פשוט כדי גרינגער צו מאכן דעם עולם, דא האט איר די מאפע פונעם גאנצן עזה סטריפ.
עזה איז צוטיילט אין 5 געגענטער: (פון אויבן אויך אראפ) 1. צפון עזה 2. עזה 3. דיר אל באלאח (טייטלבוים'ס קלויסטער אין אידיש), ווערט אויך אנגערופן אויף היברעיש מחוז מרכז (מיטעלעסטע געגענט) 4. חאן יונס (יונה (טויב) געשעפט אין אידיש) 5. ראפאח - די ישראלים רופן דאס רפיח (אויפהייבן אין אידיש)
מצפון תפתח הרעה. ווי מער העכער אינעם מאפע איז מער באוואפענט און טעראריסטיש. אזוי אויך מער באוואוינט. רוב רובם פון די אטאקעס זענען אין עזה אדער אין צפון עזה. די געגענטער וואס מיר באקענען זיך יעצט מיט, ווי למשל רימאל און דשעדשיע זענען אין עזה. די געגנטער בית חאנון, בית לאהיא און דשעבאליע זענען אין צפון עזה.
וויכטיג צו שרייבן. איראן איז נישט געווען אין די ליסטע. ביז די רעוואלוציע אין איראן אין תשל"ט זענען די צוויי געווען היבש נאנט איינער צום צווייטן, און זיך אסאך ארויסגעהאלפן אינטערן טיש.
למעשה ווי מיר שטייען יעצט: תשל"ט האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מצרים תשנ"ד האט מדנ"י שלום געמאכט מיט ירדן תש"פ האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מרוקו מיט סאדיע אראביע האלט שוין כמעט א שלום סיריע האט זיך אירע אייגענע פראבלעמען, אזוי אויך עיראק און ליביע.
מצרים און ירדן האבן היבש פיינט די פאלעסטינער, די שווארצע סעפטעמבער גרופע (וואס האט געהרגט די ספארטלער אין דייטשלאנד) איז קרוי על שם די שווארצע סעפטעמבער וואס די ירדענער האבן געמאכט א שחיטה אויף די פאלעסטינער ביי זיי. מצרים האט שוין זיך צוזאמגעליטן פון די 'מוסלעם ברודערהאד' און אין די צייטן פון חוסני מובאראק האט ער געשניטן פון זיי שטיקער ווען ער האט נאר געהאט א תירוץ. נאכן דעם אראבישן אויפשטאנד איז עס אביסל געווארן פאר די פעלסטינער דארט ספעציעל ווען זייער פריינד מורסי איז געווארן פרעזידענט. ווען אסיסי איז געווארן דארט פרעזידענט האט ער געמאכט 'מוסלעם ברודערהאד, פאר אן אומלעגאלע גרופע. צוריק ארויף
הגם די שטחים איז א גרויסע מישמאש פון עטליכע חמולות (אראבישע משפחות), און נישט אלע האבן עכט מקבל מרות געווען פון מוחמד עבאס (דער פרעזידענט). לדוגמה:
חברון: די חמולה מחאמרה האבן אסאך א גרעסערע שייכות צו חאמאס ווי מיט פת"ח (די וואס פירן די שטחים). אינטערעסאנט אז זיי שטאמען לכאורה פון אידן. און טאקע פארדעם ווילן זיי ווייזן פאר די אראבער אז זיי זענען עכטע אראבער היינט, דעריבער זענען זיי מער מיליטאנטיש ווי רוב פון זייערע שכנים. אזוי אויך חמולת קוואסמה וואס וואוינען אין חברון, זענען גאר שטארק פרא חאמאס. זיי זענען געשטאנען אינטער די פארכאפונג פון די דריי בחורים תשע"ד.
שכם: איינע פון די גרויסע משפחות דארט זענען משפחת א-סמרי. מוחמד עבאס האט זיי געדארפט ממנה זיין אויף אסאך שטעלעס אז זיי זאלן זיך אפילו צושטעלן צו אים. ליידער שטאמען זיי אויך פון (געוועזענע) אידן, זיי שטאמען פון די שומרונים. די נאמען זייערע (א-סמרי) מיינט אז זיי שטאמען פון שומרון. אזוי אויך די משפחה אין שכם מסלמני, וואס דאס מיינט אז זיי האבן זיך געטויפט צו איסלאם רח"ל, אבער זיי שטאמען נישט פון מוסלימענער.
