נאכנישט געווען אזא חילול ה' זייט די וועלט שטייט. אז מ'האט אפעציעל מיט 'מגילת העצמאות' אנאנסירט אז דער אידישער פאלק "ישראל" האט ר''ל אויסגעשניטן דעם אייבירשטען און אויסגעשפיגן זיין תורה. אלע עבודה זרה'ס און כפירות זענען באשיצט אין זייער לאנד. די סדום נארישקייט גרופעס פלאטערן ר''ל זייערע פענער אין דעם 'אידישען' לאנד. ס'נאך ערגער ווי ככל הגוים בית ישראל. די ראש הממשלה וועט דערמאנען דעם שם ה' אסאך ווייניגער ווי דער אמעריקאער פרעזידענט. די וואלוטע פון די מדינה וועט נישטאמאל אין חלום ארויפלייגן 'אין אייבירשטען מיר גלייבן' ווי ס'שטייט אויף די אמעריקאנע דוללער.
ווען גלית האט מנאץ געווען דעם אייבירשטען האט זיך דוד המלך אנגענומען אויף שמו המחולל און מיט גרויס גבורה עם געהארגעט.
ווער ס'האט געזעהן ביבי'ס טוויט פאר ראש השנה וועגן אומאן.
ביבי איז גלית, נישט דוד.
מיר שטייען אין תפילה פאר אונזערע ברידער אין א''י. אבער שטיין מיט מדינת ישראל איז די גרעסטע חילול ה' וואס ס'שייך. און דער אייבירשטער זאל אפהיטן אז דער מעמד אין בארא פארק זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אזוי.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
איך ווייס נישט וואס די עולם שרייט, עס איז אייערנעכטן געווען אן עצרת אין קרוין הייטס און עס האט זיך זייער שיין אויסגעארבעט אין באנומען. (חוץ אפאר גאולה פענער)
ס'איז בכלל נישט שווער צו קעיר נעמען פון א טישלער מיט א הייקינד
נאכדערצו אז עס נישט דא קיין בימת הכבוד
אז עס וועט זיין בילדער פון א מאסיוו'ן עולם מיט שווארצע היטן מיט תהלים'לך אין די הענט העט זיין שווער אויסצוטייטשן אויף א ראלי
יאפ אן עכטע קידוש השם געווען
געווען און די נייעס אלס ראלי פאר מדינת ישראל, ווי מען האט אויך געזינגען אחינו. און קרוינהייטס איז אנדערש ווי בארא פארק, בארא פארק איז פיל מיט מוסולמענער...
אויך קרוין הייטס מאכט קיין סוד פון זייער שלימות הארץ שטענדיג, און עס איז ארומגעשיקט געווארן פון א קרוין הייטס זינגער די טעג אן עלעקטריק אלבום ווי ער זינגט הארציג ירושלים של זהב און מאכט דארט דעם מי שברך לצה"ל. אשר על כן איז פארשטאנטדיג אויב א פערספעציע קומט פון דארט ארויס לטובת די אידישע לאנד און זייער מיליטער בכלליות. וואס איז דער מעסעדזש פון דעם בארא פארקער מעמד פאר די גאס, הנקרא פרעסע און מידיא קאנאלן? ווער איז בא'אויפטראגט דערויף?
דער עולם דא הייבט נישט אן פארשטיין די טראגעדיע פון כלל ישראל.
כלל ישראל איז אין אן עת צרה, נישט מדינת ישראל. אוןבשעת א גזירה גייט מען ארויס לרחובה של עיר איינרייסןרחמי שמים, אחינו בני ישראל דארפן גרויס רחמים!
אן הלכה דאס?
כלל ישראל איז אין אן "עת צרה", בשעת א "גזירה" גייט מען לרחובה של עיר. די מחשבה דינט מיר יעצט אז דארט איז צו שרייען ביי דעם גוזר הגזירה פון די לאנד אדער שטאט וואו דער בעל הגזירה געפונט זיך. ניין?