין מדנ"י האבן באקומען אזא טעקסט מעסעדזש, באאמטע ווארענען נישט צו עפענען די לינק
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20240918_174837_991.jpg (18.67 KiB) געזען 11441 מאל
Re: **בלויז נייעס** מלחמה אין א"י נאך שוידערליכע כאמאס טעראר - שמח"ת תשפ"ד
חיזאבאלא האט שוין מודיע געוועהן צען טויטע פאר היינט
דער גראפיקער ארבעט זייער שווער
דער גראפיקער ארבעט זייער שווער