וויכטיג צו שרייבן. איראן איז נישט געווען אין די ליסטע. ביז די רעוואלוציע אין איראן אין תשל"ט זענען די צוויי געווען היבש נאנט איינער צום צווייטן, און זיך אסאך ארויסגעהאלפן אינטערן טיש.
למעשה ווי מיר שטייען יעצט: תשל"ט האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מצרים תשנ"ד האט מדנ"י שלום געמאכט מיט ירדן תש"פ האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מרוקו מיט סאדיע אראביע האלט שוין כמעט א שלום סיריע האט זיך אירע אייגענע פראבלעמען, אזוי אויך עיראק און ליביע.
מצרים און ירדן האבן היבש פיינט די פאלעסטינער, די שווארצע סעפטעמבער גרופע (וואס האט געהרגט די ספארטלער אין דייטשלאנד) איז קרוי על שם די שווארצע סעפטעמבער וואס די ירדענער האבן געמאכט א שחיטה אויף די פאלעסטינער ביי זיי. מצרים האט שוין זיך צוזאמגעליטן פון די 'מוסלעם ברודערהאד' און אין די צייטן פון חוסני מובאראק האט ער געשניטן פון זיי שטיקער ווען ער האט נאר געהאט א תירוץ. נאכן דעם אראבישן אויפשטאנד איז עס אביסל געווארן פאר די פעלסטינער דארט ספעציעל ווען זייער פריינד מורסי איז געווארן פרעזידענט. ווען אסיסי איז געווארן דארט פרעזידענט האט ער געמאכט 'מוסלעם ברודערהאד, פאר אן אומלעגאלע גרופע. צוריק ארויף
עס איז זייער אינטערעסאנט אז די צוויי לענדער פון וואס מדינת ישראל ליידט היינט די מערסטע איז איראן און לבנון וואס ביידע האבן ביז 40 50 יאר צוריק גאר געווען די בעסטע, משא”כ די וואס האבן זיי געוואלט פארלענדן דעמאלטס זענען היינט עכ”פ אינטערן טיש מיט זיי אדער פארנומען מיט אייגנס ווי די שרייבסט, עס ברענגט אויך ארויס אז קיינער האט נישט באמת רחמנות אויף די פאלעסטינער נאר פשוט שנאת ישראל.. (פארשטייט זיך נישט קיין היתר צו זיך רייצן מיט זיי אבער מצד די לענדער איז עס לויטער שנאת ישראל)
ס'ברענגט אויך ארויס די היפיך אז זיי האבען נישט סתם אזוי פיינט אידען נאר לויט די אנגעצויגענקייט מיט מדינת ישראל, און די אלע לענדער האט זיך די שנאת ישראל דיוועלאפט לויט זייער דעמאלסדיגע אומשטענדען און אנגעצויגענקייט מיט די מדינה.
שטייט(זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח, דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
מדנ''י האט אפגעשטעלט אלע אלע ליפערונגען פון ברענשטאף אריין צו עזה.
שמיני עצרת האט מדנ''י אפגעשטעלט אלע אלע ליפערונגען אריין צו עזה. אויך עסן, טרינקען, מעדעצינען און ברענשטאף. למעשה לאזן זיי לעצטענס אריינשיקען עסן, טרינקען און מעדעצינען, אבער בשום אופן נישט קיין ברענשטאף. איז עס די ערשטע מאל וואס מדנ''י האט דווקא שטרענג אפגעהאלטען פון אריינלאזען 'ברענשטאף' אריין צו עזה?
איך פראביר צו טראכטן. די טאקטיק פון זיי לאזן אפאר חדשים אהן קיין שום ליפערונגען פון ברענשטאף, איז א סורפרייז פאר חאמאס? אויב עס איז נישט קיין סורפרייז, קומט אויס אז זיי האבן לכאורה אוועקגעלייגט אין די טונעלן גענוג ברענשטאף פאר א לאנגע לאנגע תקופה.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב
נ.ב. געליינט פאריגע וואך אז די סיבה פארוואס מד"מ איז נישט אראפגעגאנגען גראד קיין רפיח (אזוי ווי איך האב געשריבן אז זיי וואלטן ווען געדארפט טוהן), איז פאר די פשוטע סיבה אז זיי האבן נישט געהאט קיין פלאן ווי אזוי דאס איינצונעמען!