די הויז פון די מאסרי פאמיליע אין רפיח איז באמבאדירט געווארן. זיי זענען פאמיליע פון דער טעראריסט מושיר על מאסרי
מושיר אל מאסרי פארדינט זיך א ווארט צוויי.
ער איז דער ווארטזאגער פון חאמאס און א פארלאמענט מיטגלידער מטעם חאמאס. ער איז א שטארקע שטיצער פון אטאקעס דווקא אינעם 1948 ליניע צו ווייזן פאר די ציונים אז חאמאס וויל האבן די גאנצע לאנד און נישט נאר די 1967 גרעניץ. ער האט (געהאט) 7 קינדער.
דאהאט איר א דוגמה פון איינע פון זיינע אינטערוואוס נאך א מערכה מיט מדנ"י.
פיגוע בתחנת המשטה 'שלם' בצאלח א דין ירושלים, נפגעים, מחבל נוטרל
צלח א דין איז א גאס אין מזרח ירושלים, נעבן שער שכם. דארט איז די הויפט קוואטיר פונעם אטורני דשענעראל פון מדנ"י און די פראסיקיוטערס (prosecutors). מ'פארט אדורך יענע געגענט אויפן וועג צום הר הזיתים, אדער די וואס גייען צום כותל.
וויכטיג צו שרייבן. איראן איז נישט געווען אין די ליסטע. ביז די רעוואלוציע אין איראן אין תשל"ט זענען די צוויי געווען היבש נאנט איינער צום צווייטן, און זיך אסאך ארויסגעהאלפן אינטערן טיש.
למעשה ווי מיר שטייען יעצט: תשל"ט האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מצרים תשנ"ד האט מדנ"י שלום געמאכט מיט ירדן תש"פ האט מדנ"י שלום געמאכט מיט מרוקו מיט סאדיע אראביע האלט שוין כמעט א שלום סיריע האט זיך אירע אייגענע פראבלעמען, אזוי אויך עיראק און ליביע.
מצרים און ירדן האבן היבש פיינט די פאלעסטינער, די שווארצע סעפטעמבער גרופע (וואס האט געהרגט די ספארטלער אין דייטשלאנד) איז קרוי על שם די שווארצע סעפטעמבער וואס די ירדענער האבן געמאכט א שחיטה אויף די פאלעסטינער ביי זיי. מצרים האט שוין זיך צוזאמגעליטן פון די 'מוסלעם ברודערהאד' און אין די צייטן פון חוסני מובאראק האט ער געשניטן פון זיי שטיקער ווען ער האט נאר געהאט א תירוץ. נאכן דעם אראבישן אויפשטאנד איז עס אביסל געווארן פאר די פעלסטינער דארט ספעציעל ווען זייער פריינד מורסי איז געווארן פרעזידענט. ווען אסיסי איז געווארן דארט פרעזידענט האט ער געמאכט 'מוסלעם ברודערהאד, פאר אן אומלעגאלע גרופע. צוריק ארויף
עס איז זייער אינטערעסאנט אז די צוויי לענדער פון וואס מדינת ישראל ליידט היינט די מערסטע איז איראן און לבנון וואס ביידע האבן ביז 40 50 יאר צוריק גאר געווען די בעסטע, משא”כ די וואס האבן זיי געוואלט פארלענדן דעמאלטס זענען היינט עכ”פ אינטערן טיש מיט זיי אדער פארנומען מיט אייגנס ווי די שרייבסט, עס ברענגט אויך ארויס אז קיינער האט נישט באמת רחמנות אויף די פאלעסטינער נאר פשוט שנאת ישראל.. (פארשטייט זיך נישט קיין היתר צו זיך רייצן מיט זיי אבער מצד די לענדער איז עס לויטער שנאת ישראל)