אין חמאס (מיליטער, איך רעדט נישט פון די פירערשאפט פונעם לאנד - וואס דאס איז א ראש ממשלה - יחיא סונוואר, מיט זיינע שרים אינטער אים), גייט עס אזוי:
1. גענעראל: מוחמד דף- געפייגערט לכאורה.
מארק: 10/10
2. טשיף אף סטעף: וויצע גענעראל: -מרואן עיסא אויסערליכע אנגעלעגנהייטן: -סלאח על עארורי אפאראציעס:ראאד סעד ערד דיוויזיעס: מוחמד סונוואר ווארטזאגער: אבו עוביידה עיר פארס (דראונס, אנטי עירקרעפט, גליידערס וכו'):עצאם אבו רכבה נעווי:אחמד עלי שפיאנאש:מחמד עודה
4. באטאליענס: צפון עזה: בית לאהיא:נסים אבו עדשינה בית חאנון:חסין פיאטש גשיבאליע סענטראל:אברהם ביארי דשיבאליע שטאט:סולימאן צאלח מערב דשיבאליע: ? מזח דשיבאליע: ?
עזה שאטי:היזם אל-חואדשרי דשאדשיע:ויסאם פרחאת צבר תל אל הווא:מוסטפא דלול זייתון: עימאד אסלים אל פורקן: דשאבאר חסן עזיז דארדש תופאח:ראפת עבאס אל נאצר:אחמד ציאם
סענטראל - מרכז: דיר אל בלח:ווייאיל עספה אל בוריידש:אייד טיב נוסיראט:ישמעאל סאראדש
חאן יונס: מזרח חאן יונס: ? מעריב חאן יונס:מדחת מבאשר דרום חאן יונס: ? צפון חאן יונס:תיאסיר מבאשר
רפיח: דרום רפיח: מזרח רפיח: אבו אחמד אל בוואב מעריב רפיח: מוחמד חמדאן צפון רפיח: ?
ביי יעדע קריג דארף מען נעמען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטארן: גרויסקייט: ווי פיל סאלדאטן האבן דיינע שונאים, מעכטיקייט: ווי אויסגערישט זענען דיינע שונאים, שטח שווערקייטן: ווי גרינג איז דאס איינצונעמען. לא הרי הרים כמישור. ווי גרויס איז דאס שטח ווי דיינע שונאים אפערירן.
ווען מען קוקט אריין אין די דריי פאקטארן, און מען וויל אויסרעכענען חאמאס קעגן חיבזאללה, איז לכאורה דעם חשבון זייער פשוט:
גרויסקייט: חיזבאללה איז 100 טויזענט אקטיווע סאלדאטן קעגן ארום 30 טויזענט פון חאמאס מעכטיקייט: חיזבאללה האט שוין צענדליגע יארן עקספירענס אין ערענסטע קריג. צו דאס איז אין לבנון און בעיקר אין סיריע. שטח: די ווייטסטע פלאץ אין עזה פון א מדנ"י גרעניץ איז 8 מייל (דאס איז בערך אזוי ווייט פונעם סאוט זייס פונעם סענטראל פארק ביז וואל סטריט אין מענהעטן), משא"כ אין לבנון איז די חיזבאללה גאר שטארק אין געגענטער אזוי וויייט ווי 70 מייל פונעם נענסטן שטעטל אין מדנ"י. אפגערעדט אז אנצוקמען אהין נעמט נאך לענגער (חוץ אויב נעמען זיי איין אויך סיריע אויפן וועג). לבנון איז דאך שטיק בערג, אזוי ווי עס שטייט דאך אין פסוק אזוי סאך מאהל 'הר' נעבן 'לבנון'. משא"כ עזה איז פלאך ווי א פלייש טעלער. לבנון איז פול מיט הויעכע דיקע ביימער וועלכע פארדעקט דעם שונא, משא"כ עזה איז מער מדבר געשטימט.
אז מען קוקט עס אין די וועג, איז גאר פארשטענדליך די פחד וואס די אידן אין ארץ ישראל האבן פונעם מלחמה וועט ברעכט אויס ה"י צווישן מדנ"י אין חיזבאללה.
פון די אנדערע זייט, איז חיזבאללה היבש גרינגער צו באזיגן ווי חאמאס. און דאס איז די סיבות:
1. וואו קום איך אריין אינעם בילד? עס איז דא א חילוק פון א גרופע וועלכע איז אויסגעוואקסן פונעם עולם, ווערט געשטיצט ביים עולם, און ווערט געפירט ווי א פאלקישע ארגאניזאציע. צו א מיליטערישע גרופע וועלכע ווערט געפירט דורך אויסלענדישע אינטערעסן.
חאמאס איז גרויס געווארן דורך דעם עולם אין עזה. חמאס האט באקומען זייער כוח דורך זייער עולם אין עזה. חיזבאללה איז גרויס געווארן צוליב זייער שטארקייט אין מיליטער.
דער עולם אין עזה פילט ווי חאמאס שלאגט זיך פאר 'אונזערע רעכטן' צו האבן א לאנד. זיי שלאגן זיך פאר 'אונזערע רעכטן' קעגן דעם ציוניסטישן אקאפירער וועלכע טיילט אונז איין וואס צו טוהן. במילא אויב מיר כאפן צוליב חאמאס, מיר זענען אלע אינעם זעלבן טאפ, אמאל כאפן זיי און אמאל כאפן מיר.
משא"כ דער עולם אין לבנון. פאר וועלכע רעכטן שלאגט זיך חיזבאללה מיט מדנ"י? ווי שטייט זיי מדנ"י אין וועג? 90% פון לבנון איינוואוינער האט נישט געהאט מיט מדנ"י צו טוהן לטוב ולרע. ווען אן איינוואוינער אין לבנון פארלירט זיין הויז אדער לעקטער, ער קען נישט פארשטיין פארוואס האט ער פארלוירן זיין הויז ווייל מדנ"י האט צוטוהן מיט עזה?
איך האב אמאל געהערט א זיס ווארט. ביים יהי רצון אין ברכת הכהנים זאגן מיר: מה שחלמתי עלי, מה שחלמתי על אחרים, מה שחלמו אחרים עלי. פארוואס זאגן מיר נישט מה שחלמו אחרים על אחרים? ווייל וואס יענער האט מיט יענעם איז נישט דיין געשעפט.
דער איינוואוינער אין לבנון קוקן עס אן די זעלבע וועג. וואס מדנ"י האט מיט עזה, פארוואס איז דאס מיין געשעפט אז איך זאל פארלירן מיין הויז? וואס גיי איך פארדינען אויב עזה גייט געווינען? וואס גיי איך דערלייגן אויב מדנ"י געווינט?
במילא ווען חיזבאללה ווערט פארוויקעלט אין א בליטיגע קריג מיט מדנ"י ה"י, פארלירן זיי גאר אסאך שטיצע פון די לבנון איינוואינער, און עס מאכט זיי גאר שווער צו קענען ארבעטן אזוי.
עס איז אזא צופליקטע לאנד אין דעם חלק, אז די געזעץ זאגט אז דער פרעזידענט קען נאר זיין א נוצרי, דער ראש ממשלה איז אייביג א סוני, און די ספיקער פון די האוז א שיעי. דאס איז שוין א הסכם וואס איז געווארן נאך א בליטיגע בירגער קריג וועלכע האט געקאסט איבער 200 טויזענט לבנונער. וואס דאס איז 5% פון אלע לבנונער בימים ההם!! דאס מיינט אז 5 פון יעדע הונדערט לבנונער האבן אפגעפייגערט אין דעם בליטיגן בירגער קריג. צו פארשטיין ווי אינג דעם הסכם איז, אני הקטן בין שוין א חדר אינגל בשעת דעם הסכם איז געשריבן געווארן...
די אפשיי וואס די פארטייען האבן איינער פארן צווייטן איז גאר שטארק. שטעל דיר פאר אז די דעמאקראטן דארפן מלחמה האלטן מיט מעקסיקא ווייל די מעקסיקאנער האבן געטשעפעט טראמפ. נעם דעם משל און מאך דאס 1000 מאהל גרעסער.
3. גערילע קעגן מיליטער. חאמאס איז געבויעט געווארן ווי א טעראר גרופע און עס פירט זיך ווי א טעראר גרופע. יעדער טעראריטס וועלכע איז א טייל פונעם גרופע, ער וועט אודאי צוהערן צו די באפעלן פון זיינע אויבערהאר, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו זיין איינער אליינס פונקט אזוי. די מהלך ווי אזוי חאמאס איז געבויעט געווארן איז מוחמד זאל גיין אין דיר אל באלאח זעהן ווי ער קען מאכן טראבל, אחמד זאל גיין קיין רפיח זעהן ווי ער קען טיילן צרות וכו'. ער דארף נישט אן אויבערהאר וואס זאל אים זאגן וואס צו טוהן. אין קורצן, א גערילע גרופע.
ווען א מיליטער פארלירט אין א קורצע צייט אלע זייערע פירער פונעם דרגה לוטענענט ביז קורנעל, מיט די צומישטקייט און פארלוירנקייט וואס דארט הערשט, איז גאר גאר שווער מלחמה צו האלטן.
4. מאראל. ווען מדנ"י איז אריין אין מלחמה נאך שמחת תורה, איז די מאראל געווען גאר שטארק צוקלאפט ביי די איזראעלי מיליטער, זיי האבן נישט געטראסט זייערע אויבערהארן, זיי האבן געהאט מער פראגעס ווי תירוצים. משא"כ חאמאס איז געווען אין זיבטן הימל, זיי האבן אנגעפראקט מדנ"י פאר די גאנצע וועלט. פון יעצט און ווייטער דארפן זיי זיך נאר האלטן ביים לעבן, און זיי קומען ארויס די געווינער.
נאך די ביפערגעיט, איז געשען ביי די חיזבאללה פונקט פארקערט. זיי טראסטן נישט זייערע אויבערהארן, זיי זענען געווארן אנגעפראקט פאר די גאנצע וועלט. א טאוסטער וועלכע גייט זיך צופייפן גייט מאכן יעדעם לויפן אין אלע ריכטינגען. זייער מאראל און טראסט איז פונקט ווי מדנ"י סאלדאטן האבן געהאט ממחרת שמחת תורה.
די חילוק איז נאר, די איזראעלי סאלדאטן זענען אריין אינעם קריג וואוסענדיג אז דארט איז נאך דא 250 פארכאפטע וועלכע מען דארף אהיימברענגען, אין אן איינרעדעניש אז יעצט גייט מען נקמה נעמען און אפווישן כאמאס פונעם וועלט און אזוי זיכער מאכן אז אזא זאך פאסירט מער נישט. זיי האבן געוויסט וואס די מטרה איז, און זיי האבן געהאלטן אז דאס איז מעגליך צו דערגרייכן.
דער חיזבאללה מעמבער רעדט זיך נישט איין פאר קיין איין מינוט אז ער גייט קענען אפווישן מדנ"י פון די מאפע. איז וואס איז די מטרה פונעם קריג? צו געבן און כאפן פעטש? אזא בחינה פון לאז אפ מיין בארד וועל איך אפלאזן דיין בארד?
נאך די ביפערגעיט, עס דארף ה"י זיין עפעס גאר גאר אויסערגעווענטליך אז ער זאל אפילו קענען קלעימען טיילווייזע נצחון.
א סאלדאט קעמפט גאר שווער ווען ער ווייסט אז נצחון איז על פי דרך הטבע בכלל נישט מעגליך, און איך קריג זיך דא בריב לא לי זיך פשוט אנצונעמען פאר א צווייטע אראבער וועלכע איך האב אויך פיינט.
נאך א שטארקע נקודה וואס דו האסט אויסגעלאזט איז אז מדנ"י איז בכלל נישט געווען גרייט צו זיך קריגן מיט כאמאס, משא"כ מיט חיזזבללה האבן זיי שוין מלחמה פלענער סאל פאר די שמח"ת מלחמה האט אויסגעבראכן.
הבן_יקירהאט געשריבן:↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:14 am
אנאליז איבערן קריג מיט חיזבאללה: